אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

בס"ד

אסיפת הרבנים אוועקצושטעלן די "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" און ליכט פון די לעצטיגע מכשולות

אין אן אויפוואכונג בשדה הסת"ם איז פארגאנגענע וואך אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת רבנים אין ליכט פון די לעצטיגע פראבלעמען בנוגע דאס כשרות פון אסאך ספרי תורות וואס ווערן באנוצט אין פילע היימישע בתי מדרשים, צוליב פארשידענע פאקטארן וועלכע לייגן אונטער פראגע צייכן דאס כשרות דערפון.

פון די הויפט פראבלעמען זענען וויבאלד אסאך ספרי תורה גייען נישט אדורך געהעריג קיין בדיקת גברא און מ'פארלאזט זיך אויפ'ן בדיקת קאמפיוטער וואס איז נישט אלעמאל קראנט. אויך איז דא א שטארקע פראבלעם אז אסאך ספרים זענען געשריבן געווארן דורך סופרים וואס האבן גענוצט דעם 'תיקון הורוביץ' אלס הילף געצייג צו באגלייטן זייער כתיבה, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו האבן אסאך פסולים, און די בתי דינים און ארץ ישראל זענען שוין ארויסגעקומען איבער דעם.

ביים אסיפה וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי, האבן זיך אנגעזען רבנים ודיינים פון פילע קהילות הקודש און גרעסערע שולן, צווישן זיי הרבנים הגאונים פון קהילות באבוב, באבוב-45, בעלזא, וויזניץ, סקווירא, פאפא, סאטמאר, צאנז, צאנז-קלויזנבורג, ראחמיסטריווקא, אבד"ק נייטרא, סלאנים, וויען, רענדיק, תפלה למשה, הגאון רבי חיים פלאר שליט"א, און נאך פיל חשוב'ע רבנים ומורי צדק היושבים על מדין.

עס זענען געהערט געווארן דברים קילורין לעיניים פון הרה"ג רבי ישראל שנעעבאלג שליט"א אב"ד טשערנאוויץ ב"פ אליינס א סופר מומחה און דיין בעניני סת"ם, ווי אויך האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מקאסאני בי"ש שליט"א, וואס איז באקאנט מיט זיין אויפוואכונג בשדה הסת"ם אין ארץ ישראל.
די החלטות האסיפה זענען אדרעסירט געווארן דורך הרה"ג רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי און דער רב פון וועד משמרת סת"ם בארה"ב, הרה"ג רבי משה קעסלער שליט"א מדייני וויזניץ מאנסי ומרבני הוועד און הרה"ג רבי יצחק שפיטצער שליט"א מדייני שיכון סקווירא ומרבני הוועד.
עס גייט לתיקון הענין ווערן אוועקגעשטעלט א פאראייניגטע "פיקוח ספרי תורה דקהילות הקודש" וואס וועט זיין אונטערן אויפזיכט פונעם וועד משמרת סת"ם וואס הגר"ש וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי האט אוועקגעשטעלט אין ארץ ישראל און אין אמעריקע.
די רבנים ודיינים האפן אז מיט'ן כח הרבים וועט מען זיך בעז"ה קענען אן עצה געבן מיט דעם וואקסנדן ספרי תורות פראבלעם, וואס איז היינט צוטאגס א ריזיגע מסחר און האנדל מארקעט אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד, אבער עס פעלט איבערזיכט.

הגה''צ אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט''א ביי זיין דרשה.JPG
הגה''צ אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט''א ביי זיין דרשה.JPG (299.3 KiB) געזען 966 מאל
אסיפת הרבנים.JPG
אסיפת הרבנים.JPG (350.39 KiB) געזען 966 מאל
אסיפת רבנים.JPG
אסיפת רבנים.JPG (360.68 KiB) געזען 966 מאל
לעצט פארראכטן דורך שמו אום מיטוואך יולי 03, 2024 6:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הגה''צ ר' ישראל שנעבאלג אב''ד טשערנאוויץ ב''פ שליט''א.JPG
הגה''צ ר' ישראל שנעבאלג אב''ד טשערנאוויץ ב''פ שליט''א.JPG (297.67 KiB) געזען 953 מאל
באסיפת הרבנים.JPG
באסיפת הרבנים.JPG (388.79 KiB) געזען 953 מאל
די רבנים אצל האסיפה.JPG
די רבנים אצל האסיפה.JPG (321.17 KiB) געזען 953 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הרה''ג ר' משה קעסלער שליט''א מדייני ק''ק וויזניץ מאנסי.JPG
הרה''ג ר' משה קעסלער שליט''א מדייני ק''ק וויזניץ מאנסי.JPG (335.91 KiB) געזען 944 מאל
דער אורח הכבוד כ''ק אדמו''ר מקאסאני בי''ש שליט''א.JPG
דער אורח הכבוד כ''ק אדמו''ר מקאסאני בי''ש שליט''א.JPG (381.02 KiB) געזען 944 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

די אשכול איז בעצם א המשך פון דא
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:57 pm
די אשכול איז בעצם א המשך פון דא
יא מיט ניין
ס'אויף די זעלבע נושא

אבער דא קען מען אויסשמועסן די תיקונים וואס 'משמרת סת"ם' קען אוועק שטעלן בס"ד.

אין א זייטיגע נאטיץ, איז געווען די וואך אן אסיפה דורך 'משמרת סת"ם' אין ארץ ישראל, פאר ארום טויזנט סופרים (צו אוועק שטעלן א תו תקן אויפן עצם שריפט).

שמו האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 6:20 pm
נויז מאשין האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:57 pm
די אשכול איז בעצם א המשך פון דא
יא מיט ניין
ס'אויף די זעלבע נושא

אבער דא קען מען אויסשמועסן די תיקונים וואס 'משמרת סת"ם' קען אוועק שטעלן בס"ד.

אין א זייטיגע נאטיץ, איז געווען די וואך אן אסיפה דורך 'משמרת סת"ם' אין ארץ ישראל, פאר ארום טויזנט סופרים (צו אוועק שטעלן א תו תקן אויפן עצם שריפט).
יא יא כ'האב נאר געוואלט צו צייכענען פאר די וואס גייען אנקומען יעצט ווי גרינע און פרעגן ווער וואס ווען..
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אה
אקעי
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
normal guy
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:09 am

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך normal guy »

A simple eitza is that the customer gets a copy of the computer report and doesn't pay until report says zero mistakes, meaning if the computer found 100 possible issues and the sofer said he corrected or verifiedits not an issue so now rerun those amudim until you u get a clean
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אסיפת רבנים פון וועד משמרת סת"ם אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

normal guy האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:11 pm
A simple eitza is that the customer gets a copy of the computer report and doesn't pay until report says zero mistakes, meaning if the computer found 100 possible issues and the sofer said he corrected or verifiedits not an issue so now rerun those amudim until you u get a clean
מה רצונכם לומר בזה?

אם כפשוטו, א. זה אינו כך, ב. המחשב יכול להוציא טעויות שאינם טעויות ואין צריך תיקון, ועוד יש להאריך בזה ואכהמ"ל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”