גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל
ברוך: יא אהאם צלי געבראטן וואס? געבראטן? איי די אמעריקאנע גרילעריי וואס גייט די לעצטע פאר יאר אן צווישן היימישע אינגעלייט שרעקליך דאס נישט אזוי?
זעליג: גראדע גרילד פלייש איז זייער גוט, איך פרעזענליך האב עס זייער ליב.
ברוך: וואס עך ס'דאך א שטיק אמעריקאנע פרעס וועם מאכט מען נאך? אמעריקאנע גוים? ביי אזא דרגא האלט שוין אידישקייט שומו שמים.
זעליג: גראדע האב איך נעכטן געזען וויאזוי דו האסט געהאקט שטיקער ביי די לחיים דא אין כולל, פיינע אווערנייט קוגל, מיט הערינג און אייער קיכלעך, די ביידע זאכן איז פונקט אזוי א תאוה, און ס'האט נישט קיין שום אידישע מקור עס צו עסן אינמיטן וואך, ווילסט עס עסן געזונטערהייט, אבער דו ביזט די זעלבע בעל תאווה ווי דער גרילער.
ברוך: וואס האקסטו אין קאפ אריין, די מאכלים זענען היימישע אידישע מאכלים וואס מיינע זיידעס האבן געגעסן.
זעליג:סאו דו ווילסט ארויסברענגען אז דיינע זיידעס זענען אויך געווען בעלי תאוות, למעשה אין שו''ע און אין גמרא טרעפט מען ביידע, סיי בשר צלוי און סיי דג מלוח, צו מ'מעג נאכגעבן די תאוות אדער נישט, איז א סוגיא פאר זיך, ס'דא אידן וואס געבן זיך נאך די תאוות דורך א גריל, און ס'דא וואס טוען עס מיט הערינג און אייער קיכלעך.
ברוך: אקעי מאך דיר נישט נעריש דו ווייסט פיין די חילוק פון א גריל און הערינג.
זעליג: ניין איך ווייס נישט, ביידע זענען א תאווה, און יעדער דארף ארבעטן אויף זייערע תאוות.
ברוך: האסט שוין אמאל געזען א ערליכע איד וואס עסט גרילעד פלייש?
זעליג: איך ווייס נישט וואס ערליכע אידן טוען, איך ווייס איין זאך עסן הערינג און אייער קיכל אינמיטן וואך איז א תאווה אן קיין מקור, איך פארגין דיר דיינע תאוות געזונטערהייט, מאך א ערליכע ברכה, און ענדזשוי, איך זאג נאר אז אויב דיר באדערט אז די אידן געבן זיך נאך זייערע אמעריקאנע תאוות, זאג איך דיר אז דו טוסט די זעלבע זאך.
ברוך: יא און די געבסט דיר אויך נאך דיינע תאוות דו זיצט אויף אייוועלט אן קיין היתר פון צורך פרנסה, קיין איין רב האט דאס נישט מתיר געווען.
זעליג: גערעכט איך טוה נישט ריכטיג, און איך ווייס אבער נישט ווי מיינע עבירות קומען דא אריין, איך האב דיר נישט פארגעהאלטן אויף קיין שום עבירה דיינעם, איך האב בסך הכל געזאגט אויב דו האסט א פראבלעם מיט זיי, דארפסטו האבן די זעלבע פראבלעם מיט דיר, מום שבך אל תאמר לחברך.
ברוך: יא אבער די אידן וואס זיצן אין קאנטרי און מאכן א גריל צוזאמען און נאכדעם עסט מען אונטערן פרייען הימל דאס איז דאך א שטיק פרעסעריי פוי.
זעליג: אין הכי נמי זיצן און עסן צוזאמען אונטערן פרייען הימל איז טאקע פרעסעריש, אבער לאו דוקא א גריל, עסן אייער קיכל, אויף דעי וועג איז די זעלבע פרעסעריש.
ברוך: אה ענדליך ביסטו מודה אז א גריל איז פרעס.
זעליג: ניין איך בין מודה אז זיך צוזאמקומען אונטערן פרייען הימל א גאנצע גרופע אין ''עסן'' דאס איז א פרעס, אבער ס'נישט קיין נ''מ וואס מ'עסט, אבער א איד וואס עסט פריוואט מיט זיין משפחה אויף א איידעלע אופן, איז נישט קיין שום חילוק צו ער זאל עסן הערינג אדער מאכן א גריל, דו האסט פשוט א פארדרייטע בליק אויף דעם גריל, ווייל געווענליך ווען מ'קומט זיך צוזאם אויף א פרעסערישע אופן עסט מען גריל און נישט הערינג, אבער במציאות איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן די צוויי, אויב עסט מען עס אומאיידל טאר מען נישט קיין איינס, און אויב עסט מען עס יא איידל זענען ביידע פשוט זיך נאכגעגעבן די תאוות.
ברוך: אקעי סטאפ שוין מיט דיינע שטותים, גיי מיר לערנען צלי על האש...
וואס האלטן מיינע אייוועלט פריינט ווער איז גערעכט? קומטס אריין מיט ענקערע מיינונגען.
א לייק קענסטו בכל אופן געבן, אדער פאר ברוך, אדער פאר זעליג