האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' מטות
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

ווי שוין באריכטעט איז געווארן באקאנט אז א פארקיסאנס ספעציאליסט פון וואלטער-ריעד האספיטאל מיטן נאמען "קעווין קעננארד" איז געווען באזיכן אינעם ווייסן הויז אכט מאל די לעצטע 8 חדשים, וואס דאס האט געברענגט שפעקולאציעס צו ער איז נישט געקומען טריטען דעם פרעזידענט אליינס.

די ווייסע הויז האט עס אבער שארף אפגעלייקנט, און געטענה'ט אז ער איז געקומען באזיכן אנדערע מיליטערישע פערסענאל וואס געפינען זיך אין און ארום די ווייסע הויז, און אזוי האט אויך געשריבן און א בריוו די ווייסע הויז דאקטער "קעווין אקאנער".

דעקט אבער די ניו יארק פאוסט אויף אז אין די פארלאפענעם יאנואר 17 האט דער פארקיסאנס ספעציאליסט זיך געטראפן אינעם ווייסען הויז מיט ביידנ'ס דאקטער "אקאנער", און ביי יענע באזוך איז אויך אנוועזענד געווען א קארדיאלאג, און נאך איינעם וואס מען ווייסט נישט ווער דאס איז געווען.

און זיי ברענגן נאך פון די פריעדיגע ווייסע הויז דאקטער "ראנני דזשעקסאן" וואס האט געדינט אינטער טראמפ און אבאמא אז די ווייסע הויז דאקטער געבט זיך געווענליך נאר אפ מיט די פרעזידענט און זיין פאמיליע, און ממילא אויב האט זיך די פארקיסאנס ספעציאליסט געטראפן מיט די ווייסע הויז דאקטער איז עס ווארשיינליך יא געווען עפעס בנוגע די פרעזידענט אליינס.

אזוי אויך זענען היינט ארויסגעקומען א שיינע פאר ניוראלאגן (מוח דאקטורים בלע"ז) וואס טענה'ן אז ביידן ווייזט קלארע סימנים פון פארקיסאנס ל"ע מיט די וועג ווי אזוי ער רעדט און ווי אזוי ער רוקט זיך. אויף NBC האט א דאקטער געזאגט אז אויב וואלט א סטודענט נישט דיגנאזירט ביידנ'ס ביהעיוויער אלס פארקיסאנס וואלט ער געפלויגן פון סקול.. ( חוץ פון דעם האבן אונז דאך שוין געהערט פון @כינור 'ס באבע.. )

יעצט שטעלט זיך די פראגע האט דער פרעזידענט טאקע דעם מחלה ל"ע? און אויב יא פארוואס זאלן זיינע נאנטע עם וועלן האלטן אין די פארמעסט? איז עס צוליב זייער שנאה צו וויצע פרעזידענט העריס? ווער ווייסט...
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

נאוואדע האט ער!
א דאקטער באזוכט אכט מאל אין אכט חדשים??
פארוואס? פארווען?
לכאורה עפעס א רוימערקע אין ווייסן הויז, האט אן עלטער באבע, וכו'
כ'רעדט שוין צופיל..
אקיצור, ס'נישט דא וואס צו דעבאטירן!
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

פארקיסאנס אפאקטירט דאך נישט די מח.
אויב אזוי וואס איז די חסרון?
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

די פרעזידענט האט גע'חתימה'ט די End Parkinson’s Act לעצטנ'ס.

https://www.whitehouse.gov/briefing-roo ... -h-r-2365/
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

!want to be good האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 7:24 am
די פרעזידענט האט גע'חתימה'ט די End Parkinson’s Act לעצטנ'ס.

https://www.whitehouse.gov/briefing-roo ... -h-r-2365/
דאס איז ווייל ער האט דיימענשיע...
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

פארקיסאנס איז א מחלה וואס מען קען נישט באהאלטן, איינער האט געזעהן אויפן פרעזידענט סימנים פון פארקיסאנס?

איי פארוואס איז די דאקטער געקומען? די תירוץ איז אז דער דאקטאר איז קאנסאלטענט פאר די ווייטהאוז מעדיצינישע שטאב, והא ראי' ער איז אויך געקומען אונטער אבאמא און טראמפ, איינער דא האלט אז טראמפ האט פארקיסאנס?
בילד
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:12 am
פארקיסאנס איז א מחלה וואס מען קען נישט באהאלטן, איינער האט געזעהן אויפן פרעזידענט סימנים פון פארקיסאנס?

איי פארוואס איז די דאקטער געקומען? די תירוץ איז אז דער דאקטאר איז קאנסאלטענט פאר די ווייטהאוז מעדיצינישע שטאב, והא ראי' ער איז אויך געקומען אונטער אבאמא און טראמפ, איינער דא האלט אז טראמפ האט פארקיסאנס?
איך בין נישט קיין דאקטאר, אבער איך האב לאנגע יארן געדאווענט אין איין שוהל מיט א איד ע״ה נעבעך וואס האט זיך געמוטשעט.די פיצי קליפס דא דארט פון ביידן דערמאנט מיר זייער שטארק דערפון

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6731
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

מאכט נישט אויס
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
עצי היער
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

ווי באקאנט איז שוין היינט טראמפ סקאנדאל-פרוף

---
ביידן ווערט שוין אט אט קרענק-פרוף
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פומפדותא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:12 am
פארקיסאנס איז א מחלה וואס מען קען נישט באהאלטן, איינער האט געזעהן אויפן פרעזידענט סימנים פון פארקיסאנס?

איי פארוואס איז די דאקטער געקומען? די תירוץ איז אז דער דאקטאר איז קאנסאלטענט פאר די ווייטהאוז מעדיצינישע שטאב, והא ראי' ער איז אויך געקומען אונטער אבאמא און טראמפ, איינער דא האלט אז טראמפ האט פארקיסאנס?
עס הייבט זיך אן זייער שטייטליך, אבער עט סאם פוינט איז נישט שייך צו באהאלטן, דאכצעך עס אפעקטירט יא די מח מיט די צייט ל''ע.
אוועטאר
עצי היער
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

צ”ק

עס איז נישט קיין נפק"מ

די טשויס איז קלאר:

אדער דער ליגנער און אינסערעקשעניסט טראמפ

אדער עפעס א גוטע טיעם פון מענטשן (וואס קיינער ווייסט נישט ווער זיי זענען) וועלכע לויפן סה"כ אויף זיידי׳ס נאמען
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דאס איז א גיטע אקציע פון די ביידען קאמפיין, אז ער האט פארקינסאנס איז ער דאך א דיסעבלט, יעצט קען די מידיע אים אנהייבן שטיצן...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 19177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך ווייס נישט אבער איך וועל נישט זיין שאקירט אז יא. איך האב שוין געזען א צאל מענטשן מיט פארקינסאנס און עס דאכט זיך מיר פרעזידענט ביידן האט געוויסע ענליכקייטן אויף א לייכטערע שטאפל.

מיין מיינונג איז נישט געבויט מיט דער דאקטערס באזוכן אינעם ווייסע הויז.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:00 am
פארקיסאנס אפאקטירט דאך נישט די מח.
אויב אזוי וואס איז די חסרון?
עס אפעקטירט יא
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ער האט עס באקומען יעצט נאך דעם דיבאטע?
לפנות בוקר
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

זבולון חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:00 am
פארקיסאנס אפאקטירט דאך נישט די מח.
אויב אזוי וואס איז די חסרון?
לפי ידעתי די מעדיקעישאן וואס מען נעמט פאר פארקינסאס אפעקטירט די מוח, און דאס איז די שווערע חלק אפצומאכן וואס איז ענדערש, לעצטענס איז דא א נייע מהלך מיט א אפערירן די מוח אבער אין די us איז עס נאכנישט עפפראווד
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111


"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 10:39 am
ער האט עס באקומען יעצט נאך דעם דיבאטע?
ער גייט עס באקומען נעקסטע וואך, עס האט ארויסגעליקט צו פריה.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: האט פרעזידענט ביידן פארקיסאנס ל"ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

איך ווייס נישט צו ביידען האט פארקעסאנס צו נישט, אז דער דאקטאר איז אריין אינעם וויסן הויז איז נאכנישט גענוג ראי', עס איז זיכער מעגליך אז יא, באט איי דאונט קנאו.

בנוגע פארוואס זיי באשיצן אזוי ביידן איז ווייל העריס האט לכאורה שוואכערע טשענסעס ווי אים, און ווי איין האוסט האט לעצטענס געזאגט (אויף נבס דאכצעך) וואלטן זיי ענדערש געהאט א טויטע ביידען אין די אוועל ווי היטלער, סאו וואס איז די חידוש אז זיי פראטעקטן אים אזוי, זייער גאנצע מלחמה איז יעצט צו האלטן היטלער ארויס פון אפיס.

דאס איז אפיציעל זייער עפראוטש פון היינטמאל אהן, קוק נישט וואס ביידען איז יא צו נישט, עס מאכט נישט אויס, קוק נאר אז היטלער ווארט ביים ווייט האוז געיט און וואוט פאר עניבאדי וואס איז נישט אים.

איי, מיט אזא עפראוטש וואלט העריס אויך געדארפט צו קענען געווינען?

גוט געפרעגט, כ'קעניש אויספיגערן לינקע קעפ.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”