וואס זענען דיינע קושיות? איך העל עס שוין שיקן צום הויכע פענסטערס
איינער האט קשיות מיינט נישט מען גלייבט נישט אין אזא מציאות, ער זאגט דאך נאך זאכן וואס שטייען אין ספרים, מען האט קשיות צו ער האט טאקע געהאט אזא מציאות, צו ער האט נישט קיין אגענדע פון מאכן בעלי תשובות, כאשר כבר היה
אפאר זאכן שטימען נישט, קוים אריין אין יוניווערסעטי ווען ס'איז געשען, געפארן אויף א"י לערנען בערך 1.5 יאר שפעטער, יעצט געארבעט פאר נאסא 5 יאר און פאר די מיליטער, וויפיל יאר איז שוין זייט די מעשה?
וואס זענען די 180 טעג וואס ער רעדט דארט?
והעיקר, די גרעסטע קאנספיראציע איז די 5 תנאים וואס מען האט זיך אינטערגענומען מיט אים כ'געדענק נישט אז ס'שטייט ערגעץ מען נעמט זיך אויס די 3 זאכן פאר א מענטש קומט אויף די וועלט: 1. אהבת ישראל. 2. מח שליט על הלב. 3. פארציילן אלע השגחה פרטית.
די ערשטע 2 איז גאנץ לייטיש, 1. דארף זיין איינס מיט די תורה, 2. מקיים זיין די מצות וואס מען לערנט.
ס'שמעקט פון א חאבאד'צע קירוב קאנספיראציע! די ליבאוויטשער זענען אלס ביזי מיט די 3 זאכן
ווייל אין חב''ד איז מען ביזי מיט דעם מיינט אז ס'איז שטותים?! אנטשילדיגטס, דו האלטסט צדיקים זענען ביזי מיט שטותים?!
איך פארשטיי נישט די קשיא בכלל. ביסט קלוגער ווי חז"ל? די גמרא זאגט אז הלל הלל האט געזאגט פאר די גוי וואס איז זיך געקומען מגייר זיין אז "די גאנצע תורה" איז א פירוש אויף ואהבת לרעך כמוך, מה דעלך סאני לחברך לא תעבידואידך פירושאזיל גמור. ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה. ער איז דאך אויך א בעל תשובה וואס האט נישט געוויסט כמעט גארנישט, און מען לערנט אים אויס די ערשטע זאך ואהבת לרעך כמוך ואידך פירושא זיל גמור.
מח שליט על הלב איז נישט קיין חבדסקע זאך בכלל, עס איז די ערשטע כלל אין אידישקייט אז מען זאל זיין בעל הבית אויף די געפילן פון די הארץ, און דאס איז א חלק פון די שבועה וואס מען באשווערט תהי צדיק, ווי חז"ל זאגן צדיקים הן ברשות לבם ורשעים לבם ברשותם.
אגב האב איך געזעהן ווי ר' אביגדור מיללער ענטפערט פאר איינעם וואס פרעגט איבער די נושא
זאגנדיג: "מענטשן וואס שטארבן האבן א נטייה צו בלייבן טויט.." און אז די אלע בעלי דמיון זענען שווינדלער וכו'
--
קול מבשר האט א לאנגע היסטאריע פון שטופן די אזויגערופענע מיסטישע נושאים
אנגעהויבן פון שווארצע און גאלדענע פארזאגער ביז דמיונות געשיכטעס אנגעהויבן מיט דרעזדנער- שמעלצער יעדע שני וחמישי מיט א צווייטע בעל דמיון ביז פנחס גלויבער (די מעשה פון יצחק פאנגער און פון די דזשורנאליסט וואס איז געגאנגען דאקומאנטירן געוויסע שבטים אין אמאזאן דזשאנגל ועוד ועוד) וואס איך ענדזשוי געוואלדיג זיינע ערציילונגען אבער איך הער עס אויס אלס נאוועל
--
איך זעה אידן ווערן אנגעווארעמט מיט די געשיכטעס, און עס קומען ארויס גוטע זאכן דערפין
די שאלה איז צו מען קען בויען אידישקייט מיט שקר
ר איד איר האט שוין אמאל געהערט אדער געזעהן ר' יצחק פאנגער אז איר מאכט עס אוועק אזוי כלאחר יד?
בכלל זיינע מעשיות זענען נאר בהקיץ און בכלל נישט אזוי אומדערהערט אזש ס'זאל זיך הערן ווי קאנספיראציע טעאריעס.
אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דיינע ספיקות אויף דעם זענען?
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגןמייןמיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען,דיינס. זאגןמיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגןדיינס.
איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער עס איז דער חב״ד שליח וואס האט געהערט פון אים די מעשה די ערשטע מאל. איך וואלט געוואלט מען זאל אים ארויף ברענגן אויף א אינטערוויו, סתם נייגעריג צו ער קען באשטעטיגען אז ער האט געהערט די מעשה פון א כוליגאן וואס האט נישט געהאט קיין שום ידיעה אין יהדות.
גם אני מצטרף אז מען זאל אינטערוויוען די חב"ד רב אויך צו הערן מער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
יעצט געהערט די שיעור פון ר' שמעון שפיצער די פאריגע וואך חובת הלבבות שיעור וואו ער זאגט אז אז די חוש הראיה פונעם מענטש איז נישט לימיטעד און ווען ער איז אינדרויסן פון גוף קען ער זעהן איבעראל, די לימיטעשאן איז די גוף
דעס שטימט מיט וואס ער זאגט אז ער איז געווען אויפן דאך פון שפיטאל אינדרויסן פון זיך און האט געקענט זעהן אין אלע שטיבער פון שפיטאל עלעס בערך אזוי, אויב איך געדענק גיט
אגב האב איך געזעהן ווי ר' אביגדור מיללער ענטפערט פאר איינעם וואס פרעגט איבער די נושא
זאגנדיג: "מענטשן וואס שטארבן האבן א נטייה צו בלייבן טויט.." און אז די אלע בעלי דמיון זענען שווינדלער וכו'
--
קול מבשר האט א לאנגע היסטאריע פון שטופן די אזויגערופענע מיסטישע נושאים
אנגעהויבן פון שווארצע און גאלדענע פארזאגער ביז דמיונות געשיכטעס אנגעהויבן מיט דרעזדנער- שמעלצער יעדע שני וחמישי מיט א צווייטע בעל דמיון ביז פנחס גלויבער (די מעשה פון יצחק פאנגער און פון די דזשורנאליסט וואס איז געגאנגען דאקומאנטירן געוויסע שבטים אין אמאזאן דזשאנגל ועוד ועוד) וואס איך ענדזשוי געוואלדיג זיינע ערציילונגען אבער איך הער עס אויס אלס נאוועל
--
איך זעה אידן ווערן אנגעווארעמט מיט די געשיכטעס, און עס קומען ארויס גוטע זאכן דערפין
די שאלה איז צו מען קען בויען אידישקייט מיט שקר
ר איד איר האט שוין אמאל געהערט אדער געזעהן ר' יצחק פאנגער אז איר מאכט עס אוועק אזוי כלאחר יד?
בכלל זיינע מעשיות זענען נאר בהקיץ און בכלל נישט אזוי אומדערהערט אזש ס'זאל זיך הערן ווי קאנספיראציע טעאריעס.
אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דיינע ספיקות אויף דעם זענען?
איך וויל נישט אריינגיין זיך צו טענה'ן אויף יעדע ספעסיפיק מעשה
די פאוינט איז אז קול מבשר שטופט מענטשן מיט דמיונות חלומות און טייל מאל אמונות טפילות - און מענטשן קויפן דאס
לאז אויף די מוסקלען, קנייטש אויף די שטערן, אטעם טיעף אההה.. געב א שמייכל, טראכט & קוק פאזעטיוו אויף מענטשן & פאסירונגען