גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גרילעד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאך אלע מעשיות האט מען ביי חסידים דייקא מקפיד געווען נישט צו עסן פלייש סתם אזוי פאר שוואוילטאג, נאר עסן געוואשן צו א סעודה וכדו'.. ביי הערינג מיט אייער קיכל זעהט מען עס נישט..

און ווי מאנכע האבן שוין פריער געשריבן.. נישט אייביג איז עס א סיבה.. אבער א סימן איז עס.. קוק ווער עס טוט דאס און ווער עס טוט יענץ..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

זייער שיין אראפגעשריבן, סיי די תוכן און סיי די שריפט, חזק.

איך וויל פארשטיין אויב ס'איז נישטא ממש קיין חילוק צווישן גריל מיט אייער קיכלעך, יעמאלט פארוואזשע זעהט מען נישט קיין צוזאמענקונפטן אין קאנטרי מיוחד פאר אייער קיכלעך/הערינג?

די מציאות אז מ'גייט גרילן פלייש און אז מ'גיבט זיך אפ דערמיט מאכט דאס עקסיידינד און די עיקר סיבה פון די פארברענג, ס'איז שוין אפשר מער אינטערסאנט די גרילן און זיך אפגעבן מיט די דעטאלן דערפון ווי דאס עצם עסן.

אגב, דעס אז די ש"ע רעדט דערפון איז נישט קיין סתירה צו דו וואס שפירן אפשיי צו די מעמד הגרילן, ופשוט הוא.

מעיקר הלכה איז איין זאַך און די מהלך החיים פון חסידישע אידן איז עפעס אנדערש, דאס איז זעלבסטפארשטענדלעך.
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

תגובה דורך אותות ומופתים »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 7:08 am
נאך אלע מעשיות האט מען ביי חסידים דייקא מקפיד געווען נישט צו עסן פלייש סתם אזוי פאר שוואוילטאג, נאר עסן געוואשן צו א סעודה וכדו'.. ביי הערינג מיט אייער קיכל זעהט מען עס נישט..

און ווי מאנכע האבן שוין פריער געשריבן.. נישט אייביג איז עס א סיבה.. אבער א סימן איז עס.. קוק ווער עס טוט דאס און ווער עס טוט יענץ..
חסידים וואשן זיך צו נאכטמאל אדער עסן מילכיגע סאפער יעדן טאג?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גרילעד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געווען א קפידא זיך צו וואשן ווען מ'עסט פלייש, ונתנו רמז בדבר 'נותן לחם לכל בשר'.. צו מ'האט געגעסן יעדן טאג פלייש.. לכאורה אויך נישט.. ותלוי לפי די מצב הפרנסה..

ומקורו מדברי רש"י פר' בשלח אויפ'ן פסוק 'בתת ה' לכם בערב בשר לאכל ולחם בבקר לשבע', זאגט רש"י 'בשר לאכול, ולא לשובע למדה תורה דרך ארץ שאין אוכלין בשר לשובע'.. נאר די עיקר שביעה זאל זיין די פת.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10018
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: גרילעד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 7:32 am
זייער שיין אראפגעשריבן, סיי די תוכן און סיי די שריפט, חזק.

איך וויל פארשטיין אויב ס'איז נישטא ממש קיין חילוק צווישן גריל מיט אייער קיכלעך, יעמאלט פארוואזשע זעהט מען נישט קיין צוזאמענקונפטן אין קאנטרי מיוחד פאר אייער קיכלעך/הערינג?

די מציאות אז מ'גייט גרילן פלייש און אז מ'גיבט זיך אפ דערמיט מאכט דאס עקסיידינד און די עיקר סיבה פון די פארברענג, ס'איז שוין אפשר מער אינטערסאנט די גרילן און זיך אפגעבן מיט די דעטאלן דערפון ווי דאס עצם עסן.

אגב, דעס אז די ש"ע רעדט דערפון איז נישט קיין סתירה צו דו וואס שפירן אפשיי צו די מעמד הגרילן, ופשוט הוא.

מעיקר הלכה איז איין זאַך און די מהלך החיים פון חסידישע אידן איז עפעס אנדערש, דאס איז זעלבסטפארשטענדלעך.
וויאזוי קוקן אויס די קדשים אין קאנטרי מיט די אייער קיכן און הערינג?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אמאל קען די הערינג און אייער קיכל האבן א פנים פונקט ווי די גריל, עס ווענט זיך ווי אזוי דאס ווערט סערווירט און געגעסען. ביי געוויסע קדישים סערווירט מען הערינג מיט אייער קיכל און עס ווערט סערווירט און געגעסען בבחינת ״גריל״ און צומאל סערווירט מען ביי א שמחה גריל׳ד פלייש און עס ווערט געגעסען בבחינת הערינג מיט אייער קיכל. ס׳איז פשוט אז א געוויסע סארט מצב שטעלט אהער א מצב פון א ״גריל״ און א געוויסע מצב שטעלט אהער א מצב פון ״פשוט איבערבייסען הערינג מיט אייער קיכל״
עפשטיין בעקעריי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

כ'וויל נאר צולייגן מיינע צוויי צענט צום ענין.

די גאנצע נושא פון גרילן, איז א זאך וואס מען קען מיטהאלטן אויפן גאס למחצה לשליש ולרביע ווען איינער גרילט, און מחמת איזה סיבה שהוא איז און געוויסע היימישע געגענטער נישט איינגעפירט די זאך, און די איינציגסטע פלאץ ווי די אידן פון די געגענטער זעהען אזא זאך איז אויף א היפשע פראסטע אופן א שטייגער ווי אין קאנטרי אדער ביי עווענטס ווי מ'קומט זיך נישט דווקא צוזאם פאר דברים שבקדושה.
מאידך גיסה איז פארהאן געגענטער ווי ס'איז גאר א נארמאלע זאך, די אידן זעהען א גריל ווי א גרינגע נאכטמאל וואס טאטי קען אויך קעיר נעמען און קעיס מאמי איז ביזי, די אידן זעהען טאקע אויך לפעמים גרילס אויף א פרעסערישע שטייגער, אבער איז דען נישטא קיין קדישים אדער איווענטס - אן קיין גריל - אויף אזא שטייגער?

היוצא לנו מזה וויבאלד ס'איז נישט קיין הלכהדיגע שאלה, ס'איז נאר א שאלה וויאזוי מ'קוקט דערויף און וויאזוי מ'גייט צו דערצו, קען מען נישט זאגן קיין פסק דערוועגן, נאר אלעס ווענדט זיך לפי המצב המקום והזמן,
פלאנסטו א וואקאציע?
ליין דאס פארדעם, ס'קען דיר צוניץ קומען!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

נו! ר' זעליג איז גערעכט! אזוי זאגט דעת בעל הבית, עס ווענדט זיך נישט אין די חפצא נאר אין די גברא, נישט אין די "וואס" נאר אין די "וויאזוי".

און וויבאלד אין רוב פעלער ווערט גרילד סערווירט ברבים (חבורה אדער גערוך פון פארטש) נישט אלס נאך א סארט וועג פון צוגרייטן פלייש צום עסן, נאר אלס פרעס און גשם, דעריבער געבט עס אזא איינדרוק ווי מגושם.
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

צהלתו בפניו האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 11:55 am
נו! ר' זעליג איז גערעכט! אזוי זאגט דעת בעל הבית, עס ווענדט זיך נישט אין די חפצא נאר אין די גברא, נישט אין די "וואס" נאר אין די "וויאזוי".

און וויבאלד אין רוב פעלער ווערט גרילד סערווירט ברבים (חבורה אדער גערוך פון פארטש) נישט אלס נאך א סארט וועג פון צוגרייטן פלייש צום עסן, נאר אלס פרעס און גשם, דעריבער געבט עס אזא איינדרוק ווי מגושם.
אני בעצמי בין אמאל געווען ביי א חול המועד משפחה פארברענג פון גאר א חשובע משפחה מען האט געשחטען א קאלב און סגעווען אין פלאן עס צו עסן ביי די שמחת בית השואבה, ווען ס'געווארן שפעט און מהאט נישט געהאט קיין צייט צו לאזן שטיין מיט די זאלץ און נאכדעם קאכן וואס טוט א איד ? פרשאפט א גריל און ביז צוואנציג מינוט איז די פלייש גרייט געווען געווען א מחזה הוד ווי א משפחה פון דיינים מגי''ש שטייען ארום א גריל אזוי הייליג באמת און איידל מיטהאלטן ווי די ארבעט פון א גאנצע טאג ווערט גרייט צו פראוווען דערמיט א סעודה לכבוד יו''ט בקיצור אלעס ווענד זיך אין די פעקעדזשינג
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דארט האבן דאך די דיינים געדארפֿט באאבאכטן און זיכער מאכן אז די פלייש ווערט געבראטן כהלכה אז די בלוט זאל ארויסקומען

אויב מאך איך נישט קיין טעות דארף עס זיין אין די פייער ממש, נישט אזוי ווי געווענליך אז מען לייגט עס אויף א אייזן העכער דעם פייער
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

אותות ומופתים האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:29 pm
דארט האבן דאך די דיינים געדארפֿט באאבאכטן און זיכער מאכן אז די פלייש ווערט געבראטן כהלכה אז די בלוט זאל ארויסקומען

אויב מאך איך נישט קיין טעות דארף עס זיין אין די פייער ממש, נישט אזוי ווי געווענליך אז מען לייגט עס אויף א אייזן העכער דעם פייער
יא אה''נ אפי' אויב זיי האבן נישט געדארפט דארט זיין אבער איך וויל ארויסברענגען אז מקען אפי' שטיין ביי די גריל און סזאל זיין א שטיק קדושה און עהרליכקיט אן קיין שמץ פראסטקייט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ווייטאג האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:31 pm
אותות ומופתים האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:29 pm
דארט האבן דאך די דיינים געדארפֿט באאבאכטן און זיכער מאכן אז די פלייש ווערט געבראטן כהלכה אז די בלוט זאל ארויסקומען

אויב מאך איך נישט קיין טעות דארף עס זיין אין די פייער ממש, נישט אזוי ווי געווענליך אז מען לייגט עס אויף א אייזן העכער דעם פייער
יא אה''נ אפי' אויב זיי האבן נישט געדארפט דארט זיין אבער איך וויל ארויסברענגען אז מקען אפי' שטיין ביי די גריל און סזאל זיין א שטיק קדושה און עהרליכקיט אן קיין שמץ פראסטקייט
ועל זה אמר הכתוב, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
איש מלאך
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 10:31 am

Re: גרילד אייער קיכלעך, אונטערן פרייען הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש מלאך »

ביי אינדזענירן איז אנגענימען אז סאיז דא אזא זאך ווי טעאריע און ריעל לייוו

רוב מאל גייט עס צוזאמען אבער סמאכט זיך אמאל אז און טעאריע שטימט עס זייער פיין אבער אין ריעל לייוו
ארבעט עס נישט....

אזא בחינה אי דעס בעצם אין טעאריע איז זעליג גערעכט אבער....

נ.ב. איך גרילל אבער מטאר זיך נישט פאפן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”