פארגעסענע קהילות און רבנים

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בערל סוני
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

פארגעסענע קהילות און רבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

ווען מען לערנט תשובה ספרים א. ד. ג. באגעגענט מען זיך צומאל מיט אומבאקאנטע נעמען פון קהילות און רבנים. מיר אינטרעסירט שטארק אמאל זיך צווויסן טאהן ווער זיי זענען, צו מען ווייסט מער פרטים פון זייער לעבן און שאפן, זעהן זייער גרויסקייט, צו זיי זענען דערמאנט נאך ערגעץ.
ס'קען אויך העלפן - אויסער שטילן מיין נייגעריגקייט - צו פארשטיין די 'בעקגראונד' פון וואס מ'רעדט, און מו"ל'ן פון ספרים צו וויסן פרטים, און אמאל זיך אפלערנען פון זייער יגיעת התורה אונטער פארשידענע אומשטענדן.
דוב אומר: ישאו מדבר ועריו חצרים תשב קדר ירנו ישבי סלע מראש הרים יצוחו.
וַאֲרוּ חֵיוָה אָחֳרִי תִנְיָנָה דָּמְיָה לְדֹב וְלִשְׂטַר־חַד הֳקִמַת וּתְלָת עִלְעִין בְּפֻמַּהּ בֵּין שִׁנַּיהּ שִׁנַּהּ וְכֵן אָמְרִין לַהּ קוּמִי אֲכֻלִי בְּשַׂר שַׂגִּיא.
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: פארגעסענע רבנים - לעמבערג\לבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

אין די פתיחה פון קונטרס 'ביטול מודעה'פון הגאון השואל ומשיבזצ"ל בעניין 'מאשין מצות', דערמאנט ער פארשידענע נעמען וואס האבן עוסק געוועהן דרינען,
הוא ובית דינו וואס האבן איבער געקוקט דעם מאשין, צוזאמען מיט זיי דערמאנט ער
1. הרה"ג מו' יעקב יוסף נ"יאבד"ק ברלין וואס האט געשריבן א מכתב הכשר.
2. המאו"הג מו"ה בנימן זאב בלומין פעלדמ"מ דת"ה
3. הרב החכם הדרשן מ' שמעון ארי' שוואבאכערנ"י
עם עוד רבים כו'

1. דאס רבי יעקב יוסף עטטינגער זצ"ל איז געוועהן א תלמיד פון מרן ר' עקיבא איגר זצ"ל. ער האט געדינט אלץ ראב"ד בערלין 35 יאהר פון תקפ"ה ביז כ"ב חשוון תרכ"א. ער איז געוועהן דער לעצטער ערליכער רב אויף די געמיינדע אין בערלין, זיינע נאכפאלגער האבן שוין געגרינדעט די ארטהאדאקסישע געמיינדע.
2.
3.
ווייס איך נישט ווער זיי זענען געוועהן,
ר' בנימן זאב ווערט דארט דערמאנט נאכאמאל.
נאך זיין נאמען שטייט מ"מ דת"ה, וואס באדייט דאס?
מסתמא מגיד מישרים דת[וך] ה[עיר]?
וואס באדייט די טיטל הרב החכם הדרשן?
צום לעצט, אויב דער רב און די דיינים פון בית דין האבן איבער געקוקט און מכשיר געוועהן פארוואס דארף מען דערמאנען דער דרשן און מ"מ דת"ה?
דוב אומר: ישאו מדבר ועריו חצרים תשב קדר ירנו ישבי סלע מראש הרים יצוחו.
וַאֲרוּ חֵיוָה אָחֳרִי תִנְיָנָה דָּמְיָה לְדֹב וְלִשְׂטַר־חַד הֳקִמַת וּתְלָת עִלְעִין בְּפֻמַּהּ בֵּין שִׁנַּיהּ שִׁנַּהּ וְכֵן אָמְרִין לַהּ קוּמִי אֲכֻלִי בְּשַׂר שַׂגִּיא.
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע:און לייברערי

Re: פארגעסענע קהילות און רבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

איך זיך אינפארמציע איבער ר' משה צבי כ"ץ אב"ד ביק - נעמרביק אדער די חידושי תורה וואס איז אמאל געווען אויף ליצאטאציע
2024-07-03_144546.Png
2024-07-03_144546.Png (246.41 KiB) געזען 58 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”