וואס איז די מקור נישט צו רופן צדיקים אויף זייערע ספרים?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: וואס איז די מקור נישט צו רופן צדיקים אויף זייערע ספרים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
בריסקער רב איז אמאל געווע אויף קור, אין מארינבאד צו קרעניץ, האט ער זיך אנגערופן אז מען קען זעהן אז צדיקים במיתתם קרוים חיים, ווייל ווי מען גייט הערט מען רעדן פון דער רב זכרונו לברכה.
דאס איז געווען אין קרעניץ בגליל צאנז. (דער בריסקער רב איז אין מארינבאד קיינמאל נישט געווען)
שטומט, אבער איז מען איז אהין געקומען פון בריסק, איז מען אהין געקומען מכל רחבי גאליציא, און דאס איז געווען די שפראך.
ייחוס זוכער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: וואס איז די מקור נישט צו רופן צדיקים אויף זייערע ספרים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

כ' ווייס נישט צו ס'איז א קפידה אבער סאיז א דבר ברור אז אין גאליציע האט מען נישט גערופען מיטן נאמען פון ספר, מען קען ברענגן צענדליגע דוגמאות, למשל די בעלזע רעבעס האבן גערופען דעם בני יששכר רבי ר' הערש מיילעך, צאנזער רב, ראפשיצער רב, ר' מאירל אפטער, קאזניצער מגיד, אפטער רב,רבי ר' הערש רימנובער, ר' הערשלע זידיטשויבער, סטרעליסקער, רבי ר' בער,רבי ר' מיילעך, ר' שלמה לוצקער, דער רבי פון לובלין[אדער ר' איציקל לאנצוטער], און אזוי נאך אסאך, אפילו די אלע האבן געמאכט באוויסטע ספרים , מען דארף טאקע מברר זיין וואס איז די סיבה פון דעם, אדרבה ווער ס'ווייסט זאל זיך אהנרופען
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: וואס איז די מקור נישט צו רופן צדיקים אויף זייערע ספרים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

ראיתי פעם בספר תולדות הה"ק מהרי"א מזידיטשויב זי"ע (אינו כעת תח"י) שהי' נוהג בשעת לימודו להוציא שם המחבר (במילואו) בפיו למשל בלומדו מהרש"א זאגט רבינו שמואל אליעזר הלוי וכו'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”