א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מען שטייט שוין באלד א וואך נאכן דעבאטע, און די שטורעם וואס האט נאכגעפאלגט דעם ירום הודו'ס אנזעץ איז ווייט פון פאריבער. אין א קורצע צייט אפשניט פון בלויז 90 מינוט האט זיך די ניגון געטוישט פון "דאס איז אלעס טשיעפ פעיק ווידיאוס" צו "ביידען דארף פארלאזן דעם פארמעסט", און מיר אלע שטייען און שטוינען ווי מאסן דעמאקראטישע אפעראטיוון וואס פאררופן זיך 'דזשורנאליסטן', האבן פון איין מינוט אויפן צווייטן אויסגעדרייט דעם דאשיק, און האלטן דערווייל נישט ביים נאכלאזן פון זייערע רדיפות אויפן פרעזידענט.

דער באקאנטער קאנסערוואטיווער אקטיוויסט און מוילמאכער טשארלי קירק פארציילט איבער וויאזוי ער האט אויפגענומען די דעבאטע אנזעץ: "איך האב דייקא מיטגעהאלטן דעם דעבאטע זייענדיג אליין אין צימער אן קיינעם ארום מיר, וויבאלד כ'האב געוואלט פארמירן מיין אייגענע מיינונג און פערספעקטיוו דערויף, אן ווערן באאיינפלוסט פון אנדערע. איז כ'האב מיטגעהאלטן דעם דעבאטע ווי ביידען זעצט מיאוס אן, ווי ער רעדט אז ער האט באזיגט מעדיקעיר, און זיינע אנדערע שוואכע מאמענטן. און איך טראכט צו מיר, דאס איז דאך נישט מער ווי א געווענליכן טאג אין די ווייסע הויז. אוודאי, דאס איז שלעכט, אבער די אמעריקאנע באפעלקערונג איז דאך שוין צוגעוואוינט צו דעם. און עס איז געווען פאר מיר שאקירנד צו געוואויר ווערן אז ניין, זיי זענען נישט צוגעוואוינט דערצו. וויבאלד די מעינסטריעם מידיא טוט שוין פאר די לעצטע פאר יאר אקטיוו פארדעקן ביידען'ס גייסטישע שוואכקייטן, און וואס האט יעצט פאסירט איז אז דאס מאל איז נישט געווען קיין מעגליכקייט עס צו פארדעקן. צענדליגע מיליאנען מענטשן האבן דאס מיטגעהאלטן, און די מידיא האט אנערקענט אז זיי קענען דאס מער נישט פארדעקן און ליגנט זאגן דערוועגן."

הערנדיג קירק'ס שילדערונג, טראכט איך צו מיר אז באמת האב איך געהאט אן ענליכן ערפארונג. אקעי, נישט ממש ענליך, ווייל כ'האב גראדע יא ערווארטעט אז נאך א פולע וואך זיך צוגרייטן און זיך גוט אויסרוען, און מסתם אויך פארדרייען דעם סקעדזשול אז ביידען זאל זיין וואך אין די נאכט שטונדן, וועט ער ווארשיינליך אריינקומען גאנץ גוט, אזוי ווי אין זיינע בעסערע מאמענטן. דערפאר איז עס יא געווען א היבשע שאק פאר מיר אז ער האט זיך אזוי מיאוס אויסגעגליטשט, אבער כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז עס וועט נאכפאלגן מיט אזא רעאקציע.

יא, איך האב שטארק הנאה געהאט צו הערן ווי אלט און שוואך ער הערט זיך, און ווי ער פארלירט זיך שטארק פון מאל צו מאל. אבער אין די זעלבע צייט האב איך שטארק הנאה געהאט פון טראמפ'ס געלונגענע פערפארמענס, פיל העכער ווי מיינע ערווארטונגען, און כ'האב זיך געראכטן אז די נייעס וועט זיין אז טראמפ האט געוואונען דעם דעבאטע, און יא, אויך איבער ביידען'ס פארלוירנקייט. אבער אין וויסטן חלום איז מיר נישט בייגעפאלן בשעת'ן הערן דעם דעבאטע אז דאס וועט זיין אזא געים טשעינדזשער, און וועט ממש טוישן דעם פארמעסט אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם. ווייל אויב ביידען'ס סימפטאמען פון אלטקייט האט גארנישט געטוישט ביז יעצט, פארוואס זאל זיך יעצט עפעס טוישן? מען וועט ווייטער פארדרייען א קאפ פארן ציבור, מען וועט זיי הייסן נישט צו גלייבן וואס זייערע אייגענע אויערן האבן געזען און געהערט, און אלעס פאר ווייטער כאילו לא הי'.

נאר וואס דען, אזוי ווי תיכף נאכן דעבאטע האט אויסגעבראכן א שטורעם אין די לינקע מידיא, און עס האבן אנגעהויבן קומען רופן פון אלע זייטן אז ביידען זאל זיך ארויסציען, האב איך שנעל פארגעסן פון מיינע מחשבות און געווארן מיטגעשלעפט מיט דעם ווינט. אבער אז איך שטעל זיך אפ פאר א רגע טראכטן מיט אן אויפריכטיגן בליק, פארשטיי איך באמת נישט וואס דא גייט פאר.

און אז איך קוק צוריק די קאמענטארן פונעם עולם דא אויף אייוועלט בשעת די דעבאטע איז אנגעגאנגען, זעה איך אויך אזא סארט רעאקציע. אוודאי איז מען געווען פארנומען מיט ביידען'ס שוואכקייט, און ספעציעל די מאמענטן ווען ער האט זיך גענצליך פארלוירן אדער נישט גערעדט צום זאך. אבער קיינער איז נישט געווען ספעציעל שאקירט, און אוודאי נישט ערווארטעט אזא שטורמישע רעאקציע.

און דאס איז אלעס וויבאלד דא אויף אייוועלט איז מען יא ערלויבט צו הערן דעם ריינעם אמת, און דערפאר איז נישט קיין נייעס פאר קיינעם פון אונז דעם פרעזידענט'ס גייסטישע שוועריגקייטן און אלטקייט סימפטאמען. און אונז, פונקט ווי קירק און אנדערע וואס האבן יא געוואוסט דעם אמת ביז היינט, זענען נישט געווארן ספעציעל איבערראשט און האבן נישט ערווארטעט אז די מידיא זאל זיך אזוי אויסדרייען דעם רוקן, ביז ווילאנג עס האט נישט פאקטיש פאסירט.

די דעמאקראטישע העקס אין די מידיא ווידעראום, זענען געכאפט געווארן אין א מיאוס'ן סורפרייז. דעם גאנצן באלאן וואס זיי בויען שוין אויף פאר יארן לאנג, און ארבעטן שווער דיר צו פארקויפן אז ביידען איז שארף און קריספי ווי אן איבערגעווארעמטע מצה, איז הילכיג צוקראכט געווארן פארנט פון זייערע אויגן און זיי ווייסן פשוט נישט וויאזוי מען עסט דאס. זיי זענען נישט פארבליבן מיט צופיל אויסוואלן. פארפאלן, לייקענען איז מער נישט קיין אפציע, עכ"פ ווילאנג עס איז נאך פריש און דאס אמעריקאנע פאלק האט נאכנישט פארגעסן וואס זיי האבן געזען.

ווי דער לינקער דעמאגאג טשאק טאד פון שקר די ען סי האט זיך אויסגעדריקט, אז דער ביידען ביים דעבאטע האט אויסגעזען אזוי ווי די בילד וואס ווערט אראפגעמאלן אין די רעכט גענויגטע מידיא. דאס הייסט, אין אנדערע ווערטער, אן אפענע הודאת בעל דין אז די א.ג. 'טשיעפ פעיק' ווידיאוס וואס די רעכטע מידיא איז ביז בלויז עטליכע טעג צוריק געווארן געפערליך אראפגעריסן פארן עס פארשפרייטן און פארנארן דעם פאלק מיט 'מיסאינפארמאציע', דאס איז אין פאקט דער ריינער אמת. און די א.ג. 'מעינסטריעם' מידיא וואס האט דיר פארזיכערט אז דאס איז אלעס פאלש און דו זאלסט נישט גלייבן וואס דיינע אויגן זעען, האבן געארבעט אווערטיים דיך צו פארקויפן דעם ברוקלין בריק מיט געבראטענע לאקשן אלס סייד דיש, און צו זייער שאנדע איז דאס אלעס אנטפלעקט געווארן פארן אמעריקאנעם פאלק דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט.

פארפאלן, אלע 'געשניטענע און געשטיקלטע ווידיאוס' האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די ריינע אמת, און דערפאר איז נישט קיין וואונדער פארוואס די שקרנים וואס האבן עס פרובירט צו באהאלטן פון דיר, מיט טיילווייזע סוקסעס, זענען אין פאניק מאוד. מען האט זיי פשוט ארויסגעשלעפט דעם קארפעט פון הונטער די פיס, פיר יאר הארעוואניע איז חרוב געגאנגען אין ניינציג מינוט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

קענט אגרי מאר. געצילט, געשאסען, ארלעדיגט.

זייער א גיטע סומערי.. אין ס’איז בכלל נישט רעגענדיג
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »



לדעתי איז די פאניק בעיקר ווייל ביז אהין איז ביידן שוין געווען אין די אדמה מיט שרעקליכע פאולס (וואס שאצן אונטער טראמפ מיט ביז אזוי סאך ווי 10-15 פראצענט...) די דעבאטע איז געווען די לעצטע האפענונג און טעסט פאר ביידן. און דאס איז די סיבה ער האט מסכים געווען צו א דעבאטע, פארשטייצעך מיט אויסגעלאשענע מייקס אהן אוידיענס וכו' און בוםםם.... דער האט געפעילט די לעצטע טשאנס!


דא האב איך שוין געשריבן אזוי אינמיטן די דעבאטע👇

שכולו טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:17 pm
ביידן ציעט זיך ארויס פון די פארמעסט ער האט געפעילט די טעסט. מיין אפיניאן.
נאו דאק לאונס פאר 6.95% אימעיל [email protected]
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »


וועלקאם בעק!
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

וועלקאם בעק!!! ווי מיסד יא
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

שקר די ען סי
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 2:51 pm
שקר די ען סי
נישט קיין נייע ווארט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

לדעתי איז נישט דאס די תירוץ נאר מער א בחינה פון אתה יצרת 3 מאל (עניני דיומא) וויל מיט שכל האט עס נישט געהאט קיין שום הסבר פארוואס זיי זענען געווארן אזוי ווילד דעריבער נאר די יונגע ליבעראלן עפ"ר זענען ארויפגעשפרינגען דערויף ווי פארסאמטע מייז אין די ערשטע געלעגענהייט צו לאזן הערן זייער קעגנערשאפט צום יעצטיגן פרעזידענט וואס דרוקט זיי שוין די לעצטע חדשים אדער יארן
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

העלאו @רעגנדיג . זייער שיין צונומען.

און זייער גערעכט, כ'האב דאס ממש פריער געזאגט דא פאר איינעם. די שאק און שוידער וואס די דעמאקראטן האבן יעצט איז א געלעכטער פאר עניוואן וואס האט געהאט אפענע אויגן ביז היינט און זיך נישט געלאזט פארפירן.

און אזוי ווי די זאגסט מען האט קודם געוואלט ארויסברענגן ווער ס'האט געווינען די דעבאטע. ווען אל אף עי סודען הייבט מען אן צו רעדן א גענצליך פרעמדע זאך. צו ביידן זאל בכלל בלייבן אין פארמעסט !!! און עס גייט נישט אראפ פון טיש, על אף יעדער האט געשאצט אז עס גייט אראפגיין ביז א טאג צוויי. הישמע כזאת !!! האמיר זיך גערישט פאר דעים?! עבסלוטלי נישט! און ס'געווען אזוי אומפארשטענדליך צו פארשטיין. וואס אין די לבנה איז יעצט געשען?!

ס'האט נאר געדויערט אפאר טאג זיך צו זעצן אז, יא! די חברה זענען געווען נעבעך מיאוס פארנער'ט ביז היינט און מען קען נישט צוזיך קומען פון די אלע ליגנטס וואס מען האט פארקויפט ביז היינט און מען מוז דאס ענדיגן איין וועג אדער די אנדערע.

עניוועי כ'גיי שוין אין סירקלס... לאמיר נאר ענדיגן מיט א מיסיס השכל...

א מענטש האט פלענער אין וועגן ווי אזוי ער קען ווערן געהאלפן און ווי אזוי די בעסטע איז פאר אים ווייל א אנדערע מהלך איז פשוט נישט שייך... אבער אין איין סעקונדע קען דער אייבערשטער מאכן אז דו וועסט גארנישט דארפן טוען. די קארטן וועלן זיך צופאלן פאר דיינע אייגענע אויגן דורך א גענצליך אומגעראכטענע וועג און אלעס וועט פאלן אין פלאץ. דזשאסט לאז עס פארן אייבערשטען....

זריעל ידיד נפש...
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:25 pm
העלאו @רעגנדיג. זייער שיין צונומען.

און זייער גערעכט, כ'האב דאס ממש פריער געזאגט דא פאר איינעם. די שאק און שוידער וואס די דעמאקראטן האבן יעצט איז א געלעכטער פאר עניוואן וואס האט געהאט אפענע אויגן ביז היינט און זיך נישט געלאזט פארפירן.

און אזוי ווי די זאגסט מען האט קודם געוואלט ארויסברענגן ווער ס'האט געווינען די דעבאטע. ווען אל אף עי סודען הייבט מען אן צו רעדן א גענצליך פרעמדע זאך. צו ביידן זאל בכלל בלייבן אין פארמעסט !!! און עס גייט נישט אראפ פון טיש, על אף יעדער האט געשאצט אז עס גייט אראפגיין ביז א טאג צוויי. הישמע כזאת !!! האמיר זיך גערישט פאר דעים?! עבסלוטלי נישט! און ס'געווען אזוי אומפארשטענדליך צו פארשטיין. וואס אין די לבנה איז יעצט געשען?!

ס'האט נאר געדויערט אפאר טאג זיך צו זעצן אז, יא! די חברה זענען געווען נעבעך מיאוס פארנער'טביז היינט און מען קען נישט צוזיך קומען פון די אלע ליגנטס וואס מען האט פארקויפט ביז היינט און מען מוז דאס ענדיגן איין וועג אדער די אנדערע.

עניוועי כ'גיי שוין אין סירקלס... לאמיר נאר ענדיגן מיט א מיסיס השכל...

א מענטש האט פלענער אין וועגן ווי אזוי ער קען ווערן געהאלפן און ווי אזוי די בעסטע איז פאר אים ווייל א אנדערע מהלך איז פשוט נישט שייך... אבער אין איין סעקונדע קען דער אייבערשטער מאכן אז דו וועסט גארנישט דארפן טוען. די קארטן וועלן זיך צופאלן פאר דיינע אייגענע אויגן דורך א גענצליך אומגעראכטענע וועג און אלעס וועט פאלן אין פלאץ. דזשאסט לאז עס פארן אייבערשטען....

זריעל ידיד נפש...
און וועלן בלייבען
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

Wow זייער גוט אראפ געלייגט
איך קען אבער נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס די חינקע מידיע האט אזוי ארים געדרייט די דאשיק

ווען זיי וואלטן באמת געוואלט וואלטן זחי גאר גרינג געקענט ארפאפ שפילן די דורכפאל און וויטער ספינען פאר זייערע נערנים זייער נערעטיוו
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

@יעקב פריינד

לייק!! די מיסיס השכל
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

2 אידן 3 מיינונגען! האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:28 pm
Wow זייער גוט אראפ געלייגט
איך קען אבער נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס די חינקע מידיע האט אזוי ארים געדרייט די דאשיק

ווען זיי וואלטן באמת געוואלט וואלטן זחי גאר גרינג געקענט ארפאפ שפילן די דורכפאל און וויטער ספינען פאר זייערע נערנים זייער נערעטיוו
עס איז כמעט נישט שייך צו שפילן ווען ער איז געווען אפען פאר די גאנצע וועלט מיט זיין שאנדע. און א געוויסע זין איז עס מער אן העראישער שריט פון זיי (לויט זייערע אויגן) אז זיי פרובירן צו ראטעווען יעצט די דעמאקראטישע לאגער פון א פירער וואס טויג מער נישט.
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

2 אידן 3 מיינונגען! האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:28 pm
Wow זייער גוט אראפ געלייגט
איך קען אבער נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס די חינקע מידיע האט אזוי ארים געדרייט די דאשיק

ווען זיי וואלטן באמת געוואלט וואלטן זחי גאר גרינג געקענט ארפאפ שפילן די דורכפאל און וויטער ספינען פאר זייערע נערנים זייער נערעטיוו
זיי האבען דאך מורא פון זייער אנזעהן ביים פובליק. איי געס זיי האבען געהאלטען אז א פול פלעדזש 90 מינוט דיבעיט קען זיך נאכנישט אזוי שנעל פארדרייען.. ווער ווייסט..

זעה איך יעצט, @יעקב פריינד זאגט די זעלבע.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:33 pm
2 אידן 3 מיינונגען! האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:28 pm
Wow זייער גוט אראפ געלייגט
איך קען אבער נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס די חינקע מידיע האט אזוי ארים געדרייט די דאשיק

ווען זיי וואלטן באמת געוואלט וואלטן זחי גאר גרינג געקענט ארפאפ שפילן די דורכפאל און וויטער ספינען פאר זייערע נערנים זייער נערעטיוו
עס איז כמעט נישט שייך צו שפילן ווען ער איז געווען אפען פאר די גאנצע וועלט מיט זיין שאנדע. און א געוויסע זין איז עס מער אן העראישער שריט פון זיי (לויט זייערע אויגן) אז זיי פרובירן צו ראטעווען יעצט די דעמאקראטישע לאגער פון א פירער וואס טויג מער נישט.
רייט, אבער ס'איז נישט נאר דאס, ס'קוקט אויך אויס ווי אן אינסטיקטיווע שאק רעאקציע, זיי האבן פשוט נישט געוואוסט וויאזוי עס צו פארדייען.

בד"וו לייק פאר דיין זיסע שפראך..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

ס'מיר אויך געווען זייער מאדנע ווי די לינקע מידיע האט געמאכט אזא שארפע יו-טורן. עפעס שמעקט דא פון א פון פאראויס געפלאנטע רעאקציע אנצוגרייטן די באדן פאר ווער אימער עס וועט איבערנעמען זיידי'ן.

עס איז יתכן מאוד אז די גאנצע אים לאזן גיין צום דעבאטע, זיין אנזעץ, און די היסטעריע וואס האט נאכגעפאלגט און ווערט נאר שטערקער, איז אן ארקעסטרירטער פוטש פארזוך פון די הויפט שפילער מיט'ן צוזאמענארבעט פון די מידיע קעגן ביידענען.

אזוי וועגן זיי צוביסליך איבער דעם אלגעמיינעם דעמאקראטישע וויילער'ס דעת הקהל אויף איינצוטוישן ביידן מיט רעותו הטובה ממנו, און ווען די צייט וועט זיין רייף וועט מען מחליף זיין דעם פרה בחמור און שלום על ישראל.

איי וועסטו פרעגן, פארוואס האבן זיי נישט געשטעלט דעם יעניגן חמור זיך צו פארמעסטן מיט'ן פרה ביים פריימערי? אידאך פשוט. פון א פריימערי וואלט דאך דער יעניגער ארויסגעקומען פון די פראסעס אנגעפראסקעט פון אלע זייטן, און אנגעקומען צום נאמינאציע קוים בשן ועין אויף זיך צו פארמעסטן מיט טראמפ.

אצינד האבן זיי געטון עלדער אביוז, געלאזט דעם אלטן כאפן אלע קלעפ ביז די לעצטע מינוט, און יעצט לייגט מען אויס דעם רויטן טעפיך פאר'ן ממלא מקום אריינצוקומען מיט א קלין-סלעיט זיך צו פארמעסטן מיטן רויטן.

כנלענ"ד
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נאך @כאפצעם , @פאליטישע עקספערט און @פעיק ניוז פעהלן אויס דאהי!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

ווי איז @מאניש בנבנשתי און @טשאדעלע באדעלע ??

מיר בענקן
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @חברונער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5771
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך מיין אז די פאניק איז געווען אז זיי גייען נישט קענען נאכאמאל גנב'נען די עלעקשינס ווייל קיינער וועט עס נישט אפקויפן אויב ביידן געווינט וועט עס זיין אבוויעס אז זיי האבן עס געגנב'ט ווייל בדרך הטבע נאך אזא פערפערמענס קען ער נישט געווינען...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 4:14 pm
נאך @כאפצעם, @פאליטישע עקספערט און @פעיק ניוז פעהלן אויס דאהי!
געכאפט א פינג, בינעך געקומען טשעקן וואס כאב פארפאסט, און... גארנישט, אודך די זעלבע קאנספיראציעס וואס האט אונז אלע פארשיקט פון די פאליטיק אשכולות.

איין זאך ווילעך יא פארשטיין, מילא ווען ס'דא א פארלוסט ווי אן עלעקשאן דורכפאל, א יאנואר 6 סקאנדאל, א קאורט קאנוויקשאן, וכו' און ס'ציפט, און מ'פרובירט זיך מחזק מיט א קאנספיראציעלע דא, א ליגענטל דארט, "דאמיניען", "בעלאט באקסעס", "רעי עפס", וכו' וכו' נו... מ'קען דאך נישט לעבן מיט הארצוויי.. מ'ברויך היטן אויפן געזונט!

אבער רבונו דעלמא כולו, האסטעך אלעס!!! דיין קעגנער לייגט זיך צוזאם ווי א בלעטל לעיני כל העולם, די אנקעטעס שפרידלען לטובתך, אלע אנאליסטן געבן דיר דעם טאג, די גאנצע מידיע זינגט ווי אין א קווייער וואספארא לוזער דיין אפאונענט איז, און סארא קנאקעדיגע פאזיציע דו געפינסט דיך. וואס עקזעקטלי שטיפט דיר עט דיס פוינט צו גראבן פרישע קאנספיראציעס?!

איי געס געוויסע זאכן בלייבן אלץ די זעלבע.
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דאס איז טאקע א שטארקע קשיא, ממש מורא'דיג. דער חילוק אבער צווישן געווענליכע מענטשן קעגן אייוועלט (און אנדערע אין דעם קאנסערוועטיוון עקא סיסטעם) איז די מעגליכקייט צו אפשאצן זאכן רואיג און נישט שפרינגען צו קיינע מסקנות.

ביז די דעבאטע איז נישט געווען קיין זאכליכע הוכחות, צו די קאנסערוועטיווע טאלקינג פוינט / קאנספיראציע וואס זיי שטופן שוין פאר 6 צו 7 יאר. רעגנדיג וכת דילי' האבן שוין געהאלטן איבער ביידען אז ער איז אלט און קאלעכט פאר 5 יאר צוריק, עס האט זיך גארנישט געטוישט. 'זיידי ביידען פארשפארט אין א בעיסמענט' איז געווען די טענה פון די טראמפיסטן די גאנצע צייט, עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי זיינע 82.

איין זאך: דער וויכוח איז געווען עפעס וואס די טראמפיסטן זענען געווען עתיד צו געווינען איין טאג, אז נישט אין 18' דאן אין 20', אז נישט דאן 24', און אז נישט אין 28' אדער 36'. עס וואלט אמאל געקומען די צייט וואס ביידען וואלט זיך ממילא פארעלטערט, און - ניוז פלעש! - ער גייט אפילו שטארבן איין טאג.

(דערמאנט פון יענקל מילער מיט די לאנגע מלחמה צווישן דעם יצר טוב און יצר הרע איבער זיין אויפשטיין, ביז 11:00 צופרי ווען דער יצר טוב האט מנצח געווען...)

אין די עולם הדמיון און אלטערנאטיווע פאקטן איז טאקע כסדר ארום געפארן ווידיאו קליפס ווי ביידען מאכט אין די הויזן, און איך האב געהערט פון יונגעלייט אין ביהמ"ד וואס האבן דאס באמת געהאלטן פאר עכט!

כמעט - אויב נישט ממש - אלע פון די ווידעא'ס וואס האבן געזאלט צייגן ביידען'ס אלטקייט זענען גאנץ שנעל איבערצייגט געווארן אלס פאלש, געשניטן און ארויס פון קאנטעקסט, אבער מען קען זיכער זיין אז אן אין דעת הבדלה מנין, אויב איינער האט נישט געהאט גענוג דאטא פוינטס און ידיעות אין קאפ צו אנאליזירן די א.ד. ווידעא פון ביידען און קומען צו די מסקנא אז עס איז נישט ריכטיג, איז זיכער אז אזעלכע ביאורים ווי קאנטעקסט און געשניטן זענען שוין צו שווער צו פראסעסן.

אין די זעלבע צייט האט ביידען דאמינירט די סטעיט אוו די יוניאן, זיינע חברה האבן אונטער גענומען א מאסיווע אקציע פאר יארן צו באהאלטן סיי וועלכע זאכליכע באווייז צו זיין סיטואציע. עס איז, אגב, א מוסטער פון א געלונגענע אדמיניסטראציע וואס האט נישט בחינם באוויזן אזויפיל אויפצוטוהן פאר אמעריקע, אז ביז די דעבאטע איז כמעט נישט געווען קיין אינערליכע ליעקס פון די סטעף איבער זייערע זארגן איבער ביידען. אין די צייט וואס ווען טראמפ איז געווען אין אמט איז געווען שרייענדע נייעס קעפלעך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג.

די איינציגסטע עכטע נקודות פאר מענטשן וואס דיעלן מיט פאקטן איז געווען די רעפארט פון ספעשל פראסעקיוטער הור (און דערנאך די פרעסע קאנפערענץ מיט מעקסיקא פרעזידענט), וועלכע איז שפעטער שטארק פארוואסערט געווארן ווען די טראנסקריפט איז ארויסגעקומען און מען האט געזען עס איז געווען סאך בעסער ווי ער האט עס געמאכט. און די צווייטע זאך איז געווען די רעפארט אין וואל סטריט זשורנאל וואס איז אויך למעשה אפגעלייקנט געווארן אפילו דורך רעפובליקאנער געזעץ געבער וואס האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט.

דאס אלעס איז נישט צו זאגן אז ביידען האט אויסגעקוקט פריש און יונג און געזונט, פאר א סיבה האבן רוב וויילער אים סייווי נישט געוואלט צו לויפן פאר ווידערוויילונג ווייל זיין עלטער האט זיך זיכער אפגערופן אויף זיין צושטאנד און אויסזעהן. פארט האט ער אויסגעזעהן מער ווי גענוג קעיפעבל צו קענען פירן דאס לאנד, ווער נאך ווי אונז היימישע אידן ווייסן דאס ווען רבי'ס און ראשי ישיבות, אלט און שוואך פיזיש, געבן אבער ווייטער זייערע טיפזיניגע שיעורים און פארפיגן אויף ריזיגע קהילות און מוסדות ווי לאנג זיי זענען ביי די כוחות און דער קאפ ארבעט.

די דעבאטע האט פשוט געצייגט פאר יעדן אז מען האט ביז איצט באהאלטן זיינע שוואכע מינוטן, וואס למעשה קען מען נישט האבן א פרעזידענט וואס איז נישט עוועיליבל נאך 4'ע נאכמיטאג פאר עמוירדזשענסיס... און דער עיקר איז אוודאי די פאליטישע פאל אוט, ביידען האט געדארפט ווייזן - צום הונדערטסטן מאל! - אז טראץ זיין פיזישע פארעלטערטקייט איז ער נאך פולי דאהי, פריש און שארף, און אמעריקאנער דארפן זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קאנסערוועטיווע קאנספיראציעס איבער זיין עלטער, דערווייל האט זיך אבער ארויסגעצייגט פאר יעדן פונקט דאס פארקערטע, אויף א פארנעם וואס איז בכלל נישט געווען צו ערווארטן אפילו לויט זיינע נאנטע און זיין קאמפיין וואס האט פארלאנגט די דעבאטע מיטן פלאן אויפצואווייזן זיין גוטער געזונט צושטאנד.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די קאמפיין האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט זיין די רעזולטאט, און זיי - קענענדיג אלע זיינע שוואכקייטן און צייטן - האבן געהאלטן אז ער קען דאס רואיג באווייזן. וויאזוי און פארוואס דאס האט יא פאסירט אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם פארבלייבט א פלא, ווארשיינליך צוליב די גרויסע דרוק וואס ער האט געהאט אויף זיך. עווענטועל, נאך די ערשטע האלבע שעה, האט ער זיך צוריק געכאפט אביסל אבער די דעמעזש איז געווען דאן.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

באטטאם ליין: ביידען איז געווארן אלט, שוואך און צעמישט אין דעם טאג פון דער דעבאטע, אפשר גאר פינף מינוט פאר'ן דעבאטע.

איז דאס דיין פוינט?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

לאו דוקא, ער ווערט כסדר עלטער און עלטער. פערצופאל האב איך יעצט דורכגעליינט דעם גאנצן טיימס ארטיקל פון נעכטן (זאל איך עס אריינפעיסטן דא?) און זיי פרובירן יא צו פעינטן א פיקטשער אז דאס איז ממש א לעצטערע זאך פון די לעצטיגע חדשים וואס ער איז אזוי. אפילו אזוי איז ער מאוסטלי אן טאפ אוו היס געים, נאר עס מאכט זיך דא און דארט אזאלכע 'מאמענטן'. דער פראבלעם איז אבער די מאמענטן ווערן אפטער און לענגער, און צו ביידען'ס מזל איז פונקט די דעבאטע געווען א ריזן דיזעסטער.

אזוי צו אזוי, איז די פובליק אנדייטונגען (אין די פאקטישע וועלט, מציאות באזירט) איבער ביידען'ס שארפקייט נישט געווען צו געפערליך ביז די דעבאטע. און די וואס האבן פארפירט פאר די לעצטע 7 יאר אז ביידען איז אלט און פארקאלעכט איז דאס נישט געקומען פון גרויסע חכמה אדער שטוינענדע אנאליטישע מעגליכקייטן, נאר פון בלינדע נאכפאלגן און אפקויפן די טראמפ און קאנסערוואטיוו טאלקינג פוינטס
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מילא דעמאקראטישע ערוועלטע פאליטיקאנטן ברויכן נעבעך אויפקומען מיט ספינערייען פון אונטער דער ערד, נו שוין, דאס איז דאך זייער פליכט. אבער אז א פשוט'ער עמך ניק זאל זאגאר זיין פויפסטליכער פונעם פויפסט און זיך ווייטער אריינשטעקן דעם קאפ אין זאמד מיט די זעלבע שקרים ווי ביז היינט, דאס איז שוין א חידוש.

שוין, איי געס ס'איז נישט גרינג צו אנערעקענען אז מ'האט געלעבט אין אילוזיע די לעצטע פאר יאר.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: א שטורעם ארום א דעבאטע; וואס האט יעצט פאסירט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

אקוראט מיינע מחשבות @רעגנדיג

זיך צוריק געהאלטן פון שרייבן ווייל פארוועם ?

עפעס א נייע דערהער גלייבן אז ביידנס פראבלעמען האט יך אנגעהויבן יארן צוריק אויף א קלענערע אבער שוין זהעבארע אופן ווייל אזוי טוט די מחלה ביי זקנה יארן פאר טויזענטער מענטשן אויף די וועלט , דעס טאר איך נישט... דעס איז נישט ריעליטי

גלייבן מוז איך וועם ? א שרייבער אין טיימס אז דאס איז א זאך פון די לעצטערע חדשים ... און דאס איז שוין נאך וואס די זעלבע טיימס האט געשריגן אז די אלע ווידיאויס'טאקע' פון די 'לעצטע' חדשים איז פאלש ... דעס איז די פשוטע מציאות (איי די קרענק איז נישט קיין נייע זאך צענדליגער אידן זעהן עס נעבעך ביי די אייגענע משפחה... איך בין זיכער אז די אלע אידן איז נאר געפאלשט...)

איי מיען ס'איז נאך דא וואס צוצולייגן דא ?

און פארגעס נישט דער וואס טראכט אנדערש ווי די טיימס איז א בלינדער מגאיסט

אנבעליוועבעל איז שוין אויך בלאס קעגן די לאקשן וואס מ'זוכט דא צו פארקויפן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”