איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נירעדהאז׳ער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 7:35 am

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נירעדהאז׳ער »

כמעט יעדער דארף שווער ארבעטן פאר פרנסה, ביזדערווייל איך אויך
קאנעקטעד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2022 2:57 am

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנעקטעד »

איך האב גארנישט קעגן דעם חשובער פוה"א, אבער סתם זיפצן און ביטערן וועט גארנישט ברענגן למעשה, דאס שלו' מאכן מיטן מצב (ליין: יאוש) איז אונז גארנישט מחייב, אויב עפעס דארף מען טוישן ניגון און זעהן יעדער איינער זיין ספייס און כח היחיד צו טוהן עפעס למעשה אפי' נאר דאס מינדעסטע קלייניקייט.

קוק אויף איעדע עסקן הגדול והקטן בדורינו, קיינער פון זיי קרעכצט... זיי טוען!

נ.ב.

כ'רעד צו מיר.
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

אז ביידן גייט זיך מיזן ארויס ציען..
זוכה
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:48 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוכה »

אז שבת נאכמיטאג שטייט מען אויף אויף די לינקע זייט, און ס'דויערט ביז ביז מען קומט צו זיך.
שטעלט אייך פאר די "שטילקייט"וואס וואלט געהערשט אויב מענטשן וואלטן ווען געזאגט זאכן וואס זיי "ווייסן"
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

אונז האבן א ערליכע גוטע קאמיונעטי, מיט גוטע מענטשן וואס זוכן נישט אפצוריפן יענעם, אבער ליידער ווען ס'קומט צו אזא נושא ווי לענדארד-טענענט איז נישטא קיין חוקים, עס הערשט אן אנארכיע לייק נעווער ביפאר, און אויב סטראשעסטו מיט לעגאלע קאסענקווענצן אא''וו ביסטו אן ארויסגעפאלענער. והיינו ווען ס'קומט צו ביזנעס און קאנטראקטס.

ס'איז אבער נישטא וואס צו טון עניוועיס.

ישיבות זענען נישט אויס געשטעלט פאר אלע בחורים, און ס'איז ליידער א גרויסע רחמנות פאר א בחור וואס טרעפט זיך נישט זיין פלאץ דארטן.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

צ/ק
אז ס'וועט נאך נעמען אזא גוטע 5 יאר ביז אמת'ע גרויסע שינויים לטובה וועלן געזעהן ווערן אין די היימישע וועלט
א לעפעלע ענוה, א פּינטש קוראזש און א שיסל געדולד
אוועטאר
משזר עריכה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

עס איז דא מענטשן וואס באצאלן צייטליך און עס איז דא וואס נישט...
לעצט פארראכטן דורך משזר עריכה אום מאנטאג יולי 08, 2024 2:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

צייט איז ווערדפול האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:48 pm
פראפעסאר האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:43 pm
@דניאל אויערבאך וואס איז טאקע די גורם צו די אלע זאכן?
"טעכנעלאגיע"

נאך מסופק צו טעכנאלגיע האט געמאכט דעם פראבלעם אדער נאר מגלה געווען, איינער ווייסט?
די השכלה לדוגמא האט אוועקגעריסן אסאך אסאך מער.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6829
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איבער 3 יאר צוריק האב איך געעפנט א אשכול פון משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות
viewtopic.php?p=2553991#p2553991
(קוקט אויס איך בין שוין א אלטע קאמפלעינער....)

זייט דעמאלס, האב איך געהאפט בכליון עינים אז זאכן וועלן זיך פארבעסערן.
אין א"י איז שוין דא עפעס א מהלך מיט א הכשר פאר די מוזיקאנטן/ניגונים.
הלל יואל קעפעטש האט שוין גערעדט לאנגע שעות פאר בחורי ישיבות איבער די ענין פון נגינה, הייליגע VS פראסטע.
די סאטמארע ישיבות האבן געמאכט ערנסטע קאמפיינען פורים אז די מאבילס זאלן נאר זינגען איידעלע ניגונים.

איך האב געהאפט אז צעביסלעך וועט דער מעסעדזש אריינקריכן אין די קעפ פון די היינטיגע יונגווארג.
ווי אזוי גייט דער ניגון? איך האב געווארט און געווארט... און גארנישט זיך דערווארט...

קומענדיג יעצט פון א חתונה, ווי איך בין, ווי מיין שטייגער לעצטנס, ארויס ביי די צווייטע טאנץ שמועסן אינדרויסן, נישט קענענדיג פארנעמען די גועל נפש פון די נידריגע פראסטע גרויליגע מוזיק (אויב מען קען עס רופן מוזיק) און צעווילדעוועטע טענץ, אויף א וואליום טויב צו ווערן אויף ביידע אויערן, און דאס שוין נאכ'ן ארויסשיסן אזא מינימום 20 פעקלעך פון די POPPER קאלערדיגע שמוץ פאפיר צווישן די טאנצערס, מוז איך ליידער שלום מאכן מיט'ן פאקט אז...

חתונות וועלן שוין בדרך הטבע נישט האבן די אמאליגע איידלקייט, זיסקייט און ערליכקייט!

א חתונה - די געהויבנסטע טאג פאר א חתן כלה, וואס גייען אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, וואס צדיקים האבן געזאגט אזעלכע געהויבענע מאמרים אויף די הייליגקייט פון די נאכט; ווי אויך פון די פרייליכסטע טעג פאר די מחותנים וזוגתם נאכ'ן אונטערפירן אן אייגן קינד אונטער די חופה, נאך 18-19 (און מער) יארן פון פלאג און מיה, בדמים תרתי משמע - אלעס איז ווערדלאז, דער עיקר איז דער מוזיקאנט מיט די צעווילדעוועטע בחורים, זיי נעמען איבער די זאך און היידזשעקן די גאנצע שמחה, לאזן דעם טאטן מיט זיינע חובות פייפן. דער צולאזטער זינגער שרייעט מיט פאטאס "נו? דער עולם איז גרייט?" באם באם פום פאם....

זייער ווייטאגליך.
גם כי אלך
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:51 am

דור הולך דור בא
די בחורים פלעגן אייביג איבערנעמען 2ווייטע טאנטץ
איך געדענק נאך מיינע רביס האקן אויף די גויאישע הארע
סאיז נישט דיין סטייל איז נישט געפערליך
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6829
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גם כי אלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:24 am

שוין, מוז איך אויך שלום מאכן מיטן פאקטאז מענטשן פארשטייען נישט די חילוק צווישן די אמאליגע הארא און די היינטיגע גארביטש...

(איך געדענק נאך אויך ווען מען האט געהאקט אויף די אמאליגע הארא, אבער משל למה הדבר דומה? אמאליגע צדיקים האבן אויך געוויינט אויף ירידת הדורות, ממילא קען מען זיך אויסלאכן פון די אלע היינטיגע דרשות אז דער דור איז געפערליך...)
אוועטאר
קיצוני
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 30, 2024 10:43 am
לאקאציע:אייוועלט

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיצוני »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:16 am
גם כי אלך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:24 am
דור הולך דור בא
די בחורים פלעגן אייביג איבערנעמען 2ווייטע טאנטץ
איך געדענק נאך מיינע רביס האקן אויף די גויאישע הארע
סאיז נישט דיין סטייל איז נישט געפערליך
שוין, מוז איך אויך שלום מאכן מיטן פאקטאז מענטשן פארשטייען נישט די חילוק צווישן די אמאליגע הארא און די היינטיגע גארביטש...

(איך געדענק נאך אויך ווען מען האט געהאקט אויף די אמאליגע הארא, אבער משל למה הדבר דומה? אמאליגע צדיקים האבן אויך געוויינט אויף ירידת הדורות, ממילא קען מען זיך אויסלאכן פון די אלע היינטיגע דרשות אז דער דור איז געפערליך...)
Yup זייער גוט אייביג האק אויפ'ן בחורים. נישט צי לאנג צוריק בין איך אויך געווען א בחור און מ'האט אויך געהאקט יעדער איז גוט חוץ פונעם בחור (און פארשטייט זיך די פרויען)
אוועטאר
קופקע פירער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 3:00 pm
לאקאציע:אינמיטען די קופקע

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קופקע פירער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:35 pm
אז איך ספענד אזויפיל צייט פאר וועכנטליכע לייען מאטריאל. איך ווייס עס איז "ערליכע מאטריאל". אבער אנשטאט איך זאל האקן נאך בלעטער גמרא, האב איך דעם רייץ פון די קאלירטע אויפרייסערישע דעקלעך, און איך לייען עס אדורך כמעט מדאשקע לדאשקע. בפרט די ימים טובים, וואס כידוע לא ניתנו המועדים אלא לעסוק בתורה און זיך אביסל אויפהייבן פון די גאנץ-יעריגע מגושמ'דיגע לעבן, איז מען אונז "מזכה" מיט מעגא-דיקע אויסגאבעס וואס איז גענוג אויף צו ליינען פאר 3 חדשים.

איך ווייס אז "איך מוז נישט קויפן". אבער איך האב א נסיון און איך קען עס נישט אייביג ביישטיין. איך פיל אז מען איז מכשיל דעם עולם. אבער איך מוז שלום מאכן מיט'ן פאקט אז דאס איז דער נייער מציאות.
די מיזט שלום מאכן מיט די מצב
א איד גלייבט אז מיר האבן א בחירה צו טאהן דעם רצון הבורא יעדן רגע בכל מצב וזמן ודור שהוא
וזאת התורה לא תהא מוחלפת
ברידעלע זיי דיך מחזק און טי דאס ריכטיגע וואס די תורה זאגט אונז
סארי!! בעד קאנעקשן. מיין אוועטאר האלט זיך נאך אינמיטן לוידען , וועסט מיזען אויסווארטען
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

אז איך האב געפלאנט א שיינע ארטיקל פאר אייוועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט....
#זייער מיד
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:51 am
איבער 3 יאר צוריק האב איך געעפנט א אשכול פון משוגעת'ן ביי אונזערע חתונות
viewtopic.php?p=2553991#p2553991
(קוקט אויס איך בין שוין א אלטע קאמפלעינער....)

זייט דעמאלס, האב איך געהאפט בכליון עינים אז זאכן וועלן זיך פארבעסערן.
אין א"י איז שוין דא עפעס א מהלך מיט א הכשר פאר די מוזיקאנטן/ניגונים.
הלל יואל קעפעטש האט שוין גערעדט לאנגע שעות פאר בחורי ישיבות איבער די ענין פון נגינה, הייליגע VS פראסטע.
די סאטמארע ישיבות האבן געמאכט ערנסטע קאמפיינען פורים אז די מאבילס זאלן נאר זינגען איידעלע ניגונים.

איך האב געהאפט אז צעביסלעך וועט דער מעסעדזש אריינקריכן אין די קעפ פון די היינטיגע יונגווארג.
ווי אזוי גייט דער ניגון? איך האב געווארט און געווארט... און גארנישט זיך דערווארט...

קומענדיג יעצט פון א חתונה, ווי איך בין, ווי מיין שטייגער לעצטנס, ארויס ביי די צווייטע טאנץ שמועסן אינדרויסן, נישט קענענדיג פארנעמען די גועל נפש פון די נידריגע פראסטע גרויליגע מוזיק (אויב מען קען עס רופן מוזיק) און צעווילדעוועטע טענץ, אויף א וואליום טויב צו ווערן אויף ביידע אויערן, און דאס שוין נאכ'ן ארויסשיסן אזא מינימום 20 פעקלעך פון די POPPER קאלערדיגע שמוץ פאפיר צווישן די טאנצערס, מוז איך ליידער שלום מאכן מיט'ן פאקט אז...

חתונות וועלן שוין בדרך הטבע נישט האבן די אמאליגע איידלקייט, זיסקייט און ערליכקייט!

א חתונה - די געהויבנסטע טאג פאר א חתן כלה, וואס גייען אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, וואס צדיקים האבן געזאגט אזעלכע געהויבענע מאמרים אויף די הייליגקייט פון די נאכט; ווי אויך פון די פרייליכסטע טעג פאר די מחותנים וזוגתם נאכ'ן אונטערפירן אן אייגן קינד אונטער די חופה, נאך 18-19 (און מער) יארן פון פלאג און מיה, בדמים תרתי משמע - אלעס איז ווערדלאז, דער עיקר איז דער מוזיקאנט מיט די צעווילדעוועטע בחורים, זיי נעמען איבער די זאך און היידזשעקן די גאנצע שמחה, לאזן דעם טאטן מיט זיינע חובות פייפן. דער צולאזטער זינגער שרייעט מיט פאטאס "נו? דער עולם איז גרייט?" באם באם פום פאם....

זייער ווייטאגליך.
צ/ק
אז קיין שיינע אידישע חסידישע ניגונים וועט שוין נישט ארויסקומען ביז משיח'ס טאג

די היינטיגע אזוי געריפינע "חסידישע מוזיק" האט נישט קיין טעם וריח!
צאמגעקלאפטע נערישע תניעות אן קיין שום ווארעמקייט אדער שמחה...

איך האף נאכאלטס אז איין טאג וועט מען זיך אויפוואכן און אנהייבן ארויסגעבן שיינע פראפעסעניאלע אלבומס פון שיינע אמאליגע חסידישע היימישע נגינה
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
זיסע לאקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:08 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע לאקשן »

שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...

קרעדיט @גראדע שכל אינטערשריפט
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:42 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:33 pm
צ/ק

אז מיר לעבן אין אזא שווערע געפלאגטע מענטל העלט וועלט. אזויפיל דעפרעסטע און צעבראכענע הערצער. מען הערט מעשיות וואס איז אמאל געווען בבל יראה ובל ימצא ביי כלל ישראל. מאבד עצמו לדעת ה"י איז געווען א אויסטערלישע זעלטנהייט, און ליידער ווערן די סארט ענינים נתרבה ביי אונז, הנסתרות והנגלות לנו. עיני עיני יורדה מים. ואין להאריך בזה.
ביסט זיכער אז פערצענטאל איז עס מער ווי אמאל?

אמאל האבן אזעלכער מעשיות (אפשר?) אויף געשעהן, פשוט קיינער האט נישט געוואוסט. היינט לעבן אונז אין א קליינער וועלט.

איך ווייס נישט, איך פרעג…
אוודאי אזוי, און די אלגעמיינע וועלט כאפט מען זיך שוין אויך ביים קאפ.
יעצט הייבט מען אן פארבאטן סמארטפאונס און די סקולס וכו'
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

כתר מלוכה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:45 pm
אונז האבן א ערליכע גוטע קאמיונעטי, מיט גוטע מענטשן וואס זוכן נישט אפצוריפן יענעם, אבער ליידער ווען ס'קומט צו אזא נושא ווי לענדארד-טענענט איז נישטא קיין חוקים, עס הערשט אן אנארכיע לייק נעווער ביפאר, און אויב סטראשעסטו מיט לעגאלע קאסענקווענצן אא''וו ביסטו אן ארויסגעפאלענער. והיינו ווען ס'קומט צו ביזנעס און קאנטראקטס.

ס'איז אבער נישטא וואס צו טון עניוועיס.
געזעהן שבת א צעטל ווי ר' שמעי גרינבוים זצ''ל האט גערעדט ביי א דרשה שרעקליך שארף קעגן די רענט הייבערס! שרעקעדיגע לשונות!

אייינער קען ברענגן?

Thank you האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 9:45 am

געטראפן!
מתוך דרשת רבי שמעי' גרינבוים אצל אסיפת הרבנים.pdf
(115.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 2 מאל
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מתוך דרשת הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל
מח"ס סייעתא דשמיא - אצל אסיפת הרבנים למען הצלת והרחבת וויליאמסבורג, ד' בה"ב תשע"ה לפ"ק

אפילו מ'איז זיך נישט אויף דעם ענין צוזאמגעקומען, מ'איז זיך צוזאמענגעקומען זען נישט צו מגדיל זיין המדורה און נישט צו געבן ווייטער פאר די גויים, און וואס מ'קען זאל מען זיי ממעט זיין, אויב מ'טוט נישט פארגרעסערן דעם פייער איז אויטאמאטיש וועט עס נאר פארקלענערט ווערן, אבער דער אמת איז, אנגעפאנגען האט זיך דאס מיט א מ'כלומר'שטן "היתר": אויף די אייגענע ארעמע ברודער'ס האט איינער געהאט אמאל א נארמאלן בירור וויפיל ער מעג דאס פארדינען? וויפיל ער מעג ארויפגעבן אויף די דירה? ער מוז אויפאיינמאל נתעשר ווערן?

און וואס מיינט מען, ווען מ'וועט קומען ביים טיי-אווענט ווען מען וועט מאכן פאר זיין טענענט, ער קען נישט באצאלן די רענט, וועט ער אריינווארפן א הונדערטער? ביי יעדן טיי-אווענט גיבט ער הונדערט-צוויי הונדערט דאלער, הו הא. א גרויסער פילאנטראפ דער איד, און ער באראבעוועט זיינע טענענט'ס מיט אלעמען מיט טויזענטער טויזענטער, הונדערטער טויזענטער דאלערס, טוט ער זיי בא'גנב'ענען, ווער האט דאס מתיר געווען? מ'האט דאס פארשוויגן, סוף כל סוף: ווילסט נישט? דינג נישט... קויף נישט... גיי נישט... טו וואס דו ווילסט... דאס איז איינמאל נישט געווען קיין יושר!
אבער על כל פנים אזויפיל איז דער פשט אז עס וואקסט דער אפעטיט, דאס וואקסט מיט'ן עסן, מ'האט געזען אז מ'קען פארדינען אזוי גרינג געלט, וואס דארף איך בלויז גיין אזויפיל? איך וועל דאס געבן פאר א גוי און איך וועל גיין נאך ווייטער, ווייל מיר האבן א כלל אז "עבירה גוררת עבירה", דאס איז "מיגרר גריר", דאס גייט אזוי ווייטער און ווייטער,האלט מיר היינט ביי א מצב. אוודאי איז דאס א גרויסע נסיון, אוודאי 'אל תביאנו לידי נסיון' דארף מען מתפלל זיין, מ'זאל נישט צוקומען צו אזעלכע נסיונות, אבער ליידער ליידער, ס'איז דא אסאך אידן וואס האבן די נסיונות.

דער פסוק זאגט, 'לא תביא אתנן זונה בית ה' אלקיך כי תועבת ה' היא'; נישטא וואס צו רעדן, ער מעג קומען ער וועט בויען א גרויסע בית המדרש, דאס וועט נישט אפקויפן וואס ער ברענגט אלע זונות אין די גאסן, 'תועבת ה' הוא', דאס איז אן אומגליק, 'לא תביא אתנן זונה', מאך נישט די גאס זאל זיין פיל מיט די אלע זאכן, און נאכדעם 'בית ה' אלקיך', וועסט בויען א הויז – נישט דאס ברויך דער אויבערשטער. נישט דאס איז דער ענין.

איך וועל מסיים זיין מיט א מעשה נורא וואס איך האב פונקט געהערט נעכטן, ס'געווען א איד איינע פון די גרויסע בויערס דא וואס ער האט אסאך דירות ... דער איד האט יא געהאט אריינגענומען אידן אין זיין וואוינונג, שיינע דירות בהרחבה, ווי דער אמת איז דאך, אז די גמרא זאגט ס'איז "מרחיבה דעתו של אדם", אז מ'זאל קענען דינען דעם אויבערשטן ס'זאל זיין השראת השכינה פארלאנגט זיך וואו מ'זאל קענען מגדל זיין די קינדער וואס זיצן אונטער די פיס פון די מאמע'ן אגאנצן טאג, אז די מאמע זאל נישט זיין נערוועז, און אז די קינדער זאל מען מגדל זיין, איז דאך "אין לך צדקה יותר מזו", ווען א איד קען האבן די זכי' אז ער זאל עס אוועקגעבן פאר א נארמאלע פרייז. וועט ער פארדינען אפאר דאלאר ווייניגער! מוזט נישט געבן קיין צדקה ביי טיי-אווענט'ס, געב פאר דיין טענענט די פאר דאלער! געב אים יעדן חודש פיר הונדערט דאלאר א הנחה וועסטו האבן א גרעסערע מצוה ווי די אלע זאכן...
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:32 pm

איר זענט מכובד מוסיף צו זיין אייער אייגענע פאקטן, אדרבה כל דכפין ייתי, אבער ביטע נאר שרייבן פאקטן קורץ און שארף, נישט זיך ארומ'טענה'ן באריכות אויף געוויסע נקודות. (כמעט אלע נקודות האבן שוין דעזיגנירטע אשכולות).
לאמיר אייך געבן א ס"ה פון אלע טויזענטער אשכולות און אלע פראבלעמען און צרות הדור.

1. פון חורבן ביהמ"ק ביז משיח קומט וועלן זיין אלע פראבלעמען און עס איז אלעמאל געווען. מה שהיה הוא שיהיה.

2. עס איז דא גלות הכללי און גלות הפרטי. יעדע פראבלעם איז דא היינט א כמו לעזונג וואס ווערט דעליווערט פון הימל ליראי השם ולחושבי שמו. יעדער מענטש קען אין גלות הפרטי געראטעוועט ווערן פון יעדע פון די דערמאנטע פראבלעמען.

3. אויב דער מענטש איז געטרעפט איז דא עצות.
גאנצעטע ספרים שענק פון עצות.
אויב ווייסט ער נישט קען ער לערנען אדער אליין אדער פון אנדערע ערליכע אידן אינעם דור.
לאו דוקא פון דיע וועלעכע זענען אין די וועכענטליכע פיקטשער בוקס. נאר רוב מאל פון אזעלעכע וואס ווערן נישט אדווערטייזט. אנצקומען צו זיי דאף ער מתפלל זיין און רייסן פון זיך ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף אים און צווויזן די וועג.

4. נאכנישט געווען אזא דור ווי היינט וואס עס איז אזוי גרינג און אלעס צוגעשטעלט צו לערנען תורה. היטן מצות און כשרות. חינוך הבנים והבנות. הרחבת הדעת. אידן זיכן ערליכקייט ווי קיינמאל בעפאר. אויב איינער זעהט עס נישט קוקט ער די wראנג וועי. אדער הערט ער די נישט ריכטיגע האטליינס.

עס איז בכלל נישט דא קיין מצוה ארומצוגיין הערן פראבלעמען און זיך נאכפרעגן א גאנצן טאג אויף נאך לש"ה. א מענטש קען קלויבן וואס צו הערן און וואס צו וועלן וויסן. און אויך אויסלערנען אין שטוב די זעלבע.

5. זה לעומת זה עשה אלקים. ווען עס איז גרינג צו זיין ערליך איז אויך פארקערט. ראה נתתי לפניך את החיים ...... ובחרת בחיים....
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
זופ מאנדלען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 4:38 pm

Re: איך מוז ליידער שלום מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מאנדלען »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 11:33 pm
צ/ק

אז מיר לעבן אין אזא שווערע געפלאגטע מענטל העלט וועלט. אזויפיל דעפרעסטע און צעבראכענע הערצער. מען הערט מעשיות וואס איז אמאל געווען בבל יראה ובל ימצא ביי כלל ישראל. מאבד עצמו לדעת ה"י איז געווען א אויסטערלישע זעלטנהייט, און ליידער ווערן די סארט ענינים נתרבה ביי אונז, הנסתרות והנגלות לנו. עיני עיני יורדה מים. ואין להאריך בזה.
איך ווינדער מיר צו סאיז טאקע אזוי שלעכט די מצב אדער פשוט די עולם וואקסט אויף א ריזיגע פארנעם איז פארשטייט זיך אז סגייט זיין מער פראבלעמען דאס מיינט נאכנישט אז פראצענטואל איז דא היינט מער פראבלעמען ווי אמאל
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

צ'ק
ווען מען מאכט 'שלום' ווערט אויס 'ליידער'
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6829
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך מוז ליידער שלו' מאכן מיט די פאקט אז...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אפענע וועלט האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 10:06 am

לאמיר אייך געבן א ס"ה פון אלע טויזענטער אשכולות און אלע פראבלעמען און צרות הדור.

1. פון חורבן ביהמ"ק ביז משיח קומט וועלן זיין אלע פראבלעמען און עס איז אלעמאל געווען. מה שהיה הוא שיהיה.

2. עס איז דא גלות הכללי און גלות הפרטי. יעדע פראבלעם איז דא היינט א כמו לעזונג וואס ווערט דעליווערט פון הימל ליראי השם ולחושבי שמו. יעדער מענטש קען אין גלות הפרטי געראטעוועט ווערן פון יעדע פון די דערמאנטע פראבלעמען.

3. אויב דער מענטש איז געטרעפט איז דא עצות.
גאנצעטע ספרים שענק פון עצות.
אויב ווייסט ער נישט קען ער לערנען אדער אליין אדער פון אנדערע ערליכע אידן אינעם דור.
לאו דוקא פון דיע וועלעכע זענען אין די וועכענטליכע פיקטשער בוקס. נאר רוב מאל פון אזעלעכע וואס ווערן נישט אדווערטייזט. אנצקומען צו זיי דאף ער מתפלל זיין און רייסן פון זיך ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף אים און צווויזן די וועג.
עס שטייט קלאר אין די ספרים אז פאר ביאת המשיח וועט זיין מער שוועריגקייטן און נסיונות, סיי אין אידישקייט און סיי אין נפש, ווי אלע דורות בעפאר.
מען קען געראטעוועט ווערן? יתכן. אבער דער פאקט איז אז מען ליידט.
איך טו אביסל אין די ענינים, איך רעד אסאך מיט מענטשן, קען זיין איך הער מער ווי אנדערע און איך פאקוס מער אויף די שווערע חלקים ווי די גוטע (כאטש איך האב דערמאנט עטליכע מאל אין מיינע תגובות אז מען זעהט באמת א דור פון מבקשים, מען לערנט, און מען איז זיך מקבל קבלות טובות בכל מיני ענינים, איך בין נישט אינגאנצן בלינד), אבער די פאקט אז עס איז דא אזויפיל גוטע חלקים, און עס איז דא א זה לעומת זה עשה אלקים, היילט נאך נישט אויס די אלע שוועריגקייטן וואס טוט זיך ביי כלל ישראל, עס איז נישט מנחם די טויזענטער עלטערן וואס קינדער גליטשן נעבעך, עס איז נישט מחזק אלע דעפרעסטע מענטשן וואס גייען קוים ארויס פון בעט און זוכן א וועג ארויס פון לעבן, עס טרייסט נישט די אלע אידן וואס וואלגערן זיך אין שפיטעלער מיט כל מיני חולאים רח"ל, און א איד איז זיך מחוייב צו משתתף זיין בצערו של חבירו.

איך זאג נישט אז מען דארף זיצן דעפרעסט און ווערן אויס מענטש, מיין אשכול איז מער אזא "פוד פאר טהאט" סטיל, אסאך מאל ווירבלט מיר אין מח מחשבות און איך שפיר אז איך דארף שלו' מאכן מיט'ן פאקט, און איך שרייב עס אראפ פאר'ן עולם... דעציט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”