משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

און דער מהרש"ג אליין, צו וועמען איז ער געפארן ?

און זיין טאטע ר' יודא גרינפעלד צו וואנעט ?
ישארף
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 2:05 pm

תגובה דורך ישארף »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 7:44 am
און דער מהרש"ג אליין, צו וועמען איז ער געפארן ?

און זיין טאטע ר' יודא גרינפעלד צו וואנעט ?
דער קול יהודה איז געווען א צאנזער חסיד, געפארן צום הייליגן רב זצ"ל

דער מהרש"ג א זידיטשויבער חסיד, זייענדיג א תלמיד אין חכמת הנסתר פון דער סוואליעווער רב זצ"ל וואס איז געווען א זידיטשויבער חסיד

ד"ה כ'ווייס נישט צו ער איז אמאל געפארן צו א זידיטשויבער רבי, אבער ער איז געווען א זידיטשויבער חסיד מיט די דרך הלימוד אין קבלה, מנהגים וכדו'
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אינטערעסאנט. דער קול יהודה איז געפארן צום צאזער רב - זאגט איר, אזויוויע דעם קול ארי' און ר' חיים יוסף גאטטליעב. איז ער געווען יינגער וויע זיי ? למיטב ידיעתי, האט ער נישט געלערענט ביים ח"ס. וואו האט ער געלערנט ?

עס זעט אויס אז די ערשטע דורות מתלמידי הרב ח"ס און הרב כת"ס פלעגן פארן צום הייליגן צאנזער רב, און די שפעטערדיקע תלמידים קיין סיגעט און קיין בעלזא.

פארוואס ? פארוואס אזא טוישעניש ?
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

תגובה דורך קלאנג »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:40 am

קיין בעלז זענען אסאך געפארן, אבער קיין סיגוט? בלויז געציילטע, בכלל נישט אין די קאטעגאריע ווי צאנז/בעלז
וקול התור נשמע בארצנו

פארוואס לויט אייך זעננען אסאך אונגארישע רבנים געפארן קיין בעלזא ? וואס האט זיי צוגעצויגען דארטן ? מער וויע מונקאטש אדער זידיטשויב ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אפשר קעננט איר אנדערע אונגארישע רבנים וואס זעננען געפארן קיין זידיטשויב...
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

קלאנג האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:52 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:40 am
אינטערעסאנט. דער קול יהודה איז געפארן צום צאזער רב - זאגט איר, אזויוויע דעם קול ארי' און ר' חיים יוסף גאטטליעב. איז ער געווען יינגער וויע זיי ? למיטב ידיעתי, האט ער נישט געלערענט ביים ח"ס. וואו האט ער געלערנט ?

עס זעט אויס אז די ערשטע דורות מתלמידי הרב ח"ס און הרב כת"ס פלעגן פארן צום הייליגן צאנזער רב, און די שפעטערדיקע תלמידים קיין סיגעט און קיין בעלזא.

פארוואס ? פארוואס אזא טוישעניש ?
קיין בעלז זענען אסאך געפארן, אבער קיין סיגוט? בלויז געציילטע, בכלל נישט אין די קאטעגאריע ווי צאנז/בעלז
וואס מיינט איר ?

אז עס איז דא א קאטעגאריע פון רבנים וואס פלעגן פארן קיין בעלזא/צאנז, און אן אנדערע קאטעגאריע וואס פלעגן פארן קיין סיגעט ?
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:34 am

איך מיין גארנישט און איך ווייס נישט וואס האט געצויגן קיין בעלז, אבער פון וויפול איך האב געליינט איבער אונגארישע רבנים האב איך נישט געטראפן נאר געציילטע וואס זענען געפארן קיין סיגוט - מסתמא תלמידים פון אדמור"י סיגוט, משא"כ בעלז טרעפט מען א געוואלד. צו מונקאטש זענען אויך אסאך געפארן אבער דאס איז געווען שפעטער, ביים מנח"א.
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:40 am
אינטערעסאנט. דער קול יהודה איז געפארן צום צאזער רב - זאגט איר, אזויוויע דעם קול ארי' און ר' חיים יוסף גאטטליעב. איז ער געווען יינגער וויע זיי ? למיטב ידיעתי, האט ער נישט געלערענט ביים ח"ס. וואו האט ער געלערנט ?

עס זעט אויס אז די ערשטע דורות מתלמידי הרב ח"ס און הרב כת"ס פלעגן פארן צום הייליגן צאנזער רב, און די שפעטערדיקע תלמידים קיין סיגעט און קיין בעלזא.

פארוואס ? פארוואס אזא טוישעניש ?
טוישעניש וואס?

וואס האסטו געוואלט זיי זאלן פארן צום הייליגן שינאווער רב זי"ע?
דאנסמאל איז נאכנישט געווען איינגעפירט די מנהג טוב פון היינטיגע צייטן אז אויב מ'איז געווען א חסיד פונעם טאטן מוז מען פארן צום זון.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:53 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:40 am
אינטערעסאנט. דער קול יהודה איז געפארן צום צאזער רב - זאגט איר, אזויוויע דעם קול ארי' און ר' חיים יוסף גאטטליעב. איז ער געווען יינגער וויע זיי ? למיטב ידיעתי, האט ער נישט געלערענט ביים ח"ס. וואו האט ער געלערנט ?

עס זעט אויס אז די ערשטע דורות מתלמידי הרב ח"ס און הרב כת"ס פלעגן פארן צום הייליגן צאנזער רב, און די שפעטערדיקע תלמידים קיין סיגעט און קיין בעלזא.

פארוואס ? פארוואס אזא טוישעניש ?
טוישעניש וואס?

וואס האסטו געוואלט זיי זאלן פארן צום הייליגן שינאווער רב זי"ע?
דאנסמאל איז נאכנישט געווען איינגעפירט די מנהג טוב פון היינטיגע צייטן אז אויב מ'איז געווען א חסיד פונעם טאטן מוז מען פארן צום זון.
צום שינאווא רב איז נאך אויך געווען א היבש געפארעכץ, פארשטייט זיך נישט בדומה צו צאנז. אבער צו זיינע קינדער שוין נישט
וקול התור נשמע בארצנו
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

קלאנג האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 11:05 am

מה שא"כ קיין בעלזא איז שטענדיג כסדר געווען א גרויסע געפארעכץ.
ישארף
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 2:05 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישארף »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:21 am

נישט ממש, ביים ערשטן רב איז נישט געווען אזא גרויסע געפארעכץ פון אונגארן, ביים מיטעלן רב נאך ווייניגער, ביים פריערדיגן רב און דעם לעצטן זכר כולם לברכה איז געווען גאר א גרויסע געפארעכץ
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

למשל, צו וועלעכע בעלזא רביים זעננען געפארן די אונגארישע רבנים ערוגת הבושם, קרן לדוד, ר' חיים יודא דייטש, און ר' אשר אנשיל כ"ץ ?
ישארף
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 2:05 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישארף »

@ירוחם יעקב דער ערוגת הבושם ווייס איך איז געפארן צום מיטעלן רב די אנדערע ווייס איך נישט
אבער כ'האף אז דו ווייסט אז פיר רבנים מיינט נישט קיין גרויסע געפארעכץ, און ס'קומט נישט צו צו די געפארעכץ צום הייליגן רב זצ"ל, אזוי אויך נישט צום פריערדיגן און דעם לעצטן בעלזער רב
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 9:09 am
למשל, צו וועלעכע בעלזא רביים זעננען געפארן די אונגארישע רבנים ערוגת הבושם, קרן לדוד, ר' חיים יודא דייטש, און ר' אשר אנשיל כ"ץ ?
מהרי"ד
refill your cell phone 24hr 8453716602 or use this link https://bestcellrefill.com/login/rec.ph ... gs7g%3D%3D to buy a phone or to sign up for autopay call 929-276-4603 or email [email protected]
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

ישארף האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 6:09 pm
@ירוחם יעקב דער ערוגת הבושם ווייס איך איז געפארן צום מיטעלן רב די אנדערע ווייס איך נישט
אבער כ'האף אז דו ווייסט אז פיר רבנים מיינט נישט קיין גרויסע געפארעכץ, און ס'קומט נישט צו צו די געפארעכץ צום הייליגן רב זצ"ל, אזוי אויך נישט צום פריערדיגן און דעם לעצטן בעלזער רב
ר' יואל צבי ראטה דער בית היוצר איז אויך געפארן קיין בעלזא
...
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: חתן ר׳י גר׳פ זצ׳ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

Felso ut האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:05 pm
farshlufen האט געשריבן:
Felso utca האט געשריבן:
מהו׳ר יהודה גר׳פ זצ׳ל האט געהאט א טאכטער האישה החשובה ליבא ע׳ה
אשת הרב ר׳ אלכסנדר זושא פרידמאן ז׳ל
תשובה בשו"ת בית שערים " לאהובי תלמידי הרבני החריף ובקי מו"ה זושא פרידמאן נ"י בק"ק נירעדיהאז"
איך זוך צודערגיין אביסל מער פון די מחותן פון מהר'י גר'פ
ר' צבי פריעדמאן אבי אלכסנדר זושא חדב'ן
אויב איינער קען העלפען ביטע מעלדט.
מיט דאנק
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

farshlufen האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:56 am
Felso utca האט געשריבן:
מהו׳ר יהודה גר׳פ זצ׳ל האט געהאט א טאכטער האישה החשובה ליבא ע׳ה
אשת הרב ר׳ אלכסנדר זושא פרידמאן ז׳ל
תשובה בשו"ת בית שערים " לאהובי תלמידי הרבני החריף ובקי מו"ה זושא פרידמאן נ"י בק"ק נירעדיהאז"
סוואלט מיר געווען זייער אינטרסנט אויב איז דא א חתונה בריוו פון
ר' אלכסנדר זושא ומרת ליבא (בת מהר'י גר'פ) מנ'כ בנירעדהאז
אולי ואולי .
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25682
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער יא''צ פון הגאון דער מהרש"ג זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9522
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

היינט איז די יארצייט פונעם סעמיהיי'ע רב, הרב יהודה גרינפעלד זי"ע, טאטע פון מהרש"ג.

ר' יהודה בן ר' שמעי'
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9522
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבני משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:40 am
אינטערעסאנט. דער קול יהודה איז געפארן צום צאזער רב - זאגט איר, אזויוויע דעם קול ארי' און ר' חיים יוסף גאטטליעב. איז ער געווען יינגער וויע זיי ? למיטב ידיעתי, האט ער נישט געלערענט ביים ח"ס. וואו האט ער געלערנט ?
אין תולדות קול ארי' שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פונעם קול ארי'
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

איז איינער וואס בילדער פונעם ביה'ח און סעמיהאי פון בימים ההם

פון לעצטענס דאס האב איך , און זיך קלארערע בילדער פון

ר' שמואל ב'ר חיים יצחק אייזיק ברוין
נפ' א טבת תרצ'ד

אויך פון
רייצל בת ר' מאיר (?) גרינפעלד
נפ' ה' אב תרס'א

זיי ליגן בלי ספק און סעמיהאי

יישר כח
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

Zsidó Ujság 1930-02-21

א באריכט פון די גרויסע לויה.

עס האבן מספיד געווען הרבנים הגאונים: אחיו רבי שלמה ממונקאטש, גיסו רבי ישעי' פאללאק מוואדקערט, שטראסער מדעברעצין, נירבאטור, היגל יעקב ממישקאלץ, ראזענבערג מקאלוב, רבי ישראל וועלץ מבודאפעסט.
ועוד.
אטעטשמענטס
סעמיהאלי.jpg
סעמיהאלי.jpg (385.94 KiB) געזען 113 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

צבי שפייר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 22, 2017 7:01 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבי שפייר »

SPUSMN האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:26 pm
נאך געהערט, אז דער מהרש"ג איז געווען א תלמיד מובהק פוענם מהר"ם שיק זי"ע. און געווענליך זענען בחורים געקומען לערנען ביי אים ביי די 17-18 און געלערענט ביי אים ביז די 23-24 ביז די חתונה (ביז די 24 האט מען געדארפט דינען אין מיליטער און נישט געקענט ליגאל חתונה האבען).

דער מהרש"ג איז געקומען לערענען ביים מהר"ם שיק ביי די 9 יאר נאך דעם וואס דער מהר"ם שיק האט אים פארהערט די שב שמעתתא אויף אויסענווייניג.

ביי די 15 איז ער שוין געווען א חתן. א גרויסע גביר, דער ראש הקהל פון מונקאטש האט אים איין געקויפט פאר א איידעם און באצאלט 20,000 קרוינען נדן!

נאך די חתונה האט דער מהרש"ג געוואלט לערענען מיט תלמידים, אבער היות ער איז נאר געווען 15 יאר אלט האט ער נישט געקענט באקומען עלטערע בחורים זאלען לערנען ביי אים, האט ער געלערענט מיט קינדער. (הרב ליבערמאן זצ"ל מנהל פון צעהלים'ער ישיבה איז געווען איינע פון די תלמידים).

האט מען געטשעפעט זיין שווער; אז פאר 20,000 קרוינען האט ער זיך איין געקויפט א מלמד'ל!
ווער איז למעשה געווען זיין שווער?
ייחוס זוכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: משפחת גרינפעלד -המהרש"ג ומשפחתו - י”ט שבט תר”צ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

בנוגע אויב דער מהרש"ג איז געפאהרען צו רעבעס, איז ידוע און ס'דא עטליכע מעשיות וועגן דעם , אז ער איז געפאהרען צן מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע, ס'נישט באקאנט אויב ער איז געפאהרען קיין בעלזא גופא, אבער ווען מרן מהרי"ד איז געווען אין אונגארן ביים ערשטן קריג, איז ער היפש מאהל געפאהרען צו מרן [ס'דא א גאנצע זאך בנוגע ווען ער איז געווען אויף שבת חנוכה אין ראצפערט ביי מרן], און ער האט מיטגעברענגט א קבוצה פון בחורים מתלמידיו.
אזוי אויך זיין זוהן הגה"צ ר' שלמה איז געוועהן רב פון באוויסטן בעלזער שטיבל אין מונקאטש,
בנוגע די אינגערישע רבנים וואס זענען געפאהרען קיין בעלזא, איז צום ערשטן רב מרן מהר"ש זי"ע אויך שוין געפאהרען אסאך רבנים פון אונגארן, ווי למשל ר' הערשעלע ליסקער, דער ייטב לב, האחים סוואליעווער רב מיט ר' שמואל צבי מונקאטשער דיין און דער זוהן דער אמרי יוסף, דער בית היוצר [וואס מ'האט שוין דערמאנט אויבן ], און נאך, אבער צום מיטלער רב מרן מהר"י זי"ע זענען געפאהרען אסאך אסאך מער רבנים פון אונגארן ממש לאין שיעור [אויב איינער וויל קען איך איהם אויסרעכענען],און ס'האט ממשיך געווען שפעטער אויך ביי מרן מהרי"ד זי"ע, בפרט פון ווען מרן האט געוואוינט אין אונגארן ביים ערשטן קריג, איז כמעט נישט געווען א רב וואס איז נישט געפאהרען מקבל זיין פני מרן זי"ע.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”