עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

'פאראויס' מיט 'טשעידזש' זענען נישט די זעלבע זאך. פאראויס מיינט ווען מען קומט אויף מיט עפעס פריש וואס מען האט נישט געוואוסט/געהאט/פארשטאנען בעפאר. און מען רוקט דאס לאנד אדער די וועלט אין יענעם ריכטונג. טשעינדזש מיינט פשוט טוישן דאס פון ביז יעצט. דער טויש מוז נישט דוקא זיין מיט פארגעשריטענע זאכן אדער מיינונגען. נאר פשוט געטוישט פון וואס דאס וואס איז געווען ביז יעצט.

צומאל קען מען אפילו פשוט צוריקטוישן צו אלטע זאכן. אדער טוישן צו זאכן וואס מען האט אמאל פונקט געוואוסט און פארשטאנען, נאר געהאלטן פאר ראנג צו טון, און יעצט קומט פשוט דער שוטה, וואס פארשטייט פשוט נישט וואס דער אמאליגער חכם האט שוין פארשטאנען, אן, און זאגט אז איך גיי זיין פארגעשריטן.

'פארגעשריטן' מיינט נישט, עפעס וואס מען 'גייט' טון אין די פיוטשער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע:כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ישלהוסיף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן: ואפרש שיחתי זייער אין קורצן. וויאזוי האט לינקאלן געראטעוועט די פאראייניגטע שטאטן? מיט דעם וואס ער איז ארויס אין קריג אנטקעגן די "קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע", שפעטער באקאנט אלס די ציווילע קריג. פאטאליטעטן אין רעזולטאט פון דער קריג ווערן געשאצט (קרעדיט: וויקיפעדיע) צו זיין אזוי פיל ווי 620,000 אמעריקאנער. וואס דאס האט בשעתו באטראפן לערך צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער פאפולאציע (שם).


כ'מיין מ'קען טוישן דעם קעפל פון דעם אשכול, דער לעצטע דריי בעטעל האט קיין שייכות צום ענין וואס דער פותח האט געוואלט אויסשמועסן.

עכ"פ, כ'וויל בעסער פארשטיין דאס, וויפיל וואלט געווען היינט צו טאג צוויי פערצענט פון אמעריקא?

6.6 מיליאן.


דאן איז דאס לכאורה א גאר א גרויסע מספר הרוגים.
לכאורה דארף מען זאגן אז לינקאלן האט זיך נישט געראכטן אז דער מלחמה וועט קאסטן אזא געוואלדיגע פארלוסט פון נפשות.


פאר איין נפש האט אים יא געלוינט דאס כבוד פונעם לאנד (קרקע)?
להוי ידוע
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:47 am

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוי ידוע »

הגות תבונות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2021 9:57 pm
ישלהוסיף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:
ואפרש שיחתי זייער אין קורצן. וויאזוי האט לינקאלן געראטעוועט די פאראייניגטע שטאטן? מיט דעם וואס ער איז ארויס אין קריג אנטקעגן די "קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע", שפעטער באקאנט אלס די ציווילע קריג. פאטאליטעטן אין רעזולטאט פון דער קריג ווערן געשאצט (קרעדיט: וויקיפעדיע) צו זיין אזוי פיל ווי 620,000 אמעריקאנער. וואס דאס האט בשעתו באטראפן לערך צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער פאפולאציע (שם).
כ'מיין מ'קען טוישן דעם קעפל פון דעם אשכול, דער לעצטע דריי בעטעל האט קיין שייכות צום ענין וואס דער פותח האט געוואלט אויסשמועסן.

עכ"פ, כ'וויל בעסער פארשטיין דאס, וויפיל וואלט געווען היינט צו טאג צוויי פערצענט פון אמעריקא?
6.6 מיליאן.
דאן איז דאס לכאורה א גאר א גרויסע מספר הרוגים.
לכאורה דארף מען זאגן אז לינקאלן האט זיך נישט געראכטן אז דער מלחמה וועט קאסטן אזא געוואלדיגע פארלוסט פון נפשות.
פאר איין נפש האט אים יא געלוינט דאס כבוד פונעם לאנד (קרקע)?
כ'האב עס נישט געזען ארויס געברענגט דא, וועל איך נעמען דעם שופר
יא ביים גוי איז זיין כבוד ווערד מער ווי זיין לעבן
(און דאס איז געזאגט אויף יעדע נושא ווי ראוד רעידזש וכדומה, און אז מ'איז מחנך, אז האבן א אייגן לאנד אדער פארטיידיגן די היימלאנד וכדומה איז א כבוד זאך, יא איז ער גרייט צו שטארבן דערויף .
און דאס איז וואס מ'לערנט אויס די סאלדאטן אין יעדע מיליטער אויף דער וועלט, (כ'האב אמאל געזען א צעטל פונעם ציוניסטישע מיליטער {צוגעברענגט אין א ביכל פון א בעל תשובה) רח"ל וואס מ'לערנט אויס פאר די סאלדאטן זיך אוועקגעבן זיך אוועקגעבן זיך אוועקגעבן אלעס טון פאר די לאנד אפילו שטארבן וכו' וכו') און דאס עפעס וואס אלע גוים פארשטייען און זענען בעצם מסכים (דארט וואו ס'כאפט אים, אפילו די לינקע זענען מסכים אז אוקריינע זאל זיך הרגנען און הרגנען רוסישע ווייל דאס ראטעוועט די פרייע וועלט לשיטתם)
איז ממילא מיט אזא מהלך המחשבה איז פשוט פארוואס די גוים קוקן נישט אן לינקאלן אז ער האט געטון סיי וואס שלעכטס און דאס גיין אין מלחמה איז עפעס וואס ווערט נישט בכלל איבערגעטראכט

__
כ'האף אז ס'איז קלאר
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

פעיק ניוז האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2021 11:41 am
Programming האט געשריבן:
בייזוויליגע מיסאינפארמאציע איז באמת א פראבלעם וואס איז גאר שווער צו לעזן אין א פרייע געזעלשאפט. אין אייראפע האבן זיי למשל באשלאסן אז דער ערך פון פרי ספיטש איז נישט ווערט די געפאר פון א פרישע אויפבלי חלילה פון די נאצי אידעאלאגיע, און זיי האבן איינגעשטעלט שטרענגע געזעצן צו דערשטיקן יעדע קערנדל פון נאצישע סארט "אינפארמאציע". אין אמעריקע איז נישטא קיין געזעצן אויף די ביכער קעגן נאציזם צוליב פרי ספיטש, די איינציגסטע פארבאטענע ספיטש אין אמעריקע ביי געזעץ (אין פארשידענע רויטע סטעיטס) איז בי די עס / אנטי מדינת ישראל אקטיוויטעטן.

אבער פרי ספיטש גייט ביידע וועגן, עס גיבט אויך די רעכט פאר די "רוקער און שאקלער" פון די קולטור און עקאנאמיע אליין צו באגרעניצן ספיטש וועלכע זיי גלייכן נישט, ווי לאנג עס קומט נישט מטעם א גאווערנמענט איז דאס נישט קיין פראבלעם.

דער אמת איז אבער אז די רעגירונג דארף ווען יא טון מער קעגן מיסאינפארמאציע. מיטן אויפשטייג פון דער אינטערנעט איז שוין אביסל צו שפעט, אבער די רעגירונג האט פאקטיש די רעכט צו באגרעניצן וואס עס ווערט געבראדקעסט אויף די ראדיא און טעלעוויזיע נעצן. א קליינע "דע רעגולאציע" (וואס קאנסערוואטיוון האבן אזוי ליב) וועלכע האט לויזער געמאכט די בראדקעסט געזעצן אונטער די רעיגען אדמיניסטראציע האט אונז געגעבן דעם חורבן פון טאלק שאו'ס וואס האלטן פארגאפט מיליאנען בעת זיי קענען רעדן פאר פייער און פאר וואסער אן קיין פראבלעם, פירנדיג צו די ריס אין אמעריקאנער געזעלשאפט וואס מיר האבן היינט צוטאג.
נאציזם און פאשיזם אין יוראפ איז נישט געווען קיין תוצאה פון פרי ספיטש, נאר זאגאר פון דאס וואס דו רופסט די סעלושען דערצו.
קלאר!
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”