ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

די אמרי יוסף אין די הקדמה פון ספרי רבו הקדוש מהרי"א מזידיטשוב שרייבט אז אלע תורות וואס ער האט געזאגט איז געווען צו משפיע זיין שפע פאר כלל ישראל, אע"כ ווער ס'וועט קויפן די ספרים פון די מהרי"א איז ער זיכער אז ער וועט באקומען אסאך שפע

איז שוין פארענטפערט די איבעא פון סארקאזי, אז די שפע קומט מקדושת הספר

ועוד, יעדע ספר וואס מען קויפט פון די צדיקים אמיתיים קומט א שפע (ווייל אלע צדיקים האבן געזאגט תורה צו משפיע זיין)

נ.ב. קבלתי ממורי אז מ'לערנט ספרי תלמידי בעש"ט באקומט א סיעתא דשמיא
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
ציפור
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2017 5:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפור »

יידישע קהילות האט געשריבן: קען מען יוצא זיין מיט עס האבן אויף אוצרות החכמה?
|

לכאורה נישט
האבען דעם ספר מיינט האבען דעם ספר אין באזיץ ביי זיך און שטוב 24/7 און שבת קודש קען מען נישט האבען קיין אוצר החכמה

פאר אפאר דולר איז אויס קשיה ,מען גייט אריין און ספרים געשעפט אין פאר 20 דולר האסטו א זאק מיט צוגעזאגטע ברכות פון אותו צדיק וקדוש מטריסק זי"ע
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע:טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

אזוי ווי עס איז ס'שווער צוטרעפן די ספר מגן אברהם און די ספרים געשעפטן לייג איך ארויף א לינק ווי מקען עס ארדערן אנליין
https://seforimcenter.com/Product.aspx? ... rch&PPGR=0
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע:טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

ב שולם האט געשריבן: אזוי ווי עס איז ס'שווער צוטרעפן די ספר מגן אברהם און די ספרים געשעפטן לייג איך ארויף א לינק ווי מקען עס ארדערן אנליין
https://seforimcenter.com/Product.aspx? ... rch&PPGR=0

https://zbermanbooks.com/%D7%9E%D7%92%D ... 2%22%D7%92
https://www.greenfieldjudaica.com/magen ... 99438.html
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8877
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ב שולם האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן: אזוי ווי עס איז ס'שווער צוטרעפן די ספר מגן אברהם און די ספרים געשעפטן לייג איך ארויף א לינק ווי מקען עס ארדערן אנליין
https://seforimcenter.com/Product.aspx? ... rch&PPGR=0

https://zbermanbooks.com/%D7%9E%D7%92%D ... 2%22%D7%92
https://www.greenfieldjudaica.com/magen ... 99438.html

ייש"כ
ס'איז דא עטליכע מהדורות, איב דו קענסט דיך אויס שרייב יעדע וואס האט און וועלכע יאר ס'איז ארויסגעקומען, איך האב עס געקויפט לעצטענס ביי א מוכ"ס אין ביהמ"ד צוויי בענדער אן הגהות אן מפתחות אבי געדרוקט, איך ווייס אז ס'איז דא בעסערע מהדורות מיט שיינע מפתחות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
סעילעסמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעילעסמען »

כפי ידיעתי, איז עס געהעריג דא צובאקומען אין די געשעפטן
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע:טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

סעילעסמען האט געשריבן: כפי ידיעתי, איז עס געהעריג דא צובאקומען אין די געשעפטן

געטשעק און אפאר ספרים געשעפטען און אלע האבן געענטפערט אז סאיז נישט דא צובאקומען יעצט
רבי! פליז פאקעס...
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע:אונטערן שאטן-ה' צלך

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

ארויף לכבוד דער יארצייט, יעזור ה' אז אלע וואס דארפן א ישועה זאלן געהאלפן ווערן בקרוב אמן.
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א קליינע אויסצוג פון א לענגערע דרוש אין סה"ק מגן אברהם וואס ער האט געזאגט אויף א שמחת נישואין די וואך - -
כל מחלוקת שהוא לשם שמים וכו', איזה מחלוקת שהוא לשם שמים זה מחלוקת הלל ושמאי, ושאינו לשם שמים זה מחלוקת קרח ועדתו.
מ'חלוקת ש'מאי ה'לל ראשי תיבות "משה". ווייל דאס איז די בחינה פון משה רבינו כמבואר שם א בחינה על פי קבלה, דהיינו פון צד הקדושה.
מחלוקת שלא לשם שמים הוא מחלוקת קרח, בגימטריא 308, די זעלבע ווי די ראשי תיבות פון ש'ור ח'מור. וואס דאס מיינט א מחלוקת וואס קומט פון די סטרא אחרא, עיי"ש על פי קבלה.
און צוליב דעם איז נבלע בארץ ווייל "מחלוקת" איז אותיות "חלק" - "מות".
און איז מסיים "וישפיע השי"ת לנו ע"י סוד היחוד הנעשה על ידי החתונה באמעות השושבינין כל הטובות והברכות בכלל ופרט ברוחניות וגשמיות בני חיי ומזוני רויחי במהרה בימינו אמן"

זי"ע
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע:אונטערן שאטן-ה' צלך

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שכח פארן ארויפברענגען

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח פארן ארויפברענגען
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע:אונטערן שאטן-ה' צלך

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

גרינע בוים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:00 am
מארגן פאלט ווידער דער יארצייט פונעם גרויסן צדיק זי"ע, זאל עס זיין זכות פאר אלע מצפים לישועה.
עץ חיים הוא למחזיקים בה
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

לזכותו של הצדיק!!
פחד'יגע לשונות פונעם הייליגען טריסק'ער מגיד אין זיין ספר "מגן אברהם" אויף שבת תשובה!!
וכמו כן הבהירות ממצות סוכה אי אפשר להשיג כלל, אך שהסתיר הבורא ב"ה גודל אורה בבחינת וישת חשך סביבות סוכות, בכדי שכלו בני ישראל להשיג אפם קצהו מאור ההוא, כי האור ממצוה זו מאיר לישראל על כל השנה כולה, ומצוה זו היא בסוד הפדיון בעד כל ישראל כי סוכות הוא זמן שמתתינו וכו',
וגם על ידי מצוה זו יכולים לזכות לרוח הקודש וכו', ולכן צריכים לזהירות יתירה במצוה זו שלא תהיה בדרך מצות אנשים מלומדה וכו', וזה פירוש הכתוב "אל תהיו כסוס כפרד אין הבין", הכתוב הזה מרמז על גודל הזריזות של מצות סוכה, שלא יהיה האדם כסוס וכפרד בלי הבנה ודעת לעשות דרך מצות אנשים מלומדה מצד ההרגל, אך שצריך להתבונן בשכלו ודעתו גודל הבהירות מאור מצוה זו וכו', - מצות סוכה גדולה שהיא מצוה גדולה מאוד ויתבונן שהבהקת ובהירת אורה היא בלי שיעור וערך, וגם יתבונן שמצוה זו מסוככת ומגינת על כל ישראל בעד כל הרעות ומבטלת מאתם כל הדינים וכו'.
וזה בצור ירוממני שירומם וינשא הבורא ב"ה קרן מזלם של ישראל למעלה ראש וישפיע עליהם כל הטובות והברכות בכלל ופרט ברוחניות וגשמיות בני חיי ומזוני רוויחי במהרה בימינו אמן
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע:אונטערן שאטן-ה' צלך

Re: ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

גרינע בוים האט געשריבן: זונטאג יוני 10, 2018 12:23 pm
א פריינט האט מיר געבעטן באישי איך זאל מפרסם זיין לתועלת הרבים זיין מעשה, זאל עס זיין לישועה גדולה להמצפים לישועה
איך האב בס"ד חתונה געהאט ווינטער תשע"ג, אלעס האט אויסגעזעהן גינגאלד, אין פאקט איז עס געווען! למעשה איז דורך געגאנגען א האלבע יאר און ס'האט שוין אויסגעקוקט ווי ס'דא נייעס אויפן האריזאנט, אבער גאנץ שנעל האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט... נאך אפאר וויזיטס ביים דאקטאר איז נתברר געווארן אז ס'דא א פראבלעם וואס קען זיין זייער ערענסט ח"ו, אזאנס וואס קומט זייער אסאך מאל אן צו בוני עולם.. און מאנכע מוטשען זיך ארום מיט דעם יארן לאנג ביז זיי זענען זוכה צי האלזן זייער ערשטע קינד, הכלל, ווי פארשטענדליך איז מיין הארץ איינגעפאלן, א אינג קינד קוים ארויס פון ישיבה, ב"ה טאקע חתונה געהאט גליקלעך און צופרידן אבער דא אזא פראבלעם, ביז ווען גייט זיך דאס אזוי ציען, "מ'זעהט נישט נישט די ליכטיגקייט ביים עק טונעל" איז דער פשוט'ע דעסקריפציע וואס מיר האבן דעמאלסט געשפירט, איינער וואס איז דאס דורך געגאנגען פארשטייט זייער גוט דעם געפיל און איינער וואס האט נישט געהאט אזא תקופה וועט קיינמאל פארשטיין.
טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, מיר האבן אנגעהויבן געוויסע טריעטמענט (קלארשטעלונג: פאר געוויסע קען זיך דוכטען אז מה כל הרעש, ס"ה אביסל מער פון א יאר און אט לויפט ער שוין צו דאקטוירים און נעמט שוין טריעטמענט, מ'האט שוין געהערט אזאנס וכו' וכו' אזאלכע מחשבות, להוי ידוע אז ווען מ'ווייסט אז ס'דא א פראבלעם איז א שאד צו ווארטן אפי' איין טאג, ביודעי אז בוני עולם וכדו' קענען געבן עצה, הדרכה, טריעטמענט וכדו' פון קורץ נאך די חתונה פאר אזאלכע וואס מ'ווייסט פון פראבלעמען ל"ע ודי און איינער וואס פארשטייט נאך אלץ נישט, זאל דאנקען דעם באשעפער) אזוי האט מען געשטופט מיט אנגסט און האפענונג ביז אינמיטען זומער תשע"ד.
ב' תמוז תשע"ד בשעת מנחה מעריב אין ביהמ"ד, קומט צו מיר צו א איד וואס האט מאיזה סיבה שיהיה אביסל מיטגעהאלטן און געוואוסט וואס ס'טוט זיך און פרעגט מיר אויב איך פארמאג דעם ספה"ק מגן אברהם פונעם הייליגן טריסקער מגיד זי"ע אין שטוב, ווי ווייט איך האב געדענקט האב איך עס נישט געהאט דעמאלסט אינדערהיים, זאגט ער מיר היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע און ער שרייבט צי בכתי"ק אין די הקדמה אויף זיין הייליג ספר אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט אריין נעמען זיין ספר צו זיך אין שטוב (נישט דוקא אויף צי לערנען דערין) וועט געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות בכללות ובפרטות אבער איין געוויסע ענין איז ער מפרט, וואס דאס איז דאס ענין פון זש"ק ווי ער דריקט זיך עקסטער אויס אז ער וועט זוכה זיין צו נחת מבנים ובני בנים וכו', און דער אינגערמאן לייגט מיך צי אז ער האט עס געזאגט פאר צוויי יאר צוריק פאר אן אנדערע אינגערמאן וואס האט זיך געמוטשעט און ער האלט שוין יעצט ביים צווייטען.
איך האב געהערט וואס דער איד פארציילט אבער איך בין געווען סקעפטיש, וואס א נייע סגולה, לאדיך אפ, האב איך איהם געזאגט, דער טריסקער מגיד איז געווען גרויס און הייליג אבער אין די אלע סגולות בין איך א שוואכע מאמין, מארגן וועסטו מיך נאך עצה'ן איך זאל אויפסיינען מעמבערשיפ אין אלע כוללים, דערנאך וועסטו מיר זאגן אז אן אנדערע סגולה איז די זאך, לאמיך אפ מיט די משוגעת'ן און איינרעדענישן וכו' וכו' די סארט שפראך, למעשה האט יענער מיר שטארק געדריקט און מיר געזאגט, וואס קען שוין שאטן, וועסטו העכסטנס פארמאגן אזא הייליג ספר ביי דיר אין שטוב, הכלל, איך האב מיך געלאזט איבעררעדן אבער נאר מיט איין תנאי, איך גיי נישט ארויס אפי' א טראפ פון מיין וועג פאר דעם, יעצט געפינט זיך דא אין ביהמ"ד א איד וואס פארט אפט ארום דער וועלט פארקויפן ספרים, ביכער וכדו', איך גיי איהם פרעגן צי ער האט דעם ספר יעצט מיט זיך, אויב יא קויף איך עס און אויב נישט איז נישט, און איך גיי אפי' נישט ווארטן ער זאל עס ברענגן פון זיין אכסניא, צי דעם פשרה זעמיר ביידע איינגעגאנגען, עודי מדבר עמו, און דער איד, דער ספרים פארקויפער קומט מיר ממש אנטקעגן, איך גיי צו צו איהם און פרעג איהם אויב ער האט דא דעם ספר מגן אברהם, זאגט ער מיר אז ער איז די רגע צוריקגעקומען אין ביהמ"ד מיט א סעט, שוין, האמיר שוין געזעהן אז מאת ה' היתה זאת און מ'האמיר זיך איינגעהאנדלט א סעט.
איין יאר איז פארביי א' תמוז תשע"ה נאכמיטאג והנני חובק בן!! צומארגנס צופרי כאפענדיג א בליק אויף די יארצייטן ליסטע בין איך געבליבן שטיין פארגליווערט! ממש מיום ליום ומשעה לשעה ווען עס איז נשלם געווארן א יאר "צום מינוט" ווען דער הייליג ספר איז אריין אין מיין באזיץ איז מקוים געווארן במלואה די הייליגע הבטחה.
זאלן אלע אידען, אין זכות פון דער גרויסן הייליגן צדיק וואס דעם פרייטאג איז דער יארצייט, געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות ובפרט מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות לשמה אכי"ר.
ארויף צום יארצייט, 10 יאר פון די מעשה.
עץ חיים הוא למחזיקים בה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”