די שטות פון זיין א חכם! (פרשת קרח)
די שטות פון זיין א חכם!
פרשת קרח
די וואך די פרשה עס איז דאך אזוי - רייך
מ'זעהט די מחלוקה אויף משה פון קרח,
לאמער אפאר נקודה'לעך נעמען אפיר
און זעהן וואס ליגט אינטער די פרשה אינטער איר,
א מחלוקת אנגייענעדע
קורח'ס געמיינדע
ער וויל זיין - די
כהן דער גרויסע,
ער קומט מיט א טענה
די כהונה איז מיינע
אליצפון איז ער מקנה
דאס איז די נושא,
אויף צימארגנ'ס מען מאכט - עס
דער ענטפער אויסגלייכט - עס
קטורת אין מחתות
פון אהרן עס ווערט,
אן הוכחה א גרינגען
די ליידיגע יונגען
זיי ווערן איינגעשלינגען
אריין אין דער ערד,
מיט ווייטאג און קלעמע'ס
זיי זינגען משה אמת
די כהונה נעם - עס
דו ביסט געוועהן גערעכט,
אזא מיתה משונה
אלעס וועגן קנאה
ער האט נישט פארגינע'ן
דאס האט געמאכט דער געפעכט,
די וואך די פרשה עס איז דאך אזוי - רייך
מ'זעהט די מחלוקה אויף משה פון קרח,
לאמער אפאר נקודה'לעך נעמען אפיר
און זעהן וואס ליגט אינטער די פרשה אינטער איר,
אין רש''י אריין קוק - איך
קרח שהיה פיקח
''מה ראה לשטות זה'' דרוק - איך
וואס איז געוועהן די רווחים,
א קשיא פרעגן וועט מען
פון וועלעכע שטות רעדט מען
פונעם קאצקער פארשטיין געט מען
די שטות פון זיין א חכם,
ווייל קרח האט געזעהן און זיך
אז ווען ס'וועט קומען די זמן המשיח
וועט דער כהן גדול זיין איך
אבער למעשה איז נאכנישט געוועהן די צייט,
ווען ער וואלט דאס נישט געזעהן
וואלט קיין מחלוקת געוועהן
יעצט זיך געקריגט פאר פלעי''ן
און נאר שאדן געהאט,
גיי אן בתמימות
זיך קיין חכימת
לאז זיך פירן ווי - מ'איז
מיש זיך נישט אריין,
מאך קיין חשבונות
א שאד די לגיונות
א פלאן דא שוין - איז
בעסער קען נישט זיין.
!א גוט שבת