דאס איז טאקע א שטארקע קשיא, ממש מורא'דיג. דער חילוק אבער צווישן געווענליכע מענטשן קעגן אייוועלט (און אנדערע אין דעם קאנסערוועטיוון עקא סיסטעם) איז די מעגליכקייט צו אפשאצן זאכן רואיג און נישט שפרינגען צו קיינע מסקנות.
ביז די דעבאטע איז נישט געווען קיין זאכליכע הוכחות, צו די קאנסערוועטיווע טאלקינג פוינט / קאנספיראציע וואס זיי שטופן שוין פאר 6 צו 7 יאר. רעגנדיג וכת דילי' האבן שוין געהאלטן איבער ביידען אז ער איז אלט און קאלעכט פאר 5 יאר צוריק, עס האט זיך גארנישט געטוישט. 'זיידי ביידען פארשפארט אין א בעיסמענט' איז געווען די טענה פון די טראמפיסטן די גאנצע צייט, עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי זיינע 82.
איין זאך: דער וויכוח איז געווען עפעס וואס די טראמפיסטן זענען געווען עתיד צו געווינען איין טאג, אז נישט אין 18' דאן אין 20', אז נישט דאן 24', און אז נישט אין 28' אדער 36'. עס וואלט אמאל געקומען די צייט וואס ביידען וואלט זיך ממילא פארעלטערט, און - ניוז פלעש! - ער גייט אפילו שטארבן איין טאג.
(דערמאנט פון יענקל מילער מיט די לאנגע מלחמה צווישן דעם יצר טוב און יצר הרע איבער זיין אויפשטיין, ביז 11:00 צופרי ווען דער יצר טוב האט מנצח געווען...)
אין די עולם הדמיון און אלטערנאטיווע פאקטן איז טאקע כסדר ארום געפארן ווידיאו קליפס ווי ביידען מאכט אין די הויזן, און איך האב געהערט פון יונגעלייט אין ביהמ"ד וואס האבן דאס באמת געהאלטן פאר עכט!
כמעט - אויב נישט ממש - אלע פון די ווידעא'ס וואס האבן געזאלט צייגן ביידען'ס אלטקייט זענען גאנץ שנעל איבערצייגט געווארן אלס פאלש, געשניטן און ארויס פון קאנטעקסט, אבער מען קען זיכער זיין אז אן אין דעת הבדלה מנין, אויב איינער האט נישט געהאט גענוג דאטא פוינטס און ידיעות אין קאפ צו אנאליזירן די א.ד. ווידעא פון ביידען און קומען צו די מסקנא אז עס איז נישט ריכטיג, איז זיכער אז אזעלכע ביאורים ווי קאנטעקסט און געשניטן זענען שוין צו שווער צו פראסעסן.
אין די זעלבע צייט האט ביידען דאמינירט די סטעיט אוו די יוניאן, זיינע חברה האבן אונטער גענומען א מאסיווע אקציע פאר יארן צו באהאלטן סיי וועלכע זאכליכע באווייז צו זיין סיטואציע. עס איז, אגב, א מוסטער פון א געלונגענע אדמיניסטראציע וואס האט נישט בחינם באוויזן אזויפיל אויפצוטוהן פאר אמעריקע, אז ביז די דעבאטע איז כמעט נישט געווען קיין אינערליכע ליעקס פון די סטעף איבער זייערע זארגן איבער ביידען. אין די צייט וואס ווען טראמפ איז געווען אין אמט איז געווען שרייענדע נייעס קעפלעך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג.
די איינציגסטע עכטע נקודות פאר מענטשן וואס דיעלן מיט פאקטן איז געווען די רעפארט פון ספעשל פראסעקיוטער הור (און דערנאך די פרעסע קאנפערענץ מיט מעקסיקא פרעזידענט), וועלכע איז שפעטער שטארק פארוואסערט געווארן ווען די טראנסקריפט איז ארויסגעקומען און מען האט געזען עס איז געווען סאך בעסער ווי ער האט עס געמאכט. און די צווייטע זאך איז געווען די רעפארט אין וואל סטריט זשורנאל וואס איז אויך למעשה אפגעלייקנט געווארן אפילו דורך רעפובליקאנער געזעץ געבער וואס האבן זיך געטראפן מיטן פרעזידענט.
דאס אלעס איז נישט צו זאגן אז ביידען האט אויסגעקוקט פריש און יונג און געזונט, פאר א סיבה האבן רוב וויילער אים סייווי נישט געוואלט צו לויפן פאר ווידערוויילונג ווייל זיין עלטער האט זיך זיכער אפגערופן אויף זיין צושטאנד און אויסזעהן. פארט האט ער אויסגעזעהן מער ווי גענוג קעיפעבל צו קענען פירן דאס לאנד, ווער נאך ווי אונז היימישע אידן ווייסן דאס ווען רבי'ס און ראשי ישיבות, אלט און שוואך פיזיש, געבן אבער ווייטער זייערע טיפזיניגע שיעורים און פארפיגן אויף ריזיגע קהילות און מוסדות ווי לאנג זיי זענען ביי די כוחות און דער קאפ ארבעט.
די דעבאטע האט פשוט געצייגט פאר יעדן אז מען האט ביז איצט באהאלטן זיינע שוואכע מינוטן, וואס למעשה קען מען נישט האבן א פרעזידענט וואס איז נישט עוועיליבל נאך 4'ע נאכמיטאג פאר עמוירדזשענסיס... און דער עיקר איז אוודאי די פאליטישע פאל אוט, ביידען האט געדארפט ווייזן - צום הונדערטסטן מאל! - אז טראץ זיין פיזישע פארעלטערטקייט איז ער נאך פולי דאהי, פריש און שארף, און אמעריקאנער דארפן זיך נישט נעמען צום הארצן פון די קאנסערוועטיווע קאנספיראציעס איבער זיין עלטער, דערווייל האט זיך אבער ארויסגעצייגט פאר יעדן פונקט דאס פארקערטע, אויף א פארנעם וואס איז בכלל נישט געווען צו ערווארטן אפילו לויט זיינע נאנטע און זיין קאמפיין וואס האט פארלאנגט די דעבאטע מיטן פלאן אויפצואווייזן זיין גוטער געזונט צושטאנד.
עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די קאמפיין האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט זיין די רעזולטאט, און זיי - קענענדיג אלע זיינע שוואכקייטן און צייטן - האבן געהאלטן אז ער קען דאס רואיג באווייזן. וויאזוי און פארוואס דאס האט יא פאסירט אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם פארבלייבט א פלא, ווארשיינליך צוליב די גרויסע דרוק וואס ער האט געהאט אויף זיך. עווענטועל, נאך די ערשטע האלבע שעה, האט ער זיך צוריק געכאפט אביסל אבער די דעמעזש איז געווען דאן.