וועיז אדער גוגל מעפס???

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועיז אדער גוגל מעפס וועלכע ניצט איר??

וועיז
156
45%
גוגל מעפס
175
50%
גארמין GPS
16
5%
סך הכל שטימען: 347

אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: וועיז אדער גוגל מעפס???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

מ'טאר אבער נישט זיין צופיל קלוגער. איך בין למשל געפארן קיין קאנאדע א שטיק צייט צוריק און פארן גרעניץ האט מיר די וועיז ארויסגעשיקט ביי עקזיט 42 - איינס פארן גרעניץ, און איך האב געוואוסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס ווייל צום גרעניץ דארף מען פארן גראד, כ'האב אפילו רי-סטארטעד די וועיז צו זעהן אפשר וועט ער זיך צוריקכאפן אבער ער האט מיר ווייטער ארויסגעשיקט, און היות איך האב שוין געהאט פארלוירן מיין טראסט אין וועיז ווי דערמאנט אויבן, האב איך אים אנגעפיפן און געפארן ווייטער גראד, און כ'האב מיך אנגעשטויסן אין א מאסיווע גרידלאק פון צענדליגע קארן אין די שורה ביים בארדער זייענדיג חגא טעג, און כ'בין געזיצן דארטן א קנאפע שעה, פארפאסנדיג אנצוקומען גענוג באצייטנס צו דאווענען מנחה מיט מנין, אין די צייט וואס ער האט מיר געשיקט צו א אנדערע גרעניץ 15 מינוט אוועק וואו כ'וואלט געקענט אנקומען סאך פריער. אלעס איז באשערט אבער מ'דארף נישט זיין קיין אויבער חכם. ס'איז זייער א פארגעשריטענע נעוויגאציע סיסטעם בכלליות מיט קליינליכע לעכער דא דארט.

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”