די ווערימל פון קנאה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

די ווערימל פון קנאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

די תורה הקדושה הייבט אָן אונזער פרשה מיט די שרעקליכע מחלוקת צווישן קרח און זיינע מענטשן קעגן משה רבינו, און ווי עס איז מבואר אין די פסוקים די גאנצע השתלשלות וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, ווי קרח האט צוזאמגענומען מיט זיך פילע מענטשן און זיי געהעצט קעגן משה און אהרן מיט פארשידענע טענות און מענות, און די גאנצע שקלא וטריא וואס איז פאָרגעקומען צווישן משה און קרח, ביז צו די ביטערע ענדע ווען קרח ועדתו זענען געווארן איינגעשלינגן לעבעדיגערהייט אין די ערד.

די ערשטע פראגע וואס מיר פרעגן זיך אלע, וויאזוי האט טאקע געקענט פאסירן אזא זאך, ווי רש"י ברענגט פון חז"ל "וקרח שפיקח היה", קרח איז דאָך געווען א קלוגע מענטש און אודאי נישט קיין פשוט'ער איד, וויאזוי האט ער זיך דערקייקלט צו אזא מצב, און ער האט נאך מיטגעשלעפט מיט זיך נְשִׂיאֵי עֵדָה קְרִאֵי מוֹעֵד אַנְשֵׁי שֵׁם, אידן וואס זענען געווען חשוב און דערהויבן, נשיאים וואס מען האט גערופן צו יעדע פארזאמלונג וואס איז נאר געווען ביי כלל ישראל, און הויפטן פון די סנהדרין ווי רש"י ברענגט.

אויך דארף מען פארשטיין דעם לשון מיט וועלכע די תורה הייבט אָן "וַיִקַח קֹרַח" אז קרח האט עפעס גענומען דא, וואס בפשטות האט קרח גארנישט גענומען, ער האט זיך געקריגט. [רש"י
ברענגט טאקע צוויי דרשות, אדער "לקח את עצמו לצד אחד" ער האט זיך אליינס גענומען און זיך אפגעטיילט פון כלל ישראל דורך זיין קריגעריי, אדער גייט דאס ארויף אויף די ראשי סנהדרין וועמען ער האט 'גענומען' און איבערגערעדט מיט זיינע רייד]. וואס וויל אונז די תורה לערנען מיט אט די 'לקיחה' פון קרח, און וואס קענען מיר ארויסנעמען א מוסר השכל און א לימוד דערפון.

דריטענס, רש"י ברענגט אינעם ערשטן פסוק אז קרח האט געהאט טענות אויף משה רבינו פארוואס ער האט אויפגענומען 'אֱלִיצָפָן בֶּן עֻזִיאֵל' אלס נשיא אויף די בני קהת ווי עס שטייט אין פרשת במדבר, ווייל קרח האט גע'טענה'ט אז באמת געהערט די נשיאות פאר איהם, צוליב דעם וואס זייער זיידע קהת האט געהאט פיר קינדער, עַמְרָם, יִצְהָר, חֶבְרוֹן, און עֻזִּיאֵל, איז מילא משה און אהרן וואס זיי האבן באקומען די מלכות און כהונה גדולה וויבאלד זיי זענען די קינדער פון עַמְרָם דער בכור, אבער די נעקסטע אין די רייע וואלט געדארפט זיין קרח וויבאלד ער איז געווען קֹרַח בֶּן יִצְהָר בֶּן קְהָת, דער זוהן פון יצהר וועלכער איז איינס אונטער עמרם, אויב אזוי וואלט ער דאָך געדארפט זיין דער נשיא פון די משפחה, און אנשטאט דעם האט משה רבינו געמאכט אֱלִיצָפָן דער זוהן פונעם יונגסטן ברודער עֻזִּיאֵל פאר נשיא, און דעריבער איז ער ארויסגעגאנגען קעגן משה רבינו.

למעשה געפונען מיר אבער אביסל ווייטער אין פסוק (ט"ז ט' י') ווי משה רבינו רעדט צו קרח און ער זאגט איהם, צו דען איז אייך ווייניג דאס אז איר האט זוכה געווען צו זיין לויים וואס השי"ת האט דערנענטערט צו זיך און זיי געגעבן פארשידענע אויפגאבעס צו דינען אינעם משכן, "וּבִקַּשְׁתֶּם גַּם כְּהֻנָּה" און איר זוכט נאך אויך צו ווערן כהנים? און ווי דער תרגום לייגט צו בפירוש, "וּבָעַן אַתּוּן אַף כְּהוּנְּתָא רַבְּתָא" אז איר ווילט אויך די כהונה גדולה!

לכאורה האבן מיר דא א שטיקל סתירה, וואס זענען באמת געווען די טענות פון קרח? האט ער געוואלט די נשיאות פון אליצפן בן עוזיאל, אדער ער האט גאר געוואלט ווערן דער כהן גדול אליינס?

"א שאד אז מ'האט אייך דערציילט דערוועגן"
איידער מיר טרעטן אריין אין אונזער שמועס, לאמיר אנהייבן מיט א מעשה שהיה, א געוואלדיגע געדאנק וואס ברענגט ארויס א טיפע נקודה למחשבה.

עס איז אמאל געקומען א גרויסער נגיד און פילאנטראפ צו א געוויסער גדול בישראל. דער מענטש איז געווען געשאצט צו זיין א ריזיגער מיליאנער וואס האט געלעבט א לעבן פון רייכטום און ברייטקייט און האט אויך געטוהן אסאך גוטע זאכן מיט זיין פארמעגן. צווישן אנדערע האט ער זיך שטארק באקלאגט אז ער האט פארלוירן א ריזיגע סומע געלט וואס ער האט געהאט אינוועסטירט מיט יארן פריער ביי איינס פון די גרויסע אינוועסטירונג פירמעס וואס האבן צוגעזאגט ריזיגע רווחים, און ער האט טאקע משקיע געווען ביי זיי א שיינע סכום געלט וואס האט מכלומר'שט געדארפט האלטן אין איין וואקסן, אבער צום סוף האט זיך אלעס ארויסגעשטעלט צו זיין איין גרויסע שווינדל, און ס'איז נישט געבליבן קיין זכר פון יענע געלט.

פרעגט איהם דער גדול, זאגט נאר, איר האט געלעבט פון יענע געלט? איז דאס געווען א חלק פון אייער יערליכע בודזשעט וואס איר האט גענוצט אויף אייערע הוצאות?, "ניין" זאגט דער עושר, "איך האב דאס געהאט אוועקגעלייגט אין א זייט און געוואלט אז עס זאל וואקסן". האט עס דען אפעקטירט סיי וועלכע חלק פון אייער אנגייענדע געשעפטן און אנדערע טאג טעגליכע אויסגאבן וכדומה? פרעגט דער רב ווייטער, אויף וואס דער עושר ענטפערט אז נישט. האט איר אמאל געגעבן צדקה פון די געלט אדער עס גענוצט פאר אנדערע וויכטיגע צוועקן און ענינים? פרעגט דער רב, אויף וואס דער עושר ערלקערט ווידער אז דאס איז בכלל נישט געווען טייל פון זיין בודזשעט, עס איז בלויז געווען 'איבריגע' געלט לרווחא דמילתא, און עס טוט איהם וויי דאס הארץ אז א שיינע טייל פון זיין רייכטום איז געגאנגען לאיבוד.

רופט זיך אָן דער גדול בישראל מיט זיין פקחות און קלארקייט, "אויב אזוי איז פשוט א שאד אז מ'האט אייך דערציילט דערוועגן"... ווי איינער זאגט, געלט וואס מאכט סייווי נישט קיין שום חילוק אין אייער לעבן און ס'איז אייך נישט נוגע אין קיין שום הינזיכט, איז דאָך ממש א ווייטאג אז איינער האט אייך געדארפט דערציילן אז דאס געלט איז שוין נישט דא. אויב אלעס איז סייווי בלויז אין דמיון, האט איר דאָך געקענט ווייטער לעבן לאנגע יארן רואיג און צופרידן מיינענדיג אז דאס געלט וואקסט און וואקסט, למאי נפקא מינא אויב נישט?

עס קוקט אויס ווי סתם א גוט ווארט וואס יענער גדול בישראל האט געזאגט, אבער אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן אז דאס איז גאר א יסודות'דיגע זאך, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אינעם פריערדיגן שיעור, אז "אלעס איז אין קאפ!", די צופרידנהייט אדער אומצופרידנהייט פון א מענטש האבן גארנישט צו טוהן מיט אמת'ע פאקטן און מציאות, עס איז אלעס בלויז געוואנדן אין זיינע מחשבות און דמיונות.

ווילאנג דער מענטש האט געמיינט אז זיין געלט ליגט אויף א גוטן פלאץ און עס האלט זיך אין איין פארמערן, איז ער געווען פרייליך און צופרידן. הגם בעצם איז אלעס געווען א נישטיגע דמיון, און מען האט איהם באשווינדלט באלד פון אנהייב און איהם פשוט איינגערעדט די גאנצע צייט אז דאס געלט וואקסט. אבער אין די מינוט וואס ער האט באקומען די 'ידיעה' אז ער האט נישט דאס געלט, כאטש ער האט דאס קיינמאל נישט געדארפט און עס בכלל נישט געפלאנט צו נוצן בדרך הטבע, די עצם וויסנשאפט אז יענע געלט איז שוין נישט דא האט איהם גורם געווען שברון לב און עגמת נפש.

בא וראה, ווי פרייליך א מענטש קען אמאל זיין אפילו ער האט נישט, און ווי טרויעריג און צובראכן ער קען זיין אפילו ווען ער פארמאגט דַי והותר!

קנאה נעמט אוועק פונעם מענטש זיין גאנצע צופרידנהייט
כלפי מה דברים אמורים, ווי מיר ווייסן איז פארהאן א שלעכטע מידה פון 'קנאה' ווען א מענטש איז מקנא און האלט נישט אויס אז אנדערע האבן מער פון איהם וכדומה. די משנה זאגט אין אונזער פרק אין פרקי אבות (פרק ד' משנה כ"א) הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם, די דריי שלעכטע מידות פון קנאה תאוה און כבוד זענען אזוי געפערליך, אז זיי נעמען ארויס דעם מענטש פון די וועלט. און ווי די מפרשי המשנה ערלקערן, אז דאס מאכט א מענטש פארלירן סיי זיין עולם הזה און סיי זיין עולם הבא ח"ו, ווייל די דריי מידות זענען אזוי שלעכט און ביטער און זענען גורם פארן מענטש עובר צו זיין אויף די הארבסטע עבירות רח"ל כדי צו שטילן זיינע שלעכטע תאוות און רצונות, און צום סוף דערזעהט ער זיך נישט מיט די וועלט און נישט מיט יענע וועלט חלילה.

ווי באקאנט איז קנאה א שלעכטע ווערימל וואס כאפט זיך אריין אין די הארץ פונעם מענטש, און עס עסט איהם אויף אדורך און אדורך. כאטש א מענטש קען זיין געבענטש מיט געזונט, פרנסה, שלום בית, נחת, עס פעלט איהם גארנישט. אבער אין די מינוט וואס די קנאה ווערימל איז אריינגעקראכן אין זיין הארץ, און עס דאכט זיך איהם אז ביי יענעם גייט אביסל בעסער ווי ביי איהם [און געדענק, עס 'דאכט' זיך נאר, ווייל אסאך מאל איז די גראז בכלל נישט גרינער ביי יענעם, ס'איז נאר א חלק פון די קנאה] און דאס לאזט איהם שוין נישט קיין מנוחה, ער ווערט פלוצלינג אויס צופרידן פון זיין אייגענע, עס איז איהם שוין גארנישט ווערד, וכל זה איננו שוה לי, ווייל אפשר האט יענער א טראפ מער אדער א טראפ שענער. און דאס מאכט אז ער זאל שוין גארנישט קענען הנאה האבן פון די הערליכע מתנות וואס השי"ת האט איהם באמת געשאנקן.

עס איז ממש בלויז אינעם אייגענעם קאפ! אנשטאט זיך אומקוקן און שעפן נחת פון וואס מען האט יא, אנשטאט זיצן און קוועלן און זיך פרייען מיט אזויפיל גוטע זאכן אויף וואס מ'קען דאנקן און לויבן, ווערט דער מענטש ממש פארלאשן און צובראכן, ער איז נישט מסוגל צו אנערקענען די אוצרות וואס ער פארמאגט, ווייל יענער האט דאָך מער, און ער וואלט אסאך בעסער געוואלט האבן דאס וואס יענער האט.

בדרך רמז קען מען זאגן אז דאס מיינט טאקע "מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם" וואס דער תנא זאגט. עס ציעט ארויס דעם מענטש פון זיין אייגענעם וועלט! דער רבוש"ע האט איהם באשאנקן מיט א עולם מלא, ממש א וועלט, ער האט ב"ה געראטענע קינדער, ער האט א פיינע פרנסה, א געשמאקע דירה, און אזוי ווייטער, אבער אנשטאט הנאה צו האבן דערפון און אנערקענען וואס ער פארמאגט, פארלירט ער 'זיין גאנצע וועלט' וואס ער האט ב"ה, און ער איז עס ממש מְאַבֵּד בְּיָדַיִם און ווארפט עס אוועק צוליב מחשבות פון קנאה און דמיון וואס דרייען זיך און זיין קאפ. ער איז באמת געבענטש מיט א וועלט, אבער מחמת זיינע שלעכטע מידות איז ער צובראכן און צוקלאפט, פאר גארנישט און פאר נישט!

די קנאה פון קרח און די תוצאה דערפון
לאמיר מעיין זיין אין אפאר שורות וואס רבינו בחיי שרייבט אין אונזער פרשה אויף קרח:
והסיבה לקרח במחלוקת הזה שני דברים, האחת שהתלבש במדת הקנאה, והיא מדה רעה ומכה שאין לה רפואה... מדת הקנאה הוא שידוע כי כאשר יקנא האדם במי שהשיג עושר ונכסים, יוסיף דאגה על דאגה עד שישיג כמוהו... ואם לא השיג, יהיו כל ימיו מכאובים וחיי צער יחיה וסוף שימית את עצמו או את חבירו... דער רבינו בחיי זאגט אז קרח האט געליטן פון קנאה, און דאס איז ווי א מכה וואס האט נישט קיין רפואה, עס איז א מכה וואס ברענגט א מענטש ממש צום ערגסטן רח"ל (זעה אינעווייניג ווי ער איז מאריך דערין).

דערמיט זענען בעלי מוסר מסביר די סתירה וואס מיר האבן פריער דערמאנט. פון רש"י קומט אויס אז קרח האט מקנא געווען אויף די נשיאות פון אליצפן בן עוזיאל, און מיט די טענה איז ער טאקע געקומען צו גיין צו משה רבינו. אבער משה רבינו האט דאס אלעס אדורכגעזעהן, ער האט געזעהן אסאך טיפער און אסאך ווייטער ווי קרח. משה רבינו האט פארשטאנען אז איינמאל די ווערימל פון קנאה כאפט זיך אריין אינעם מענטש און ער איז נישט צופרידן מיט וואס ער האט, וועט זיך דאס קיינמאל נישט אפשטעלן, און וויפיל ער וועט נאר האבן, וועלן זיינע אויגן אלעמאל זיין אפן צו זוכן ווער עס האט נאך מער ווי איהם, און וואס נאך ער קען אלס גלוסטן. און דעריבער האט משה רבינו געזאגט "וּבִקַּשְׁתֶּם גַּם כְּהֻנָּה - וּבָעַן אַתּוּן אַף כְּהוּנְּתָא רַבְּתָא" דער סוף וועט זיין אז דו וועסט אויך וועלן האבן די כהונה גדולה, ווייל קנאה שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ! עס איז א תאוה וואס נעמט איין די מענטש אדורך און אדורך און עס לאזט איהם קיינמאל נישט קיין מנוחה. נישט קיין חילוק ווי געבענטשט ער זאל נאר ווערן, וועט ער נאך אלס נישט זיין צופרידן און זיך באגנוגן מיט וואס ער האט. (שפתי חיים)

נוצן די מתנות פון השי"ת אויף דאס פארקערטע
נאך מער, אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן א יסוד נפלא ווי ווייט א מענטש קען פארקריכן דורך מידת הקנאה. רש"י ברענגט פון מדרש תנחומא, "וקרח שפקח היה מה ראה לשטות זה? עינו הטעתו, ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו שמואל ששקול כנגד משה ואהרן אמר בשבילו אני נמלט"... קרח איז געווען א קלוגער מענטש, אויב אזוי פארוואס האט ער איינגעזעהן צו טוהן אזא נארישקייט און זיך קריגן מיט משה רבינו, נאר זיינע אויגן האבן איהם געמאכט האבן א טעות, ער האט געזעהן מיט רוח הקודש אז ער וועט זוכה זיין צו האבן א אייניקל שמואל הנביא און ער האט געהאלטן אז זיין זכות וועט איהם ביישטיין.

אנשטאט קרח זאל שעפן נחת און אנערקענען די אוצר וואס ער פארמאגט, ער גייט זוכה זיין צו אזא דערהויבענע און הייליגע אייניקל א צדיק וואס איז שקול כנגד משה ואהרן. אנשטאט דאס זאל זיין א סיבה צו זיין א שמח בחלקו און הנאה האבן פון זיין חלק מיט וואס השי"ת האט איהם געבענטשט און זיך נישט צו קריגן מיט אנדערע פאר כבוד און גדולה. האט דאס איהם גאר געדינט אלס א סיבה זיך יא צו קריגן! ווי נאר ער האט געזעהן די שלשלת גדולה, די הייליגע גזע וואס איז זיין חלק, איז דאס געווארן פארוואנדלט אין ברענשטאף צו זיין מחלוקת, און דאס האט איהם גאר איבערגערעדט ארויסצוגיין אין א מלחמה קעגן משה רבינו און וועלן אייננעמען פאר זיך נאך און נאך.

דאס הייסט אז אפילו ווען מ'ווייזט פארן מענטש אין פנים אריין ווי גליקליך ער איז און ווי געבענטשט ער איז, וועט דאס איהם נישט אפשטעלן פון די קנאה און תאוה, ער וועט דאס נאך נוצן אלס א תירוץ נישט צו זיין צופרידן.

די אויגן פון א בשר ודם ווערן קיינמאל נישט זאַט
די גמרא זאגט אין מסכת תמיד (דף ל"ב:) אז דער קעניג אלכסנדר מוקדון האט גערייזט צו גאר ווייטע מקומות אין די וועלט וואו ס'איז כמעט נישט מעגליך אנצוקומען, א פלאץ וואס געפונט זיך נאך די 'הרי חושך'. צווישן אנדערע האט ער געפונען דארט די טויערן צו גן עדן, איז ער געשטאנען אינדרויסן און געשריגן הויעך אז מ'זאל איהם אריינלאזן אינעוויינג, איז ארויסגעקומען א קול פון אינעוויינג און געזאגט "זה השער לה' צדיקים יבואו בו" די טויערן זענען געאייגנט בלויז פאר צדיקים און נישט פאר אזעלכע מענטשן ווי דו, האט ער געזאגט איך בין דאָך א קעניג און כ'בין חשוב, שיקט מיר כאטש עפעס ארויס פון גן עדן. האט מען איהם ארויסגעגעבן א 'גלגולת' די געביין פון א מענטש'ס קאפ.

ווען אלכסנדר מוקדון איז אהיימגעקומען, האט ער גענומען די גלגולת און ער האט עס פראבירט אפצוּוועגן קעגן זיין גאלד און זילבער וואס ער האט פארמאגט; אבער נישט קיין חילוק וויפיל גאלד און זילבער ער האט ארויפגעלייגט אויפן וואגשאל, האט שטענדיג די זייט פונעם גלגולת אראפגעוואויגן, אפילו ווען ער האט ארויפגעלייגט זיין גאנצע גאלד און זילבער האט דאס נישט געקענט איבערוועגן די גלגולת. האט ער פארשטאנען אז דאס איז א הימלישע מחזה, און ער האט געשיקט פרעגן די חכמים וואס דאס באדייט. האבן די חכמים איהם געענטפערט אז דאס איז די גלגולת פון א בשר ודם וואס איז קיינמאל נישט צופרידן, און וויפיל גאלד און זילבער זיינע אויגן זעען נאר, ווערט ער נישט זאַט און ער וועט אלעמאל גלוסטן פאר מער און מער. דאס איז דער רמז פון די גלגולת וואס לאזט זיך נישט אראפוועגן קעגן אזויפיל גאלד און זילבער.

האט אלכסנדר מוקדון געפרעגט, ווער זאגט אז איר זענט גערעכט אז דאס איז די פשט פון די ערשיינונג. האבן די חכמים גענומען אביסל פארברענטע אַשׁ און צוגעדעקט די אויגן פונעם גלגולת, און ווי נאר עס האט אויפגעהערט צו זעהן די גאלד און זילבער, האבן די אוצרות תיכף אראפגעוואויגן...

אט דאס איז די יסוד פון קנאה! ווען א מענטש זעהט אז ס'איז דא מער ווי ער האט, מ'קען כאפן נאך א ברעקל וואס ער פארמאגט נישט, ווערט ער נישט זאַט און ער פארלירט זיין צופרידנקייט, נישט קיין חילוק וויפיל ער פארמאגט.

בדרך רמז קען מען ערקלערן, אז דאס איז טאקע די כוונה פון די ווערטער "וַיִקַח קֹרַח" וואס די תורה הקדושה דערמאנט. ווייל די מידה פון קנאה מאכט אז דער מענטש זאל נאר וועלן 'נעמען' פון אנדערע. ער איז קיינמאל נישט צופרידן מיט וואס ער האט, און ער זוכט וואס ער קען אוועקכאפן און אוועקנעמען פון וואס זיינע ארומיגע פארמאגן.

און טאקע דערפאר קען זיין אז דאס איז געווען די עונש פון קרח אריינצוגיין אין די ערד, פונקט ווי די גלגולת ביי אלכסנדר מוקדון וואס די חכמים האבן צוגעדעקט מיט אש און דאן האט עס אויפגעהערט גלוסטן נאך. די זעלבע איז געווען מיט קרח, עס איז נישט געווען נאך א עצה אויסער אז ער זאל ווערן באגראבן אונטער די ערד און מער נישט זיין אין די וועלט און זעהן וואס אנדערע פארמאגן, ווייל אנדערש וועט זיך די קנאה קיינמאל נישט אפשטעלן.

וואס איז באשערט און גוט פאר דיר וועסטו האבן
אבער משה רבינו איז פונקט דאס פארקערטע פון 'וַיִקַח' קֹרַח, אנשטאט וועלן נעמען און האבן נאך און נאך פון אנדערע, זאגט משה רבינו אין זיין תפלה צו השי"ת (ט"ז ט"ו) "לֹא חֲמוֹר אֶחָד מֵהֶם נָשָׂאתִי וְלֹא הֲרֵעֹתִי אֶת אַחַד מֵהֶם" איך האב קיינמאל נישט גענומען פון זיי אפילו אן אייזל און איך האב זיי קיינמאל נישט שלעכטס געטוהן. און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל "לא חמורו של אחד מהם נטלתי אפילו כשהלכתי ממדין למצרים והרכבתי את אשתי ואת בני על החמור והיה לי ליטול אותו החמור משלהם לא נטלתי אלא משלי" דאס הייסט אפילו ווען איך בין געגאנגען פאר זייערטוועגן, איך בין געקומען פון מדין קיין מצרים זיי אויסצולייזן און כ'האב געדארפט אן אייזל כדי צו קענען ברענגן מיין משפחה מיט מיר, וואס עס וואלט געווען נישט מער ווי יושר זיך צו באנוצן מיט א חמור פון זיי ווייל איך קום דאָך זיי טוהן א טובה און זיי ראטעווען, אפילו דעמאלטס האב איך נישט גענומען עפעס וואס באלאנגט נישט צו מיר.

דאס איז ממש די היפוך פון מדת הקנאה. אין די צייט ווען דער מקנא גלוסט און זוכט אוועקצונעמען פון יעדן איינעם אלעס וואס זיי פארמאגן, ברענגט משה רבינו ארויס אט דער ענין ווי ווייט ער איז געווען פון דעם שטענדיג. ווייל א צדיק איז אלעמאל א שמח בחלקו, ער ווייסט אז וואס ער דארף וועט איהם דער אייבישטער צושטעלן, און אויב ער האט דאס נישט איז א סימן אז ס'איז נישט פאר איהם.

גענוי ווי דער אבן עזרא איז מסביר (פרשת יתרו) דער איסור פון "לא תחמוד" וואס שטייט אין די תורה אז מ'זאל נישט גלוסטן וואס א צווייטער האט. פרעגן די מפרשי התורה אז לכאורה איז שווער צו פארשטיין דער איסור, וויאזוי קען מען הייסן פאר א מענטש אז "ער זאל נישט גלוסטן", דאס הארץ גלוסט דאָך אבער יא, און וואס איז שייך צו זאגן א ציווי אז מ'זאל נישט האבן א געוויסע תאוה און א געפיל אין הארץ.

איז דער אבן עזרא מסביר דער ענין מיט א משל, פונקט ווי א פראסטער דאָרפסמאַן וועט קיינמאל נישט גלוסטן חתונה צו האבן מיט דער קעניג'ס טאכטער, וויבאלד דאס איז גאר א ווייטע זאך און לייגט זיך אפילו נישט אויף זיין שכל און עס פאלט איהם נישט איין אין ווילדסטן חלום אז דאס קען פאסירן. אזוי אויך דארף א איד וויסן ביי זיך קלאָר אז יענעמ'ס זאַך געהערט נישט צו מיר, און אז דער אייבישטער האט דאס געגעבן פאר יענעם, מוז זיין אז דאס האט נישט קיין שייכות צו מיר און איך וועל עס נישט האבן, און ס'איז פונקט אזוי ווייט פון מיר ווי דער קעניג'ס טאכטער צו א פארגרעבטע דארפסמאן. ווי דער לשון פונעם אבן עזרא איז, "על כן הוא ישמח בחלקו ולא ישים אל לבו לחמוד ולהתאוות דבר שאינו שלו, כי ידע שה' לא רצה לתת לו לא יוכל לקחתו בכחו ובמחשבותיו ובתחבולותיו. על כן יבטח בבוראו שיכלכלנו ויעשה הטוב בעיניו".

די פארקערטע פון קנאה איז דאס יא געבן
הכלל, דאס לערנט אונז די תורה הקדושה דא מיט די פרשה פון קרח, ווי ווייט און ווי שעדליך די ווערימל פון קנאה איז, און וואס עס קען צוברענגן. און די ריכטיגע הנהגה פון א איד דארף זיין צו זיין א שמח בחלקו און יא אנערקענען און זיך פרייען מיט וואס דער אייבישטער האט איהם באשערט, זיך אומקוקן מיט צופרידנהייט אויף 'זיין' הערליכע וועלט וואס דער רבוש"ע האט איהם צוגעשטעלט, און עס זאל איהם אינגאנצן נישט אנגיין אז אנדערע האבן מער אדער בעסער פון איהם, ווייל דאס איז בכלל נישט משנה זיין מציאות, עס מאכט גארנישט אויס, און אז עס איז נישט באשערט פאר איהם וועט עס סייווי קיינמאל נישט אנקומען צו איהם דורך זיינע נארישע עצות און תחבולות ווי דער אבן עזרא ערקלערט.

אנשטאט זיין פארנומען צו לעבן א לעבן פון 'וַיִקַח' קֹרַח, צו זוכן וואס קען איך צונעמען פון יענעם און אייננעמען מער פאר זיך, דארף מען זיך צוגעוואוינען צו א לעבן פון 'נתינה', פארקערט וואס קען איך געבן פון זיך פאר אנדערע. איך בין ב"ה געבענטשט, איך האב אלעס וואס איך דארף און וואס דער רבוש"ע האט מיך באשערט, איך בין דער גליקליכער מענטש, און אויב עפעס לאז מיך זעהן מיט וואס איך קען העלפן אנדערע, מיט וואס קען איך יענעם פארגינען, וואס קען איך אוועקגעבן פון זיך, נישט נעמען. - ווי זיס איז דאס מיט די סוף פון אונזער פרשה וואס ענדיגט זיך טאקע מיט די מצוות פון מתנות כהונה, תרומות און מעשרות וואס אידישע קינדער דארפן אוועקגעבן פון זייער חלק פאר די כהנים און לויים, און וואס דער לוי דארף אוועקגעבן פון זיין מעשר פארן כהן. ווייל דאס איז דער מוסר השכל און די תכלית, צו זיין צופרידן און געבן פון זיך וואס מער, נישט פארקערט!.

לסיכום געדענק:
• קנאה איז א ווערימל וואס מאכט דער מענטש פארגעסן פון אלע גוטע זאכן וואס ער האט. מ'קען זיין געבענטשט מיט אלעם גוטן, אבער מ'איז נאר פארנומען מקנא צו זיין יענעם.
• קנאה שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, וויפיל מ'וועט נאר האבן וועט מען וועלן נאך און נאך.
• די תכלית איז יא צו אנערקענען די טובות וואס השי"ת האט מיר געגעבן, און וואס קען איך פארגינען און געבן פאר אנדערע.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
SimpleSimon
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: די ווערימל פון קנאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

שלום ואחדות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:22 pm

זייער שיין, די וועסט נאך ארויסשטעלן ר' מיילעך בידערמאן פןן ביזנעס
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”