ציטיר
9
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך בעלגישע אידל
»
מאנטאג יולי 08, 2024 6:42 pm
ויהי ממחרת... די קאנסערוואטיוון האבן מיאוס אנגעזעצט! לעיבאר האט פעסט פארדינט! און שוין. וואס איז דא צוצולייגן? דאך פטור בלא כלום אי אפשר, במילא לאמיר צולייגען די פארטייען איינס איינס און לאמיר זען וואס אזאנס האט פאסירט. לעיבאר! 411 בענקלעך.
לעיבאר האט געוואונען מיט אן היסטארישער זיג מיט א מערהייט פון 411 בענקלעך פון די 650 פארלעמענט זיצן. צו פארדאנקען זייערע געלונגענע לידער כיור סטארמער? אויסדריקליך ניין! זייערע געלונגענע קאמפיינס? אויסדריקליך ניין! זייערע געלונגענע סטראטעגיעס? אויסדריקליך ניין! צו פארדאנקען די אומגעלונגענע פירער פון קאנסערוואטיוו? קלאר אז יא! צו פארדאנקען דאס ארויסשטויסן באריסען און זייער אינערליכע געשלעגערייען? אויסדריקליך יא! אז ער האט נישט געהאלטן ווארט און נישט געהעריג אויסגעפירט זיינע פאליסיס? קלאר אז יא! קלאר אז לעיבאר האט געזיגט מיט א לענדסלייט אדאנק די שלעכט מזל פון קאנסערוואטיוו. אבער פארוואס פונקט לעיבאר? ס'איז דאך פארהאנען נאך פארטייען?? נאר די אלע קליינע פארטייען ווי ליב דים, רעפארם, גרין, snp, איז צו קליין אדער ניי צו אוועקכאפן די מערהייט שטומען. ווי נישט ווי לעיבאר איז גאנץ אוועקגעשטעלטע פארטיי און פאר נישט צו לאנג צוריק האבן זיי געהאט טאני בלער וואס איז געווען א מעכטיגע פריימיניסטער, און אזוי אויך האבן זיי ארויסגעווארפן דער אנטיסעמיט דזערמי קארבין, און נאך פארשידענע סיבות פארוואס דאס האט זיי געברענגט צו זיין די צווייטער און ראנג און זיין אנשטאט די קאנסערוואטיוו. נו שוין גייט געשען עפעס דראסטישע טוישינגען מיט'ן נייער גאווערמענט? קורצע ענטפער. יא! דאס איז זיכער אז לעיבאר איז מער לינק ווי קאנסערוואטיוו. מער לינק מיינט מער אנטי מדנ"י מער פראו פאלעסטינע און מער אנטי טראמפ און נישט אנטי אימיגראנטן און גאר דערקעגן דער ריוואנדע פלאן. און פאקט האט דער נייער אויסערן מיניסטער לעמי געזאגט אז דער גאר נאנטע באציאונגען מיט מדנ"י גייט קומען צו א ענדע! און סטארמער האט געזאגט אז מ'מוז אנערקענען א פאלעסטינער שטאט און מדנ"י מוז זאפארט מאכן א פייער אפשטעל, און ער האט שוין אפגעשטעלט די ריוואנדע פלאן! און אזוי אויך וויל ער אז פריוואטע סקולס זאל נישט זיין קיין טשעריטי און זיי וועלן דארפן באצאלן טעקס. אריינגערעכנט די היימישע מוסדות!! נו שוין לאמיר גיין צום לוזער... קאנסערוואטיוו! באקומען 121 בענקלעך!
זיי האבן מיאוס פארלוירן כמעט 250 זיצן! אריינגערעכנט גאר מאכטפולע קאבינעט מיטגלידער ווי צב"ש טראס, שעפס, פעני מארדען און נאך. און צודעם האט סונאק רעזיגנירט און אזוי אויך קאמעראן פון זיין פון די אפאזיציע קאבינעט (ער איז נישט קיין MP) וואס גייט זיין ווייטער מיט די קאנסערוואטיוו? דער פראבלעם הייבט זיך אן אז ס'איז כמעט נישט געבליבן קיין קאבינעט מיטגלידער וואס זאל איבערנעמען די פירערשאפט פון די קאנסערוואטיוו פארטיי! און פון די פאר איינציגסטע ווי די קאונסלער דזערמי האנט, וויל עס נישט איבערנעמען. כ'מיין די איינציגסטע וועט זיין די פריערדיגע היים סעקראטער פרוי בראווערמאן) איז אזוי וועט די קאנסערוואטיוו אריינברענגן א שטארק רעכטער פירער וואס וועט זיך קענען פארמעסטן מיט די רעפארם פארטיי איז גוט. אבער טאמער ווערט זיין די פירער א מעסיגע דעמאלט וועט די רעפארם פארטיי ווייטער שטיין ווי א ביינדל און האלדז ביי די קאנסערוואטיווס. (א חוץ אויב באריס זשאנסאן קומט צירוק...) ליב דימס 72 בענקלעך
יא דער עולם האט ליב א עטענשין סיקער ער האט קאמפיינט ווי א משוגענע געשפרינגן פון ביימער געפלויגן מיט רוילעקויסטערס געשמיסן מיט א בייק געזיכט אסאך אויפמערקזאמקייט און ער האט עס באקומען. יא ער פארדינט 72 בענקלעך! און פאקט איז ער איינס אונטער לעיבאר וואס האט אוועקגענומען פון די קאנסערוואטיוו פארטיי. לעיבאר האט אוועקגענומען 180. און ער האט אוועקגענומען 59 בענקלעך פון די קאנסערוואטיוו פארטיי! SNP בענקלעך 9
די סקאטיש נעטינעל פארטיי האט אויך מיאוס פארלוירן דאס צוליב זייערע נייע נארישע פירער וואס האט איבערגענומען דער פאלעסטינער האמזא יאסעף. רעפארם פארטיי 5 זיצן
גאר א שטארקע געווינס פאר ניידזעל פאראדז, ער איז א מאכטפולע פיגור וואס איז איינס מיט טראמפ סיי און שיטה און סיי און נאטור. ער האט געהאט די UKIP פארטי וואס האט קאמפיינט פאר ברעקזיט און נאכדעם געגרינדעד די ריפארם פארטיי מיט זיין שותף ריטשארד טייס און געוואונען 5 זיצן אריינגערעכנט זיי אליינס. ביז יעצט אלע זיינע קאמפיינס און סטעיטמענטס האט גארנישט געדארפט מיינען ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום פאליטישע אמט אבער יעצט איז ער א mp און ער האט א פיר מיליאן וואויטס באקומען סאו ער איז עפעס ווערד (גראדע קאמפיינט ער יעצט צו טוישן די מהלך פון די עלעקטיאָנס אז ס'זאל ארבעטן פער מענטשן נישט פער געגנט. און פאקט האט ער געהאט מער שטומען ווי ליב דימס און זיי האבן באקומען 72 זיצן און ער בלויז 5) די שאלה וואס ווייטער? אויב קאנסערוואטיוו ברענגט צירוק א מאכטפולע פיגור און זיי בויען זיך פעסט צוריק אויף דעמאלטס קען ער גיין שלאפן צוזאמען מיט זיין פארטיי. טאמער נישט און ער גייט ווייטער ארבעטן אויף קעסן און כלים האט ער היפש שאנסן פאר 2029. אינדעפענדענט 6 זיצן
השם ישמרנו פון דער זעקס זענען דא פיר וואס זענען אראבער און זענען פראו חאמאס יא חאמאס נישט די פאלעסטינער נאר פראו חאמאס און נאר וועגן דעם האבן זיי געוואונען און נאכדעם האט דער געוועזענער פירער פון לעיבאר אויך געוואונען דער אנטיסעמיט דזערמי קארבין, זאל דער אויבערשטער האלטן זיין רעכטע האנט.
אז מ'ווייסט אז מ'האט א פראבלעם איז שוין א ישועה!!
איך ווייס אז אייוועלט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די פסק פון מרן בעל שבט הלוי זצ"ל