לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא אשכולות איבער די געוואלדיגע עניני החכמה וואס ס'שפילט זיך אפ אין אייבערשטען'ס בריאה, ווייל זעירין אינין וואס קענען אריינרעדן און במילה האט מען פשוט מורא פון גילו ר"ל, ס'טייטש אז נאר 1-2 % היימישע אידן ווייסן אביסל (? אביסל איז צו סאך געזאגט - מעט מזעיר) אין חכמת הבריאה, איז אז די ווייסט מיזטו זיין איינער פון דע פאר.
איך האב נישט מורא ווייל איך קען נישט אויב איז דא איינער וואס קען און האט נישט קיין אימתא דצובירא איז ער מכובד צו רעדן אפאר ווערטער:
שאלה נומער איינס אויב איר קענט מסביר זיין די רש"י אין ראש השנה כג:מתני' כיצד בודקין את העדים כו' לפני החמה. החמה הולכת לעולם ממזרח לדרום ומדרום למערב וממערב לצפון שנאמר (קהלת א) הולך אל דרום וסובב אל צפוןלויט ווי איך פארשטיי גייט די זין ממזרח למערב אויף א גראדע ליניע יעדן טאג צוזאמען מיט זיין מזל אויפן זעלבן דיגרי, חוץ וואס ער ריגט זיך א משהו שבמשהו צום נעקסטן מזל, איז ווי קומט דא אריין צפון און דרום?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה. הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
ווייניג טראכן אבער וואס איז דאס? ווער האט געמאכט די אידישע לוח און ווער די גוישע? איז עס מיטגעוואקסן מיט די ביימער אין ששת ימי בראשית? וואס מיינט א יאר? און וואס מיינט א חודש? און וואס מיינט א וואך? און וואס מיינט א טאג? און וואס מיינט א שעה? און וואס מיינט א מינוט? וואס די אידישע חשבון און וואס די גוישע?
וזה החלי בעזר צורי וגואלי:
ווען די באשעפער האט באשאפען די וועלט האט דער אייבערשטער אויך באשאפען א זאך וואס הייסט זמן דהיינו, ער האט געמאכט פארשידענע זאכן זאלן זיך האלטן אין איין טוישן צום ביישפיל לעכטיג טינקל קאלט און הייס, און לויט דעם ווען א מצב שפילט זיך איבער ווערט נאך א פרעקשן פון די רעכענונג וואס מ'האט צוגעשטעלט צו דעם.
כדי די חשבונות זאלן שטימען פינקטלעך נישט מ'זאל טוהן א מלאכה מוצ"ש אויב ס'ווערט פארוואלקנט און מ'מיינט אז ס'שוין נאכט, דארף מען זען ווער איז גורם די שינוים.
יעדע חדר אינגל ווייסט שוין היינט אז די וועלט איז רינדעכיג ווי א באל כדור, מ'קען עס זען מיט די אויגן אז מ'פארט ארום די וועלט מיט א פליגער, די גורמים פון אלע שינוים זענען די כוכבים און מזלות, (זעלבסט פארשטענדליך אז איך רעד פון די סיבה און נישט פון די סיבת הסיבות, וואס איז כביכול אליין). יעדער כוכב און מזל איז געשטעלט אויף אן אנדערע דיפארטמענט.
די ערשטע און מערסט אנזעבארע שינו איז זעלבס פארשטענדליך טאג און נאכט, וואס פאסירט דורכן זין, און אויף דעם איז געבויט א טאג, דהיינו אז ווען ס'ווערט צוריק די זעלבע מצב וואס איך שטיי יעצט בעסער אז איך זעה נאכאמאל די זין אקעגן די זעלבע פלאץ פון ווי כ'האב עם פריער געזען אוועק גיין מיינט אז ס'איז נאך א טאג.
אם יקמנט הניקים, יבוא בעז"ה עוד חוקים. ואם הקוראים אינם נייגעריג, גם אני אשאר הנייר חלק.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה. הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
א) דער עצם מציאות פון צייט, דהיינו למשל אז איך הייב אויף מיין האנט פון איין פלאץ און איך וויל עס אראפלייגן א פיס ווייטער נעמט עס א געוויסע מאס צייט און ס'וועט נישט געשעהן בבת אחת אויפגעהויבן און אראפ געלייגט.
ב) דער חלק ההסכמי פון זמן, דהיינו כדי מען זאל זיך קענען צונויפרעדן וכו' [און אלע דוגמאות וואס דו האסט דערמאנט] האט מען 'מחליט' געווען אז כך וכך זמן זאל מען רופען א רגע און זעכציג דערפון א מינוט אא"וו, אבער מיט'ן אמת'ן מציאות פון זמן האט עס גארנישט, צייט זאגט ס"ה אז זאכען געשעהן נישט בבת אחת, ס'איז דא א עבר און א עתיד.
[ובזה יובנו מש"כ התוס' בב"ק דף ל"ז ע"ב סוד"ה יום ט"ו, גבי שור המועד לסירוגין היינו שמועד לנגוח כל שור שני או לסירוגי ימים דיום א' מנגח וביום שאח"ז לא וביום שלישי שוב וכן הלאה, והקשו מאי שנא דגבי דילוגי ימים לכו"ע אין היום הראשון מן המנין [ג' פעמים להעשות מועד] מפני שצריך לשלש בדילוג והנגיחה הראשונה לא היתה ע"י דילוג, משא"כ גבי מועד לסירוגי שוורים דהיינו ראה שור ונגח ראה שור ולא נגח וכו' דהשור הראשון מן המנין, וכתבו דצריך לחלק בין סירוגין של ימים לסירוגין של שוורים ולא פירשו במה הוא החילוק.
ולהנ"ל יובן היטב, דבשלמא גבי דילוגי שוורים שפיר יש למנות גם השור הראשון כיון דשור דבר מסויים הוא וכיון שנגח השור הרי נודע לנו שיש לו טבע לנגוח שוורים, וכיון שאת השור השני לא נגח והשלישי כן נגח שפיר הוחזק מועד לשוורים בדילוג, משא"כ גבי דילוגי ימים מכיון שהתחלקות הזמן דבר הסכמי הוא ולא ענין עצמי הרי פשוט שאת הנגיחה ביום הראשון א"א להכניס בהמנין שנאמר שעי"ז יתוודע לנו שבכל יום שני יגח, דמאן יימר לן שבפעם הא' נגח בתורת יום, אולי בתורת פעם אחת בשנה היתה הנגיחה [כנ"ל דזמן מצד עצמה הוא דבר המתמשך], לזה שפיר צריכין שתשלש בדילוג דוקא היינו שתגח ד' פעמים דעי"ז יהי' לנו הפסק של יום ג"פ בין הנגיחות].
עכ"פ, מיר ווייסען אז אויך דער עצם מציאות פון צייט איז א נברא, אבער מיט שכל אנושי איז עס זייער שווער משיג צו זיין ווייל לכאורה איז עס נישט עפעס אן אפשינעל מציאות ס'קען יא זיין אדער נישט - מקען עס בייגען אהער אדער אהין, ס'איז לכאורה א דבר מוכרח יעצט איז נישט באלד און באלד איז נישט פריער. האט דער אייבערשטער אונז מזכה געווען בעקבתא דמשיחא און ס'איז געפענט געווארן די תרעין דחכמתא נפתחו השמים און איינשטיין האט מוכיח געווען בראיות שאין עליהם תשובה און מיט פיזישע הוכחות אז מיט צייט קען מען זיך ארומשפילן, און דער גאנצער מושג פון זמן איז גארנישט קיין אומבייגעדיגער מציאות נאר איז ס"ה רעלעטיוו צו אנדערע פאקטארן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
די זון איז די "איינציגסטע" זאך, וואס רירט זיך "גענוי" די זעלבע שנעל פיר און צוואנציג שעה א טאג, און יעדער קען עס זען.
צוליב דעם רעכנט מען צייט לויט די זון.
יעדע זאך וואס פאסירט, מאכט מען א חשבון, וויפיל איז די זון געגאנגען אין די צייט וואס דאס האט פאסירט? צו עס הייסט שעות צו מינוטן צו טעג, דער באדייט פון צייט איז "וויפיל האט זיך די זון גערוקט".
איין פראבלעם איז נאר דא, אזוי ווי ווינטער און זומער זענען די טעג אנדערש, דאס הייסט אז די זון רוקט זיך פון צפון צו דרום און צוריק וואס דאס מאכט אז זומער זענען די טעג לענגער און ווינטער די נעכט, אויב אזוי וויאזוי קען מען רעכענען פונקטליך, אויף אונזער הימל זעהן מיר דאך ווינטער ווי די זון רוקט זיך אסאך שנעלער ווי זומער (כאטשיג עס איז נישט ריכטיג, אבער אזוי זעט עס אויס, צוליב דעם וואס דער זון איז ווייטער און די וועלט דרייט זיך אנדערש)? דער תירוץ אויף דעם איז דער 24 שעה זייגער, אזוי ווי פון חצות ביז חצות איז אלעמאל די זעלבע (דאס איז אויך נישט הונדערט פראצענט, אבער דער חילוק צווישן איין טאג און די צווייטע איז בלויז געציילטע סקונדן דורכאויס 24 שעה), האט מען געמאכט פונם טאג מיטן נאכט איין גרויסער חשבון "איין טאג" און מען רעכנט צייט לויט וויפיל פון דעם "איין טאג" עס נעמט.
אן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אין א אויסגאבע פאר עטליכע יאר צוריק:
האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס דער באדייט פון "צייט" איז, איז צייט א זאך וואס איז באשאפען געווארן?, האט צייט צו טוהן מיט דעם זון, א מענטש וואס וועט קיינמאל נישט זעהן דעם זון וועט וויסן וואס צייט איז? איז צייט איין לאנגע זאך, אדער צוטיילטע חלקים? ווען האט מען אנגעפאנגען צו ניצען אזא זאך ווי א "זייגער" וואס צוטיילט די צייט? ווער האט אפגעמאכט אז זעכציג מינוט איז א שעה, און זעכציג סקונדעס איז א מינוט?, האט שוין אמאל פאסירט אז די "צייט" האט זיך אפגעשטעלט? לויפט די צייט ביי יעדעם איינעם אייניג?, וואס איז געווען די גרויסע אויפטוה פון אלבערט איינשטיין בנוגע "צייט"? וואס איז דאס "למעלה מן הזמן"?.
פארווארט: א באוויסטער פיזיקער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "איך האב געוויסט גוט וואס 'צייט' איז, ביז איינער האט מיר געפרעגט וואס צייט איז. די ווערטער פון דעם פיזיקער האט זייער א טיפער באדייט, מיר זענען זיכער אז ווען די ליינער האבן געזעהן דעם קעפל פון דעם "צייטשריפט" אז מיר שרייבן א ארטיקעל איבער די א אפהאנדלונג פון 'צייט', האט מען מיטן נאז א קרום געגעבן, וואס? ווער ווייסט נישט וואס צייט איז?. איר זענט גערעכט געווען ביז איר וועט ליינען דעם ארטיקל, ווייל נאכדעם וועט איר שוין זעהן דאס צייט האט א זייער טיפן באדייט.
די מעלה פון צייט פאר די מענטשהייט "צייט" איז איינע פון די זאכן וואס איז באוויסט פאר יעדעם, און עס איז א זאך וואס יעדער שפירט דאס. "צייט" איז דער זאך וואס פירט דעם מענטש פון ווען אן ער איז אראפגעקומען אויף די וועלט. ביז ווען ער הויכט אויס זיין נשמה נאך הונדערט אין צוואנציג יאר.
נישטא קיין זאך אין די וועלט וואס פאלט נישט אריין אינטער די קעטעגאריע פון צייט, די קאמנאקציע צווישן מענטשן איז נאר דורך צייט, אן קיין צייט וואלט קיין שום באגעגעניש צווישן מענטשן נישט פארגעקומען. די גאנצע יארגאנג פון א מענטש איז אינטער די קאטעגאריע פון צייט, צייט איז די סוד וואס מאכט עלטער די מענטש, פון ווען אן א מענשט ווערט געבורין פאלט ער\זי אריין אונטער די שטראם פון צייט, און לויפט דערין ביז ווען די נשמה גייט צוריק למקור חצבתה.
ווי אויך דער גאנצער עבר, קען נאר געדענקט ווערן דורך צייט, צו איז דאס היסטארישע געשעהנישען וואס קענען דאקעמענטירט ווערן דורך די צייט, וואס אן צייט, וואלט ווען געווען "אין מוקדם ומאוחר" עס וואלט נישט געווען קיין סדר, נישט וויסענדיג צו בין לאדין האט אטאקירט אמעריקא פאר די מבול!
ביי אונז אידן שפילט צייט (זייגער) א הויפט ראלע אויף די טאג טעגליכע פונקציעס, אנגעפאנגן פון עלות השחר, משיכיר, נץ החמה, סוף זמן קריאת שמע, סוף זמן תפלה, חצות, מנחה גדולה, מנחה קטנה, שקיעה, בין השמשות, צאת הכוכבים, תיקון חצות. אט די אלע זמנים זענען פאר אונז נוגע איעדן טאג. בנוסף צו דעם קומט דער צייט וואס מען דארף זיין ביי דער ארבעט, אדער אין כולל, ישיבה, חדר, שולע. אזוי לויפט די צייט אגאנצע וואך, ביז עס קומט אן "שבת קודש" דאן געט זיך דער צייט א שטעל אפ, און רוהיגקייט טוט הערשן אויף די וועלט, די קארן הערן אויף צו פארן, די טעלעפאנען רוען, די וואש מאשין וואשט נישט, דער פייער קאכט נישט. ווער האט אפגעשטעלט אט די אלע זאכן "דער צייט"!
ווי אויך פארמאגן מיר אידן א ספעציעלע מתנה פון הקב"ה וואס די גוים פארמאגן נישט, דאס איז די ימים טובים וואס זענען אויסגעשפרייט במשך די יאר. עס צו פארשטיין לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און זעהן ווי אזוי דאס יאר וואלט ווען אויסגעזעהן אן קיין ימים טובים, די צייט וואלט געלאפן סעקונדע, מינוט, שעה, טאג, וואך, שבת, חודש, יאר, וחוזר חלילה און נאכאמאל, סעקונדע, מינוט, און אזוי ווייטער ביז די הונדערט אין צוואנציג יאר. ממש אזוי ווי די גוים לעבן, וואסערע באדייט האט א גוי ווען עס פאנגט זיך די קומענדיגע יאר 2008, גארנישט, אט אזוי לעבט דער גוי אפ זיין לעבן, זיי פראבירן צו מאכן פארשידענע חגאות, אבער קיינער איז עס נישט מחיוב איינצוהאלטן.
יעצט לאמיר זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס להבדיל אלף אלפי הבדלות ביים אידישען פאלק, פון ראש השנה און יום כיפור, פאנגט זיך אן א שטראם פון א "נייע צייט" מען ווישט אפ די אלטע חשבון פון פאראיאר, מען נעמט זיך פאר צו גיין אויף די גוטע דרכים, בעלי בתים לערענן בחברותא מיט א נייע התחדשות אד"ג. דערנאך קומט יום טוב סוכות וואס ברענגט אריין א פרייליכקייט אין דעם מענטש, אזוי דער חינוך שרייבט: לשמוח ברגלים, משרשי המצוה לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמוח לפרקים, כמו שהוא צריך אל המזון, ואל המנוחה, ואל השינה: דאס הייסט אז דער באשעפער האט געהייסן אז אידן זאלן זיך פרייען אין די ימים טובים, ווייל אזוי ווי א מענטש דארף האבן, עסן, שלאף, און מנוחה, אזוי אויך דארף א מענטש האבן פון צייט צו צייט 'פרייליכקייט'. "זמן שמחתנו".
נו, לייענענדיג וואס צייט טוט אלס אויף פאר די מענטשהייט, איז כדי זיך צו באקענען וואס איז דער סוד פון צייט, קען מען אים שטאטער מאכן, ליינט מיט אינטרעסע.
ווען האט זיך אנגעפאנגן די זאך פון "צייט" צו וויסן ווען "צייט" האט זיך אנגעפאנגן דארף מען קודם וויסן וואס צייט איז.
וואס צייט איז, דאס איז א יסודותדיג'ע מחלוקה צווישן די פריערדיגע פיזיקער, און להבדיל די ראשונים. איין טעטאריע איז באקאנט אלס דער טעטאריע פון "אייזיק נוטין" ער שרייבט, דאס "צייט" איז א פונדאמענטלע יסוד פון די בריאה, דאס צייט איז אזאך וואס געשעהענישן פאסירן אין איר, דאס הייסט אז צייט איז "אזאך" און מען קען דאס צוטיילן, מען קען דאס מעסטן. און אזוי נעמט אן דער רמב"ם, ווי שפעטער געשריבן.
דער צווייטער טעטאריע איז פון "גאטפייערד לעבעוויטש" דאס צייט איז נישט קיין "זאך", נאר צייט איז גענוי אזוי ווי "פלאץ", דאס הייסט, אז למשל פון ווען איך האב געענדיגט דאווענען ביז איך בין געגאנגן ארבטען האט גענומען א צייט אפשניט פון איין שעה, דאס מיינט אז צייט איז אזאך וואס מען מעסט דערמיט די געשעהנישען, אז פון די זאך ביז די זאך נעמט אזוי פיל צייט. אבער צייט איז נישט קיין "זאך".
אנגענומען איז ווי דער רמב"ם און להבדיל נוטין, אז צייט איז א באשעפעניש. נו, וועט איר פרעגן ווי אין די תורה איז מרומז די בריאה פון "צייט", איר ווייסט ווי, אין די ערשטע ווארט פון די הייליגע תורה "בראשית" ~פון אנפאנג~. אויב עס וואלט נישט געווען אזא מין זאך ווי 'צייט' וואלט נישט געווען אזא זאך ווי 'אנפאנג, יעצט, שפעטער'. מיר פארשטייען עס איז אייך שווער צו פארשטיין ווי אזוי קען דען דער וועלט אנגיין אן קיין צייט, וואס הייסט אלעס וואלט געשעהן אויף איינמאל?. מען קען דאס טאקע נישט פארשטיין, ווייל הקב"ה האט אויסגעשטעלט די וועלט אויף אזא סיסטעם וואס באשטייט אויף "צייט", און "פלאץ" דאס הייסט אז עס איז נישטא קיין שום זאך אויף דער וועלט וואס פארנעמט נישט קיין פלאץ, און איז אינטער די צייט, פון היה, אדער הוה, אדער עתיד, דאס הייסט אויב רעד איר פון א מענשט, איז דער מענטש געווען אין א צייט, א יאר צוריק, פופציג יאר צוריק, און ער האט זיך געפונען אויף יענע פלאץ, א הויז, א שטאט, א לאנד, אד"ג.
יעצט וועט איר פארשטיין אז עס איז נישט שייך צו פרעגן וואס איז געווען פאר די וועלט איז באשאפן געווארן? אזא קשיא איז נאריש (און מען טאר נישט) צו פרעגן, ווייל איינמאל איר פרעגט "געווען" מיינט דאס "צייט", און אזא מין זאך פון צייט איז דאן פאר וועלטס באשאפונג נישט געווען פארהאן. לאמיר אין דעם נישט מאריך זיין ווייל דאס איז "חקירה".
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
לויפט צייט איבעראל אייניג? די ליינער קענען זיך נישט אנדערש פארשטעלן נאר אז צייט לויפט ביי יעדעם, און איבעראל אייניג. דאס הייסט ווי אין דער וועלט מען זאל זיך נישט געפונען, סיי אין אמעריקא, נארט קאירא, איראק, ארץ ישראל, ווי אימער איר ווילט אפילו אין נארט פאול. וועט די טיק-טאק אויף יעדע זייגער גיין די זעלבע שנעל. די צייט אויפן זייגער איז טאקע אנדערש אין אנדערע טיילן פון די וועלט, ווען אין ניו יארק איז 12 נאכמיטאג, איז אין ארץ ישראל זיבן אזייגער פארנאכטס. אבער ווי פריער געזאגט די טיקטאק פונעם זייגער איז איבעראל די זעלבע.
נאך מער די טיקטאק פונעם זייגער, פאר די וואס געפונען זיך אויף א פליגער איז גענוי די זעלבע צייט ווי די וואס געפונען זיך ביי זיך ביי זיך אינדערהיים. אפילו זיי זענען הונדערטער מיילן ווייט איינער פונעם אנדערן.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
וואס איז דאס 'למעלה מן הזמן' יעצט וועלן מיר אריבער שפאצירן אביסל צו די רוחניותדיג'ע חלק פון זמן, און מיט דעם וועלן מיר (אפשר) האבן א קליין ביסל באגריף וואס איז דאס "די אור וואס שיינט מסוף העולם ועד סופו" וואס איז דאס "קפיצת הדרך". אד"ג.
מיט דעם איז ער מסביר די ענין פון 'קפיצת הדרך' אז וויבאלד צדיקים זענען אויסגערארבעט און דער מענשט ווערט מער רוחני, איז ער פשוט נישט משעובד צו די "צייט" ממילא א וועג וואס נעמט ביי אונז פשוטע גשמיותדיג'ע מענשטן טעג, קען ביי אים נעמען מינוטן און רגעים. (עי' מהר"ל דברים לד)
מיט דעם ערקלערט די מהר"ל דאס "ליכטיגקייט"איז פון די זאכן וואס האבן זייער ווייניג שייכות מיט גשם, (ערקלערונג: אפילו ליכטיגקייט איז דאך אביסל חומר, ווייל עס איז דא ענערג"י, אבער דאך איז עס פון די חומריים וואס איז די נעסטע צו רוחניות).
אט אן ענליכע ערקלערונג געפונען מיר אין אנדערע ספרים, אין די צייט וואס די שכל פון א מענטש ארבעט געהעריג, דאן לויפט די צייט אויף איר נארמאלע וועג, אזוי ווי מיר זעהן דאס יעדן טאג. אבער ווען מען שלאפט דעמאלטס זעהט אויס די צייט אסאך לענגער, מען קען חלומ'ן פאסירונגן פון יארן לאנג און געציילטע מינוטין.
זעהן מיר פון דעם אז ווי מער רוחניותדי'ג אזאך איז אלס וויינגער איז עס משעובד צו די צייט, יעצט האבן מיר א קליינע באגריף וואס דאס מיינט "למעלה מן הזמן" ווייל דארט אויבן איז כולו רוחני, און זמן איז נישט תופס קיין מקום דארט.
מיט איז זייער פארשטנעדליך נאך אזאך. די פלאץ אויף די וועלט וואס האט די ווייניגסטע צו טון מיט גשמיות, איז דאך דער "הייליגער בית המקדש" און בזמן שהיה קיים האט מען בחוש געקענט זען אז די בית המקדש, פאלט נישט אינטער די קאטאגאריע פון צייט און פלאץ. דאס האט מען געזעהן דריי מאל א יאר ביים עולה רגל זיין ווען מיליאנען מענטשען זענען זיך צוזאמגעקומען, און חז"ל דערציילן אז קיינער האט זיך נישט אפגערעדט אז עס אים ענג. אזוי אויך יום כפור "עומדים צפופים ומשתחווים רווחים" ווען מען האט זיך געביקט האט דאס מושג "פלאץ" נישט גענומען קיין ארט, יעדער האט געהאט פלאץ. דער ארון האט לויט די מענטשליכע מעסטונגען נישט געהאט קיין פלאץ אין קדשי קדשים, אבער חז"ל זאגן אונז "מקום הארון אינו מן המדה" אזוי ווייטער די אנדערע ניסים וואס זענען פארגעקומען אין בית המקדש, די ערקלערונג פון דעם אלעס איז וויבאלד דער בית המקדש איז געווען א מקום רוחני, ממילא האט די מושג גשמיים נישט געוועלטיגט דארט.
בשעת בריאת העולם האט דער "אור הגנוז" געוועלטיגט אויף די וועלט, "והיה צופה בו מסוף העולם ועד סופו" ערקלערן די מפרשים אז "צייט" לויפט דאך לויט די שנעלקייט פון די ליכיגקייט, און וויבאלד די ליכטיגקייט לויפט נישט אויף איינמאל נאר עס גייט צוביסליכווייז, ממילא גייט צייט אויך צוביסליכווייז. אבער דער אור הגנוז איז געווען אזא שטארקע ליכטיגקייט וואס עס האט אויפאיינמאל באשיינט די וועלט, ממילא איז "צייט" וואס לויפט אין אזא ליכטיגקייט אויך געווען אויף איינמאל, ממילא האט אדם הראשון געקענט מיט זעהן די גאנצע בריאה פון ששת ימי בראשית, ביז סוף אלף השישי.
ווי אויך וועלן די טעג פון 'ימות המשיח' זיין סאך לענגערע טעג ווי אונזער יעצטיגע טעג, מיט דעם איז פארשטענדליך וואס חז"ל זאגן אין מסכת שבת אז אין איין טאג וועלן פירות וואקסן אויף די בוים, ווייל די זמן וועט זיין אסאך לענגער אין יענע רוחניתדיגע טעג, זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צו יענע צייט, אמן כן יהי רצון. מוסר השכל פון "צייט" עס איז דא א באוויסטע פזמון "אין אבידה כאבידת הזמן" די גרעסטע אבידה, איז דאס נישט אויסניצען די צייט. צייט איז אן אויסערגעווענליכע מתנה פונעם אויבערשטען און אלע הינזיכטן. סיי וואס מען קען און איר אויפטון גדולות ונצורות, רב דסלר זצ"ל שרייבט אין זיין ספר מכתב אליהו: מענטשען וואס ווילן נישט אנפילען זייער צייט נאך א טאג ארבעט מיט רוחנויתדיג'ע זאכן ווי תורה ותפלה, מצות ומעשים טובים, זיכן זיי עס אנצופילן מיט ליידיגע זאכן ווי זיי רופען עס אן "געהארגעט'ע צייט" פארוואס טוען זיי דאס, ווייל אויב וועלן זיי גארנישט טון אין אט די צייט, וועלן זיי געצווינגערענהייט זיך באגעגענן מיט זיך אליינס זעהנדיג ווי זיי זענען ליידיג, א טיף ווארט טראכט אריין דערין.
עס איז כדי אנצופילן די צייט מיט דברים רוחניים, מען זאל נישט חרטה האבן אויף צייט וואס מען האט נישט אויסגענוצט, אידן נוצט אויס די צייט. העבר אין, ההווה כהרף עין, דאגה מנין.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
איך האב געליינט (נישט גרינטליך), איך וואלט מחולק געווען מיט דיר אין מערערע יסודות, אבער אזוי ווי די ברענגסט פון רמב"ם און מהר"ל, וויל איך מיך נישט דינגען ווילאנג איך טו עס נישט גוט אדורך, און אויף דעם האב איך נישט קיין צייט.
איין יסוד וואס איך וויל יא זאגן איז, אז אפי' מען וועט קענען צוריקרוקן צייט וועט אבער דער מענטש נישט ווערן יונגער, אפשר וועט זיין יארגאנג זיין ווייניגער, אבער זיין לעבן וועט שוין האבן דורכגעגאנגען כך וכך, און עס וועט נישט פארלענגערן זיין לעבן, און וועט אויך נישט צוריקרוקן די בריאה, עס וועט נאר אויסשפילן דעם סיסטעם, און עס וועט מאכן אז די "מעסטער" פון צייט זאל שטאטער ווערן, אבער די צייט לעצמו וועט בלייבן די זעלבע.
וואס צדיקים האבן געקענט פארשטיי איך נישט (ווי פארשטענדליך....), צדיקים האבן געקענט פון טאג מאכן נאכט און פון נאכט מאכן טאג, און זיין אויף צוויי פלעצער אויפאיינמאל, און אריינשטופן אין איין מינוט וואס א צווייטער קען נישט אין א יאר, לעבעדיג מאכן טויטע, צוריקדרייען פאסירונגען כאילו זיי וואלטן קיינמאל נישט פאסירט, דאס איז בכלל נישט פאר אונזערע קליינע קעפ משיג צו זיין.