USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

אזוי ווי א חבר מיינער האט לעצטנס געהאט עגמת נפש מיט די פאסט מחמת חסרון ידיעה און די בעיסיקס, וועל איך שרייבן ניצבארע אינפארמאציע איבער די פאסט סיסטעם וואס איך גלייב אז נישט אלעס איז באוויסט פאר יעדעם און ס'קען ארויסהעלפן די עולם, און ווער ס'האט עפעס צוצולייגן אדער אראפנעמען איז העפליך פארבעטן.

פאסט פרייזן
דאס ווייסט יעדער אז כדי צו שיקן א בריוו מוז מען ארויפקלעבן א סטעמפ. וויפיל קאסט א סטעמפ? איז אזוי:
יעדע ענוועלאופ וואס איז מערסטנס 6-1/8 ביי 11-1/2 אינטשעס און א מינימום פון 3-1/2 ביי 5 אינטשעס, וואס דאס רעכנט אריין אלע סייזעס ענוועלאופס וואס מ'שיקט אויף א טעגליכע פארנעם, פון די גאר קליינע ענוועלאופס ביז די חתונה-בריוול סייז, דארף האבן איין פשוטע סטעמפ וואס קאסט היינט צוטאגס 63 צענט.
אויב וועגט אייער ענוועלאופ מער ווי איין אונס איז נאך 24 צענט ביז 2 אונסעס, נאך 24 ביז 3, און נאך 24 ביז דריי א האלב, איבער דריי א האלב אנסעס אדער דיקער ווי א פערטל אינטש, באקומט עס שוין א דין ווי א גרויסע ענוועלאופ וואס מיר וועלן באלד אויסשמיעסן. דא קען מען קויפן עדישינאל-אנס סטעמפס
א ענוועלאופ וואס איז הארט און מ'קען עס בכלל נישט בייגן, אדער א סקווער שעיפ, אדער באמפיג, וועט נישט קענען אדורכפארן די אטאמאטישע מאשינען, און א עכטע מענטש וועט עס דארפן באהאנדלען, לכבוד דעם, דארף מען צולייגן נאך 40 סענט צו א טאטאל פון 1 דאלער מיט דריי סענט פאר די ערשטע אונס, און נאכדעם די געהעריגע פרייז פאר מער אונסעס. דא קען מען קויפן נאנ-מעשינעבל סטעמפס.
א גרויסע ענוועלאופ ביז צו א מאקסימום פון 12 אינטש ביי 15 אינטש, וואס נעמט אריין מאנילע ענוועלאופס (אדער ווי מאנכע ווילן עס ריפן וואנילע ענוועלאופס), האט אלע אויבנדערמאנטע הלכות, נאר מען דארף צולייגן נאך איין 63 סענט סטעמפ. בתנאי ס'איז נישט דיקער ווי א דריי פערטל אינטש, דיקער ווי דעם האט שוין א דין ווי א פעקל, און מ'דארף שוין קויפן א שיפינג לעיבעל.
כדי צו ניצן סטעמפס, דארף די ענוועלאופ זיין געמאכט פון פאפיר (ס'מעג האבן א פלעסטיק פענסטער), אנדערע מאטריאל, ווי פלעסטיק וכדו', האבן א דין ווי א פעקל.
דאס אלעס איז להלכה, אבער נישט אייביג למעשה, מיט אונזער אומקאמפאטענטע פאסט אגענטור קען זיך אלץ מאכן אז ס'זאל אנקומען בריוון אפי' אן די ריכטיגע סכום וואס וואלט געדארפט באצאלט ווערן, און ס'קען אויך צירוקגעשיקט ווערן אפי' אן קיין בארעכטיגטע סיבה, אבער מ'דארף טון השתדלות.

נ.ב. געניצטע סטעמפס וואס האבן נישט באקומען קיין זיגעל איז אומלאגאל איבערצוניצן, אבער ס'איז נישט דא עכט קיין וועג זיי זאלן קענען אויסגעפונען, ס'דארף אבער זיין פראפעשיאנאל ארויפגעקלעבט.

שיפינג לעיבעלס
אנדערש ווי סטעמפס וואס יעדע אונס שווערער קאסט נאך 24 סענט, איז ביי לעיבעלס נישט אזוי, נאר ס'ווערט צוטיילט פער 4 אונסעס, דאס הייסט, פון 1 ביז 4 אונסעס איז די ביליגסטע, פון 5 ביז 8 איז טייערער, און פון 9 ביז א פונט איז די טייערסטע. מ'קען נאר שיקן מיט ערשטע קלאס פאסט, פעקלעך וואס וועגן ביז א פונט, פאר פעקלעך מער ווי א פונט דארף מען ניצן 'פריאריטי מעיל' וואס פרייזן לויפן פון $7.09 און ארויף, וואס אין אזא פאל קען זיך שוין אסאך מאל לוינען צו ניצן UPS וואס קומט אסאך מאל אויס בערך די זעלבע פרייז און איז מער פארזיכערט און אסאך שנעלער.
אזוי אויך, אנדערש ווי סטעמפס וואס איז נישט קיין חילוק ווי אין אמעריקע ס'ווערט געשיקט קאסט עס אלעמאל די זעלבע פרייז, ביי פעקלעך ווענדט זיך יא. אמעריקע ווערט צוטיילט און 7 זאון'ס, די ערשטע 50 מייל בערך פון ווי דו שיקסט עס ארויס איז און די ערשט זאון און ס'וועט קאסטן ביליגער, ווי ווייטער דו שיקסט עס אלס א ווייטערע זאון, אלס טייערער ווערט עס. די היימישע געגנטער ווי ברוקלין, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד וכדו' זענען אלע און איין זאון, און מ'קען באקומען די ביליגערע פרייזן פון די ערשטע 50 מייל. די קעטסקילס איז שוין יא אין די צווייטע זאון פון די סיטי און ס'איז אביסל טייערער.
לויט מיינע ידיעות, איז די בעסטע און ביליגסטע פלאץ צו קויפן שיפינג לעיבעלס די וועב זייטל פיראטן שיף . מ'דארף נישט צאלן קיין מעמבערשיפ, און די פרייזן זענען זייער נידריג.
פרייזן פאר ערשטע קלאס פאסט הייבט זיך אן ביי $3.59 פאר א פעקל פון 1 ביז 4 אונסעס וואס מען שיקט נישט ווייטער פון ארום 50 מייל ווייט. די פרייזן גייען ארויף לויט וויפיל מער ס'וועגט און לויט ווי ווייטער ס'דארף אנקומען.
לעיבעלס עקספייערן נאך 28 טעג, מ'קען אבער קויפן אויף די אויבנדערמאנטע זייטל לעיבלס וואס הייסן ריטורן לעיבלס, ס'עקספייערט ערשט נאך 90 טעג און ס'ארבעט די זעלבע ווי געהעריגע לעיבעלס.

נ.ב. איינער וואס שיקט למשל א ענוועלאפ מיט א הארטע האלץ (א געפרעימטע תעודה) וואס וועגט 1 פונט פון וויליאמסבורג אויף מאנסי. אויב שיקט ער עס מיט סטעמפס וועט אים עס קאסטן $4.30. $1.26 פאר די ערשטע צווייי סטעמפס, 24 סענט פאר יעדע עדישינאל אונס, 40 סענט ווייל ס'הארט. און אויב שיקט ער עס מיט א שיפינג לעיבל וועט עס אים נאר קאסטן מיט 32 סענט מער $4.62, און מ'באקומט טרעקינג, מילא דארף מען מאכן די חשבון פאר זיך וויאזוי ס'לוינט צו שיקן. פון די אנדער זייט, ווי אויבן דערמאנט, קען מען נישט שיקן מיט פירסט קלעס לעיבלס מער ווי א פונט, נאך א פונט ווערט שוין היפש טייער, מש"כ מיט סטעמפס קען מען שיקן אפי' מער ווי א פונט ווילאנג מ'צאלט צו 24 סענט פאר יעדע אונס.

איך האב אמאל בטעות געשיקט א פעקל וואס האט געוואויגן מער ווי א פונט מיט ערשטע קלאס פאסט, און נאכדעם וואס זייערע מאשינען האבן עס אויפגעכאפט האבן זיי עס נישט צוריקגעשיקט, נאר זיי האבן מיך צוגעטשארזשט נאך א דאלער צוויי, וואס איז נאכאלץ אויסגעקומען אסאך ביליגער ווי ווען איך קויף ווען א פריאריטי לעיבל. איך רעד נישט אריין צו מ'מעג עס טון אלץ גניבה, און איך נעם נישט קיין אחריות אז זיי גייען עס נישט צירוקשיקן, כ'האב נאר דערציילט א מעשה.

דראפ-אפ לאקאציעס
די מערסט פארזיכערטע וועג אז דיין בריוו זאל ארויספארן נאך יענעם טאג, איז דורכ'ן אריינווארפן אין איינע פון די בלויע קעסטלעך וואס איז אויסגעשפרייט איבער די שטאט, אדער גיין צו א פאסט אפיס. אריינלייגן אין די פאסט קעסטלעך וואס די נייערע הייזער האבן, וואס האט אזא לאך ווי מ'קען אריינלייגן בריוו'ן אויף ארויסצושיקן, פארשלעפט עס מיט א טאג צוויי לויט מיין ערפארונג, כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס. אזוי אויך איבערלאזן אין די געשעפטן וואס בעטן א דאלאר איז אויך קיינמאל פארזיכערט אז ס'גייט ארויספארן יענעם טאג. מש"כ ביי די בלויע קעסטלעך קען מען שוין זעהן א סקען אויף די טרעקינג נאך יענע נאכט אזוי פרי ווי ניין אזייגער, אז די פעקל איז שוין ביי א דיסטריביושן צענטער אין מאנהעטן אדער קווינס.
רוב בלוי קעסטלעך ווערן אויפגעפיקט יעדן טאג 8 אזייגער אינדערפרי. אויב האט מען פארפאסט, איז דא קעסטלעך וואס גייען שפעטער, אין וויליאמסבורג איז דא ביי פלאשינג קאר. ווארסאף, פארק צווישן נאסטרענד און ווארסאף,פארנט פון טשעסטנאט (ווי מ'רעדט זיך אפ אז ס'ווערט געגנב'ט בריוו'ן), פלאשינג קאר. קענט, און נאסטרענד קאר. דיקאלב ווי מ'פיקט אויף 11 אזייגער פארמיטאג, אויב פארפאסט מען דאס אויך איז דא ביי לי קאר. ראסס און הופער ווי מ'פיקט אויף 1 אזייגער נאכמיטאג. דערנאך קען מען גיין אין פאסט אפיס ביז פינעף דרייסיג און צו קאדמאן פלאזא ביז זיבענעע ביינאכט.

דא האט איר אינפארמאציע איבער די USPS גאו-פאסט לאקערס
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

תגובה דורך loyodea »

איינער ווייסט וויפיל א זייגער גייט ארויס די פאסט אין קרית יואל, פון די בלויע דראפ אףף באקסלעך?
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

לעצטענס האב איך באמערקט אז אויב מען שיקט מיט א לעיבעל און מען שרייבט אז עס וועגט ווייניגער גייען זייער מאשינען אויפכאפן וויפיל עס וועגט עכט און זיי גייען דיך טשארדזשן די איבריגע געלט.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

ברעיסעס האט געשריבן:
אנדערש ווי סטעמפס וואס יעדע אונס שווערער קאסט נאך 24 סענט, איז ביי לעיבעלס נישט אזוי, נאר ס'ווערט צוטיילט פער 4 אונסעס, דאס הייסט, פון 1 ביז 4 אונסעס איז די ביליגסטע, פון 5 ביז 8 איז טייערער, און פון 9 ביז א פונט איז די טייערסטע. מ'קען נאר שיקן מיט ערשטע קלאס פאסט, פעקלעך וואס וועגן ביז א פונט, פאר פעקלעך מער ווי א פונט דארף מען ניצן 'פריאריטי מעיל' וואס פרייזן לויפן פון $7.09 און ארויף, וואס אין אזא פאל קען זיך שוין אסאך מאל לוינען צו ניצן UPS וואס קומט אסאך מאל אויס בערך די זעלבע פרייז און איז מער פארזיכערט און אסאך שנעלער.
To zones far from NY like CA or Tx USPS Priority/Cubic will be delivered much faster ,Most of the times 2-3 days,UPS will take 5 or more days
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

קאשע זופ האט געשריבן:
לעצטענס האב איך באמערקט אז אויב מען שיקט מיט א לעיבעל און מען שרייבט אז עס וועגט ווייניגער גייען זייער מאשינען אויפכאפן וויפיל עס וועגט עכט און זיי גייען דיך טשארדזשן די איבריגע געלט.
Depends where you buy the labels, eBay will almost always charge you but Amazon will never, Other shipping companies like Shipoo will also almost never charge
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

loyodea האט געשריבן:
איינער ווייסט וויפיל א זייגער גייט ארויס די פאסט אין קרית יואל, פון די בלויע דראפ אףף באקסלעך?
ביי די שאפינג סענטער פיקט מען אויף 10 אזייגער צופרי, ביי די קעסטל אויף גארפילד עלעווע.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

ברעיסעס האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
איינער ווייסט וויפיל א זייגער גייט ארויס די פאסט אין קרית יואל, פון די בלויע דראפ אףף באקסלעך?
ביי די שאפינג סענטער פיקט מען אויף 10 אזייגער צופרי, ביי די קעסטל אויף גארפילד עלעווע.
ייש"כ
נאכמיטאג איז נישטא עפעס?
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

loyodea האט געשריבן:
ברעיסעס האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
איינער ווייסט וויפיל א זייגער גייט ארויס די פאסט אין קרית יואל, פון די בלויע דראפ אףף באקסלעך?
ביי די שאפינג סענטער פיקט מען אויף 10 אזייגער צופרי, ביי די קעסטל אויף גארפילד עלעווע.
ייש"כ
נאכמיטאג איז נישטא עפעס?
די פאסט אפיס איז ביז פינעווע, אדער קענסטו פרובירן א פאסט קעסטל ווי דו ווייסט אז מ'דעליווערט שפעט די פאסט.
נימער ערגערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נימער ערגערס »

yoel2124441100 האט געשריבן:
קאשע זופ האט געשריבן:
לעצטענס האב איך באמערקט אז אויב מען שיקט מיט א לעיבעל און מען שרייבט אז עס וועגט ווייניגער גייען זייער מאשינען אויפכאפן וויפיל עס וועגט עכט און זיי גייען דיך טשארדזשן די איבריגע געלט.
Depends where you buy the labels, eBay will almost always charge you but Amazon will never, Other shipping companies like Shipoo will also almost never charge
אזוי איז עס אפיציעל מיט עמעזאן, אבער איך האב לעצטע וואך געהאט אז עמעזאן האט מיך געטשארדש בערך 30 אדשאסטמענטס אויף לעיבלס וואס איך האב געשיקט אין november
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

ברעיסעס האט געשריבן:
אזוי ווי א חבר מיינער האט לעצטנס געהאט עגמת נפש מיט די פאסט מחמת חסרון ידיעה און די בעיסיקס, וועל איך שרייבן ניצבארע אינפארמאציע איבער די פאסט סיסטעם וואס איך גלייב אז נישט אלעס איז באוויסט פאר יעדעם און ס'קען ארויסהעלפן די עולם, און ווער ס'האט עפעס צוצולייגן אדער אראפנעמען איז העפליך פארבעטן.

פאסט פרייזן
דאס ווייסט יעדער אז כדי צו שיקן א בריוו מוז מען ארויפקלעבן א סטעמפ. וויפיל קאסט א סטעמפ? איז אזוי:
יעדע ענוועלאופ וואס איז מערסטנס 6-1/8 ביי 11-1/2 אינטשעס און א מינימום פון 3-1/2 ביי 5 אינטשעס, וואס דאס רעכנט אריין אלע סייזעס ענוועלאופס וואס מ'שיקט אויף א טעגליכע פארנעם, פון די גאר קליינע ענוועלאופס ביז די חתונה-בריוול סייז, דארף האבן איין פשוטע סטעמפ וואס קאסט היינט צוטאגס 63 צענט.
אויב וועגט אייער ענוועלאופ מער ווי איין אונס איז נאך 24 צענט ביז 2 אונסעס, נאך 24 ביז 3, און נאך 24 ביז דריי א האלב, איבער דריי א האלב אנסעס אדער דיקער ווי א פערטל אינטש, באקומט עס שוין א דין ווי א גרויסע ענוועלאופ וואס מיר וועלן באלד אויסשמיעסן. דא קען מען קויפן עדישינאל-אנס סטעמפס
א ענוועלאופ וואס איז הארט און מ'קען עס בכלל נישט בייגן, אדער א סקווער שעיפ, אדער באמפיג, וועט נישט קענען אדורכפארן די אטאמאטישע מאשינען, און א עכטע מענטש וועט עס דארפן באהאנדלען, לכבוד דעם, דארף מען צולייגן נאך 40 סענט צו א טאטאל פון 1 דאלער מיט דריי סענט פאר די ערשטע אונס, און נאכדעם די געהעריגע פרייז פאר מער אונסעס. דא קען מען קויפן נאנ-מעשינעבל סטעמפס.
א גרויסע ענוועלאופ ביז צו א מאקסימום פון 12 אינטש ביי 15 אינטש, וואס נעמט אריין מאנילע ענוועלאופס (אדער ווי מאנכע ווילן עס ריפן וואנילע ענוועלאופס), האט אלע אויבנדערמאנטע הלכות, נאר מען דארף צולייגן נאך איין 63 סענט סטעמפ. בתנאי ס'איז נישט דיקער ווי א דריי פערטל אינטש, דיקער ווי דעם האט שוין א דין ווי א פעקל, און מ'דארף שוין קויפן א שיפינג לעיבעל.
כדי צו ניצן סטעמפס, דארף די ענוועלאופ זיין געמאכט פון פאפיר (ס'מעג האבן א פלעסטיק פענסטער), אנדערע מאטריאל, ווי פלעסטיק וכדו', האבן א דין ווי א פעקל.
דאס אלעס איז להלכה, אבער נישט אייביג למעשה, מיט אונזער אומקאמפאטענטע פאסט אגענטור קען זיך אלץ מאכן אז ס'זאל אנקומען בריוון אפי' אן די ריכטיגע סכום וואס וואלט געדארפט באצאלט ווערן, און ס'קען אויך צירוקגעשיקט ווערן אפי' אן קיין בארעכטיגטע סיבה, אבער מ'דארף טון השתדלות.

נ.ב. געניצטע סטעמפס וואס האבן נישט באקומען קיין זיגעל איז אומלאגאל איבערצוניצן, אבער ס'איז נישט דא עכט קיין וועג זיי זאלן קענען אויסגעפונען, ס'דארף אבער זיין פראפעשיאנאל ארויפגעקלעבט.

שיפינג לעיבעלס
אנדערש ווי סטעמפס וואס יעדע אונס שווערער קאסט נאך 24 סענט, איז ביי לעיבעלס נישט אזוי, נאר ס'ווערט צוטיילט פער 4 אונסעס, דאס הייסט, פון 1 ביז 4 אונסעס איז די ביליגסטע, פון 5 ביז 8 איז טייערער, און פון 9 ביז א פונט איז די טייערסטע. מ'קען נאר שיקן מיט ערשטע קלאס פאסט, פעקלעך וואס וועגן ביז א פונט, פאר פעקלעך מער ווי א פונט דארף מען ניצן 'פריאריטי מעיל' וואס פרייזן לויפן פון $7.09 און ארויף, וואס אין אזא פאל קען זיך שוין אסאך מאל לוינען צו ניצן UPS וואס קומט אסאך מאל אויס בערך די זעלבע פרייז און איז מער פארזיכערט און אסאך שנעלער.
אזוי אויך, אנדערש ווי סטעמפס וואס איז נישט קיין חילוק ווי אין אמעריקע ס'ווערט געשיקט קאסט עס אלעמאל די זעלבע פרייז, ביי פעקלעך ווענדט זיך יא. אמעריקע ווערט צוטיילט און 7 זאון'ס, די ערשטע 50 מייל בערך פון ווי דו שיקסט עס ארויס איז און די ערשט זאון און ס'וועט קאסטן ביליגער, ווי ווייטער דו שיקסט עס אלס א ווייטערע זאון, אלס טייערער ווערט עס. די היימישע געגנטער ווי ברוקלין, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד וכדו' זענען אלע און איין זאון, און מ'קען באקומען די ביליגערע פרייזן פון די ערשטע 50 מייל. די קעטסקילס איז שוין יא אין די צווייטע זאון פון די סיטי און ס'איז אביסל טייערער.
לויט מיינע ידיעות, איז די בעסטע און ביליגסטע פלאץ צו קויפן שיפינג לעיבעלס די וועב זייטל פיראטן שיף . מ'דארף נישט צאלן קיין מעמבערשיפ, און די פרייזן זענען זייער נידריג.
פרייזן פאר ערשטע קלאס פאסט הייבט זיך אן ביי $3.59 פאר א פעקל פון 1 ביז 4 אונסעס וואס מען שיקט נישט ווייטער פון ארום 50 מייל ווייט. די פרייזן גייען ארויף לויט וויפיל מער ס'וועגט און לויט ווי ווייטער ס'דארף אנקומען.
לעיבעלס עקספייערן נאך 28 טעג, מ'קען אבער קויפן אויף די אויבנדערמאנטע זייטל לעיבלס וואס הייסן ריטורן לעיבלס, ס'עקספייערט ערשט נאך 90 טעג און ס'ארבעט די זעלבע ווי געהעריגע לעיבעלס.

נ.ב. איינער וואס שיקט למשל א ענוועלאפ מיט א הארטע האלץ (א געפרעימטע תעודה) וואס וועגט 1 פונט פון וויליאמסבורג אויף מאנסי. אויב שיקט ער עס מיט סטעמפס וועט אים עס קאסטן $4.30. $1.26 פאר די ערשטע צווייי סטעמפס, 24 סענט פאר יעדע עדישינאל אונס, 40 סענט ווייל ס'הארט. און אויב שיקט ער עס מיט א שיפינג לעיבל וועט עס אים נאר קאסטן מיט 32 סענט מער $4.62, און מ'באקומט טרעקינג, מילא דארף מען מאכן די חשבון פאר זיך וויאזוי ס'לוינט צו שיקן. פון די אנדער זייט, ווי אויבן דערמאנט, קען מען נישט שיקן מיט פירסט קלעס לעיבלס מער ווי א פונט, נאך א פונט ווערט שוין היפש טייער, מש"כ מיט סטעמפס קען מען שיקן אפי' מער ווי א פונט ווילאנג מ'צאלט צו 24 סענט פאר יעדע אונס.

איך האב אמאל בטעות געשיקט א פעקל וואס האט געוואויגן מער ווי א פונט מיט ערשטע קלאס פאסט, און נאכדעם וואס זייערע מאשינען האבן עס אויפגעכאפט האבן זיי עס נישט צוריקגעשיקט, נאר זיי האבן מיך צוגעטשארזשט נאך א דאלער צוויי, וואס איז נאכאלץ אויסגעקומען אסאך ביליגער ווי ווען איך קויף ווען א פריאריטי לעיבל. איך רעד נישט אריין צו מ'מעג עס טון אלץ גניבה, און איך נעם נישט קיין אחריות אז זיי גייען עס נישט צירוקשיקן, כ'האב נאר דערציילט א מעשה.

דראפ-אפ לאקאציעס
די מערסט פארזיכערטע וועג אז דיין בריוו זאל ארויספארן נאך יענעם טאג, איז דורכ'ן אריינווארפן אין איינע פון די בלויע קעסטלעך וואס איז אויסגעשפרייט איבער די שטאט, אדער גיין צו א פאסט אפיס. אריינלייגן אין די פאסט קעסטלעך וואס די נייערע הייזער האבן, וואס האט אזא לאך ווי מ'קען אריינלייגן בריוו'ן אויף ארויסצושיקן, פארשלעפט עס מיט א טאג צוויי לויט מיין ערפארונג, כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס. אזוי אויך איבערלאזן אין די געשעפטן וואס בעטן א דאלאר איז אויך קיינמאל פארזיכערט אז ס'גייט ארויספארן יענעם טאג. מש"כ ביי די בלויע קעסטלעך קען מען שוין זעהן א סקען אויף די טרעקינג נאך יענע נאכט אזוי פרי ווי ניין אזייגער, אז די פעקל איז שוין ביי א דיסטריביושן צענטער אין מאנהעטן אדער קווינס.
רוב בלוי קעסטלעך ווערן אויפגעפיקט יעדן טאג 8 אזייגער אינדערפרי. אויב האט מען פארפאסט, איז דא קעסטלעך וואס גייען שפעטער, אין וויליאמסבורג איז דא ביי פלאשינג קאר. ווארסאף, פארק צווישן נאסטרענד און ווארסאף,פארנט פון טשעסטנאט (ווי מ'רעדט זיך אפ אז ס'ווערט געגנב'ט בריוו'ן), פלאשינג קאר. קענט, און נאסטרענד קאר. דיקאלב ווי מ'פיקט אויף 11 אזייגער פארמיטאג, אויב פארפאסט מען דאס אויך איז דא ביי לי קאר. ראסס און הופער ווי מ'פיקט אויף 1 אזייגער נאכמיטאג. דערנאך קען מען גיין אין פאסט אפיס ביז פינעף דרייסיג און צו קאדמאן פלאזא ביז זיבענעע ביינאכט.

דא האט איר אינפארמאציע איבער די USPS גאו-פאסט לאקערס
א דאנק זייער קלאר געשריבן און ניצבאר אינפא
Is pirate ship same priced as xps shipping for USPS ? Looks same idea
נייע ניק
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

געשריבן א תגובה דא viewtopic.php?p=5220215#p5220215 כ'שרייס עס אבער איבער דא..

פרובירט צו טוישן מיין אדרעס אויף USPS און פארווערדן אלע פאסט צו די נייע אדרעס. די סיסטעם האט געבעטן צו וועריפייען די איידענטיטי דורך א קרעדיט קארד טשארדז פון $1.1, קודם איז ארויפגעקומען א מעסעדז אז ס'נישט דורך שפעטער נאכן טוישן די ביללינג אדרעס האט אויסגעזעהן אז ס'איז יא דורך. אנליין זעהט אויס ווי ס'מסודר אבער כ'טשעק די אימעילס זעה איך אן אימעיל אז מ'דארף אראפגיין צו א USPS אפיס מיט אן איידי. כ'ווייס נישט אויב די אימעיל איז פון פרובירן די ערשטע מאל אדער מ'דארף נאכאלץ אראפגיין צו זיי. עני העלפ? ייש"כ!
yid101
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

Re: USPS פאראייניגטע שטאטן פאסט סערוויס והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid101 »

ברעיסעס האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 25, 2023 8:52 pm
אזוי ווי א חבר מיינער האט לעצטנס געהאט עגמת נפש מיט די פאסט מחמת חסרון ידיעה און די בעיסיקס, וועל איך שרייבן ניצבארע אינפארמאציע איבער די פאסט סיסטעם וואס איך גלייב אז נישט אלעס איז באוויסט פאר יעדעם און ס'קען ארויסהעלפן די עולם, און ווער ס'האט עפעס צוצולייגן אדער אראפנעמען איז העפליך פארבעטן.

פאסט פרייזן
דאס ווייסט יעדער אז כדי צו שיקן א בריוו מוז מען ארויפקלעבן א סטעמפ. וויפיל קאסט א סטעמפ? איז אזוי:
יעדע ענוועלאופ וואס איז מערסטנס 6-1/8 ביי 11-1/2 אינטשעס און א מינימום פון 3-1/2 ביי 5 אינטשעס, וואס דאס רעכנט אריין אלע סייזעס ענוועלאופס וואס מ'שיקט אויף א טעגליכע פארנעם, פון די גאר קליינע ענוועלאופס ביז די חתונה-בריוול סייז, דארף האבן איין פשוטע סטעמפ וואס קאסט היינט צוטאגס 63 צענט.
אויב וועגט אייער ענוועלאופ מער ווי איין אונס איז נאך 24 צענט ביז 2 אונסעס, נאך 24 ביז 3, און נאך 24 ביז דריי א האלב, איבער דריי א האלב אנסעס אדער דיקער ווי א פערטל אינטש, באקומט עס שוין א דין ווי א גרויסע ענוועלאופ וואס מיר וועלן באלד אויסשמיעסן. דא קען מען קויפן עדישינאל-אנס סטעמפס
א ענוועלאופ וואס איז הארט און מ'קען עס בכלל נישט בייגן, אדער א סקווער שעיפ, אדער באמפיג, וועט נישט קענען אדורכפארן די אטאמאטישע מאשינען, און א עכטע מענטש וועט עס דארפן באהאנדלען, לכבוד דעם, דארף מען צולייגן נאך 40 סענט צו א טאטאל פון 1 דאלער מיט דריי סענט פאר די ערשטע אונס, און נאכדעם די געהעריגע פרייז פאר מער אונסעס. דא קען מען קויפן נאנ-מעשינעבל סטעמפס.
א גרויסע ענוועלאופ ביז צו א מאקסימום פון 12 אינטש ביי 15 אינטש, וואס נעמט אריין מאנילע ענוועלאופס (אדער ווי מאנכע ווילן עס ריפן וואנילע ענוועלאופס), האט אלע אויבנדערמאנטע הלכות, נאר מען דארף צולייגן נאך איין 63 סענט סטעמפ. בתנאי ס'איז נישט דיקער ווי א דריי פערטל אינטש, דיקער ווי דעם האט שוין א דין ווי א פעקל, און מ'דארף שוין קויפן א שיפינג לעיבעל.
כדי צו ניצן סטעמפס, דארף די ענוועלאופ זיין געמאכט פון פאפיר (ס'מעג האבן א פלעסטיק פענסטער), אנדערע מאטריאל, ווי פלעסטיק וכדו', האבן א דין ווי א פעקל.
דאס אלעס איז להלכה, אבער נישט אייביג למעשה, מיט אונזער אומקאמפאטענטע פאסט אגענטור קען זיך אלץ מאכן אז ס'זאל אנקומען בריוון אפי' אן די ריכטיגע סכום וואס וואלט געדארפט באצאלט ווערן, און ס'קען אויך צירוקגעשיקט ווערן אפי' אן קיין בארעכטיגטע סיבה, אבער מ'דארף טון השתדלות.

נ.ב. געניצטע סטעמפס וואס האבן נישט באקומען קיין זיגעל איז אומלאגאל איבערצוניצן, אבער ס'איז נישט דא עכט קיין וועג זיי זאלן קענען אויסגעפונען, ס'דארף אבער זיין פראפעשיאנאל ארויפגעקלעבט.

שיפינג לעיבעלס
אנדערש ווי סטעמפס וואס יעדע אונס שווערער קאסט נאך 24 סענט, איז ביי לעיבעלס נישט אזוי, נאר ס'ווערט צוטיילט פער 4 אונסעס, דאס הייסט, פון 1 ביז 4 אונסעס איז די ביליגסטע, פון 5 ביז 8 איז טייערער, און פון 9 ביז א פונט איז די טייערסטע. מ'קען נאר שיקן מיט ערשטע קלאס פאסט, פעקלעך וואס וועגן ביז א פונט, פאר פעקלעך מער ווי א פונט דארף מען ניצן 'פריאריטי מעיל' וואס פרייזן לויפן פון $7.09 און ארויף, וואס אין אזא פאל קען זיך שוין אסאך מאל לוינען צו ניצן UPS וואס קומט אסאך מאל אויס בערך די זעלבע פרייז און איז מער פארזיכערט און אסאך שנעלער.
אזוי אויך, אנדערש ווי סטעמפס וואס איז נישט קיין חילוק ווי אין אמעריקע ס'ווערט געשיקט קאסט עס אלעמאל די זעלבע פרייז, ביי פעקלעך ווענדט זיך יא. אמעריקע ווערט צוטיילט און 7 זאון'ס, די ערשטע 50 מייל בערך פון ווי דו שיקסט עס ארויס איז און די ערשט זאון און ס'וועט קאסטן ביליגער, ווי ווייטער דו שיקסט עס אלס א ווייטערע זאון, אלס טייערער ווערט עס. די היימישע געגנטער ווי ברוקלין, מאנסי, מאנרא, לעיקוואד וכדו' זענען אלע און איין זאון, און מ'קען באקומען די ביליגערע פרייזן פון די ערשטע 50 מייל. די קעטסקילס איז שוין יא אין די צווייטע זאון פון די סיטי און ס'איז אביסל טייערער.
לויט מיינע ידיעות, איז די בעסטע און ביליגסטע פלאץ צו קויפן שיפינג לעיבעלס די וועב זייטל פיראטן שיף . מ'דארף נישט צאלן קיין מעמבערשיפ, און די פרייזן זענען זייער נידריג.
פרייזן פאר ערשטע קלאס פאסט הייבט זיך אן ביי $3.59 פאר א פעקל פון 1 ביז 4 אונסעס וואס מען שיקט נישט ווייטער פון ארום 50 מייל ווייט. די פרייזן גייען ארויף לויט וויפיל מער ס'וועגט און לויט ווי ווייטער ס'דארף אנקומען.
לעיבעלס עקספייערן נאך 28 טעג, מ'קען אבער קויפן אויף די אויבנדערמאנטע זייטל לעיבלס וואס הייסן ריטורן לעיבלס, ס'עקספייערט ערשט נאך 90 טעג און ס'ארבעט די זעלבע ווי געהעריגע לעיבעלס.

נ.ב. איינער וואס שיקט למשל א ענוועלאפ מיט א הארטע האלץ (א געפרעימטע תעודה) וואס וועגט 1 פונט פון וויליאמסבורג אויף מאנסי. אויב שיקט ער עס מיט סטעמפס וועט אים עס קאסטן $4.30. $1.26 פאר די ערשטע צווייי סטעמפס, 24 סענט פאר יעדע עדישינאל אונס, 40 סענט ווייל ס'הארט. און אויב שיקט ער עס מיט א שיפינג לעיבל וועט עס אים נאר קאסטן מיט 32 סענט מער $4.62, און מ'באקומט טרעקינג, מילא דארף מען מאכן די חשבון פאר זיך וויאזוי ס'לוינט צו שיקן. פון די אנדער זייט, ווי אויבן דערמאנט, קען מען נישט שיקן מיט פירסט קלעס לעיבלס מער ווי א פונט, נאך א פונט ווערט שוין היפש טייער, מש"כ מיט סטעמפס קען מען שיקן אפי' מער ווי א פונט ווילאנג מ'צאלט צו 24 סענט פאר יעדע אונס.

איך האב אמאל בטעות געשיקט א פעקל וואס האט געוואויגן מער ווי א פונט מיט ערשטע קלאס פאסט, און נאכדעם וואס זייערע מאשינען האבן עס אויפגעכאפט האבן זיי עס נישט צוריקגעשיקט, נאר זיי האבן מיך צוגעטשארזשט נאך א דאלער צוויי, וואס איז נאכאלץ אויסגעקומען אסאך ביליגער ווי ווען איך קויף ווען א פריאריטי לעיבל. איך רעד נישט אריין צו מ'מעג עס טון אלץ גניבה, און איך נעם נישט קיין אחריות אז זיי גייען עס נישט צירוקשיקן, כ'האב נאר דערציילט א מעשה.

דראפ-אפ לאקאציעס
די מערסט פארזיכערטע וועג אז דיין בריוו זאל ארויספארן נאך יענעם טאג, איז דורכ'ן אריינווארפן אין איינע פון די בלויע קעסטלעך וואס איז אויסגעשפרייט איבער די שטאט, אדער גיין צו א פאסט אפיס. אריינלייגן אין די פאסט קעסטלעך וואס די נייערע הייזער האבן, וואס האט אזא לאך ווי מ'קען אריינלייגן בריוו'ן אויף ארויסצושיקן, פארשלעפט עס מיט א טאג צוויי לויט מיין ערפארונג, כ'פארשטיי טאקע נישט פארוואס. אזוי אויך איבערלאזן אין די געשעפטן וואס בעטן א דאלאר איז אויך קיינמאל פארזיכערט אז ס'גייט ארויספארן יענעם טאג. מש"כ ביי די בלויע קעסטלעך קען מען שוין זעהן א סקען אויף די טרעקינג נאך יענע נאכט אזוי פרי ווי ניין אזייגער, אז די פעקל איז שוין ביי א דיסטריביושן צענטער אין מאנהעטן אדער קווינס.
רוב בלוי קעסטלעך ווערן אויפגעפיקט יעדן טאג 8 אזייגער אינדערפרי. אויב האט מען פארפאסט, איז דא קעסטלעך וואס גייען שפעטער, אין וויליאמסבורג איז דא ביי פלאשינג קאר. ווארסאף, פארק צווישן נאסטרענד און ווארסאף,פארנט פון טשעסטנאט (ווי מ'רעדט זיך אפ אז ס'ווערט געגנב'ט בריוו'ן), פלאשינג קאר. קענט, און נאסטרענד קאר. דיקאלב ווי מ'פיקט אויף 11 אזייגער פארמיטאג, אויב פארפאסט מען דאס אויך איז דא ביי לי קאר. ראסס און הופער ווי מ'פיקט אויף 1 אזייגער נאכמיטאג. דערנאך קען מען גיין אין פאסט אפיס ביז פינעף דרייסיג און צו קאדמאן פלאזא ביז זיבענעע ביינאכט.

דא האט איר אינפארמאציע איבער די USPS גאו-פאסט לאקערס
Prices are going up next week
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”