מארק הוראוויץ סעמינאר

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

ומרדכי יצא

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומרדכי יצא »

איך רעדט נישט פון צווינגען , די היסטארי ווייזט אז ווער עס האט געקויפט סטאקס נארמאל האט געמאכט פי כמה מער ווי 4% א יאר ,סאיז א שאד צו קויפן לייף אינשורענס אינוועסטמענטס פאר 10 אלפים א יאר ,אנשטאט זאל יעדע אינגערמאן קויפן מיט 1000 דאלאר א יאר פארטפאליא סטאקס

טרעף מיר איינער וואס האט געקויפט סטאקס פארטפאליאס אויסגערעכענט די לעצטע 10 ,20 אדער 30 יאר צוריק מיט 20 אדער 30 טויזענט דאלאר און סאיז נישט ווערט יעצט בערך אזויפיל, אדרבה לאמיר רעדן פאקטן

לייף אינשורעס אינוועסטמענטס אויף 10 אלפים א יאר 10 יאר ברענגט דיר נאך 10 יאר צו 100 אלפים קרן + 8000 דאלאר ,
הייב אן נעמען נארמאלע סטאקס 10 יאר צוריק וויפעל עס היינט ווערט
טעסלע
קאקא קאולע
גוגעל
אמעזאן
וכדומה

חס מלהזכיר איך רעדט נישט פון שפילן סטאקס חס ושלום, איך רעדט פון לאנג טערם סטאקס , פאר חתונה מאכן די קינדער אין 20 יאר ארום, רעטייערמענט אין 50 יאר ארום , אדער אפילו לייף אינשורענס אחר מאה ועשרים!

מיין וויי געשריי דא היינט איז וועגן איך זע פשוטע חבירים וואס זיי האבן געקויפט מיט קליין געלט מיט וואספאר א פראצענטען עס איז געוואקסן, אן ביי די וועי די קענסט ניצן סטאקס פאר צו ווייזן אינקאם

אונז גיי מיר נישט דא זיך טענהן איבער rules, נאר איבער מציאות פון די לעצטע 50 יאר היסטארי,

איין זאך וואס אונז חסידישע אידעלעך האבן נישט איז געדילד! קיינער האט נישט קיין געדילד צו האלטען נערישע 5 אלפים אין סטאקס פאר 10 יאר אפגערעדט פאר 30 יאר , טרעף מיר איין מענטש וואס האט געהאלטען זיין 10 אלפים פאר 10 יאר אין סטאקס און ער האט דערלייגט?
די מציאות איז הייב אן ארומגיין צו חבירים און מענטשן און שול און פרעג זיי צו זיי האבן סטאקס וואס זיי האבן געקויפט 10 אדער 20 יאר צוריק ,און פארשטייט זיך עס קיינמאל פארקויפט, גענוי ווי לייף אינשורענס אינוועסטמענטס, עיין שם ותמצא נחת , קום צוריק ברענגן די גריסן, די זאך איז אז די וואס האבן יא געמאכט די מיליאנען האלטען פאר עס א סוד על פי רוב.

אונז וויל מיר מאכן געלט נעכטען , אזוי מאכן 99 פארצענט פון אונז ביזנעס, משא"כ לייף אינשורענס אינוועסטמענטס ביזטו טשאוקט , דאס איז די חילוק ליידער פארוואס נישט יעדע שנה ראשונה לייגט נישט אוועק יעדע פעני אין פארטפאליא סטאקס! אין לייף אינשורענס אינוועסטמענטס קענסטו נישט טאטשען די געלט און אז די הערסט אויף צאלן דערלייגסטו עס !

עניוועי צוריק צו מיין שאלה פארוואס איז נישט דא ביי אונז מער אינגעלייט אין די ענין?
ומרדכי יצא

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומרדכי יצא »

גראדע שרייבט מארק קלאר אז מען דארף האבן א גוטע פארטפאליא אינוועסטמענט בראוקער , דעמאלס קענסטו בעזר השם מאכן פון 20 אלפים קרן 2 מיליאן דאלאר אין איבער 10 יאר אין גוטע צייטן, יעצט אויף די מינוט איז נישט די בעסטע צייטן פאר די נומבערס , גיי מיר אים בלי נדר אימעילען אז ער זאל מיר צו ווייזן א גוטע בראוקער ,
אונז אידישע קעפ וואלטען געווען געגאסען פאר דעם, אשאד עס איז נישט דא הונדערטע אזאנע עיזשענטס ;

יעצט וועל איך דיר דערציילען וואס מיין בלוט קאכט מיר,
האב מיר געלערנט אין ישיבה ווי א משגיח איז א genius אין סטאקס, פון דעם האבן עטליכע אדער מער אנגעהויבן מיט סטאקס מיט פעניס , אסאך האבן זיך אליינס אויסגעשארפט די סקיללס , אסאך מיטן זיך דורכרעדן מיט די משגיח, פעסט פארווערד איבער 10 יאר , איז איינע פון יענע געמאכט פון זיין אייגן אויסגעקארגטע 20 אלפים פון צו לערנען וכדומה מיט בחורים , היינט ווערט זיין פארטפאליא בערך 2 מעלאונעס , און ער האט זיך חתונה געמאכט פון די געלט, געווען א עלטערע בחור, און ער זיצט אין כולל און לעבט פון סטאקס , גראדע פלעגט מען אים נאכלויפן אז ער זאל אינוועסטען פאר אנדערע אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען אחריות, סאיז דא נאך אפאר תלמידים פון די זעלבע סארט וואס האבן די זעלבע מעשה כמעט מיט אויך איבער א מיליאן היינט ווערט ,

סא עטליעסט פארשטיי פון ווי איך קום
ומרדכי יצא

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומרדכי יצא »

סאיז בכלל שייך צו אינוועסטען אין לייף אינשורענס א איינמאליגע 5 אלפים ?

זאג מיר איין מענטש וואס האט אריינגעלייגט א איינמאליגע 5 אלפים אין א סטאק פארטפאליא פאר 10 אדער 20 יאר צוריק און האט עס נאך היינט און ער האט דערלייגט? אפגערעדט אז דער מענטש איז א זיכערע מיליאנער אן קיין שום גאראנטי...משא"כ פון אריינצאלן 5 אלפים א יאר פאר לייף אינשורענס אינוועסטמענטס, איז עס געלט אין גארבעזש
ומרדכי יצא

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומרדכי יצא »

האסט צייט ? קוק למשל 100 סטאקס וויפעל עס איז יעצט ווערט אז די האסט געקויפט אין 2010 פאר $100 יעדע איינע באזונדער , וויפעל איז עס יעצט ווערט?
קאמפאניס ווי
Amazon
Google
Apple
Tesla
Walmart

בערך אזאנע 100 סטאקס

אבער איך בעט דיר זיץ אויף א בענקעל ווען די זעסט די רעזאלטס

אפגערעדט דערפון אז לייף אינשורענס אינוועסטמענטס קענסטו נישט קויפן מיט א איינמאליגע 10 אלפים און עס זאל וואקסן, אפילו אויב יא וויפעל איז 10 אלפים מיט 4 פערצענט א יאר יעצט ווערט? א חוכא וטלולא

אין קרית יואל איז דא א באקאנטע איד וואס האט געקויפט פאר פעניס טעסלע סטאקס אין 2010 און יעצט האט ער בערך 5 מיליאן דאלאר אין טעסלע סטאקס, גראדע דרייווט ער א טעסלא, ער איז פשוט געווען קאנווינסד און געגלייבט אין עלעקטריק קארס, גראדע איז ער א שפארזאמע מענטש און געוואלט שפארן אויף געז
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=51367

באלאנגט נישט מער דא?
ומרדכי יצא

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומרדכי יצא »

טיכטיגער האט געשריבן:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =0&t=51367

באלאנגט נישט מער דא?
נישט געזען
שכח
איז יענער א פארטפאליא סטאק בראוקער ?
מיין שאלה איז פארוואס איז נישא דא היימישע אגענטען, זיי וואלטען געקענט רייך מאכן כלל ישראל
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

ומרדכי יצא האט געשריבן:

Read his articles first.

וועמענס?

@פה אחד
Der gold
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 2:25 pm

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Der gold »

מונאוויטש האט געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2020 12:17 am
א פּאַוערפול דרשה איבער פרנסה און פינאנץ פון ר' נפתלי האראוויץ, אראנדזשירט דורך בעלזא עסקנים אין אין מאנטריאל.

https://drive.google.com/file/d/1Igl7T0 ... sp=sharing
איינער האט די דרשה? לינק האט שוין עקספייערט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9303
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Der gold האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:05 pm
מונאוויטש האט געשריבן: פרייטאג יולי 17, 2020 12:17 am
א פּאַוערפול דרשה איבער פרנסה און פינאנץ פון ר' נפתלי האראוויץ, אראנדזשירט דורך בעלזא עסקנים אין אין מאנטריאל.

https://drive.google.com/file/d/1Igl7T0 ... sp=sharing
איינער האט די דרשה? לינק האט שוין עקספייערט
דאס איז וואס דו זוכסט?
בשבילי נברא האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:14 am
דא האסטו א דראפבאקס לינק.

https://www.dropbox.com/sh/0wtd726591xe ... 5K_Ra?dl=0

אויב האט איינער נאך דרשות פון אים, וואלט געווען א טובת הכלל אויב ער קען עס דא ארויפלייגן.
viewtopic.php?p=1588760#p1588760
---
Der gold
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 2:25 pm

Re: מארק הוראוויץ סעמינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Der gold »

יא. יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”