רבותי!! עס וואלגערן זיך אידישע קינדער... וואו זענען די עסקנים?!
לא עת לחשות, וואו מען גייט און וואו מען שטייט וואלגערן זיך ארום צובראכענע אידישע קינדער!!! צוריסענע טייערע קינדער!!!
וואו מען דרייט זיך, אין אידישע שטובער, אין בתי מדרשים, אין דאקטאר'ס אפיסעס.... און וואו נישט..... וואלגערן זיך צו'מזיק'טע אידישע קינדערלעך...
עס ווילט זיך פרעגן וואו זענען די רבנים וואו זענען די עסקנים
אבער די אמת איז, אז די סיטואציע איז על פי רוב שוין אזוי קאמפלעצירט, אז אין הדבר תלוי נאר אין די יחידים, זיי זאלן זיך אריינלייגן דערין.
אידן ספענדן שווערע געלטער צו איינקויפן די באוואוסטע "מצוה קינדער" ביכלעך, וואס אונזערע קינדערלעך האבן אזוי שטארק ליב, אבער נאך א שטיק צייט פון עס ליינען און איבערליינען (און נאכאמאל ליינען... ביז די טאטע'ס און מאמע'ס קענען עס בעל פה...) ווערט עס ליידער צוריסן, און "טייערע" אידישע מצוה קינדער בילדער - וואלגערן זיך אויף דער ערד... און דאס הארץ ווייטאגט אויף די געלט פארלוסט... און די קינדערלעך וויינען און בענקען נאך זייער באליבטע ביכלעך...
אידן! וואס איז די עצה?! איך האב א געדאנק, בבחינת מקדים רפואה למכה... ווען איר קויפט א נייע בוק, צום ערשט גיבט עס אריין צו בינדען, דאן קענט איר הנאה האבן פון די ביכלעך אויף לאנגע געזוטע יארן , קינדער און אייניקלעך לאיוש"ט.
טיפ: בינדט אייער בוק ווען ס'איז נאך ניי, פאר עס איז שוין צו שפעט. און דאס איז גילטיג אויך ביי אלע אנדערע ביכלעך און ספרים.
טייערע אידן - בינדט אייערע ספרים וועלן זיי גוט זיין!
יחזקאל