וואו איז מזרח?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

@מתעלם דאס איז וואס רוב מענטשן וואלטן געזאגט במחשבה ראשונה, אבער ס'איז בעצם נישט אזוי.

ס'איז א שווערער קאנצעפט, ווייל מיר זענען אזוי איינגעוואוינט אז דער צפון פאלוס איז אויבן. במציאות אבער פארמאגט א גלאבוס נישט קיין אויבן און אונטן. צפון און דרום רעכנט מען אלס די שפיצן, ווייל דארט איז די ווייטסטע פונעם עקוואטאר, אבער במציאות איז עס נישט מער אויבן אדער אונטן ווי סיי וואו אויפ'ן כדור הארץ.

ווען מ'גייט גראד פון ניו יארק קיין ירושלים, דארף מען איינבייגן אביסל דעם גלאבוס לינקס, אזוי אז די ביידע זאלן זיין גראד איינס קעגן דעם אנדערן. יעצט וועט אויסקומען אז דער "שפיץ" איז (לכאורה) אינמיטן סיביר, בעת דער צפון פאלוס איז ארום פינף מעלות אוועק פונעם שפיץ. אזוי ארום וועט די ליניע גיין גראד, אבער ס'וועט צוערשט גיין וואס מיר רופןהעכער אין צפון און דערנאך צו וואס מיר רופןדרום.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:17 am

כ'האב נישט פארשטאנען. ווייל ממה נפשך, וויאזוי רעכנט מען דירעקציעס, ביחס צו די "וועלט" אדער ביחס צו די "זוהן"? אויב ביחס צו די וועלט דעמאלטס אפילו ווען מען וועט דרייען די "וועלט" וועט זיך די דירעקציע פונעם מענטש וואס גייט אויף דעם גלייכן ליניע נישט טוישן (חוץ פון "ווייטער" פונעם מרכז הארץ טיף אינווייניג וואס דאס וועלן מיר זאגן אז מ'רעכנט עס נישט ווי קיין טויש), און דערפאר קען עס הייסן "כנגד". ווידעראום אויב גייט מען רעלאטיוו צו די זוהן דארף מען דאך הערשט גיין מזרח דרום. (א גלייכע דירעקציע מיינט דאך נישט גלייך אויפן בילד, נאר גלייך קעגן דעם פנים פונעם מענטש).

כ'מיין, אויף וויפיל כ'האב מיר געקענט מצייר זיין, אז אויב גייט מען מזרח צפון איז נישטא קיין וועג וויאזוי עס זאל זיין "גלייך" נישט ביחס צו די וועלט און נישט ביחס צו די זוהן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:00 pm
שאינו יודע האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:59 pm
דו פארשטייסט וואס דער שו״ע הרב זאגט?
ניין, און פאר דעם האב איך געפרעגט.
איך האב מיך געמוטשעט א היבשע וויילע דאס אפצולערנען. איך מיין אז כעת פארשטיי איך זיינע ווערטער, און איך וועל עס דא ערקלערן. אויב מאך איך א טעות, ביטע מיך פארריכטן.
וּמִכָּל מָקוֹם, מְדִינוֹת אֵלּוּ שֶׁהֵן לְצַד צָפוֹן הַרְבֵּה, אַף עַל פִּי שֶׁהֵן בְּמַעֲרָבוֹ שֶׁל אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, לֹא יִקְבְּעוּ מְקוֹם הָאָרוֹן וְצַד הַתְּפִלָּה דְּהַיְנוּ כֹּתֶל מִזְרָחִי כְּנֶגֶד אֶמְצָעִית רוּחַ מִזְרָחִית שֶׁלָּהֶם, אֶלָּא כְּנֶגֶד מִזְרָחִית דְּרוֹמִית (קְצָת כְּפִי עֶרֶךְ נְטִיַּת נְקֻדַּת אֶמְצַע מִזְרָח שֶׁלָּהֶם מִכְּנֶגֶד יְרוּשָׁלַיִם, וּנְקֻדָּה זוֹ הוּא מְקוֹם יְצִיאַת שֶׁמֶשׁ לְעִיר זוֹ בִּתְקוּפַת נִיסָן וְתִשְׁרֵי הָאֲמִתִּית, וְהוּא מְקוֹם פְּגִישַׁת גַּלְגַּל מַשְׁוֶה הַיּוֹם בְּאֹפֶק עִיר זֶה, שֶׁלָּכֵן הַיּוֹם וְהַלַּיְלָה שָׁוִים שָׁם בִּתְקוּפַת נִיסָן וְתִשְׁרֵי).
גלגל משוה היום= קו המשווה (עקוואטאר)
אופק= האריזאנט

דער רב שטעלט צוערשט אוועק וואס דאס איז "אמצע המזרח". דאס צו טרעפן דארף מען קוקן ביי תקופת ניסן ותשרי האמיתית, ווען די זון שיינט אויף אינמיטן הימל.

אין ימי ניסן געפינט זיך די זון העכער דער קו המשווה. דאס מיינט אז ווען עמיצער קוקט דעמאלט אויף דער זון, קוקט ער פאקטיש אין ריכטונג פון דער קו המשווה. יעצט דאס איז באקאנט אז ביי דער זריחה איז די זון 90° קיין מזרח, וואס דאס איז א פערטל ערדקוגל. קומט אויס אז ווען מיר זעען די זון ביי דער זריחה אינעם טאג פון תקופת ניסן, איז די נקודה אויף וואס מיר קוקן 90° קיין מזרח, אבער ס'גייט גענויגט מזרחית-דרומית, און ס'טרעפט זיך מיט דער קו המשווה נאך 90°. (ווען מיר קוקן אויפ'ן הימל, נעמען מיר דאס נישט אין אכט, ווייל די וועלט גייט רינדיג. אבער אויב וויל מען עס אויסמאלן אויף א פלאכער מאפע וואלט דער שטריך געגאנגען אזוי.)
וּמָקוֹם זֶה בְּכָל מְדִינוֹת אֵלּוּ הוּא לְהָלְאָה מִנְּקֻדַּת נֹכַח הָרֹאשׁ שֶׁל יְרוּשָׁלַיִם.
נוכח הראש= מעלות רוחב (latitude)

די קו המשווה איז ביי 0° מעלות רוחב, און ירושלים איז ביי 32°N, דאס מיינט אז אין די צפונ'דיגע לענדער איז די קו המשווה אלץ ווייטער אין דרום ווי ירושלים.
וְצָרִיךְ לַחֲשֹׁב כַּמָּה יִהְיֶה כְּנֶגֶד יְרוּשָׁלַיִם בָּרֹחַב שֶׁמִּגַּלְגַּל מַשְׁוֵה הַיּוֹם, עַד רֹבַע עִגּוּל שֶׁמִּנֹּכַח הָרֹאשׁ שֶׁלָּנוּ עַד מְקוֹם פְּגִישַׁת הָאֹפֶק שֶׁלָּנוּ בְּמַשְׁוֵה הַיּוֹם.
ברוחב= מעלות רוחב
כנגד ירושלים= מעלות אורך (longitude) פון ירושלים (35°E)
רובע עיגול= א פערטל ערדקוגל, דהיינו ניינציג מעלות

יעצט גייט דער רב אריין מסביר זיין וויאזוי מ'רעכנט אויס צי מ'דארף זיך דרייען דרום אדער צפון צו זיין קעגן ירושלים.

דאס אויסצורעכענען, דארף מען ציען א שטריך צום אמצע המזרח (דהיינו פון וואו מ'שטייט ביז 90° צו דער קו המשווה, כנ"ל), און זען ביי וויפיל מעלות רוחב דער שטריך וועט זיין בשעת'ן דורכגיין די מעלות אורך פון ירושלים (35°E).
וְאִם רֹחַב זֶה שֶׁמֵּעִגּוּל זֶה עַד מַשְׁוֵה הַיּוֹם כְּנֶגֶד יְרוּשָׁלַיִם הוּא יוֹתֵר מֵרֹחַב שֶׁמִּמַּשְׁוֵה הַיּוֹם עַד נֹכַח הָרֹאשׁ שֶׁל יְרוּשָׁלַיִם, צָרִיךְ לְצַדֵּד קְצָת לְדָרוֹם כְּפִי עֶרֶךְ יִתְרוֹן הַזֶּה, וְאִם הוּא פָּחוֹת מִזֶּה צָרִיךְ לְצַדֵּד לְצָפוֹן קְצָת.
עיגול זה= דער שטריך פון ניינציג מעלות פון אונז ביז דער קו המשווה
נוכח הראש של ירושלים= די מעלות רוחב פון ירושלים (32°N)

אויב דער פלאץ וואו דער שטריך לויפט דורך די מעלות אורך פון ירושלים איז מער ווי 32°N, דאן דארף מען זיך בייגן פון אמצע המזרח קיין דרום לויט ווי סאך ס'איז אפגערוקט. למשל אויב דער שטריך לויפט דורך ביי 42°N, דארף מען זיך בייגן צען מעלות צו דרום. און אויב גייט דער שטריך ביי ווייניגער ווי 32°N, דאן דארף מען זיך בייגן קיין צפון לפי חשבון.
וְדָבָר זֶה תָּלוּי בְּמֶרְחַק הַמְּדִינָה מִיָּם הַמַּעֲרָבִי כְּלַפֵּי הַמִּזְרָח וּבְהַרְחָקָה מִטַּבּוּר הָאָרֶץ כְּלַפֵּי צָפוֹן יוֹתֵר מִמֶּרְחַק יְרוּשָׁלַיִם.
ים המערבי= אטלאנטיק
טבור הארץ= קו המשווה

דאס וועט זיך ווענדן ווי ווייט מ'איז פונעם אטלאנטיק קיין מזרח, און ווי ווייט מ'איז פון דער קו המשווה קיין צפון, ווייל די צוויי פאקטארן מאכן אויס וואו דער שטריך זאל דורכגיין ביי די מעלות אורך פון ירושלים.
וְחֶשְׁבּוֹן זֶה קַל לְהַיּוֹדְעִים דַּרְכֵי הַחֶשְׁבּוֹן בִּמְשֻׁלָּשׁ כַּדּוּרִי.
משולש כדורי= א דרייעק וואס לויפט אויף א באל

אויסצורעכענען וואו ס'וועט אויסקומען. דער חשבון איז מער קאמפליצירט ווי סתם א דרייעק, וויבאלד מ'דארף קודם וויסן ווי גרויס יעדע וואנט פונעם דרייעק איז, און ס'גייט דאך געבויגן. איך בין נישט פון די יודעים, אבער אויף גוגל מאפעס קען מען עס זען אן רעכענען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מתעלם האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 1:35 pm
כ'האב נישט פארשטאנען.
כדי צו פארשטיין, דארפסטו דיך אויסשאלטערן פון אלע געאגראפישע און אסטראנאמישע ידיעות וואס דו ווייסט, און באטראכטן דעם גלאבוס ווי דו זעסט עס צום ערשטן מאל.

נישט דא אזא זאך ווי מעלות אורך, מעלות רוחב, קו המשווה, און פאלוסן. מאך דיין פאזיציע אייניג הויך מיט ירושלים, און צי א שטריך פון נקודה א' צו נקודה ב'. יעצט שטעל צוריק אלע סימנים פון די מאפעס, וועסטו זען אז דער שטריך לויפט לויט די סימנים ארויף און צוריק אראפ.

איך קען עס נישט בעסער מסביר זיין, אפשר קען א צווייטער. אבער דיין שכל קען דיר איבערווייזן אז אויף א באל איז נישט דא קיין "שארטקאט", און אויב דאס איז דער שנעלסטער וועג מיינט עס אז ס'איז אויך דער גראדער וועג.

(ווען מ'קוקט גלייך צו דער זון, קוקט מען טאקע מזרחית-דרומית, ווי איך האב געברענגט אין מיין פריערדיגער תגובה. אבער דעמאלט קוקט מען צו דער קו המשווה, וואס איז פיל מער דרום ווי ירושלים, אלזא צו זיין אויסגעדרייט צו ירושלים דארף מען זיך בייגן קיין צפון ביחס צו דער זון.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 2:34 pm

ש'כח פאר דיין געדולד!

צו איבערווייזן אז ארויף צו צפון איז נישט גלייך, איז לכאורה גענוג דער פאקט אז אן עראפלאן וועט דארפן כסדר טוישן דירעקציע כדי צו קענען אנקומען. ס'איז נענטער אבער ס'דארף טוישן דירעקציע. משא"כ ווען עס פארט דרום דארף עס נישט טוישן דירעקציע.

אין די אונטערשטע בילד, איז דען דא א מעגליכקייט פארן שווארצע ליניע צו זיין גלייך? דריי דעם (3D) טאבע אויף וועלכע זייט דו ווילסט.

ORD-DXB-GCMap.jpg
ORD-DXB-GCMap.jpg (103 KiB) געזען 379 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיי פעלזשור.

אין דיין בילד נישט, ווייל מ'פארט טאקע נישט אזוי געדרייט. קוק אבער אויף דעם בילד וואס איז לייג צו, וואס איז א מציאות'דיגער שטריך פון ברוקלין צו ירושלים. מערק די קו המשווה אונטן וואס גייט געבויגן.

עראפלאנען טוישן אפשר ריכטונג לויט א קאמפּאס, אבער כאמור, דאס איז נישט דאס מציאות. דער עראפלאן בעצם דרייט זיך נישט אינמיטן פליען (חוץ פאר טעכנישע סיבות, למשל אויסקרויזן א געוויסע לאנד וכדומה).

בעצם, דער רויטער שטריך אין דיין בילד איז גראד, דארפסט עס נאר קוקן לויט'ן ריכטיגן פערספעקטיוו. אבער לויט די מעלות שטריכן איז עס געבויגן. מערק ווי ס'פארט פון די פאראייניגטע שטאטן אריין צו קאנאדע, דאן צו גרינלאנד, איסלאנד, און דערנאך פאנגט עס אן צוריק "אראפפארן" דורך סקאנדינאוויע, רוסלאנד, צענטראל אזיע, ביז צום פערסישן גאלף.
Picture4.png
Picture4.png (306.48 KiB) געזען 329 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

די בעסטע וועג צו פארשטיין די מהלך פון Great Circle איז דורך ארום דרייען די גלאוב אז ניו יארק זאל זיין אויפן שפיץ, און נאכדעם זוכן די "גראדע" וועג אראפ קיין ארץ ישראל
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:41 pm
מיי פעלזשור.

אין דיין בילד נישט, ווייל מ'פארט טאקע נישט אזוי געדרייט. קוק אבער אויף דעם בילד וואס איז לייג צו, וואס איז א מציאות'דיגער שטריך פון ברוקלין צו ירושלים. מערק די קו המשווה אונטן וואס גייט געבויגן.

עראפלאנען טוישן אפשר ריכטונג לויט א קאמפּאס, אבער כאמור, דאס איז נישט דאס מציאות. דער עראפלאן בעצם דרייט זיך נישט אינמיטן פליען (חוץ פאר טעכנישע סיבות, למשל אויסקרויזן א געוויסע לאנד וכדומה).

בעצם, דער רויטער שטריך אין דיין בילד איז גראד, דארפסט עס נאר קוקן לויט'ן ריכטיגן פערספעקטיוו. אבער לויט די מעלות שטריכן איז עס געבויגן. מערק ווי ס'פארט פון די פאראייניגטע שטאטן אריין צו קאנאדע, דאן צו גרינלאנד, איסלאנד, און דערנאך פאנגט עס אן צוריק "אראפפארן" דורך סקאנדינאוויע, רוסלאנד, צענטראל אזיע, ביז צום פערסישן גאלף.

Picture4.png
גערעכט. יעצט פארשטיי איך. יישר כח! אן עראפלאן דרייט זיך טאקע נישט.

השתא דאתינן להכי, פארשטיי איך שוין טאקע נישט פארוואס זאל מען דאווענען צו דרום? די איינציגסטע סיבה איז אויב כ'וועל זאגן אז איך קוק טאקע ביחס צו די זון, וואס איך פארשטיי נישט די סיבה דערצו.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4689
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

מאת הרה"ג רבי יעקב שלמה ליכטענשטיין שליט"א - דומ"ץ ק"ק בראד וויליאמסבורג

https://www.dropbox.com/scl/fi/poxy9n40 ... mhrtw&dl=0
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4689
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

בעסער צו פארשטיין

עס איז דא די צוויי שיטות אדער 54° צפון מזרח, אדער 96° מזרח נוטה לדרום.

דאס איז מזרח אין אלט וויליאמסבורג.

138° מעלות
IMG-20240614-WA0011.jpg
IMG-20240614-WA0011.jpg (165.63 KiB) געזען 166 מאל

און דאס איז אין ניי וויליאמסבורג

172° מעלות
IMG-20240614-WA0008.jpg
IMG-20240614-WA0008.jpg (159.91 KiB) געזען 166 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”