שמוציגע פאליטיק

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:32 pm
אין מאי 22 1856 למספרם האט דער מאסאטשוסעטס רעפובליקאנע אנטי קענכטשאפט סענאטאר טשארלס סאמנער אין א רעדע אדרעסירט די סענאט פלאר איבער די פראגע אויב קענסאס זאל זיך אנשליסן אין די פאראיינגטע שטאטן אלס א קנעכט סטעיט אדער א פרייע סטעיט

ער האט דאן שארף ארונטערגעריסן צוויי דעמאקראטישע סענאטארן, סטיווען דאגלעס פון אילינאי און ענדרו באטלער פון דרום קאראליינע פארן שטיצן קנעכטשאפט

באטלער וועלכע איז נישט געווען אנוועזנד האט באקומען א מילדע באהאנדלונג אקעגן דאס וואס דאגלעס האט אריינגעהויבן ווען אזעלכע אויסדרוקן ווי "דו ביזט נאמען'לאזע באשעפעניש (חי')" איז נאך געווען פון די שיינע באצייכענונגען

קאנגרעסמאן פרעסטאן ברוקס פון דרום קאראליינע האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט באטלער און ביים הערן איבער די זידל רייד וואס סאמנער האט גענוצט אקעגן באטלער האט ער באשלאסן אים אנצולערנען

ארגינעל האט ער געפלאנט צו דעבאטירן סאמנער מונדליך און דיסקוסירט די פלאן מיט א צווייטע דרום קאראליינע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן לאורענס קעיט אבער דער לעצטער האט אים ערקלערט אז סאמנער איז נישט קיין שטאטסמאן מיט וועם מען קען האבן דיסקוסיעס נאר א צופידלטער פארשוין וועלכע פארשטייט נאר ווילדע העצערישע שפראך

ברוקס האט באשלאסן אז אויב אזוי וועט ער טאקע רעדן די צווייטע סארט שפראך און ווען די סענאט האט געענדיגט איר טעגליכע סעסיע האט ברוקס אריבערשפאצירט צום סענאט און געפונען סאמנער אויף זיין זיץ און ער האט געהאלטן אינמיטן איינארדענען די פאפירן פון זיין רעדע

ברוקס האט זיך באנוצט מיט די מעטאלענע שפיץ פון זיין שטעקן און באפאלן דעם סענאטאר און אים געהאקט אין קאפ נאכאנאנד

סענאטאר דזשאן קריטענדען און קאנגרעסמאן עמבראוס מורעי האבן פרובירט אפצוהאלטן ברוק פון אומברענגן דעם סענאטאר אבער דאן איז קאנגרעסמאן קעיט צוגעשפרונגען און געפאכעט מיט זיין רעוואלווער אין זייער ריכטונג אלס א ווארענונג אז קיינער זאל נישט אינטערווענירן אין די געפעכט

סאמנער האט זיך איינגעקורטשעט אונטער זיין טישל אבער די קלעפ האבן נישט נאכגעלאזט און ערשט ווען די שטעקן האט זיך צובראכן און ברוקס האט זיך בארואיגט האט ער באוויזן אונטערצוהייבן דיעם טיש ווי א פאנצער און ארויסצולויפן מיט א צובלוטיגטן קאפ

סאמנער האט נישט געזעהן וואו ער לויפט וויל די בלוט האט אים צייטווייליג בלינד געמאכט און בלאקירט זיין זעה קראפט און ער איז אוועקגעפאלן באוואוסטלאז

ברוקס האט רואיג ארויסשפאצירט פון דארט אן דעם וואס איינע פון די צושויער זאל עפעס טוהן אים צו פארהאלטן און יענע נאכט זענען ביידע פארוואנדלט געווארן אין העלדן אין זייער פארטיי

ברוקס האט גראדע פארלאנגט מעדיצינישע הילף צוליב א קלאפ וואס ער האט געכאפט פון זיין אייגענע שטעקן ביין עס אונטערהייבן אין די אנגייענדע געראנגל

אין זיין היים סטעיט דרום קאראליינע איז ער געווארן גאר שטארק אויסגערימט און איינוואוינער האט אים באלוינט מיט אלע סארטן שטעקנס מיט אויפשריפטן איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט געמאכט און אז ער זאל עס נוצן נאכאמאל

קאנגרעסלייט פון די סטעיט האבן גענוצט די איבערבלייבענישן פונעם היסטארישן שטעקן צו מאכן צירונגען דערפון און עס געטראגן אויף זיך ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט זייער'ס א העלד

ברוקס איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אבער ער ער איז אפגעקומען מיט א 300 שטראף און נישט געדארפט סערווירן קיין טורמע טערמין

ברוקס האט דערנאך איבערגעלעבט א פארדאמונג רעזאלוציע אין קאנגרעס אבער שפעטער רעזיגנירט זאגנדיג אז ער וויל גיבן א געלעגנהייט פון די מענטשן וועם ער רעפרעזענטירט אין קאנגרעס צו באשליסן אויב זיי ווילן אים שטיצן אדער פארשיקן פון אמט

דורכאויס זיין רעזיגנאציע רעדע האט ער אנגעדייטעט אז ער האט ריכטיג געהאנדלט און ער האט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגט פאר זיין אקט

עס האט נאכגעפאלגט א ספעציעלע עלעקשאן אין זיין קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו וויילער האט אים ערוועלט און צוריקגעשיקט צו קאנגרעס אבער עטליכע וואכן איידער ער האט געזאלט ווערן אינגעשוואוירן צו די נייע קאנגרעס טערמין איז ער געווארן אנגעשטעקט פון אן ערנסטע ווירוס וואס האט אים קראנק געמאכט און ער איז געשטארבן קורצליך דערויף
WOW איז א אנדערסטעיטמענט! (אויף די עצם מעשה און אויף הבל'ס באשרייבונג!)

אבי מ'זאגט אז קאנגרעס איז היינט צוטאגס געפערליך היציג.... ווען עס וועט אנהייבן גיין פעטש זאלסטו מיך רופן.... היינט צו טאגס ווען איינער זידעלט איינעם אהן צו הויעך איז שוין א גאנצע באלאגאן (ע''ע ראן דזשאנסאן מיט מיט ראמני ביי די צווייטע אימפיטשמענט...)

זייער שיין הבל! סופער דזשאב!

[אגב, דאס איז @הכל הבל דריי-און-דרייסיג-טויזענסטע תגובה!!!]
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11266
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שרעקעדיג...

איז טראמפ גארנישט אזוי שלעכט ווען ער וועט שיסן אויף פיפטה עוועניו..
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דאס איז נעקסט לעוועל.

אל תאמר הימים הראשונים היו טובים מאלה...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

תולה ארץ האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:53 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:32 pm
WOW
זייער שיין הבל! סופער דזשאב!

[אגב, דאס איז @הכל הבל'ס דריי-און-דרייסיג-טויזענסטע תגובה!!!]
יישר!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אקעי, דאסמאהל איבער פרישע אנטוויקלונגען איבער א היינטיגע קאמפיין

די רעפובליקאנע מישיגען סענאט פריימערי הייבט אן ווערן אביסל היציגע געוועזענע פאליציי שעף דזשעימס קרעיג האט נעכטן געהאלטן אינמיטן איבערגיין זיינע פלענער אויב ענדגילטיג אריינצושפרונגען אינעם פארמעסט ווען ער האט ערהאלטן א רוף פון א פראמינענטע קאנסולטענט וועם ער האט ארגינעל געהאט געקלערט צו רעקרוטירן

עס האנדלט זיך פון קעטי וואלש שיעלדס וועלכע איז אין די ענדע געווארן אויפגענומען דורך די מייק ראדזשערס קאמפיין און זי האט אנגערופן קרעיג און אים פרובירט אפצורעדן פון לויפן און ערקלערט ווי שווער עס וועט זיין פאר אים צו פירן א סטעיטווייד קאמפיין און אים געשטופט זיך צו שטעלן אונטער די ראדזשערס קאנדידאטור

זי האט דערנאך אויך אנגערופן א צווייטע ראטגעבער וועלכע פלאנט אנצופירן מיט די קרעיג קאמפיין און פרובירט אויך יענעם צו באאיינפלוסן אויפצגעבן די פלענער

שיעלדס באצייכנט די געשפרעכן אלס פריינטליך אבער קרעיג באשולדיגט אז זי האט אים אנגעבאטן געלט און אנדערע פינאנציעלע צוקערלעך אין אויסטויש פון אוועקשטיין פון די פארמעסט און אויך אנגעדייטעט אז אויב וועט ער זיך נישט ברעכן וועט ער אויסשטיין קאנסקווענצן און אנגעבליך געווארנט אז די זאכן קענען זיך דערקייקלען צו נידריגע שטופעס

צווישן די אנגעבליכע פארשלאגן האט זיך געציילט א פלאן אז די ראדזשערס קאמפיין וועט אפקויפן די קרעיג אימיעל ליסטע פון שטיצער און ביישטייערער

שילעדס זאגט אז די אימיעיל ליסטע איז נישט געווארן ערווענט אין די געשפרעך און אז קרעיג מישט אויס וואס ער געדעקנט פון א צווייטע געשפרעך וואס די צוויי האבן געהאט א צייט צוריק ווען ער האט געזוכט איר ראט איבער זיין צוקונפטיגע קאריערע און ראדזשערס איז נישט געווען קיין פאקטאר אין יענע געשפרעך

די צווייטע געשפרעך מיט די קרעיג קאמפיין מענעדזשער אוגוסט אטעניקא איז לויט יענעם געווען נאך מער דירעקט או זי האט אים געווארנט אז זיין קאריערע וועט ווערן רואינירט

שיעלדס וועלכע איז א באקאנטע וועטעראן פאליטישע ראטגעבער האט געארבעט פאר ביידע טראמפ קאמפיינס און אלס דעפיוטי ווייסע הויז שטאב הויפט און אויך אנגעהאלטן עטליכע הויכע פאזיציעס אין די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע

זי לייקנט קאטעגאריש אז זי זאל האבן אנגעבאטן געלט אדער געסטראשעט קרעיג און זיינע מענטשן און זאגט אז עס איז פרעכע ליגנס און א פארזוך פון די קריעג קאמפיין צו פארשמירן איר רעפוטאציע

זי זאגט אז זי רעספעקטירט קרעיג און וויבאלד ער האט געזוכט איר ראט און שטיצע בעפאר האט זי געהאלטן אז עס וואלט געווען אויפריכטיג פון איר אים אויפצוקלערן איבער זיינע שאנסן גייענדיג פאראויס און אים העלפן פאסן קלוגע באשלוסן און אאז עס איז א שאנדע אז זיין קאמפיין האט באשלאסן עס צו פארוואנדלען אין א פאבריצירטע געשיכטע

דער אפריקאנע אמעריקאנער קרעיג ארבעט שווער זיך פארצושטעלן אלס די דרויסנדיגע קאנדידאט און האפט צו באקומען די טראמפ אינדארסירונג איבער די עסטאבלישמענט בעפארצוגטע ראדזשערס וועלכע האט קריטיקירט טראמפ'ס האנדלונג איבער די קעפיטאל איבערפאל

קרעיג זאגט אז ער וועט נישט האצייכענען די טעלעפאן געשפרעך אלס שוחד פארזוך און אלס פארברעך אבער עס איז יא קלאר געווען אומעטיש
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:15 pm

שפעטער איז ער געווען פארמישט אין די וואטערגעיט האטעל רויבעריי אין שטיצע פון די ניקסאן קאמפיין איז געווארן פאראורטיילט צו עטליכע יאר טורמע
וואס מיינט דאס
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18077
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שעטנז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:39 pm

אמאל געהערט פון ניקסאנ'ס וואטערגעיט סקאנדאל וואס האט געפירט צו זיין רעזיגנאציע?
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:41 pm
שעטנז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:39 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:15 pm

שפעטער איז ער געווען פארמישט אין די וואטערגעיט האטעל רויבעריי אין שטיצע פון די ניקסאן קאמפיין איז געווארן פאראורטיילט צו עטליכע יאר טורמע
וואס מיינט דאס
אמאל געהערט פון ניקסאנ'ס וואטערגעיט סקאנדאל וואס האט געפירט צו זיין רעזיגנאציע?
ניין! אפשר אויב שייך צו מאריך זיין. יישר כח!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18077
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שעטנז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:49 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:41 pm
שעטנז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:39 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:15 pm

שפעטער איז ער געווען פארמישט אין די וואטערגעיט האטעל רויבעריי אין שטיצע פון די ניקסאן קאמפיין איז געווארן פאראורטיילט צו עטליכע יאר טורמע
וואס מיינט דאס
אמאל געהערט פון ניקסאנ'ס וואטערגעיט סקאנדאל וואס האט געפירט צו זיין רעזיגנאציע?
ניין! אפשר אויב שייך צו מאריך זיין. יישר כח!
ווען ניקסאן איז געלאפן פאר ווידערוויילונג איז איין טאג פארגעקומען אן אריינברעכונג אינעם וואטערגעיט קאמפלעקס וואו די דעמאקראטישע קאמפיין איז געווען הויפטקוואטירט.

די אויספארזונגען האבן געצויגן די בענדלעך ביזן פרעזידענט ניקסאן אליינס, און עס האט געוויזן אז ער האט עס אנגעפירט און דירעקטירט, דאס האט אים באוואויגן צו רעזיגנירן זייענדיג דער ערשטער און איינציגסטער פרעזידענט צו רעזיגנירן זעענדיג אז ער גייט נישט קענען דורכשוויצן קיין אימפיטשמענט פראצעס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שוין לאנג נישט געשריבן דא אבער אין ליכט פון די אויסברוכן אין ביידע הייזער אויף קעפיטאל היל נעכטן דינסטאג קען זיין אינטערסאנט אנצואווייזן אז אנגעשטרענגטע נערוון אין אמעריקא'ס געזעץ הויז איז נישט קיין נייעס און גאר אסאך פערזענליכע מונדליכע און צומאל פיזישע אינצידענטן ווערן אין פילע פעלער גערוקט אונטער א טעפיך און ווערן נישט פובליצירט

איןן ביישפיל איז אן עפיזאד וועלכע האט גענומען לאנגע יארן ביז עס איז געווארן פארעפנטליכט איבער די געוועזענע ספיקער דזשאן בעינאר וועלכע האט אין זיין ערשטע טערמין אין קאנגרעס גערודערט אקעגן עירמארקס אין נאך שארפע רעדע אויפן פלאר איז ער געווארן קאנפראנטירט דורך קאנגרעסמאן דאן יאנג פון אלאסקא וועלכע האט אים געשטעלט צו א וואנט און געפאכעט מיט א 10 אינטשיגע מעסער און געווארנט אז ער זאל זיך מער נישט וואגן צו טוהן אזאנס

די צוויי האבן זיך שפעטער פארשטענדיגט און געווארן נאנטע פריינד און יאנג האט אויסגעקליבן בעינאר אנצופירן מיט די כיבודים ביי זיין הייראט צערעמאניע

נאך וואס די געשיכטע איז ארויס האבן ביידע באשטעטיגט איר ווארהייט נאר יאנג האט צוגעגעבן אז די מעסער איז געווען צוגעדעקט אין איר שיידל

עס איז אלס גוט צו געדענקן אז אן אנצוג קען זיין א צודעק פאר אומבאארבעטע מדות, א שניפסל קען זיין א שלייער פאר אומקאנטראלירטע זיטן און א פאליטישע שמייכל קען באהאלטן איבערגעשטרענגטע נערווען

ביז זיי פלאצן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:56 pm
שוין לאנג נישט געשריבן דא אבער אין ליכט פון די אויסברוכן אין ביידע הייזער אויף קעפיטאל היל נעכטן דינסטאג קען זיין אינטערסאנט אנצואווייזן אז אנגעשטרענגטע נערוון אין אמעריקא'ס געזעץ הויז איז נישט קיין נייעס און גאר אסאך פערזענליכע מונדליכע און צומאל פיזישע אינצידענטן ווערן אין פילע פעלער גערוקט אונטער א טעפיך און ווערן נישט פובליצירט
איןן ביישפיל איז אן עפיזאד וועלכע האט גענומען לאנגע יארן ביז עס איז געווארן פארעפנטליכט איבער די געוועזענע ספיקער דזשאן בעינאר וועלכע האט אין זיין ערשטע טערמין אין קאנגרעס גערודערט אקעגן
עירמארקס אין נאך שארפע רעדע אויפן פלאר איז ער געווארן קאנפראנטירט דורך דאן קאנגרעסמאן און היינט סענאטאר דאן יאנג פון אלאסקא וועלכע האט אים געשטעלט צו א וואנט און געפאכעט מיט א 10 אינטשיגע מעסער און געווארנט אז ער זאל זיך מער נישט וואגן צו טוהן אזאנס
די צוויי האבן זיך שפעטער פארשטענדיגט און געווארן נאנטע פריינד און יאנג האט אויסגעקליבן בעינאר אנצופירן מיט די כיבודים ביי זיין הייראט צערעמאניע
נאך וואס די געשיכטע איז ארויס האבן ביידע באשטעטיגט איר ווארהייט נאר יאנג האט צוגעגעבן אז די מעסער איז געווען צוגעדעקט אין איר שיידל
עס איז אלס גוט צו געדענקן אז אן אנצוג קען זיין א צודעק פאר אומבאארבעטע מדות, א שניפסל קען זיין א שלייער פאר אומקאנטראלירטע זיטן און א פאליטישע שמייכל קען באהאלטן איבערגעשטרענגטע נערווען
ביז זיי פלאצן
וואס איז דאס?
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
👍 ☝ 👍 ☝גם אני מצטרף 👍 ☝ 👍 ☝

טעוועליך'ס שבת פעקל
פרשת פינחס ארויף
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:51 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:56 pm
שוין לאנג נישט געשריבן דא אבער אין ליכט פון די אויסברוכן אין ביידע הייזער אויף קעפיטאל היל נעכטן דינסטאג קען זיין אינטערסאנט אנצואווייזן אז אנגעשטרענגטע נערוון אין אמעריקא'ס געזעץ הויז איז נישט קיין נייעס און גאר אסאך פערזענליכע מונדליכע און צומאל פיזישע אינצידענטן ווערן אין פילע פעלער גערוקט אונטער א טעפיך און ווערן נישט פובליצירט
איןן ביישפיל איז אן עפיזאד וועלכע האט גענומען לאנגע יארן ביז עס איז געווארן פארעפנטליכט איבער די געוועזענע ספיקער דזשאן בעינאר וועלכע האט אין זיין ערשטע טערמין אין קאנגרעס גערודערט אקעגן
עירמארקס אין נאך שארפע רעדע אויפן פלאר איז ער געווארן קאנפראנטירט דורך דאן קאנגרעסמאן און היינט סענאטאר דאן יאנג פון אלאסקא וועלכע האט אים געשטעלט צו א וואנט און געפאכעט מיט א 10 אינטשיגע מעסער און געווארנט אז ער זאל זיך מער נישט וואגן צו טוהן אזאנס
די צוויי האבן זיך שפעטער פארשטענדיגט און געווארן נאנטע פריינד און יאנג האט אויסגעקליבן בעינאר אנצופירן מיט די כיבודים ביי זיין הייראט צערעמאניע
נאך וואס די געשיכטע איז ארויס האבן ביידע באשטעטיגט איר ווארהייט נאר יאנג האט צוגעגעבן אז די מעסער איז געווען צוגעדעקט אין איר שיידל
עס איז אלס גוט צו געדענקן אז אן אנצוג קען זיין א צודעק פאר אומבאארבעטע מדות, א שניפסל קען זיין א שלייער פאר אומקאנטראלירטע זיטן און א פאליטישע שמייכל קען באהאלטן איבערגעשטרענגטע נערווען
ביז זיי פלאצן
וואס איז דאס?
דאס צוטשעפען געלטער פאר געזעצגעבער זיי זאלן קענען פינאנצירן פראיעקטן אין זייערע סטעיטס/ דיסטריקטן

עס ווערט אפט גענוצט אונטערצושמירן פאליטיקאנטן אז זיי זאלן איינגיין אין אויסטויש צו שטימען אויף געוויסע בילס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בורטשעט זאגט אז נענסי מעיס האט אים געזאגט אז זי גייט זיך אפגעבן מיט מעקארטי אויב ער וועט זיך דערוואגן צו נוצן זיין פאליטישע קאסע צו אינטערווענירן אין איר ווידערערוויילונג

זער זאגט אז אויב זאל מעקארטי פאראויסגיין מיט אזא פלאן וועט עס זיין א קלאסישע ביישפיל פון א קינד וועלכע ווארפט ארויס א שטיין פון א צוים אין ריכטונג פוון עימיצן און לויפט שנעל אהיים זיך אויסבאהאלטן אונטער זיין מוטער'ס שעסל

בורטשעט זאגט אז מעיס זיצט אויף אינפארמאציע וועלכע איז נאכנישט ארויס אין פובליק און וועט נישט צעגערן עס צו פארעפנטליכן אויב נוטיג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18077
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יע יע

יעצט ווארט ביז א געריכט צווינגט ארויס די אינפארמאציע...
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:58 pm
זייער געשמאק און אינפארמאטיוו, כ'ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז די ציבור איז נישט אינטרעסירט, די ציבור איז שוין איינמאל אינטרעסירט
ייש"כ, גיי אן ווייטער!
גא״מ
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
טרופ עוו
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:34 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרופ עוו »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 12:56 pm
שוין לאנג נישט געשריבן דא אבער אין ליכט פון די אויסברוכן אין ביידע הייזער אויף קעפיטאל היל נעכטן דינסטאג
וואס פארא אויסברוכן איז געשעהן?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

1950 למספרם ווערט געדענקט אלס יאר פון איינע פון די סאמע היציגסטע סענאט פריימערי שלאכטן אין אמעריקאנע היסטאריע

פלארידא איז דאן געווען א דעמאקראטישע פעסטונג און סענאטאר פעפער האט זיך געגרייט צו לויפן פאר א דריטע טערמין אין אפיס

פעפער איז געווען זייער נאנט אליאירט מיט פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט און געהאלפן דורכשטופן זיין "נייע דיעל" לעגיסלאציע נאך רוזעוועלט'ס טויט אין 1945 למספרם האט פעפער ארויסגעצייגט קאלטע טיצע פאר זיין נאכפאלגער הערי טרומאן

פעפער איז געווען טייל פון אן אומסוקסעספולע קאמפיין וועלכע האט געזוכט לויז צו ווערן פון טרומאן און געוואלט אז די פארטיי זאל אנשטאט נאמינירן דווייט אייזנהאוער וועלכע האט דאן נאכנישט געהאט קיין פארטיי אפיליאציע און די לופט צווישן טרומאן און פעפער זענען געווען העכסט געשפאנט

אין די זומער פון 1949 למספרם האט דאן קאנגרעסמאן דזשארדזש סמאטערס אנגעהויב ערנסט קלערן צו לויפן אין א פריימערי אקעגן פעפער וועלכע האט ביי זיין ערשטע ווידערערוויילונג קאמפיין שוין אנגעצויגן שוואכער ווי געראכטן

טרומאן האט געהערט פון די פלענער און איינגעלאדנט סמאטערס אויף א באזוך צום ווייסן הויז און גאנץ אפן געבעטן אז זער וויל אים עהן ארויסשטויסן פעפער פון בענקל

אין אוגוסט למספרם האט סענאטאר פעפער ערהאלטן א בריוו פוןא ברודער פון קאנגרעסמאן סמאטערס און יענער מעלדט אים איין איבער די מעגליכע סענאט פלענער פון זיין ברודער און לייגט פאר א רייע באדינגונגען פאר פעפער וואס ער דארף נאכקומען צו פארמיידן א סמאטערס קאנדידאטור

עס פארלאנגט פון פעפער צו ערלעדיגן אז סמאטערס זאל ווערן אויפגענומען אלס סאליסיטאר דזשענעראל, עס פארלאנגט אז סמאטערס זאל האבן א ווארט אין די נאמינאציע פראצעדור אין פאל איינע פון די סטעיט'ס ענאט בענקלעך ווערן ליידיג און אז אויב סמאטערס באשליסט צו לויפן פאר גאווענראר אין 1952 למספרם זאל ער באקומען די שטיצע פון פעפער

פעפער האט אפגעווארפן די אנבאט און ווען פרעזידענט טרומאן האט באזוכט פלארידא האט ער פארשפראכן פאר פעפער אז ער וועט שטיצן זיין ווידערערוויילונג פלענער

בעפאר סמאטערס איז אריינגעשפרונגען אין די פארמעסט איז אן אדוואקאט מיטן נאמען דזשעימס הארעל געלאפן אקעגן פעפער און געהאט געזאמלט אסאך אינפארמאציע איבער פעפער'ס שוואכקייטן און אינעם טאג וואס סמאטערס האט געמאלדן אז ער לויפט האט זיך הארלע ארויסגעצויגן פון די פארמעסט און אריבגעשיקט אלע זיינע ווערק צו סמאטערס

סמאטערס האט באצייכנט פעפער אלס עימיצער מיט סימפאטיע צו קאמוניזם און ארויסגעשטעלט א ליסטע מיט קאמוניסטישע גרופעס מיט וועם ער האט קאמיוניקירט

סמאטערס האט באצייכנט זיין אפאענט אלס "רויטע פאפריקע" און גאר אגרעסיוו פארדאמט זיין שטיצע פאר קאמוניזם און פאר אן אוניווערסאל העלט קעיר סיסטעם

פעפער פלעגט רייזן קיין רוסלאנד און זיך געהאט געטראפן מיט סטאלין ימ"ש און אים באצייכנט אלס א מאן וועם אמעריקא קען געטרויען

ראסע האט אויך געשפילט א ראלע אין די פארמעסט ווען לעיבאר יוניאן'ס האבן איינגעפעדימאט ערנסטע רעגיסטראציע דרייווס און אנגעשלאסן אסאך אפריקאנע אמעריקאנער אין שטיצע פון פעפער און סמאטער'ס האט באשולדיגט אז די צפון יוניאן פירער באצאהלן פאר אפריקאנע אמעריקאנער צו שטימען פאר פעפער און שטיצער פון פעפער האבן אפרדאמט סמאטערס און פארשפרייט פאלשע בילדער ווי אזוי ער טראגט קו קלוקס קלען קליידער

ווען עס איז געקומען צו די וואלן האט סמאטערס באזיגט פעפער מיט נאנט צו 10% אוו מארשירט צו די אלגעמיינע וואלן וואו ער האט באזיגט די רעפובליקאנע קאנדידאט אין א לענדסלייד

פעפער האט עטליכע יאר דערויף פרובירט צו לויפן אקעגן סענאטאר האלאנד און נאכן פארלוירן איז ער סוקסעספול געלאפן און געווארן ערוויילט אלס קאנגרעסמאן פאר פלארידא'ס דריטע קאנגרעסיאנאלע זיץ וועלכע ער האט געהאטלן ביז זיין טויט אין 1989 למספרם
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 43862
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:40 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:37 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:31 am
די קאמפיין אין 1800 למספרם איז געווען א גאר ביטערע ווען וויצע פרעזידענט טאמאס דזשעפערסאן האט זיך פארמאסטן אקעגן פרעזידענט דזשאן עדעמס

עדעמס איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אויף די פעדעראליסט פארטיי טיקעט און דזשעפערסאן אויף די דעמאקראטיש רעפובליקאנע טיקעט

דאס איז געקומען 4 יאר נאך וואס עדעמס האט שמאל באזיגט דזשעפערסאן און דזשעפערסאן איז געווארן ערוועלט אלס זיין וויצע פרעזידענט

אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזוי איינגעפירט אז פרעזידענט זאלן ארומגיין אקטיוו קאמפיינען און קאנדידאטן האבן זיך געפארכט אז זיי וועלן ווערן באטראכט ווי בלויז דעמאגאגן

דזשעפערסאן האט דאן עקרוטירט עימיצן מיטן נאמען דזשעימס קאלענדער צו טוהן די שמוציגע ארבעט פאר אים צו פארשמירן די נאמען פון עדעמס אבער פרעזידענט עדעמס האט זיך געהאלטן מער פרעסטיזשפול און זיך נישט געוואלט אראפלאזן צו אזא שטאפל

קאלענדאר האט געמאכט א גאנץ פיינע ארבעט און באוויזן צו איבערצייגן פילע אמעריקאנער אז עדעמס איז געווען אויסן צו אטאקירן פראנקרייך טראץ וואס אזא פלאן האט קיינמאל נישט עקזיסטירט

די עדעמס לאגער האט אבער שפעטער אויך גענוצט געוויסע טאקטיקן אונטערצוהאקן די דזשעפערסאן און בעפאר די וואלן פארשפרייט א מעסעדזש אז דזשעפערסאן איז געשטארבן און מען קען מער נישט שטימען פאר אים

דזשעפערסאן האט עווענטועל באזיגט עדעמס אבער קאלענדאר איז געווארן אריינגעשליידערט אין טורמע פאר זיין פאלשע פארלוימדונגען אקעגן עדעמס

ווען ער איז געווארן באפרייט אין 1801 למספרם איז ער געבליבן שטארק אנגעווייטאגט אויף דזשעפערסאן שפורנדיג אז ער האט געטוהן די שווארצע ארבעט און באצאהלט א פרייז אין די צייט וואס די קאנדידאט אטיז ארויס א זיגער און בלויז בענעפיטירט פונעם געשעפט

דזשעפערסאן האט זיך נישט איבערגעשטרענגט זיך אויסצוגלייכן מיט אים קאלענדאר ועלכע האט אין הארץ געשוואוירן זיך אפצורעכענען מיט אים און די געלעגנהייט האט נישט פארפאסט צו קומען

אין 1802 למספרם האט קאלענדאר אין א סעריע ארטיקלען ברייט באשטעטיגט באשולדיגונגען וואס זענען ביז דאן געווען בלויזע קלאנגען וואס זענען נישט געווארן אנגענומען איבער אומפאסיגע באציאונגען צווישן דזשעפערסאן מיט איינע פון זיינע קנעכט און די נעגאטיווע פובליסיטי איבער דעם האט באגלייט דעם פרעזידענט פאר די רעשט פון זיין לעבן

טראץ וואס אסאך היסטאריקער מאכן אוועק די באשולדיגונג אלס בלויזע קאלענדאר פראפאגאנדע האבן געוויסע אונטערזוכונגען אין 1998 למספרם פעסטגעשטעלט אז יש דברים בגו און אז האט מעגליכע האפט

די צוויי פריינד, עדעמס און דזשעפערסאן וועלכע זענען געווארן ארכי פיינטהאבן שפעטער באנייט זייער פריינדשאפט וועלכע האט אנגעהאלטן ביז זייער לעצטע טאג אום יולי 4 1826 למספרם ווען ביידע זענען געשטארבן
וואס איז געשען יולי 4 1826 צו ביידע?
זיי האבן אויפגעהערט צו לעבן

אויפן טויטן בעטל האט עדעמס געזאגט זיינע לעצטע ווערטער צו בארואיגן אמעריקאנער: טאמאס דזשעפערסאן לעבט נאך

ער האט אבער געגרייזט ווייל דזשעפערסאן איז געשטארבן 5 שטונדן בעפאר
ארויפגעברענגט אלס ענינא דיומא למספרם
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5091
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:14 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:40 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:37 pm
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:31 am
וואס איז געשען יולי 4 1826 צו ביידע?
ארויפגעברענגט אלס ענינא דיומא למספרם
יישר כח @הבל פאר אויפברענגען די גאר באלערנדע און היסטארישע ווערק..

און יישר כח פארן עס אוועק געבן (ליטערלי) פאר די ליינער - ווארום די ווערק איז אן ערנסטע שוה כסף - זאל דיר הקב"ה געבן פולע השפעות
און א פריילעכן יולי 4 (אויב ממעג זאגן)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”