ביליגע קאלינג קארד מיט קאסטום מעניו אפציעס

אינפארמאציע און הילף איבער טרעוול

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טעמפארערי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 10:27 pm

ביליגע קאלינג קארד מיט קאסטום מעניו אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפארערי »

ניין, מיר קומט נישט קיין שלום עליכם, איך האב ב"ה אן אקטיווע ניק דא אויפן עולם, נאר וויבאלד איך האב באקומען די אינסטרוקציעס פון א חבר מיינער וואס קען דא ליינען, און עס פאוסטן מיט מיין געווענדליכע ניק קען ברענגען א געפאר פון גילוי, האב איך מיר געמאכט א טעמפארערי ניק פאר דעם אשכול.

דיסקרעמער: דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט, איך האב נישט קיין שום טובת הנאה פון דעם, איך שרייב עס נאר ווייל איך האלט אז דאס קען שפארן אסאך געלט פון קאלינג קארד באנוץ.

מיט די הילף פון א ידיד מיינער האב איך ב"ה אויפגעסעט א אייגענע (dedicated) טאל-פרי נאמבער מיט א קאסטום פאון מעניו וואס מען קען אנשטעלן צו וואו עס זאל זיך קאנעקטן (למשל ווען מען דריקט 1 קלינגט דאס צום היים נאמבער, 2 צום סעל וכו') וואס מיינע קינדער נוצן אהיימצורופן פון קעמפ, עס איז היפש ביליגער ווי די אלע קאלינג קארדס וואס זענען אויף די מארקעט, און מען קען נישט רופן קיין שום אנדערע נאמבער חוץ פון די וואס מען האט אריינגעלייגט. עס איז רעלאטיוו גרינג דאס אויפצוסעטן מען דארף נאר אביסל געדולד.

די פרייז דערפון קומט אויס אזוי: די טאל-פרי נאמבער קאסט $2 א חודש (מען קען דאס קענסלען סיי ווען), א יעדע קאל צו די טאל-פרי נאמבער קאסט 2.2¢, דערנאך קאסט עס 1.3¢ א מינוט.

מען קען דאס נוצן פון סיי וועלכע פאון אחוץ פון די ספעציעלע קעמפ פאונס וואס מען קען נאר נוצן מיט יענע קאמפאני'ס קאלינג קארד, דערפאר איז ראטזאם זיך צו אינטערעסירן בעפארן אויפסעטן די פראיעקט וועלכע טעלעפאנען זענען דא אין אייער קינד'ס קעמפ.

פאלגענד זענען די סטעפס:
    1) גייט צו https://www.twilio.com קליקט Signup אדער Get a free API Key, לייגט אריין אלע אינפארמאציע (עס מאכט נישט אויס וואס מען לייגט אריין אין די אלע דראפדאונ'ס), דערנאך וועלן זיי בעטן א פאון נאמבער וואו זיי קענען וועריפייען דורך טעקסט אדער וואויס און דערנאך האט איר שוין א טרייעל אקאונט וואס האט א שטיקל באלאנס (איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל) וואס מען קען נוצן צו אויספרובירן.

    2) דערנאך דארף מען מאכן א Greeting וואס איז אן אודיא פייל וואס מען זאל הערן בשעת מען רופט אריין די נאמבער (צו רופן אינדערהיים דריק 1 וכו'), און דאס אפלאודן ערגעץ אויף די וועב פון וואו Twilio זאל דאס קענען עקסעסן (זיי האבן נישט די אפציע פון אפלאודן אויף זייער סייט אליינס) למשל אויף דראפבאקס, מען דארף האבן א דירעקט לינק צום פייל אליינס דאס הייסט אז די לינק זאל זיך ענדיגן מיט .mp3 די שעירד לינק אליינס איז נישט גענוג, וויאזוי באקומט מען א דירעקט דראפבאקס לינק ? נאכדעם וואס איר האט די שעירד לינק, פעיסט דאס אריין אינעם אדרעס באר פונעם בראוזער, ריפלעיס די קערעקטערס www מיט dl און דריקט ענטער, וועט איר ווערן רידיירעקטעד צו די דירעקט לינק צו די פייל, קאפיט דעם לינק און לייגט דאס אוועק אין א טעקסט פייל.
כדי צו אויפסעטן א פאון מעניו דארף מען מאכן א זאך וואס זיי רופן א TwiML App, עס זענען דא פארשידענע וועגן דאס צו טון, מיר וועלן נעמען די גרינגסטע וועג:

    3) קאפיט דעם פאלגענדן לינק:

    קאוד: וועל אויס אלע

     http://twimlets.com/forward?PhoneNumber=12124441100 
    

    פעיסט דאס אריין אין א טעקסט פייל, טוישט די נאמבער אינעם לינק צו א נאמבער צו וואו איר ווילט פארווערדן (למשל אייער סעל), למשל די לינק זעהט יעצט אויס אזוי: http://twimlets.com/forward?PhoneNumber=12124441100 טוישט דאס צו http://twimlets.com/forward?PhoneNumber=18457381100 , (עס דארף זיין א 1 בעפאר די נאמבער) דערנאך קאפיט דעם פרישן לינק.

    4) גייט צו https://www.twilio.com/labs/twimlets קליקט Simple Menu סקראלט אראפ ביז אונטן ביי Try It Out, פעיסט אריין די דראפבאקס לינק אין די Message באקסל, דערנאך לאמיר מאכן די מעניו אפציעס: ביי Press לייגט אריין למשל נאמבער 1 און ביי Go To לייגט אריין די לינק וואס איר האט אינעם טעקסט פייל, דאס מיינט אז ווען מען וועט דריקן נאמבער 1 וועט עס ווערן געפארווערד צו די נאמבער וואס איר האט אריינגעלייגט, דערנאך גייט צום טעקסט פייל וואו איר האט דעם לינק, טוישט די נאמבער אינעם לינק צו אן אנדערע נאמבער צו וואו איר ווילט פארווערדן (למשל אייער היים נאמבער), קאפיט דעם לינק און גייט צוריק צום Twilio פעיזש, קליקט דעם + קנעפל, ביי Press לייגט אריין למשל נאמבער 2 און ביי Go To לייגט אריין די איבערגעמאכט לינק, און אזוי ווייטער פאר יעדע מעניו באטן וואס ווילט נוצן, דערנאך וועט איר האבן א לאאאנגע לינק אונטן ביי די Resulting Url, קאפיט דעם לינק און לייגט דאס אוועק אינעם טעקסט פייל.

    5) יעצט האבן מיר שוין גרייט דעם לינק וואס מיר דארפן, גייט צו https://www.twilio.com/console , אויבן אויף די לינקע זייט פונעם פעיזש קליקט אויף די רינדעכיגע באלי וואס האט 3 פינטלעך אינסייד, וועט זיך עפענען א גאנצע ליסטע מיט פראדוקטן, קליקט אויף Programmable Voice, דערנאך Tools, דערנאך Create new TwiML App, ביי Friendly Name לייגט אריין עפעס א נאמען פאר די עפפ למשל Calling Card, ביי Request URL לייגט אריין די לאאאנגע לינק וואס איר האט פריער באקומען, קליקט Save און יעצט האבן מיר שוין א TwiML App וואס הייסט Calling Card לאמיר יעצט גיין קויפן א פאון נאמבער.

    6) קליקט נאכאמאל די רינדעכיגע באלי און סעלעקט Phone Numbers, דערנאך Buy a Number, קליקט אונטן Show Advanced Search, ביי Type טשעקט Toll-Free און ביי Capabilities טשעקט Voice, דערנאך קענט איר זוכן פאר א נאמבער וואס איר גלייכט, קליקט Buy און קאנפירמד אז איר ווילט קויפן דעם נאמבער.

    7) קליקט אויבן Manage Numbers, קליקט אויפן נאמבער וואס איר האט געקויפט, גייט צו די Voice & Fax אפטיילונג ביי Configure with סעלעקט TwiML App און ביי TwiML App סעלעקט Calling Card אדער די נאמען וואס איר האט געגעבן, קליקט Save און מיר האבן ענדליך א פארטיגע מעניו! רופט אריין די נאמבער און פרובירט דאס אויס אויב אלעס ארבעט ווי ערווארטעט.

    8) ווילאנג די אקאונט איז א טרייעל וועט מען הערן א מעסעזש ווען מען רופט אריין די נאמבער אז עס איז א טרייעל, ווען אלעס קלאפט איז צייט צו אפגרעידן די אקאונט. קליקט אויבן אויף די רעכטע זייט Upgrade דערנאך לייגט אריין די קק אינפארמאציע אדער פעיפאל, איך האב געזוכט פראמאשן קאודס אנליין און נישט געטראפן איינס וואס ארבעט, האב איך געטשעט מיט זיי און געפרעגט צו זיי האבן עפעס פראמאשן קאודס, האט יענער געענטפערט אז נישט אבער אויב איך וועל אפגרעידן יעצט וועט ער מיר צולייגן עקסטערע $10 צו מיין אקאונט, פרובירט צו טון די זעלבע.
איי וועט איר פרעגן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אזוי שפעט דאס צו פאוסטן נאכדעם וואס יעדער האט זיך שוין איינגעהאנדלט קאלינג קארדס ? די תירוץ איז אז די ארטיקל איז שוין געווען מער ווייניגער גרייט א וואך צוריק, נאר וויבאלד איך בין נישט געווען זיכער אז עס ארבעט פון א Payphone האב איך עס נאכנישט געוואלט פאוסטן כדי נישט אריינצונארן מענטשן, אבער יעצט האב איך געבעטן איינער פון קעמפ עס צו אויספרובירן און עס ארבעט ב"ה, לייג איך עס יעצט ארויף לטובת הציבור.

א געזונטן זומער, בשורות טובות.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

טענקס פאר די תגובה, איך גלייב אז אסאך וועלן קענען הנאה האבן דערפון!
...
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

עין טובה האט געשריבן: טענקס פאר די תגובה, איך גלייב אז אסאך וועלן קענען הנאה האבן דערפון!


האט איר דאס אויפגעסעט?
מיר וואלט עס גענומען א האלבע שעה
און איך וואלט געשפארט דעם צוואנציגער וואס עס קאסט מיר פאר די קינדעלעך שיחיו
אפשר שרייבט איר עס מער צוגענגליך פאר א קלענערע לעוועל פראגראמעס ווי איר זענט?
ווען עס וואלט גיך געגאנגען וואלטן דא געווען פיל תגובות
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איך האב עס נישט געשריבן.. איך האף אז מענטשן וועלן הנאה האבן דערפון. זה הוא
...
טעמפארערי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 10:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפארערי »

מען קען שוין אפלאודן פיילס אויף זייער סייט און מען דארף עס נישט לייגן אויף דראפבאקס וכדו', מען אפלאוד דא ארויף די פייל און מען באקומט א לינק דערצו. https://www.twilio.com/console/runtime/assets/public

עני העלפ שעמט אייך נישט צו בעטן.
בשורות טובות
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

איי וועט איר פרעגן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אזוי שפעט דאס צו פאוסטן נאכדעם וואס יעדער האט זיך שוין איינגעהאנדלט קאלינג קארדס ? די תירוץ איז אז די ארטיקל איז שוין געווען מער ווייניגער גרייט א וואך צוריק, נאר וויבאלד איך בין נישט געווען זיכער אז עס ארבעט פון א Payphone האב איך עס נאכנישט געוואלט פאוסטן כדי נישט אריינצונארן מענטשן, אבער יעצט האב איך געבעטן איינער פון קעמפ עס צו אויספרובירן און עס ארבעט ב"ה, לייג איך עס יעצט ארויף לטובת הציבור.

עס פאסירט אז ביי געוויסע ארבעט עס און ביי געוויסע פעיפאונס ארבעט עס נישט, אזוי האב איך געהאט ביי RING CENTRAL, איך האב געבאלאקט פעי פאונס און עס האט געארבעט ביי געוויסע,
מען ברויך מאכען זיכער אז זיי רעכענען נישט .99 צענט פאר א פעי פאון
ביטע אפדעיטען
יישר כח
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8915
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טעמפארערי האט געשריבן: ניין, מיר קומט נישט קיין שלום עליכם, איך האב ב"ה אן אקטיווע ניק דא אויפן עולם, נאר וויבאלד איך האב באקומען די אינסטרוקציעס פון א חבר מיינער וואס קען דא ליינען, און עס פאוסטן מיט מיין געווענדליכע ניק קען ברענגען א געפאר פון גילוי, האב איך מיר געמאכט א טעמפארערי ניק פאר דעם אשכול.


טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: איי וועט איר פרעגן פארוואס האסטו זיך דערמאנט אזוי שפעט דאס צו פאוסטן נאכדעם וואס יעדער האט זיך שוין איינגעהאנדלט קאלינג קארדס ? די תירוץ איז אז די ארטיקל איז שוין געווען מער ווייניגער גרייט א וואך צוריק, נאר וויבאלד איך בין נישט געווען זיכער אז עס ארבעט פון א Payphone האב איך עס נאכנישט געוואלט פאוסטן כדי נישט אריינצונארן מענטשן, אבער יעצט האב איך געבעטן איינער פון קעמפ עס צו אויספרובירן און עס ארבעט ב"ה, לייג איך עס יעצט ארויף לטובת הציבור.

עס פאסירט אז ביי געוויסע ארבעט עס און ביי געוויסע פעיפאונס ארבעט עס נישט, אזוי האב איך געהאט ביי RING CENTRAL, איך האב געבאלאקט פעי פאונס און עס האט געארבעט ביי געוויסע,
מען ברויך מאכען זיכער אז זיי רעכענען נישט .99 צענט פאר א פעי פאון
ביטע אפדעיטען
יישר כח


נו, ר' טובי מאיר!!
:lol::lol::lol:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
זיסע לאקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:08 pm

Re: ביליגע קאלינג קארד מיט קאסטום מעניו אפציעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע לאקשן »

נישט זיכער צו דאס איז די גוטע אשכול, איך זיך א גוטע קאלינג קארד צו קענען רופן צו ארץ ישראל סעלפאונס, any recommendations?
שרייב תגובה

צוריק צו “טרעוול און וואקאציע”