מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4338
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט!!
שכח!!
(אזוינס צוזאם געלאכט..)
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:09 pm
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:37 am

I can't say you're great as usual, since I've no idea who the usual you (before an El Salvador trip required a new nic) is...
But you're amazing!! (As usual. Prove? Oh, I just read 'one of your articles')
Can't wait for the rest!
סעם טא יא
As long as the constitution created by the founding fathers of the USA is supposedly still 'a something' to be dealt with
I plea the fifth...
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

יוש! אזא שפראך.... קעש! וועלקאם. ווי וואנט מאר!! די ביזט א שטיק טאלאנט.
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
BMW
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 4:27 pm
לאקאציע:Above Sea Level
פארבינד זיך:

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך BMW »

דער האט א שפראך ווי די על סעלוואדאר פרעזידענט אליין......
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

BMW האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:51 pm
דער האט א שפראך ווי די על סעלוואדאר פרעזידענט אליין......
קענסט שפאניש? אידער וועי, איך האלט אז אייוועלט'ס אויפגייענדע שטערן- @נסעה ונלכה איז נאך בעסער פון דעם באקילא!
אבדק''ק פראג והגלילות
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:14 pm
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:09 pm
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:37 am

I can't say you're great as usual, since I've no idea who the usual you (before an El Salvador trip required a new nic) is...
But you're amazing!! (As usual. Prove? Oh, I just read 'one of your articles')
Can't wait for the rest!
סעם טא יא
As long as the constitution created by the founding fathers of the USA is supposedly still 'a something' to be dealt with
I plea the fifth...
כאפ אריין
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:06 pm

ווען די נער וואלט נישט געווען מיין.
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

איך זאג דיר... דו האסט א שפראך, עפעס ניש'נארמאל... ש'לאנג נישט געהאט אזאנס, א ריכטיגע קרעטשמע ארטיקל...

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:08 pm
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:06 pm
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:14 pm
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:09 pm
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:37 am

I can't say you're great as usual, since I've no idea who the usual you (before an El Salvador trip required a new nic) is...
But you're amazing!! (As usual. Prove? Oh, I just read 'one of your articles')
Can't wait for the rest!
סעם טא יא
As long as the constitution created by the founding fathers of the USA is supposedly still 'a something' to be dealt with
I plea the fifth...
כאפ אריין
ווען די נער וואלט נישט געווען מיין.
וועמען'ס איז עס
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גוט גוט.... מהאטעך שוין געזאגט... אבער חזרה שאד נישט... האסט א פיינעם פעדער!

קיפ איט אפ!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

נסעה ונלכה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:22 am
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:08 pm
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:06 pm
Jab האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:14 pm
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:09 pm

סעם טא יא
As long as the constitution created by the founding fathers of the USA is supposedly still 'a something' to be dealt with
I plea the fifth...
כאפ אריין
ווען די נער וואלט נישט געווען מיין.
וועמען'ס איז עס
אקעי....
סוי פשוט פשט אין מיין ווערטער איז דאך פשוט..
אבער די אמת איז, ס'איז מיין אין עניוואנס נער אזוי סך ווי איך אין די מאכן אפ ס'זאל זיין.
אמעריקע איז גיט אין די ערד? יא.
מיט א יעדע פארבייגייענדע טאג איז עס טיפער אין די ערד? יא.
ווי קימסטו אריין דארט?

יעצט, איך זאג נישט אז די טשענדשעס אפעקטען דיך נישט
דאס ווענדט זיך אין דיין אמונה שטאפלען.

איין מינוט, לאז מיך אויסרעדן
ס'באדערט מיך נאך אזוי סך ווי ס'באדערט פאר רוב (אזוי מיין איך) אבער איך מיין אז אמתדיג וואס ס'שטערט מיך אין מסתם אויך אנדערע, איך ווייס נאר נישט וויפיל זענען אוווער (aware בלע'ז) דערפון איז
ווען די זעסט א שיינע פעינטינג, א פיעס אף ארט, אין אזא אימדאקאמענטירטער קליין אויגנדיגע טשייניזל מאכט עס פאר א זאך וואס איז געווען, קען עס באדערן?
דאס באדערט מיך.
גאט האט באשאפן א שיין וועלטל, אין א יעדע שטיק צייט(מאכט גאט אז ס')איז דא אן אנדערע דריטע רייך /ליבערעליזם/אדער וועלכע נאמען אין מציאות ס'האט דעמאלטס, אין מ'מאכט פין די פיעס אף ארט עפעס וואס קיקט אויס מער ווי א גאס אין נו יארק סיטי די דאזיגע טעג

ס'קען אין (אפשר) זאל שטערן

אהה, כמעט פארגעסן... וועמענס נער פרעגסטו איז עס?
כאנישט קיין אנונג

(די לעצטע שטיקל דארף מען ליינען אין אזא מונח זרקא ניגון. אויב מ'וויל פארשטייצעך)
אין א סיריאס נאוט
איך מיין בכלל נישט אנצושרייבן דיין אשכול
בכלל נישט מיין פאך
אבער אז מ'פרעגט ענפערט מען
אז מ'איז מיד אין א מידע תגובה קען אויסקומען נישט אזוי אייי יי יי (האמער שטארקע פראוו) איי געס ווען די האסט געפרעגט האסטו עקספעקטעד א תירוץ אין וועלכע מצב ס'זאל נאר זיין
אה, נישט? סארי
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

יעצט געליינט
מורא’דיג גוט געשריבן!
תלוי במזל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

מיר האפען איר האט נישט פארגעסען פון אונז דא אין אמעריקע! מיר ווארטען פארן המשך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דער האט שפראך!
הנאה געהאט ביז אויס, איר מוז זיך לאזן הערן/שרייבן מער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

wאט עי לענגwיטש!
ציקאש איט איז. מ׳ווארט מיר אויף די המשך
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

חלק ב
ווי, וואס, ווען, און פארוואס על סאלוועדאר?

שלום לכם, רבני תולה ארץ על מה ששאלתם מה ראה לשטות זה וואס האט דער פארלוירן אין דעם פארקראכענע ארימע דריטע וועלט לענדל?

איז אזוי… זייערע פינאנציעלע שטאנד אינטרעסירט מיר גאנץ קנאפ. איך האב סיי וויי נישט אין פלאן זיך צו שדכנ׳ן מיט זיי... א שטיקל קאמפלעקס האב איך נאך פון מיין לעפקאוויטש מומע׳ס גרימאסן.. אבער פון דאס וואס ס׳אינטרעסירט מיר יא, פארמאגן זיי היפש אסאך, און דאס איז פארשידענע זאכן. קודם כל, דער גרויסן בורא׳ס ווינדער וואס ער האט אויסגעשפרייט דארט ווי אימער מען דרייט זיך, אדמת סאלוועדאר איז גאר א רייכע און לאזט זיך וואקסן הערליכע טראפישע ביימער, געוויקסן, און בלומען פעלדער, צו די זייט פון קוועלער און וואסערפאלן וואס שאפן באצויבענע צענעס און ברענגען גרויס הנאה פאר די פליישיגע אויגעלעך.

ווי אויך, די ים כוואליעס דארט טאנצן דעם שבח יקר וגדולה רקודלה מיט א זעלטענע הארמאניע און ברענעריי. פארמאגענדיג גאר רוישיגע גלי הים, און איז גאר א באקנטע דעסטינאציע ביי די טאפ עקספיריענט חברה אין די סערפינג ליין (אויב ווייסט איר נישט וואס סערפינג מיינט, פארפאסט איר גארנישט חוץ א געזינטע בעליפלא״פ און אפשר אפאר צובראכענע ביינער).

ווי אויך ווערט דאס מקום גערופן ביי מאנכע ״די לאנד פון וואלקענאס״, פארמאגענדיג א נישטיגע 20 הערליכע וואלקענא בערג וואס האבן אן היסטאריע פון גאר אסאך ענגער מענעשמענט פרעבלעמען מיט פולע אויסבראכען און אינטעראפשענ״ס. און הגם אז אין די לעצטערע יארן האבן זיי זיך געזעצט לערנען מוסר און ארבעטן גאר שטארק אויף די שרעקליכע מידת הכעס, דאך גייט נאך א לייכטע תמרות עשן פון די נאזלעכער. די פילע אינטעראפשענס האט אויך איבערגעלאזט פינגער אפדרוקן (יא, כעס לאזט א צייכן אויפן נשמה) און דאס זענען די פילע הערליכע קרעיטער לעיקס* וואס דאס לאנד פארמאגט.

נאך עפעס אינטרעסאנט דארט איז די קולטור אין לאנד, וואס איז גאר אוטענטיש, זיס און תמימותדיג, זייענדיג אפשטאמיגע פון נאוואזשע שבטים וואס פארמאגן א זעלטענע פרעמעטיווקייט.

און אחרון חביב (און דא טוישט מען די ניגון כמנהג הבדחנים ביי מצוה טאנץ ווען מען שיפט אריין רעדן וועגן די מחותן׳ס טאטע אין גן עדן), א פייער זאל ברענען, א רויך זאל נישט גיין. דאס זעהט מען נאר אין אל סאלוואדאר אליין. (פוזמן…) יא!, דאס איז געווען א סופרייז פאר מיר אויך, ווען איך האב אזוי נישט חלום׳דיג צוגעפונען עפעס, אבער דאך אזא פארוואס נישטיגע בליק געטון אויב סאיז פארהאן עפעס אידן אין לאנד. און צו מיין גרויס איבעראשונג, זיך דערוויסט פון צוויי אקטיווע קהילות אין לאנד. און נאכן זיך פארבינדן מיט ביידע, בין איך נאכמער ערשטוינט געווארן צו הערן אז מען רעדט דא פון קהילות וואס באשטייען כל כולו פון גרים!! יא, אין דעם פארקראכען מקום האט א פייערדיגע צמאון אנגעכאפט נשמות וואס האבן צוזאמען מיט כלל ישראל אנודערגשטעקט דאס קעפעלע אונטערן הר כגיגית און א שריי געטון ביינזאם דעם נעשה ונשמע. און כהיום, נאך א לאנג פארצויגענע גירות פרוצעדור, זענען זיי חוסה בצל כנפי השכינה דארטן, על אדמת סאלוואדאר.

און יעצט האף איך אז מען האט שוין פארענטפערט די הארבע שאלות און מען קען זיך נעמען המשך׳ן...

פאר מיין נפש שוקקה איי העוו סין ענאף.. (דער וואס פארמאגט הייליגע אויגן קען שוין א זאג טון די פוזמן אסאך פאר עלעקשן נאכט). די אינטערעסע אינעם באזוך פלוס די אינפארמאציע וואס איך האב דערלערנט איז גענוג געווען אין א זייט צו לייגן די פחדים וואס מאנכע האבן געטענה׳ט מען ברויך צו האבן. אבער זיך ווענדינדיג צום שותפים לדבר מצוה, האב איך זיך אנגעשטויסן אין פרעבלעמען. דערוילעם איז עפעס נאכנישט געווען אזוי איבערצייגט אז... (נו ארי העלף ארויס) אז... "מדארף זיך נישט זארגן" (בניחתא). און אפי׳ מיין נאטירליכע שותף, מיין חבר יונה, וואס איז א גרויסע און אפטער טרעוולער וואס נעמט כסדר אונטער גאר אינטרעסאנטע נסיעות ווי ער קען זיך אפי׳ ארויסלאזן פאר אזא 9 וואכן צום פארשטיפטען סוואן לעיק וכו, און אונז ביינזאם האבן שוין געפארן אויף א שיינע פאר היפש ריזיקאלע רייזעס, ווי א באזוך קיין קיובא, און אויך קיין מאנסי (ווי מיר האבן אפי באזוכט די באקאנטע טווין גאס..) און נאך פארשידענע מקומות. אבער דא איז אפי׳ ער געווען עפעס זייער פארפחדנט פון די רובערישע באנדעס.. קוקט אויס אז די בילדער פון די רויבערס וואס ער האט זיך אנגעקוקט אין די יוגנט אין די מחנים ביכלעך צוזאמען מיט די יולי לעבעוויטש "איך גיי דיך הארגענן" תנועלה האט איבערגעלאזט עפעס א טראומע פון רויבערס..

ב"ה די רעדער האבן זיך אנגעהויבן דרייען ווען חזקי, א אינגערמאן מיט א שטארקע אינטערעסע אין געאגראפיע, קולטור, און נאטור, האט זיך יא שטארק צו געכאפט צום פלאן און זיך גענומען ערנסט אויספלאנען די דעטאלן, און דאס האט באווויגן יונה זיך יא מיט צו כאפען, אבער בתנאי אז עס וועט זיין גאר א קורצע נסיעה. די גרופע האט זיך צווואקסן נאכדעם וואס פנחסן, א שטארקע בן תורה און מחבר ספרים, וואס האט דאס געזען אלץ א אפערטוניטי צו... צו וואס?! צו האקן א לעבען... און זיך מיטגעכאפט אויפן באן און אויך באוויליגט צו דינען אלץ די מו״ץ׳ל דורעך אויס די רייזע. ער האט אויך מיט געשלעפט ערעב מענדי, א בנשק״ל מיט א ברענד-נעם מזרח וואנט לעצטע נאמען. פנחסן האט געטענה׳ט אז סאיז פשוט א זכיה צו טון פאר די סאלוואדערישע געמיינדע אזעלכע רויעל בלוט זאל אהינקומען אויף מסע חיזוק.

יונה האנדעלט איין די בילעטן פארן עולם און רעזעווירט די איינציגסטע זיבן זיציגע רכב אין לאנד, און איך פארבינד מיר מיט ביידע קהילות. ווי איך געפונען אויס, אז איין קהילה איז אין הויפטשטאט סאן סאלוואדאר, ווי דער עולם וואינט זייער צושפרייט און קומט זיך נישט צוזאמען טעגלעך נאר אויף שבת מופט מען אריין אין די שול הויף דארמעטארי. אבער ס׳גאבי האט מיר פארשפראכן אז אויב קומען אפאר אידעלעך וועט ער שאפן ס׳איבעריגס אדער כאטש עפענען די שול.

און די אנדערע קהילה געפינט זיך אין א קליין דערפעל מיטן נאמען ארמעניא, זייערס א פאון נאמבער האט געפירט צו איינעם וואס האט זיך אדענטעפעצירט אלץ יח(ההה)זקל, ער האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס גרעניצט זיך נישט מיט ספאניש, אבער פארשפראכן אז זייערס ראש הקהל אשר גייט מיר באלד קלינגען. א שעה שפעטער האב איך דעם ראה״ק אופן ליין, אונגאנצען אינטוזיאסטיש און פריילעך צו הערן אז מען פלאנירט א באזוך. ער זאגט אז ער קען אונז טראגן און ברענגען, און וועט אנגרייטן א פארברענג מיט די קהילה און אונז מכבד זיין מיט א ספעציעלע נאסטאלגישע סאלוואדערישע מאכל וואס רופט זיך פאפוסא. ער בעט נאר אונז זאלמער ברענגען טשיס פון אמעריקע, אבער חוץ פון דעם קענען מיר זיך איינהנדלען כשר׳ס פונעם געשעפט די קהילה פארמאגט.

מוצש בשלח, צוויי שעה פארן זיך ארוסלאזן קיין JFK, ווען אלעס איז שוין גרייט געווען, בין איך שאקירט געווארן צו הערן פון יונה אויפן טעלעפון אז ער לייט איצטער פון א חולשה צוליב די פחדים און ענזייעטי און איז נישט זיכער ער גייט עס מאכן. איך נעם זיך בעטן ווי א גזלן: לאז אונז נישט איבער, דו ביסט דאך די עקספיריענט טרעוולער און אלעס געבאקט און מסדר געווען אונז קענען נישט אן דיר. נו, נו, זאגט ער כהעל פראבירן דאס בעסטע.

אין עירפארט פאראייניג איך זיך מיט חזקי, פנחס, און מענדי, נאר יונה איז נישטא און ענטפערט נישט ס׳פאון. יעדער שלעפט זיך מיט וואס איז וויכטיג פאר אים און מיר מאכן ס׳וועג צום אויסגעקליבענע גדר, מיר קרייזען פארביי אנדערע גדרים ווי עס שטייען הויכע אויסגעבילטע אמעריקאנע שחצניותדיגע גסות גרייט אפצופארן קיין טעקסעס און סאן פראנציסקא. אבער מיר רוקן זיך נענטער צום גדר ווי אונזער פליגער אוה למושב לו. דארט טרעפען מיר א ים פון אונזער היימישע דקות׳דיגע אמיגוס. איך פרעביר זיך איינצוגלידערן אין סביבה בשעת אלעמענס בליקן פארציילען פון די מחשבלה וואס לויפט יעצט פארביי ביי זיי אין קאפ אז זיכער האבן די גרופע אידעלעך א טעות און שטייען ביים אומריכטיגען מקום… איך ווענד מיין טריט צו א גרופע חברה וואס שטייען און שמיסן געמילעך און שטעק אריין מיין נאז, אמיגוס! רוף׳עך אויס, וואס זאגט איר צום מצב אין לאנד? און ווי מוז איך באזוכן? זיי נעמען זיך זינגען הלל השלם אויף זייערס באליבט לענדעל. די פלאץ איז הערליך שיין, און יעדער לייגט פאר אן אנדערע שיין פלאץ וואס איך טאר נישט פארפאסן. איך פרעג וועגן די פרעזידענט אויב ס׳איז אמת וואס די אמעריקאנע מידיע לייגט אראפ אז ער איז אן אויפגייענדיגע דיקטאטאר? זיי נעמען זיך לאכן, דער איז וועלטס הירו, א מלאך המושיע, און ס׳בעסטע וואס שייך, און אונז האפמער זיך צוריקציען אהין בקרוב.

פלוצלינג קומט יונה צולאפען מיטן לעצטען אטעם, אונגאנצן צוהאטשקעט. אההה!!! גיב איך א טיפן אטעם אפ, ב״ה אשר לא עזב חסדו ואמתו.! נאך א שנעלע שלום עליכם לויפט ער צום דעסק ווי עס שטייען די באערטע וואס מעגן שפילן מיט די מייקס און סודות׳ט ארום מיט זיי. איך האב קיין אנהונג וואס ער טוט, אבער סוף סוף איז ער דאך די עקספערט ווען ס׳קומט צו טרעוועל.

ארויף קומענדיג אויפן פליגער ווער איך באגריסט דורך די וועד המשרתים אין מקוה לשון (ווען איך גיי אין מקוה איז שוין דער ספאנישע גוי דארט צו רייניגען…) און ווי נאר מגיימער פארביי די מזרח זיצן הנקרא בלע״ז ביזנעס קלאס, זעה איך ווי יונה שטעלט זיך אפ און הייבט אן זיך איינגלידערן דארט. איך פרעג אים אויב דא איז טאקע זיין זיץ ווייל איך האב געהאט פארשטאנען אז ער גייט זיין מיין שכן. ווייזט ער מיר זיין קריספי פריש געדרוקטע בארדינג פאס וואס ער האט זיך ערשט איינגעהאנדלט. ערשט יעצט האבעך געכאפט וואס ער האט זיך פריער גע׳סודות׳ט מיט די פארוואלטע. דער האט זיי פארקויפט עפעס א געבעקס און באקומען א מזרח זיץ בחנם אין כסף. נו, אז מטויגט, טויגט מען! (און יא, כהאב אים שוין אויפגענומען ער זאל מיר ארויסהעלפן ביים פארהאנדלן מיטן שמש ערב די הייליגע טעג).

די פליגער איז פול מיט אימיגראנטען. די שטומענג און אויסזעהן איז ווי מ׳האמער ארויף געבלאנשעט אויף א פליגער ארויס פון טעקסעס, נדבת לבו הטוב פונעם גאווענער גרעג אבאט, אדער אפשר גאר א דעפעטאציע פליגער אנגעפירט דורך די ICE אגענטור. און באמת, ווען איך האב נישט געקענען אונזער ירום הודו און זיינע פאלעסיס, וואלט איך נאך טאקע געמיינט אזוי.

נאכן זיך איינגלידערן אין מיין דירת עראי פאר די קומענדיגע פאר שעה, קומט יונה אריבער פון מזרח און זאגט מיר אז זיין מצב האט זיך נאר פארערגערט און גייט פאסטען אן החלטה אין די קומענדיגע מינוטן בתוך כדי פרס אויב ער טשעקט אויס (צו מיר האב איך געטראכט אז דער בחור חלום׳ט אז ס׳נאך פארהאן א וועג אראפ פון בוים).

די פיילעט כמנהגם שטאפט צו די נאז, שטופט די מייק אין גארגעל אריין און נעמט זיך זאגן דברות קודש וואס קיינער האט קיינע-איינוג וואס דער וויל. תיכף דערנאך נעמען זיך די פארוואלטע צום מילתא דשטיתא און הייבן אן פארשטעלן זייער בארינג אונטערן (איינער זאל איינמאלפאראלעמאל מודיע זיין דארט אז ס׳איז שוין לאאאאנג קארני). יונה ווייזט מיר מיט די אויגן אז זיין מצב הבריאות גייט נאר בארג אראפ. כנעם זיך שעפשעפען תהילים, אבער נאך א מינוט ווייזט ער מיר עפעס מיט די הענט. איך מיין אז כפארשטיי וואס ער מיינט, אבער איך וויל נאכנישט גלייבן סאיז אמת. אבער ווי נאר די חברה ענדיגן זייער פארשטעלונג, זעה איך יונה נעמט די זאך נעקסט לעוועל. ער ווענד זיך צום באהערטע, רעדט מיט זיי א מינוט, און זיי פארהאנדלען צווישן זיך א מינוט צוויי און רעדן אויף זייער ראדיאס. ווען פלוצלינג ווענד זיך איינער פון זיי צום טיר וואס איז שוין געווען הערמטיש פארשלאסן מיט שלשלאות של ברזל (באאינג טירן אלערט…) און גייט פתיחה. און יונה זז״ג נעמט זיין פארטשיילע און מאכט דער וועג אראפ פון פליגער... און אזוי האבן מיר זיך פלוצלינג געטראפן אליינס אויפן וואסער אן יונה…
דערוילעם די נכרים האבן נישט עספיעט צו כאפן וואס דא האט פאסירט. דער זאגט בכה וזה בכה סטוט זיך א געשעפשעניש וואס פונקטלעך די אידעלעך האבן דא אנגעדרייט. און מיר האט עס דערמאנט וואס מיין כתה ג׳ מלמד האט מיר שוין אייגעבאקען אז אלעס דרייט זיך ארום דאס ״יודל הנמשלה ליונה….

נאך אזא ירידה, בין איך מחליט אז מדארף מאכן דערפון א צורך עליה. איך ווענד זיך צום וועד המשרתים איבער געבן מיין, און מיין טאטע׳ס נאמען, מיט א בקשה צו באקומען אן עליה און יורש זיין יונה׳ס מזרח זיץ?! ניין!! קומט א שטייפע ענווארט! פארוואס נישט? איך בין דאך פון זיין חבורה, מה לי הוא, מה לי הן… ניין און ניין, ווייל אזוי! (דערמאנט מיר נאכאמאל פון מיין מלמד אין כתה ג׳).

נאך פיר און א האלב שעה פון נים ולא נים תיר ולא תיר, ווען מיין נשמה האט געשפילט אזא משלחה וחוזרת שפיל, לאזט די פיילעט הערן מיט אזא געמאכטע פריידעניש אז מיר זענען שוין אין די סאלוואדערישע לופט און ער גרייט זיך שוין אויף לאנדונג, און איז ממשיך בדברים של מה בכך. איך וויל אים זאגן: "זא שטיל דארט! די זייגער האב איך אויפן טעלעפון, די וועטער וועל איך באלד אויספינען, דיין ספיד אינטרעסירט מיר גאנץ קנאפ, די עלעוועשען לאז וויסען פאר עזרא וכת דיליה, און מיר לאז ביטע ממשכ׳ן מיטן שינת הסוס…" אבער אז מ׳איז שוין יא געווארן אויפגעוועקט, עפענט מען די ווינדו א בליק טון אויב מ'קען שוין זען עפעס סאלוואדעריש, און יא! די בילד פאר מיר איז געווען עפעס הערליך!! בשעת די אנדערע האבן אויך געהאט א שיינע בילד ווי עס זיצט זיך א טאטע פון א שטוב מיט קינדער צוגענאגעלט צום ווינדו… אבער איך האב קיין ריק נישט געגעבן, איך זעטעגט זיך אן מיט דאס הערליכע מחזה פון די זון אויפגאנג פון אונטער די סאלוואדערישע וואלקענוס. אהה! וואס זאל איך דיר זאגן? פאר דעם אליין האט שוין געלוינט די גאנצע טולטלי דאורחא.
בילד
דאס בילד (אויף וויפיל א קעמרע קען אפכאפען):

אזוי מיטן קאפ שווינדלעניש, בויך דרייעניש, אויער פארשטאפעניש, האבן די ידים זיך מיטגעכאפט מיט די ספאנטאנישע דא-לדא נקשנ׳דיגע שטימונג וואס האט אויסגעבראכן בשעת די פליגער האט א שמייס געטון אויף אדמת סאלוועדאר. ברוכים הבאים!!!!

המשך יבוא

---

*קרעיטער לעיקס איז א סגיא ארוכה וואס מ׳קען אויף דעם שרייבן א גאנצע ארטיקל, אבער אין קורצן איז דאס ווי די שפיל מיר פלעגן שפילן אלץ קינד ביי קריה״ת: נעמענדיג די ליידיגע האט קאפ׳ס געלייגט אויפן ערד פיו למטה ושפתו לחוץ און א שפרינג געטון דערויף (אפציעל האט עס געמאכט א הויכע נויז) און ס׳איז נתהפך געווארען די בית קיבל צום אנדערע זייט. און די נמשל איז אז א וואלקענאו בארג, נאכדעם וואס ער האט אויסגעשפייען די הייסע גאלאש, און די אינסייד חלק בארג ווערט ווי א פושקע טעמעטע דיפ סוף של״ס, מאכט זיך אסאך אז דער בארג שפיץ פאלט אריין און ווערט ווי א טאהשע נטילת ידיים שיסל, ווי עס זאמלט זיך וואסער. ויקרא שמו בישראל קרעטער לעיק. אין משפחת הלעיקס טראגן די קרעטערס פארשידענע רעקארדס: די העכסטע, די טיפסטע, די קלארסטע לעיקס זענען קרעיטערס, און אסאך מאל וועט די וואסער זיין ווארעם און פארמאגן א זעלטענע שיינע בלוי/גרינע קאליר צוליב גאזן וואס די אקטיווע וואלקענאו לאזט ארויס.
לעצט פארראכטן דורך נסעה ונלכה אום מאנטאג יולי 01, 2024 3:15 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יחזקאל סגל לנדא
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

WOW
@נסעה ונלכה דו האסט אונז נישט דיסעפוינטעד.
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5608
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אריינגעשריבן.
צוגעבינדן די שלייקעס, גרייט צו פארן ווייטער.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2382
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

Wow
די דקות’דיגע און גסות’דיגע מליצות אז נישט נארמאל!
און עס איז נאך איפארמאטיוו אויך! יעצט גלייב איך שוין אז די ביזט טאקע געווען דארט....
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

שיהא!!! דער סענס-אף-הומער וואדא גייט פאר!!!

נהנתי מאוד מאוד!!!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

כ'האב א געפיל אז דער אשכול גייט זיין מער געליינט און מער געלייקט ווי די קראש אשכול...

פייוו סטאר!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

#הערליכע_פעדער
#מליצות_555
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל אנריעל אנריעל, כ’בין ספיעטשלעסס!!!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow ספיטשלעס!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

חברונער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: מיין באזוך ביים דראג קארטעל׳ן הויפטקוואַרטירן **חלק ב**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

גאר פיין
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”