בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

חלק ב׳

בסייעתא דשמיא.

ויחנו.. מען איז אין (ריישא) ללכת עירפארט, די עולם איז געווען ערשעפט און אויסגעמוטשעט, אבער די מצב אין די לופט איז געווען געשמאק און דערהויבן, ״די קענסט באצאלן פאר א טייערער טיקעט זיין א גביר.. אבער ביים ווארטן פאר דיין רענצל ביסטו פינקט ווי יעדעם!״..

ביים פלאץ ווי די מאשינקע האט אויסגעשפיגן די רענצלעך האט זיך געטוהן א טומל - ווי כאילו - ס׳נעמט אפאר יאר אז דיין פעקעלע זאל מאכן איר סיבוב.. עניוועי..

אן אינטרעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט הארט נעבן מיר, אזוי ווארטענדיג פאר מיין רענצל.. זעה איך ווי איינער פון די נוסעי החבורה געבט אזא כאפ א רענצעל מיט שמחה, אבער צו זיין מזל איז עס נישט געווען זיין.. דעס מילא! אבער אונזער זיידע האט איבערגעמאכט זיין טעות נאך יעדער הקפה וואס יענער רענצעל האט געמאכט (אל תשליכיני לעת..), כ׳האב געשמייכעלט און געגאנגן ווייטער..
פלוצלינג.. הערט מען א געשריי מנחה! פון אפאר אידן וואס האבן - אן קיין סאך ברירות - שנעל שלום געמאכט מיט די מצב אז ס׳וועט נאך געדוירן צייט פאר זייער פעקל צו דערגרייכן..

אויפן וועג קיין ליזענסק, א וועג פון בערך א האלבער שעה, די הארץ ברענט די נשמה בענקט!

גלייך ביים אנגעקומען איז מען געגאנגן כאפן א טבילה, אז מען איז שוין געווען אין מקוה האט מען שוין בדרך אגב זיך אויך א שויער געטוהן🤨..
ישיבה גדולה ללכת האט ענטפאנגט די עולם מיט הילף אין פראקטיק, מען האט טועם געווען א טעימה קלה (קלה מיט א גרויסער ק..) איך ווייס נישט ווען כ׳וועל נעקסט עסן - ירושלימער קוגל פיש אזא פאני סאלאט ובצידו טאמעטע דיפ - אין איין טעלער.. (זרוע, ביצה, וכו׳), עניוועי..

דאבעל טרי אדער די אנדערער?? הערט מען געשרייען פון די מאסן, פנחס אהרן קאנטראלירט די מאסן מיט א זעלטענער רואיגקייט.. ממש להפליא!

מען מאכט זיך גרייט.. א בארג פון יראה באפאלט די מענטש, מען קלעטערט ארויף די בארג צום הייליגן ציון.. (פון אינטן הערט מען אפאר מבינים וואס ווייסן צו זאגן אז די מקום הציון איז נישט פינקטליך.. וואסא חילוק?..)

די ניגונים די תהילים די התעוררות.. ס׳שניידט שטיקער!
איז גיין מסביר זיין די דרשה פון ר׳ שלמה קען איך נישט.. מיין פענע איז פשוט צו ארעם און קליין..
אזוי קונסטלעך.. אזוי שטארק.. א מהלך.. אויפגעבויהט.. משוגע צו ווערן! די עולם האט געקייכט, איינגעריסן וועלטן, די געשריי ״א גאט אין הארצן!״ איז געווען ווי א באמבע! ר׳ שלמה האט שטארק ארומגערדט פון די עמקות הנסיון פון ווארטן פאר קינדער.. אוי, האט ער געדרוקט קנעפלעך..
בקיצור און איין ווארט איז עס.. נישטא קיין ווערטער!

המשך יבוא אויב וועל איך האבן געדולד..
לעצט פארראכטן דורך משה יצחקי אום זונטאג יוני 02, 2024 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

איינס איינס צוויי די מייק ארבעט ? יא אקעי לאמיר אנהייבן

איך וועל לאזן הרב יצחקי איך וועל אנהייבן שרייבן פין מוצאי שבת קודש דעי 28 שעה פין דערהויבנקייט אין דביקות להבורא יתברך שמו

מוצאי שבת קודש אה ווי נעמט מען די טינט בכלל צו שרייבן דעי דיו אילו ימי
אבער לאמיר גיין שטאטליך
ביים זמן נאכן בענטשן האבן זיך געשטעלט פיל מנינים מעריב
סאיז געווען א גרויסער אויסוואל (מער פין עסן) פין בעלי תפילות דער מיטן סקווירא נוסח מיטן זאגן ברוך ה לעולם, ר שלמה הצדיק מיטן ציילן ספירה פאר עלינו. אין דער אנדערער מיטן בעלזן נוסח ווי מען הייבט אן ספירה ערגעץ אין מיטן לשם יחוד

דאן האט דער סקווערע דיין געמאכט הבדלה,
אין יעצט הייבט זיך אן די פאן
ר יודל טירנויער האט עפעס זייער וויכטיג צו זאגן אבער הרב ליפשיץ האט באשלאסן אז סאיז נישט מער ווי פאסיג ער זאל יעצט זינגען סאלא דער באבובער המבדיל אפילן נאכן זיך בעטן ביי די אחים לדעה גאלצינער ברודערס פין באבוב ארויסצוהעלפן האבן זיי נישט אנטיילגענומען.
ענדליך באקומט ר יודל קימט דאס ווארט די עיקר וואס איז נוגע איז די סוף
טייערע ברודער ענדיגט ר יודל דעם אפיל מיט א ברכה, דער אייבשטער זאל העלפן איר זאלט אלע קענען חתונה האבן ביי די 65,

ביים מעמד ויתן לך האב איך נישט געוואוסט מיט וועלכע גרופע עס לוינט די מערסטע צו זאגן משום חשש עין הרע בין איך געבליבן לאקאל
מיין חבר איז גראדע יא געגאנגען צי דעי בארא פארקע קבוצה האמיר זעהן אויב עס וועט האבן געלוינט

ר חיים מאיר נעמט דעם מייקראפן אינעם האנט די באסעס צום קראקאווער קווארטל פארט ארויס אין 20 מינוט

ויסעו א וועג פין 10-12 מינוט מען קומט אן אינדרויסן פונעם שוהל הויף אין הכנסת אורחים
IMG_3491.jpeg
IMG_3491.jpeg (174.05 KiB) געזען 6910 מאל
מאיז אריין אין שוהל אין מען האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעורורת.
קודם גאט פין אברהם אין פין יצחק אין פין יעקב באהיט דיין ליב פאלק ישראל פין אלעם בייזן
IMG_3489.jpeg
IMG_3489.jpeg (317.44 KiB) געזען 6910 מאל
ויהו זרעי ,אהבה רבה פינעם היילגן ר’ר הערש
אין אט קומט הרהג’ ר מאיר צוויבל אריין אין עס הייבט אן הערשן דעם ערב יום כיפור לעת כניסת היום מצב אין די ליפט נישט שייך צו מסביר זיין די אטמאספער אינעם היילגן שוהל פונעם רמא
יודן גיסן טייכן טרערן נאך פארן אנהייבן די דרשה מען טוט תשובה אין מען בעט פאר א גוט יאר,
אין מען הייבט אן פנה לעלבון מקום עון להשים ר מאיר גייט ארויף אין הייבט אן אויסוואשן די הערצער לאבינו שבשמים
די התעורורת אין נאנטקייט צי אינזער הייליגן טאטן לאבינו שבשמים פאר דעם אליין דיינו
IMG_3492.jpeg
IMG_3492.jpeg (271.62 KiB) געזען 6910 מאל

המשך האפנטליך יבא
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

די עולם האט טאקע הנאה..? אדער די לייקס פשוט צוליב רחמנות..?

הגם, סנעמט מיר גאר שנעל עס צו שרייבן.. דאך, וויל איך נישט משוגע מאכן..

#קאמפלעקס
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:38 am

#קאמפלעקס
עפן א אשכול, ביז אפאר מינוט וועסטו וויסן אז ס'דא א מעדיצין דערפאר.
א געשפעט האב איך
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:38 am
די עולם האט טאקע הנאה..? אדער די לייקס פשוט צוליב רחמנות..?

הגם, סנעמט מיר גאר שנעל עס צו שרייבן.. דאך, וויל איך נישט משוגע מאכן..

#קאמפלעקס
כהאב עס געליינט אין שטארק הנאה געהאט ווייל כהאב געמיינט אז די ביסט א נארמאלע מענטש יעצט זעה איך אז די סנעפסט אין פאבליק
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:55 am
משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:38 am

#קאמפלעקס
עפן א אשכול, ביז אפאר מינוט וועסטו וויסן אז ס'דא א מעדיצין דערפאר.
האהאהא
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מילדי העברים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:52 am
משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:38 am
די עולם האט טאקע הנאה..? אדער די לייקס פשוט צוליב רחמנות..?

הגם, סנעמט מיר גאר שנעל עס צו שרייבן.. דאך, וויל איך נישט משוגע מאכן..

#קאמפלעקס
כהאב עס געליינט אין שטארק הנאה געהאט ווייל כהאב געמיינט אז די ביסט א נארמאלע מענטש יעצט זעה איך אז די סנעפסט אין פאבליק
אוי.. די שטעכסט א מחיה.. קי״פ אי״ט א״פ!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

שקויעך @משה יצחקי, טוסט א מעידזשאר דזשאב!

קיעפ איט אפ!
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

פאר ווער עס פרעגט ווער עס האט געקאכט דעם גאנצן נסיעה דעי חשובער בעלזער יונגערמאן פין אנטווערפן
(האב נישט מורא דעי רעדיא ארבעט נישט)
אטעטשמענטס
20240526_035627.jpg
20240526_035627.jpg (111.91 KiB) געזען 5614 מאל
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

נישט ער?
ער האט זיך ארומגעדרייט א גאנצע צייט מיט א גרויס געלע פארטוך
אטעטשמענטס
6.JPG
6.JPG (34.92 KiB) געזען 5575 מאל
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

נאכן דורכגיין דעם וואש מאשין אין זיך אויסבעטן ביים רבונו של עולם
איז מען ביי חצות הלילה ארויף צום הייליגן ציון פונעם רמ'א ביומא דהילולא קדישא
דער ב'פ סקווערע דיין איז געווען בעל תפלה
מען האט געזאגט פין צ' ביז ק'ז
אוי האט געדונערט נאכדעם ותן לכל איש ואיש.
20240526_011453.jpg
20240526_011453.jpg (140.86 KiB) געזען 5501 מאל
דערנאך איז דער עולם ארום דארטן צום תויס' יו'ט צו ר הערשל קראקווער. צום ב'ח. מגלה עמוקות.
הרב ר' יוסף חיים מיטן סקווערן דיין זענען געגאנגען צוזאמען פין איין פלאץ צום צווייטן
דער דיין האט געזאגט תהילים ר' יוסף חיים נישט
ר'יוסף חיים דער גאון (קרעדיט י.ש. דרעזנער) האט געזאגט די קדשים
אין אזןי איז מען ארויס פין בית החיים גייענדיג צום הכנסת אורחים פאר מלוה מלכה
IMG_20240526_004959.jpg
IMG_20240526_004959.jpg (132.06 KiB) געזען 5501 מאל
20240526_010301.jpg
20240526_010301.jpg (158.52 KiB) געזען 5501 מאל
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:35 pm
שקויעך @משה יצחקי, טוסט א מעידזשאר דזשאב!

קיעפ איט אפ!
שכח!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

נו ווי האלט מען ?
אה ביים מעמד הדלקה
א רגע פאר איך פארגעס פין וואו ווייסט מען אז אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד ?
פשוט פשט איז מיר איינגעפאלן אז פשוט עס פיט נישט האסט שוין אמאל געטררייט אנצוטוען דיין חברס היט צוזאמען מיט עים ? אה ווייל סגייט נישט
פארדעם קען נישט. סיי ר’ חיים מאיר אין סיי הרב ליפשיץ האבן א מייק צוזאמען. שוין

אוי ויהי רחמיך מתגולילים על עם קדשך
רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך

סאיז געווען צוגעגרייט א ספעצעל פארמאכטע פלאץ מיט בריקאדעס
אין נאר מיט א קארטל פין בוני עולם האסטו געקענט אריינגיין צום מעמד הדלקה

(כדי די …… זאלן איישלאפן אין נישט קענען אנמאכן פראבלעמן)

מען שטעלט זיך אין די רייע אין יעדער האט באקומען וואטע מיט א אויליגע באטעל וואס אינדעווענדיג איז געווען אויל
עס צו לייגן אויפן מדורא

הצדיק הרב מייזעלס אחיו של הרב חיים בער זצל ביים גיסן אויל לכבוד התנא
IMG_3494.jpeg
IMG_3494.jpeg (372.68 KiB) געזען 5165 מאל
דערווייל שפילן די מנגנים ניגוני קודש אין הרב שטערן פארקויפט זכותים
אין מאכט זיכער צו זאגן
צום ערשטן מאל צום אנדערן מאל אין ……
עס ווערט מער אנגעפילט אין דער גאון ר יוסף חיים נעמט דעם פאלדער אין היינט אין טרעט צי צום מייקראפן
אין הייבט אן מיטן פסוק פין דוד המלך
אין דער גאון שרייט אויס
דוד המלך זאגט פארן רבונו של עולם עס וועט קומען א צייט ווען דאס הארץ פונעם איד וועט נישט מיטארבייטן מיטן האנט
בעט דוד המלך אז ויהי אין סוף הגלות
נועם ה׳ עלינו זאל דער באשפער זיין מיט אונז
ומעשה ידינו טאקע נאר די האנט טוט אן קיין הארץ
כוננה עלינו זאלסטו זיין מיט אונז אין אונז שטארקן

עולם ציזאמען ויהי נועם
ווייטער הייסט ר יוסף חיים יעדער ציזאמען שרייטס טאטע. נאכאמאל טאטע.
IMG_3495.jpeg
IMG_3495.jpeg (338.93 KiB) געזען 5146 מאל
המשך יבא
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:01 pm
נישט ער?
ער האט זיך ארומגעדרייט א גאנצע צייט מיט א גרויס געלע פארטוך
איך האב נישט באמערקט אבער מוצאי ווען איך בין צוגעגאנגען זאגן שכח פאר די עסן האט ער עס אנגענומען סא על פי חושבון איז עס ער
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

עס קוקט אויס ווי די ציבור האט שטארק הנאה געהאט, כאפטס א בליק אויף די ריוויו'ס ביי ללכת טורס...
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
הרב רעב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 1:16 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב רעב »

אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

אחי ורעי היקרים שיחיו

מיר שטייען שוין מער ווי צוויי וואכן נאך דעם גרויסען דערהויבענער מסע הבונים שעבר עלינו לטובה, און עס איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן, אז עס איז ביי אלע משתתפים נאך א בחינה פון רחושי מרחשין שפתי', מען הערט נישט אויף רעדן און איבערחזרן די דערהויבענער מאמענטן וואס מיר האבן דארט בייגעוואוינט אין די אלע הייליגע מקומות, דער שבת און מוצאי שבת אין קראקא איז ממש א יום שבתון אין לשכוח, די ימי הנסיעה זענען טעג וואס וועט אונז אלעמאל בלייבן אריינגעקריצט אין הארץ און אין מוח, להזכר בזכרון קדוש!

לרבים השואלים, וועגן בילדער און ווידאוי קליפס פון די נסיעה, זענען מיר מודיע אז מען ארבייט עס מסדר צו זיין, באופן אז מען זאל קענען ארויסגעבן שיינע זאכן להנאת הציבור, און איך האף אז נאך יום טוב וועל איך האבן א אפדעיט ווען עס וועט זיין גרייט, ופרטים יבואו.

אזוי אויך וויל מען מודיע זיין אז כסדר' דיגע אפדעיטס און באריכטען אלעס וואס איז נוגע צום גרויסען קאמפיין הבעל"ט, וועט זיך אנהייבן אין די טעג תיכף נאך יום טוב שבועות, ווי מען וועט כסדר מעלדן אפדעיט'ס סיי דא אויף אימעיל און סיי אויפן בוני עולם אינפארמאציע האטליין.
דער נאמבער איז 718-889-0044

מיר שטייען ערב דעם גרויסען הייליגען יום טוב שבועות, וואס ווי דער מדרש ברענגט, אז דער אויבערשטער האט געבעטן ביי מתן תורה, אידן זאלן ברענגען ערבים אז זיי וועלן האלטן די תורה, איז ווען אידן האבן געזאגט "בנינו ערבים לנו" האט דער אויבערשטער געזאגט אז די קינדער זענען גוטע ערבים! איז אוודאי וועלן די העכער צוועלף טויזענט בוני עולם קינדער'ליך כן ירבו, זיין גוטע ערבים פאר די גאנצע בוני עולם משפחה, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קבלת התורה מיט אלע הייליגע ברכות והשפעות טובות וואס קומט מיט ביי קבלת התורה, מתוך נחת ושמחה וכל טוב סלה!

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

פרישער בחור האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:18 pm

איז למעשה דא צובאקומען ווידיאוס פון די מעמדים ?
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:34 am

יא, זיי האבן געשיקט אסאך בילדער און ווידיאו, איך ווייס ניטש וויאזוי מען לייגט ארויף ווידיאו אן דעם וואס עס זאל קומען צו גילוי
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך, פרישע קארטון!
viewtopic.php?t=66242
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 3:55 pm
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:34 am
פרישער בחור האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:18 pm
אחי ורעי היקרים שיחיו

מיר שטייען שוין מער ווי צוויי וואכן נאך דעם גרויסען דערהויבענער מסע הבונים שעבר עלינו לטובה, און עס איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן, אז עס איז ביי אלע משתתפים נאך א בחינה פון רחושי מרחשין שפתי', מען הערט נישט אויף רעדן און איבערחזרן די דערהויבענער מאמענטן וואס מיר האבן דארט בייגעוואוינט אין די אלע הייליגע מקומות, דער שבת און מוצאי שבת אין קראקא איז ממש א יום שבתון אין לשכוח, די ימי הנסיעה זענען טעג וואס וועט אונז אלעמאל בלייבן אריינגעקריצט אין הארץ און אין מוח, להזכר בזכרון קדוש!

לרבים השואלים, וועגן בילדער און ווידאוי קליפס פון די נסיעה, זענען מיר מודיע אז מען ארבייט עס מסדר צו זיין, באופן אז מען זאל קענען ארויסגעבן שיינע זאכן להנאת הציבור, און איך האף אז נאך יום טוב וועל איך האבן א אפדעיט ווען עס וועט זיין גרייט, ופרטים יבואו.

אזוי אויך וויל מען מודיע זיין אז כסדר' דיגע אפדעיטס און באריכטען אלעס וואס איז נוגע צום גרויסען קאמפיין הבעל"ט, וועט זיך אנהייבן אין די טעג תיכף נאך יום טוב שבועות, ווי מען וועט כסדר מעלדן אפדעיט'ס סיי דא אויף אימעיל און סיי אויפן בוני עולם אינפארמאציע האטליין.
דער נאמבער איז 718-889-0044

מיר שטייען ערב דעם גרויסען הייליגען יום טוב שבועות, וואס ווי דער מדרש ברענגט, אז דער אויבערשטער האט געבעטן ביי מתן תורה, אידן זאלן ברענגען ערבים אז זיי וועלן האלטן די תורה, איז ווען אידן האבן געזאגט "בנינו ערבים לנו" האט דער אויבערשטער געזאגט אז די קינדער זענען גוטע ערבים! איז אוודאי וועלן די העכער צוועלף טויזענט בוני עולם קינדער'ליך כן ירבו, זיין גוטע ערבים פאר די גאנצע בוני עולם משפחה, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קבלת התורה מיט אלע הייליגע ברכות והשפעות טובות וואס קומט מיט ביי קבלת התורה, מתוך נחת ושמחה וכל טוב סלה!

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
איז למעשה דא צובאקומען ווידיאוס פון די מעמדים ?
יא, זיי האבן געשיקט אסאך בילדער און ווידיאו, איך ווייס ניטש וויאזוי מען לייגט ארויף ווידיאו אן דעם וואס עס זאל קומען צו גילוי
סעיוו אין גוגל דרייוו און לייג ארויף די לינק
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

אין דא האט איר דעם בילד פין הרב הצדיק מליפשיץ ביים זינגען המבדיל סאלא מוצאי שבת מיט א ברען
מען קען באמערקן אין די זייט הנגיד ר' יודל טירנויער ביים ציווארטן אז די המבדיל זאל קומען צו א ענדע
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (117.91 KiB) געזען 2591 מאל
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

אחי ורעי היקרים שיחיו

אין די לעצטע פאר וואכן זייט מען האט געלאנדעט פון דעם דערהויבענער מסע הבונים אין קראקא, האט מען זיך פריש געהויבען מיט כל מיני הכנות און פלענער, צו די ימי הקאמפיין הבאים לקראתינו לשלום, מאנטאג און דינסטאג עקב, ט"ו און ט"ז אב, בעזהשי"ת!

עס אנטוויקלען זיך ברוך ה' אין די טעג נייע פלעינער לקראת דעם קאמפיין בכלל, און דער פראגראם פון די צוויי גרויסע טעג מאנטאג דינסטאג עקב בפרט, וואס איך האף אין די נאנטע טעג ארויסצושיקען אפדעיט'ס און נייעס'ליך פון דעם גרויסען קאמפיין בסייעתא דשמיא, וואס וועט זיין מיט א שטארקע פרישקייט, צו יעדעם'ס הנאה און געשמאק בעזהשי"ת!

טייערע ברודער איך וויל בעטן א בקשה פון יעדע יחיד ויחיד!

אלע אונזערע שותפים ווייסן זייער גוט, אז דער הויפט סיבה פון בוני עולם'ס הצלחה נפלאה בסייעתא דשמיא די אלע יארן, איז ווייל מיר האבן בלעה"ר אזויפיל געטרייע סאלדאטן אין דער בוני עולם ארמיי, וואס שטייען גרייט מיט א זעלטענע געטריישאפט און געבן זיך אוועק מיט הארץ און געפיל, אז עס זאל אין יעדע אידישע שטוב ווערן לעכטיג, מיט טייערע לעכטיגע זיסע אידישע קינדער'ליך!!! ברוך ה' מיר קענען אלע זאגן מיט שטאלץ, און עס איז גלוי ומפורסם בכל העולם, בוני עולם האט געטרייע סאלדאטן וואס קיינער האט נישט, א ריזען שטארקע מיליטער וואס קיינער האט נישט, אזא שר צבא ווי רבי שלמה וואס איז גרייט פאר די פארפעלקער במסירות נפש ממש בכל עת ובכל שעה, וואס קיינער האט נישט!! אשרינו שזכינו לזה!!!

כדי צו קענען זיין מוסיף והולך, און קענען נאכקומען די בקשות פון אלע דופקי שערי המוסד, איז מורא'דיג וויכטיג פאר אונז עס זאל אויך צוקומען נאך פרישע כוחות, פרישע שותפים וואס זאלן זיך אנשליסען אין דעם הייליגען און גרויסען מטרה פון בוני עולם!!! במיוחד אין אזעלכע פלעצער ווי מיר האבן נאכנישט קיין סאך שותפים, לדוגמא, אין שטעט ווי די חסידשע געגענטער אין לעיקוואד, נייע שכונות אין מאנסי, בשכינות קרית יואל, שכונות אין די קאנטרי, ועוד ועוד, אזוי אויך דארפן מיר אסאך הילף אין אלע שטעט, אין די נייע קהלות וואס זענען לעצטענס צוגעקומען, חבורת אינגעלייט יוצאי ישיבה, וכדומה!

איך בעט יעדער איינער זאל ביטע זיך נעמען די מיה, און טראכטן איינס אדער צוויי פאסיגע קאנדידאטן וואס ער קען מציע זיין, און ריפלייען ווי אמשנעלסטן אויף דעם אימיעל, מיט זייער נאמען סעלפון און בעיסיק אינמפארמאציע, וועלכע קהילה אדער חסידות, זייער עלטער, וכדומה לזה

עס איז א קליינע טירחא, וואס קען ברענגען אסאך גוטע פירות, איך וויל בעטן מען זאל ביטע ממלא זיין דער בקשה, און זיין א זוכה ומזכה את הרבים!

מען קען הערן אלע אפדעיטס אויף די בוני עולם אינפארמאציע האטליין

718-889-0044

ידידכם עוז

יוסף ירמי' ליפשיץ
ת'הא ש'נת פ'רנסה ה'רחבה'דיג
[email protected]
אוועטאר
bundel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

אין דא איז א בילד פין די דברים חוצבים פין הרב טירנויער (נישט שומרי שבת רב)
אין אויך א חלק פונעם ציבור
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (233.24 KiB) געזען 2572 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (123.31 KiB) געזען 2582 מאל
היים שפראך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:04 pm

Re: בוני עולם יוצאים ביד רמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היים שפראך »

אביסל זכרונות פון די בוני עולם נסיעה קיין אושוויץ!!!

"אוישוויץ" א פלאץ פון פיין און ליידן!!!!!

"אוישוויץ" א פלאץ ווי אונזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן!!!!

"אוישוויץ" א פלאץ ווי כלל ישראל איז אדרוך די גרעסטע און ערגסטע חרבן!!!!!

"אוישוויץ" א פלאץ וואס סימבאליזירט דעם נצח ישראל לא ישקר!!!!!

פארן זיך א הייפעלע אידן צום גיהנום אויף די וועלט, צו זען אביסל פון דערנאנט די גרעסטע חרבן וואס כלל ישראל איז אריבער זייט חרבן בית המקדש, וואס האט פאסירט ממש ווי אין אונזערע צייטן, ביי אינז אין בעק יארד קוים מיט אכציג יאר צוריק, שוין אויף די באס איז די ליפט געווען ערנסט און געדעכט, ווען אונז מאכן דעם וועג קיין אוישוויץ, אונזערע עלטערען זענען געפירט געווארן מיט געוואלד צונויף געפרעסט אויף בהמות וואגאנען, אבער יעצט פארן מיר מיט באקוועמע קאטש באסעס. נאכן פארן א וועג פון בערך צוויי שעה, איז מען אונגעקומען קיין אוישוויץ, דער עולם איז אראפ פון די באסעס, און מען איז אריין אין אונטער א דעכל, ווייל א אוישוויצער רעגן האט אונגעהויבן צו גיין, מען האט אויסגעטיילט די טיקעטס פארן ציבור. נאכן אריבער גיין סעקיוריטי, האט מען אויסגעטיילט רעגן מאנטלען פון אלע קאלירן, אזוי אויך העד פאנס צו קענען אויסהערן די טור-גייד.

א קאלירפולע ציבור (תרתי משמע), איינקלעך פון אידן וואס זענען נעבעך אריבער געגאנגען דעם שווערן גיהנום, האבן זיך ארויסגעלאזט צו זען אביסל וואס אונזערע עלטערען זענען דא אריבער. אונז זענען אריבער א פלאץ ווי מ'האט געהערט אויסרופען נעמען פון אידן וואס זענען ליידער געהרגעט געווארן דא אין אושוויץ, נאכן גיין אפאר מינוט, זענען מיר געשטאנען בייַ די באקאנטע געיט, וואס שטייט, "ארבעט מאכט פריי" דער עולם האט זיך דארט געשטעלט בילדערן. מ'איז תיכף געגאנגען ווייטער, ווי מ'איז אריין אין א בנין, וואס איז ביים קריג געווען אפיסעס פון די נאציס, דארטן האט מען היינט אויסגעשטעלט א מוזעאום, ווי מ'האט אויסגעלייגט איבערבלייבענישן פון קריג, וואס זענען ווי א בלאסע עדות וואס אונזערע עלטערען זענען דא אריבער געגאנגען.

דער עולם האט זיך צוגעהערט צו די טור-גייד, וואס האט פארציילט וואס די אלע בילדער וואס האבן געהאנגען אויף די ווענט מיינען, דערנאך האבן מיר געזעהן די אלע שיך, טליתים, רענצלעך, קליידער און נאך חפצים, פון די אומגעקומענע על קודיש השם. איך האב מיר פארבירט פארצושטעלן אז אונטער יעדע פאר שיך, טלית, גלעזער, איז געווען א לעבעדיגע מענטש, וואס האט געוואלט לעבן פונקט ווי אונז אלע. א סקרוך איז אריבער אין אונזערע ביינער, ווען ס'איז געוויזן געווארן, האר און אש, פון די אלע קדושים. נאכן אריבער גיין דעם גאנצן מוזעאום, איז מען ארויס צו די גאס, אויף די וועג צו די איינציגסטע גאז קאמער פון אושוויץ וואס איז געבליבן גאנץ.

אויף די גאנצע וועג צו די גאז קאמער, איז מען געגאנגען מיט אראפ געלאזטע קאפ ווען איך טראכט צו מיר,
אונז גייען יעצט עכט זיין אין א פלאץ פון שחיטה און טויט,
א פלאץ ווי מען האט פארבירט צו אונגאנצען פארטיליגן דעם אידישן פאלק, א פלאץ ווי מען האט געוואלט אז דער אויסדערוועלטער פאלק זאל ח''ו מער נישט עקזיסטירן.
אבער ניין דו רשע, ס'איז דיר נישט געלונגען, מיר זענען צוריק געקומען דיר זאגן, אז נצח ישראל לא ישקר, מיר זענען דאָ, און מיר בלייבן דא.
נישט נאר וואס מיר זענען דא, נאר מיר אלע וועלן העלפן איינדערע אידן אראפברענגן נאך אידן, אויף דער עולם!!!!
ווייל מיר זענען א סימבאל פון ערליכע נקמה אנטקעגן די שלעכט פון אמאל!!!

ממש פארן אריינגיין אין די גאז קאמערן, האט מען געזען א תל'י, מיט וואס מען האט הינגעריכטעט דער הויפט פון אושוויץ, גאנץ א קנאפע נקמה, אבער דאך עפעס. מיר זענען אריין צו די גאז קאמערן, ווען איך זאג מיך אונטער אפאר קאפיטלעך תהילים א פלאץ ווי אזויפיל אידן, האבן געאטמעט זייער לעצטע אטעם פארן אייבערשטען, איז זיכער א מקום קיבל תפילות.

די גאז קאמער איז א קליינע פלאץ, טונקל און פארכעמארט, הארטע ווענט און א שטיינערדגע ערד, ס'איז שמאל און לאנג, אויבען ביים דאך זעט זיך אן אזלעכע קליינע לעכער, פון ווי די פארסאמטע גאז איז אריינגעקומען, ביים ארויסגאנג איז דא א שווערע טיר, וואס האט אפגעהאלטן די גאז פון ארויסגיין, נאכן טיר קומט מען אן צו די קרנמאטרימס, דארטן האט מען גענומען די הייליגע גופים, און זײ ליידער פארברענט אויף אש.

א טרער נאך א טרער גיסן זיך פון מיינע אויגן זיך טרעפנדיג פנים על פנים מיט די פלאץ ווי קיין מענטש אויף דער וועלט וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן אז ס'וועט עקזיסטירן. אבער ליידער ליידער איז דאס געווען די ווירקליכע ווארהייט.

ועל זה היה דוה לבנו!!!

איך קוק זיך אים און איך פרעג די פיר ווענט, ווי האבן ענק געקענט זיין שטיל?? וויאזוי האבן ענק געקענט מיטגעהאלטן יעדן טאג אזלעכע שווערע סצענעס?? פארוואס האבן ענק נישט געמאכט א ווי געשריי אז די דייטש זאל נישט קענען אויספירן איר ברוטאלע ארבעט??? אבער די ווענט ענטפערן מיר צוריק מיט א שטימע שפראך, גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהרר! אינז האבן בלויז געטוהן דעם רצון השם.....

נאכן ארויסגיין פון די גאז קאמער איז מען ארויף אויף די באסעס ווי מען איז צוגעפארן צו בארקאניוו א שוועסטער לאגער פון אושוויץ.

נאך פינף מינוט פארן איז מען אפגעשטיגען אין בערקנאוו לאגער.

און בערקנאוו איז דא די באקאנטע שינעס, ווי די באנען וואס האבן געפירט אונזערע עלטערען, זענען געפארן, מיר האבן אראפשפאצירט א שיינע שטיקל מהלך באנזאם מיט די שינעס, ווען אויף די גאנצע וועג פון ביידע זייטן, זעט זיך אן די באראקן, ווי די אידן זענען געהאלטען געווארן. ר' ישראל שטערן האט אויף די וועג פארציילט אביסל א טיפא מן הים, וואס מען איז אלטץ דא אריבער געגאנגען, אונמיטן וועג האט מען געזען א בהמה וואגאן, דער עולם האט זיך דארט אפגעשטעלט פאר א וויילע, בשעת משלינגט מיט דארשט די ווערטער פון ר' ישראל. מען האט ווייטער ארויפגעגאנגען, ביז מען איז אונגעקומען צו די איינדערע זייט, פון בערקנאוו, ווי דארט איז געווען א מעמד זכרון ווי מ'האט קודם געזאגט משניות לע"נ די קודשים, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, ר' ישראל שטערן האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע געדאנקן וואס מען קען פון דא ארויס נעמען, און ער האט געבעטן הצדיק ר' שלמה באכנער זאל קומען רעדן. ר' שלמה האט גענומען די מייק און די הענט, און מיט א קול געשטיקט מיט טרערן ארום גערעדט וואס זיין טאטע "וואס מ'איז נאך און די שלושים פון זיין פטירה איז אריבער ביים קריג, ר' שלמה האט אויסגעפירט, אז אונז אלע וועלן העלפן מ'זאל זען א נקמה אונעם דייטש, מיט דעם וואס מיר וועלן העלפן אידן וואס ווארטן אויף קינדער זאלן געהאלפען ווערן. נאכדעם האט אויך אויפגעטרעטן, הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א און גערעדט דבורים מנהמת לבו, איבער די גרויסע חרבן, וואס כלל ישראל איז אריבער. נאכן דרשה פונעם דיין שליטא, האט ר' ישראל שטערן פארגעזאגט קינות אויף די חרבן ווי די עולם האט נאכגעזאגט מיט געוויין, נאך די קינות האט מען ווייטער געזינגען ניגונים, נאך די מעמד איז מען אביסל ארום געגאנגען, זען פון אינעווייניג די באקאנטע באראקן ווי אונזערע עלטערן זענען געהאלטן געווארן.

און פון דארט איז דער ציבור געגאנגען ארויף אויף די באסעס צוריק קיין קראקע, ווען פון יעדנס הארץ זינגט זיך, נקום נעם נקמה שיק שוין דיין נחמה, נאר די הייליגע באשעפער, קענסט נקמה נעמען אין די דייטשע רשעים!!!!

נקום נקמת דם עבדך השופך!!!!! אינז זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו פארשטיין פארוואס כלל ישראל איז געפריווט געווארן מיט אזא ביטערע ניסיון!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”