וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:42 pm
באקומען א פראגע אין אישי:

די מציאות איז אבער פארקערט, אז בשעת ווען די לינקע זענען טאקע מער אנטי רעליגיע, און יעצט ביים מלחמה זענען זיי אנטי הארגענען אומשילדיגע מענטשן, (אן אריין גיין צו די עזה איינוואוינער זענען טאקע אומשילדיג. רוב וואס שרייען די ארגומענט האלטן טאקע אז זיי זענען אומשילדיג) און זיי זענען קעגן ארויף צווינגען רעליגיעזע ווירדן אויף אנדערע, אבער די עצם יוד האבן זיי נישט פיינט, און וועגן דעם טאקע וועט מען זעהן אז רובא דרובא פונעם יודישן פאלק וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות אידענטיפיצירן זיך מיט די לינק געמיינדע, וויבאלד דארט ליבט מען יעדע מענטש אפגעזעהן זיין רעליגיע און זיין בעקגראונד. מה שאין כן אין די רעכטע לאגע וועט מען סאך מער טרעפן די ווייסע סעפרעטיסן און נאצי סימפאטיקע וואס האסן די יוד נישט ווייל ער איז רעליגיעז, נאר וויבאלד ער איז א יוד. פשוט וויבאלד ער האט א יודישע אפשטאם.

און איך מיין אז לויט דיין עקלערונג איבער די מאטיוון וואס ברענגען פיינט צו האבן דעם יוד, וואלטן די פאקטן געדארפט זיין אויסגעדרייט. פארשטייסט מיין פוינט?
די ווייסט? אדער אזוי זאגט ער דיר?
מיין 6'סטע חוש זאגט מיר אז זיי האבן טאקע פיינט דעם יוד שנאת מות! (אזוי האלט איך) די שאלה איז ווען די שנאה וועט ארויסקומען (ח''ו) האפנטליך מיט משיח'ן אינאיינעם ווען השי''ת וועט זיי פארטיליגן זיי זענען די כח הרע פון די וועלט!!
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .
אוועטאר
Sunflower
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

@בן דרוסאי יעצט פארשטיימער גאר גוט פארוואס איצטערט אינעם מאנאט יוני זעהט מען די פרא כאמאס טאוולען ביינאזאם מיט די קאלירטע פענער וואס שטייען פאר תאווה און פרקות עול.
🌻 🌻 🌻
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 8:31 pm
באקומען אין אישי פון א קלוגער איד:

למעשה, סתם אנצומערקן, היטלער שרייבט אין 'מיין קאמפף' א לאנגס און א ברייטס איבער דעם מאראלישן איד, ער זאגט בתוך הדברים 'אז עס וועט זיך געפונען אויפן וועלט בלויז איין מענטש, וועלכער שטאמט פון אידן, אפילו ער האט שוין לאנג פארגעסן זיין גלויבן, וועט זיין גאנצע געגנט שפירן שולדיג ביים באגיין אן אוממאראלישע אקט.
אויב איך געדענק גוט, שרייבט ער אויך אז ער האט פיינט דאס אידישע פאלק וויבאלד דורך זיי איז אנטפלעקט געווארן די צען געבאטן.



ישר כח בן דרוסאי שוין לאנג נישט געלייגט אזא שיינעם שרייב ארבעט.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

די אלע וואס וואס ווייסן וואס היטלער שרייבט אין זיין בוך וועגן יודען זענען מכובד צו ברענגן גאנצע מאמרים,
נישט בלויז ארויסשניידן שטיקלעך צו שטופן געוויסע הנחות.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

טעוועליך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:09 pm
בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 5:50 pm
pdf?
בן דרוסאי - וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם.pdf
שכויעך
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שטארקע נקודה!
גוטע פעדער!
חזק
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

@בן דרוסאי א גרויסן דאנק פארן ארטיקל, ווען איך געזען דעם קעפל בין איך ווייטער געגאנגען זיך פארשטעלענדיג אז דא קומט א שמועס אין צירקלען... די אינהאלטסרייכע ארטיקל איז געווען א סורפרייז...

לעצם הענין, מובא בקדמונים (איך געדענק נישט יעצט די מקור) אז די שנאה לישראל האט דער אייבערשטער באשאפן כדי צו אפזינדערן דעם יוד פונעם גוי, ממילא ווען נישט העלפן וואס א איד וועט זיך אסימילירן, הערשט דאן וועט דער אייבערשטער אויפוועקן די שנאת ישראל.

איך וויל נישט אפפרעגן נאר מוסיף זיין, מיט דעם איז פארשטענדליך די שנאה וואס האט שוין געהערשט אין מצרים אין נאך פריער. הפך ליבם לשנוא עמו.
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הערליך טיעף און thought provoking!

א ריזן דאנק @בן דרוסאי !
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:42 pm
באקומען א פראגע אין אישי:

האסט געשריבן אן הערליכע שיינע אינהאלטסרייכע ארטיקל. גוט צולייגט, קלאר צאמגענומען, הערליך מסביר געווען, ממש א פראכט און א שלימות פון אן ארטיקל.

איך האב נאר איין הערה וואס כוואלט געוואלט פארשטיין. לויט דיין עקלערונג קומט אויס אז די סיבה פארוואס די גוי האסט דעם יוד איז וויבאלד ער וויל טון וואס אימער ער גלייכט, און ווען דער יוד קומט אין זיין בארירונג שפירט ער זיך שלעכט און גילטי צו טון וואס ער וויל, און ער פילט א פליכט און א פאדערונג זיך אויפצופיהרן מער מאראליש.

אין אנדערע ווערטער דער יוד ווייזט אים ווי נידעריג דער גוי איז.
איך האף אז כהאב עס גוט פארשטאנען.

איז לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע לינקע באוועגונג וואלט געדארפט זיין די שטערקסטע אנטיסעמיטן, זייענדיג באזירט אויף קענען טון וואס אימער סלאזט זיך, און די מער רעכטע מעסיגע וואס זענען דא פאר מאראלישע יומעניטי, און שטיפט אן עטישע מאראלישע לעבן וואס איז פיל מיט ריכטיגע ווירדן און נישט קיין לייכזיניגע לעבנס-אויפפירונג ווי יעדער טוט וואס ער וויל, זיי וואלטן געדארפט מער ליבן די יודן, זייענדיגע די וואס זוכן מער מאראליטעט.

די מציאות איז אבער פארקערט, אז בשעת ווען די לינקע זענען טאקע מער אנטי רעליגיע, און יעצט ביים מלחמה זענען זיי אנטי הארגענען אומשילדיגע מענטשן, (אן אריין גיין צו די עזה איינוואוינער זענען טאקע אומשילדיג. רוב וואס שרייען די ארגומענט האלטן טאקע אז זיי זענען אומשילדיג) און זיי זענען קעגן ארויף צווינגען רעליגיעזע ווירדן אויף אנדערע, אבער די עצם יוד האבן זיי נישט פיינט, און וועגן דעם טאקע וועט מען זעהן אז רובא דרובא פונעם יודישן פאלק וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות אידענטיפיצירן זיך מיט די לינק געמיינדע, וויבאלד דארט ליבט מען יעדע מענטש אפגעזעהן זיין רעליגיע און זיין בעקגראונד. מה שאין כן אין די רעכטע לאגע וועט מען סאך מער טרעפן די ווייסע סעפרעטיסן און נאצי סימפאטיקע וואס האסן די יוד נישט ווייל ער איז רעליגיעז, נאר וויבאלד ער איז א יוד. פשוט וויבאלד ער האט א יודישע אפשטאם.

און איך מיין אז לויט דיין עקלערונג איבער די מאטיוון וואס ברענגען פיינט צו האבן דעם יוד, וואלטן די פאקטן געדארפט זיין אויסגעדרייט. פארשטייסט מיין פוינט?




היות איך בין נישט באקאנט מיט לינק און רעכט, בין איך מכבד א צווייטן צו ענטפערן.
דער ענטפער איז לכאורה פשוט.

רעכטע אנטיסעמיטן זענען בכלליות מענטשן-האסער. זיי האבן פיינט שווארצע, זיי האבן פיינט אימיגראנטן ביסודו, זיי האבן פיינט דער אזיאנער, און זיי האבן פיינע ווער עס איז נישט ווי זיי.

משא"כ ביי די לינקע וואו זיי זענען דאך אזוי אזוי טאלארירנד פאר יעדן שווארציאר, און אויב עפעס איז דער אנדערשקייט פון קולטור און דאס זיין א מינאריטעט בלויז א מעלה ביי זיי. ווידער ווען עס קומט צו די אידן האסן זיי אונז (די פרינדזש לינקע עקסטרעמיסטן ווייזן נאך אזא אנטיסעמעטיזים ווי די פרינדזש רעכטע נאציס). סאו דאס איז בלויז פון דער אור-אלטער אנטיסעמיטיזים.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

געוואלדיגע דיבורים כבוד הרב !!!!

א קליינע אדעמדעם וואלט איך געוואלט צילייגן און דאס איז אז מאנכע מיינען אז ווען מ'גייט ווערן טשילערס גייט דער גוי ווערן דיין חבר ,
אבער למעשה שטעלט זיך ארויס פונקט דאס פארקערטע ,אז ווי מער טשילער מען ווערט וויל ער דיר מער הארגענען און די סיבה קען
זיך אפשר הערן אינטערעסאנט אבער טראכט אריין און העסט זעהן אז דאס איז אמת ויציב, פשט איז אזוי : יעדע גוי ווייסט פון דעם
בראשית בשביל התורה און בשביל ישראל און דערפאר האט ער בכלל נישט קיין פראבלעם ווען אידן דרייען איבער די שטאט, ווייל ער
ווייסט אז ווען נישט דעי פאלק וואלט ער מיט זיין קלאב שוין לאנג נישט עקזעסטירט, זיין גאנצע עקזיסטענס איז נאר בזכות פון דעי פאלק,
און אזוי אויך האט ער נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם אז די אידן האלטן זיך העכער (ראסיסטן ?) און אז זיי לאכן אפ פון די וועלט
און זיי גייען אנדערש ווי די גאנצע וועלט אנגעטוען, וויבאלד זיי ווייסן אז דאס זענען די אויסדערוועלטע פון גאט וואס האבן א געטליכע
לעבענסשטייגער, דאס איז א דבר ברור גיי צוריק און היסטאריע און זעה וויאזוי די וועלט האט זיך באצויגן צו אן ערליכער איד, דער
גוין האט געקיקט מיט שעצונג אויף דעם ערליכען איד און ער האט געהאט אין אים א טראסט מיט די אלע בגדים וכו'.

די פראבלעם געשעהט ווען דער עולם וויל ווערן טשילערס דהיינו אז מהייבט אן מסבר זיין פאר די וועלט אז אונז זענען פונקט אזויווי
יעדעם איינער און מ'גייט ווייזן ווי גיט אונז קענען סעקולארע לימודים און אז אונז ווייסן אויך וויאזוי צו מאכן א מאדערענע חתונה און
וויאזוי אנציטעון די פרויען, דער איז א רעפאבליקן און דער א דעמעקראט, דאן ווערט דער גוי זייער זייער אויפגערעגט ווייל די ווערסט
אויס מיוחס און די בלייבסט דיך איינרעדן אז די ביסט נאך געבליבן דער אלטער מיוחס און די קענסט איבערדרייען די שטאט מאכן
סוכות אויף די שאסיי און אפשפארן גאסן פאר גאנצע טעג דאס ארבעט שוין נישט יעצט ווייל די ביסט שוין נישט בעה''ב ער שרייט
שוין ''למה נגרע''?

הכלל: ווען הרב רויזענבלום איז ארויפגעקימען אויף א פליגער מיט זיינע ברייטע ציצית און ער האט אנגעהויבן איבערדרייען די פליגער
פאר מנחה איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען וויבאלד זיי האבן געוויסט אז דאס איז א ספעציעלער מענטש וואס מעג טוען די אלע זאכן
די וועלט באלאנגט דאך צו אים , אונז זענען דאך נאר דא בזכותו, אבער ווען דער איגערמאן מיטן סמארטפון הייבט אן איבערדרייען הייבט
ער אן טענה'ן אז עולם הזה באלאנגט דאך פאר עשו , וואס זיכסטו דארט ?

בדרך מליצה קען מען זאגן אז אפי' אין אמעריקע איז איקוואלעטי די העכסטע וועליו דהיינו אז עס זענען נישטא אזא זאך ווי קלאסן ווייסן
זיי אבער אז איינער קען זיין מער איקוואל ווי א צווייטער .
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

דער אויבנדערמאנטער קלוגער איד איז אריינגעקומען אין אישי מיט א הסבר אויפן רעכט-לינק פראגע וואס איינער האט ערווענט. דאס קומענדיגע מאל גיי איך מפרסם זיין איינס פון זיינע ניק'ס...




די לינקע אגענדע, כ'ווייס נישט וויאזוי דיר עס אראפצולייגן, צוזאמגעשטעלט לאכעדיגע פאראדאקסן, מקולי ב'ש וב'ה שסותרין זו את זו.

אבער אין קורצן ווערט געשטופט אן אגענדע אז מענטש איז קיין מענטש נישט, יומען דיגניטי איז א דמיון, יעדער איז אייניג, יעדער איז בארעכטיגט צו טון וואס ער וויל, נישטא קיין רעכטן און אומרעכטן, ס'איז דא ווייטאג ווס, עינדשוימענט, פאלאוען פילינגס ביז מען קומט אן אינעם לעצטן צימער פונעם קלאב.

יעצט דער רעכטער האלט בעצם אז מענטשהייט האט א חשיבות, ס'איז דא א געוויסע דיגניטי פון מענטשהייט וועלכע טאר נישט פארשוועכט ווערן, ביסט נישט בעל הבית אויף דיר, קענסט נישט איין טאג אפמאכן אז ביסט א פערד.

אבער, דער רעכטער האט אויך גאנץ ווייניג ווירדן, און ער האלט זיך נישט דערצו אזוי שטרענג, האלט בשיטה מער ווי ער פראקטיצירט, און שפירט מער מאראל ווי וויפיל ער וויל האלטן בשיטה.

יעצט דער רעכטער, ווען ער זעהט דעם איד, וועלכע האלט זיך יא צו ווירדן אין וועלכע דער רעכטער לייקנט נישט, און פירט איר אויס מיט געטריישאפט, דאן שפרינג ער! ער איז דערנידערט, צעקלאפט, פארשעמט, כעס'יג. טאקע ווייל ער גלייבט אין יומען דיגניטי.

משא'כ דער לינקער זיצט און לייקנט דאס גאנצע געשעפט, ער פרובירט עכ'פ צו זאגן אז מאראל טראגט נישט ביי אים קיין חשיבות, ער שטעקט אריין זיין קאפ אין זאמד, ער זינגט א גאנצן טאג דעם ניגון פון 'יעדער קען טון וואס ער וויל', אלזא שטופט ער נישט קיין אנטיסעמיטיזם.

אבער ווי פארשטענדליך האט ער אין זיך די נאטורליכע איינגעבאקענע אנטיסעמיטיזם, סיי ווייל טיף טיף אין זיין נפש שפירט ער יא אז ער איז חרוב ונחרב, ער גייט פייגערן, און זיין גאנצע 'ארמיי פון ליבהאבערס' דינען נאר פון די צוואנציג ביז די פופציג מערסטנס, ער שפירט זיך צענאר אין די אויגן די וועלכע האבן יא אביסל זעלבסט דיסציפלין, אפילו ער לייקנט עס מיט זיינע העכסטע קולות.

אלזא, ווען עס שווימט ארויף א פאלעסטינע ווס, איזראעל קאנפליקט, דאן פלאטערט דער קאלירטער פאן ביינאזאם מיטן פאלעסטינער, הגם די צוויי זענען א סתירה מיניה וביה, ווייל אויב מאראל טשעפעט אים, איז עס די אידישע ענדערש ווי די פאלעסטינע.

צוריק צום רעכטן, וועסט זעהן אז אנטיסעמיטיזם איז אייביג געגאנגען מיט אן אידעאלאגיע, קריסטנטום, איסלאם, קאמוניזם, נאציזם, גלויביג צי אומגלויביג, אן אידעאלאגישער מענטש האט א פראבלעם ווען א העכערע אידעאלאגיע פיגורירט, עס ווארפט אפ די הויכע ווירדן וואס די אידעאלאגיע וויל כאילו פארשטעלן.

משא'כ די לינקע וועלכע זענען אידעאלאגיע-לאז (חוץ אויב ס'איז דא א וואנילע אייזקריעם אידעאלאגיע) ציטערן נישט אויבנאויף פון קיין אידעאלאגיע.

למעשה, שנאת ישראל איז איבעראל, ביי יעדן שפילט עס אנדערע צייטן, און אין אנדערע פארמען.

הצלחה
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

א פעדער וואס מ'זעהט זעלטן!
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
שמות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

Re: וואס ליגט הינטער אנטיסעמיטיזם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות »

כאניש קיין איינונג וואס דו וואס זענען גענויגט צו רעכטס פראבירן זיך דא פאר ענטפערן.
ס'איז נאך נישט אריבער קיין פאר יאר ווי דווקא דו לינקע האבן אינז נישט געסטאפט צו רודפן, דעבלאזיא האט געטוויטערט אקעגן אונז געשיקט דו אינסטאנצן אונז צו רודפן, בשעת ווען אין דאמינא פארק האט מען געטיילט מאסקס האבן זיי ביי אינז געטיילט טיקעטס. אונזערע לינקע שכנים האבן זיכער געמאכט צו ריפן פאליס אז עס זאל ח"ו נישט פארקומען א מנין אויסגעשפרייט אויפן גאס. דווקא 4 אידישע דיסטריקס זענען אפיציעל געווארן מיזעלס פראבלעמן נאך פאר קאוויד און דאס האט געמאכט פראבלעמן גייענדיג אין שפיטאל נאך פאר קאוויד...
דו נ"י ליבעראלע צייטונגען און נישט ליבעראלע צו גלייך זענען אפיציעל ארום געלאפן כאפן בילדער ווי ביי אינז האט זיך איינער דערוואגט ח"ו צו גיין אויפן גאס אליינס אהן קיין מאסק... אבער נישט געהאט קיין שום פראבלעם ווען בלעק לייוו מעטער האבן געטאן ענדליך אהן קיין סאשעל דיסטענטינג...
באלד פארגעסן מ'האט אונז געכאפט ביי דו מעשה עפעס א אונטערערדישע חתונה אדער צוזאם קום...
איך פארשטיי אז דא אויפן וועלטל האט מען דאס מסביר געווען מיט תירוצים שונים. אבער דו העיט האט מען קלאר געזען און געשפירט.
(איך רעדט נישט פון דו נ"י פאסט וואס האט געקענט אראפרייסן דו אנשיקעניש פון מאסקעס אז ס'איז סתם שטותים וכו' פון איין זייט, און נאכדעם האבן א העדליין פון דו צווייטע זייט ווי א חרדישע איד גייט אויפן גאס אהן א מאסק) שוין.
און ווער געדענק דען נישט דו אלע רעד זאנעס???
דער רעכטער האט מיך פיינט צו נישט, ווי מאכט עס מיר אויס? דו לינקע וועלן ניצען אלע זייערע כחות און אינסטיטוציעס געזעצן אויסצופירן זייערע אגענדעס, ווער האט אונז צוריק געגעבן אונזערע בתי מדרשים ביי קאוויד? רעכטע גענויגטע ריכטערס!
ווער שטיפט דו גזירות החינוך ווער וויל זיך אריינמישן אין אונזערע מוסדות????
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”