אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי
בס"ד
אין אן אויפוואכונג בשדה הסת"ם איז פארגאנגענע וואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת רבנים אין ליכט פון די לעצטיגע פראבלעמען בנוגע דאס כשרות פון אסאך ספרי תורות וואס ווערן באנוצט אין פילע היימישע בתי מדרשים, צוליב פארשידענע פאקטארן וועלכע לייגן אונטער פראגע צייכן דאס כשרות דערפון.
פון די הויפט פראבלעמען זענען וויבאלד אסאך ספרי תורה גייען נישט אדורך געהעריג קיין בדיקת גברא און מ'פארלאזט זיך אויפ'ן בדיקת קאמפיוטער וואס איז נישט אלעמאל קראנט. אויך איז דא א שטארקע פראבלעם אז אסאך ספרים זענען געשריבן געווארן דורך סופרים וואס האבן גענוצט דעם 'תיקון הורוביץ' אלס הילף געצייג צו באגלייטן זייער כתיבה, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו האבן אסאך פסולים, און די בתי דינים און ארץ ישראל זענען שוין ארויסגעקומען איבער דעם.
ביים אסיפה וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי, האבן זיך אנגעזען רבנים ודיינים פון פילע קהילות הקודש און גרעסערע שולן, צווישן זיי הרבנים הגאונים פון קהילות באבוב, באבוב-45, בעלזא, וויזניץ, סקווירא, פאפא, סאטמאר, צאנז, צאנז-קלויזנבורג, ראחמיסטריווקא, אבד"ק נייטרא, סלאנים, וויען, רענדיק, תפלה למשה, הגאון רבי חיים פלאר שליט"א, און נאך פיל חשוב'ע רבנים ומורי צדק היושבים על מדין.
עס זענען געהערט געווארן דברים קילורין לעיניים פון הרה"ג רבי ישראל שנעעבאלג שליט"א אב"ד טשערנאוויץ ב"פ אליינס א סופר מומחה און דיין בעניני סת"ם, ווי אויך האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מקאסאני בי"ש שליט"א, וואס איז באקאנט מיט זיין אויפוואכונג בשדה הסת"ם אין ארץ ישראל.
די החלטות האסיפה זענען אדרעסירט געווארן דורך הרה"ג רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי און דער רב פון וועד משמרת סת"ם בארה"ב, הרה"ג רבי משה קעסלער שליט"א מדייני וויזניץ מאנסי ומרבני הוועד און הרה"ג רבי יצחק שפיטצער שליט"א מדייני שיכון סקווירא ומרבני הוועד.
עס גייט לתיקון הענין ווערן אוועקגעשטעלט א פאראייניגטע "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" וואס וועט זיין אונטערן אויפזיכט פונעם וועד משמרת סת"ם וואס הגר"ש וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי האט אוועקגעשטעלט אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
די רבנים ודיינים האפן אז מיט'ן כח הרבים וועט מען זיך בעז"ה קענען אן עצה געבן מיט דעם וואקסנדן ספרי תורות פראבלעם, וואס איז היינט צוטאגס א ריזיגע מסחר און האנדל מארקעט אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד, אבער עס פעלט איבערזיכט.
אסיפת הרבנים אוועקצושטעלן די "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" און ליכט פון די לעצטיגע מכשולות

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי