״טור גייד״ Tour Guide און טעקסי דרייווער אין ארץ הקודש

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: ״טור גייד״ Tour Guide און טעקסי דרייווער אין ארץ הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

התורה חסה על ממונם של ישראל!
טייערע חברים! ביטע זייט מודיע פאר יעדן איד וואס איר קענט, אז לפי די ציונישע חוק מעג א בן חו"ל דרייוון אין א"י מיט א חו"ל דרייווערס לייסענס בלויז די ערטע 12 חודשים נאכן אריין קומען אין א"י (און אפילו ער איז ארויס אינצווישן - ווערט עס נישט גערעכנט, אא"כ ער איז ארויס פאר מינימום 90 טעג אויף איין מאל*), נאך דעם מוז ער מאכן אן איזרעילי לייסענס.
וואס קום איך דא זאגן? וועם אינטערסירט זייערע פארדרייטע א"ג חוקים?
איז הערט, איך בין יעצט אריבער ב"ה 4 חודשים פון הארץ וויי - ווען איך האב געהאט אפאר הונדערט טויזנט שקלים (!) אויף די ליין.
וואס איז געשען? איז אזוי, פאר אביסל מער פון 4 חודשים בין איך אריבער אן עקסידענט רח"ל, מיט נאך פארמישטע, און די אינשורענס קאמפאני האט נישט געהאלטן ביים באצאלן וויבאלד לטענתם האב איך געדרייווט אן קיין לייסענס... איי איך האב שוין בערך 15 יאר אמעריקאנע דרייווערס לייסענס? האסט נישט איבער געטוישט פאר אן איזרעילי, און לפי די איזרעילי לאו הייסט עס אז דו האסט נישט קיין לייסענס!.... אינטערסאנט אז די לעצטע 15 יאר ווען איך געצאלט איבער 100 טויזנט שקל אויף אינשורענס האט קיינער גארנישט געזאגט, און נאר פליצלונג יעצט ווען 'זיי' דארפן 'מיר' צאלן זאגן זיי מיר דאס.... אבער שוין, ב"ה איך בין עס אריבער.
אבער ברודער טייערע, ביטע פארמיידט עגמ"נ און בייט איבער אייער לייסענס. יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלן רב.

*די פאליס און אפילו זייערע שופטים ווייסן נישט דארפון, פון מעשיות וואס איך ווייס בידיעה, ס'גענוג אז מ'ווייזט די פאספארט אז מ'איז אריין געקומען פאר ווייניגער ווי 12 חודשים צוריק און שוין, אבער 'משום מה' ווייסט די אינשורענס קאמפאני יא דערפון..... און נאך מער, זיי טענה'ן אז אפילו אויב ביסטו ארויס פאר מער ווי 90 טעג, אויב דיין סענטער אף לעבן איז אין א"י דארפסטו טוישן....

בברכת שפע רב פאר גאנץ כלל ישראל!
וואונטשט, א איד וואס איז ב"ה אריבער אסאך עגמ"נ און האפט אז קיין שום איד זאל נישט דארפן אריבער קיין שום עגמ"נ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”