דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

חלק א'
דער סיסטעם פון אויסוועלן אן אמעריקאנער פרעזידענט איז אוועקגעשטעלט לויט (די ערשטע ארטיקל סעקשאן 2 פון) דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע וואס לויטעט ווי פאלגענד:

די עלעקטארעל קאלידזש
יעדע סטעיט שטעלט ארויס א צאל עלעקטארס, דאס זענען מענטשן וואס זיי זענען די וואס קלויבן אויס דעם פרעזידענט, די עלעקטארס טארן נישט זיין קיין סענעטארן אדער קאנגרעסלייט אדער זיין איינגעשטעלט אין סיי וועלכן פעדעראלן אפיס. די צאל עלעקטארס וואס יעדע סטעיט שטעלט ארויס איז די צאל וויפיל קאנגרעסלייט און סענאטארן די סטעיט פארמאגט (צום ביישפיל א סטעיט וואס פארמאגט 5 קאנגרעסלייט שטעלט ארויס 7 עלעקטארס (5 קאנגרעסלייט און 2 סענאטארן)). (דער עלעקטארעל סיסטעם איז אלץ רעזולטאט פון א מיינונג'ס פארשידנהייט צווישן די שרייבערס פון די קאנסטוטוציע איבער ווער זאל אויסקלויבן דער פרעזידענט, מאנכע האבן געוואלט אז קאנגרעס זאל דאס טוהן, און אנדערע האבן געוואלט עס זאל גיין מיט די פאפולערע וואויטס ווי עס איז אין רוב לענדער אין די וועלט, אלץ פשרה האט מען אוועקגעשטעלט די עלעקטארעל סיסטעם).

וויאזוי קלויבט מען אויס די עלעקטארס?
לויט די קאנסטיטוציע איז דאס נישט קיין פעדעראלע באשלוס נאר א סטעיט באשלוס דהיינו אז יעדע סטעיט קען מאכן אייגענע געזעצן וויאזוי צו אויסקלויבן די עלעקטארס. אין די ערשטע פאר עלעקשאנס איז עס געווען צוטיילט, געוויסע סטעיטס האבן אויסגעוועלט די עלעקטארס דורך די פאפולערע וואויטס. און אנדערע האט די סטעיט לעגיסלאטור צווישן זיך אויסגעוועלט די עלעקטארס, מיט די צייט האט זיך עס צוביסלעך געטוישט און אלע סטעיטס האבן אוועקגעשטעלט דאס אויס קלויבן די עלעקטארס לויט די פאפולערע וואויטס פונעם סטעיט. אין רוב סטעיטס גייט עס אז דער געווינער פון די פאפולער וואויטס אין די סטעיטס באקומט אלע עלעקטארס פון די סטעיטס (WINNER TAKES ALL), נאר אין 2 סטעיטס איז עס נישט אזוי דאס זענען מעין און נעברעסקא וואו דער געווינער באקומט 2 עלעקטארס (די צוויי וואס זענען קעגן די סענאטארן) און די איבעריגע (די וואס זענען קעגן די קאנגרעסלייט) גייט צו אז ווער עס געווינט דער קאנגרעס דיסטריקט באקומט יענע עלעקטאר. (לעצטנס איז דא א שטארקע ווינט אין די נעברעסקא לעגיסלאטור דאס צו טוישן זע מער דא פון @שמואל וואכטנהיים ).

די עלעקטארעל פראצעדור
אין א באשטימטן דאטום (מער איבער דעם אי"ה שפעטער) קומען זיך צוזאם די עלעקטארס יעדער אין זייער סטעיט, און יעדער האט צוויי שטימען דאס הייסט אז יעדער שטימט פאר צוויי קאנדידאטן,און מען שרייבט אפ אלע קאנדידאטן און וויפיל שטימען יעדער קאנדידאט האט באקומען, און מען שיקט עס אפ קיין וואשינגטאן אדרעסירט צום סענאט פרעזידענט (וואס דאס איז דער וויצע פרעזידענט), אין א באשטימטע דאטום (היינט צוטאגס איז דאס יאנואר 6... באקאנט,הא?!) טוט דער סענאט פרעזידענט אין געגנווארט פונעם גאנצן קאנגרעס און סענאט עפענען די אלע בריוון און מען ציילט אפ די שטימען, דער וואס האט די מערסטע שטימען (און עס איז אויך א מאיאריטעט פון די עלעקטארס ווי שפעטער ערקלערט) ווערט דערקלערט אלץ דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. און דער וואס האט די צווייטע מערסטע שטימען ווערט די וויצע פרעזידענט.

אויב קיינער האט נישט קיין מאיאריטעט אדער עס איז א טיי
דעמאלט גייט מען צו א קאנטינדזשענט עלעקשאן דאס מיינט אז קאנגרעס וועלט אויס דעם פרעזידענט און סענאט דעם וויצע.
דאס גייט צו אז די קאנגרעסלייט פון יעדע סטעיט נעמען זיך צוזאם און זיי שטימען פאר איינעם, 1 שטימע פאר יעדע סטעיט, דאס הייסט יעדע סטעיט קאנגרעסלייט מאכן א וואויט פאר זיך פארוועם זאלן מיר שטימען און זעלבסטפארשטענדליך אז געווענליך וועלכע פארטיי ס'האט מער קאנגרעסלייט אין די סטעיט שטימט די סטעיט פאר יענע פארטיי'ס קאנדידאט, און אויב איז עס אייניג (ווי למשל נארט קאראליינע יעצט וואס האט 7 רעפובליקאנער און 7 דעמאקראטן) איז אדער זאל איינער פון די פארטיי דעפעקטירן און שטימען פאר'ן אנדערן אדער קענען זיי אריינגעבן א ליידיגע בעלאט דאס הייסט זיי שטימען נישט. און ווער עס באקומט א מאיאריטעט סטעיט שטימען ווערט פרעזידענט, און דאס זעלבע גייט צו אינעם סענאט בנוגע דעם וויצע (דאס קען מאכן אז דער פרעזידענט און זיין וויצע זאלן זיין פון קענזייטיגע פארטייען).

אזוי איז אוועקגעשטעלט אינעם קאנסטיטוציע און אזוי איז געווען ביי די ערשטע 4 עלעקשאנס (1788-89, 1792, 1796, 1800).
דאס האט געפירט דערצו אז סיי ביי די 1796 עלעקשאנס און סיי ביי די 1800 עלעקשאנס איז אויסגעקומען אז דער פרעזידענט און דער וויצע זענען געווען פון קעגנזייטיגע פארטייען (ווייל דזשאן עדעמס האט באקומען 71 עלעקטאראלע שטימען און זיין הויפט קעגנער טאמעס דזשעפערסאן האט באקומען 68 און די אנדערע האבן באקומען 59 און 48 אדער ווייניגער). אין יאנואר 1797 אפאר וואכן נאך די 1796 עלעקשאנס האט קאנגרעסמאן וויליאם סמיט פון ס.קאראליינע אויפגעברענגט א רעזולוציע צו טוישן דער סיסטעם פון אויסקלויבן די וויצע, אבער עס איז גארנישט געווארן דערפון און דאס האט געפירט צו די קאמפליצירטע 1800 עלעקשאנס קאפוויי.

די 1800 עלעקשאנס
די 1800 עלעקשאנס איז געווען זייער א היציגע פארמעסט די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען געווען די אינקאמבענט פרעזידענט דזשאן עדעמס פון די פעדערעליסט פארטיי און זיין מיטלויפער (נישט אלץ וויצע נאר אלץ צווייטע אפציע פאר די פארטיי) טשארלס פינקני קעגן די וויצע פרעזידענט טאמעס דזשעפערסאן פון די דעמאקראטישע-רעפובליקאנער פארטיי (מער איבער די צוויי פארטייען אי"ה אין א צווייטע געלעגנהייט) און זיין מיטלויפער אהרן בארר. די פארטייען האבן אויסגעארבעט א פלאן אז איינס פון זייערע עלעקטארס זאל שטימען נאר פאר'ן הויפט קאנדידאט און נישט פאר'ן מיטלויפער אזוי זאל דער הויפט קאנדידאט זיין פרעזידענט און זיין מיטלויפער די וויצע.
דער פארמעסט איז געווען זייער היציג ( זע מער דא פון @הכל הבל ) די רעזולטאטן זענען געווען: דזשעפערסאן און זיין מיטלויפער אהרן בארר האבן ביידע באקומען 73 שטימען, עדעמס 65 און פינקני 64 וואס דאס האט געמיינט אז דזשעפערסאן און זיין מיטלויפער גייען צו א קאנטינדזשענט עלעקשאן דאס מיינט (ווי אויבן דערמאנט) אז קאנגרעס וועלט אויס דער פרעזידענט.
די פאראייניגטע שטאטן איז דעמאלט באשטאנען פון 16 סטעיטס (NY,NJ,NH,VT,TE.PA,MD,VA,SC,RI,,NC,MS,KY,GA,DE,CT) דאס מיינט אז צו געווינען דארף מען האבן 9 סטעיטס שטימען.
דזשעפערסאן איז געווען זייער פארפיינטעט ביי די פעדערעליסטן מער ווי בארר ממילא האבן די פעדערעליסטן געשטימט פאר בארר גיבנדיג אים 6 סטעיטס, אכט האבן געשטימט פאר דזשעפערסאן, ווערמאנט און מערילענד האבן אריינגעגעבן א ליידיגע בעלאט. במשך פון א וואך צייט האט מען איבערגעמאכט די וואויטס 35 מאל! (דערמאנט אביסל פון די מעקארטי ספיקערשאפט...) ביז אלכסנדר העמילטאן (א מאכטפולע פאליטישאן און פירער פון די פעדערעליסט פארטיי) האט מצליח געווען איבערצורעדן די צוויי סטעיטס זיי זאלן אויך שטימען פאר דזשעפערסאן (ווי אויך האבן צוויי בארר סטעיטס געטוישט צו ליידיגע בעלאטס) און מיט דעם האט ער געווינען 10 סטעיטס און גלייכצייטיג אויך די פרעזידענטשאפט.

די טויש אינעם סיסטעם
נאכ'ן מיטהאלטן אזא קאפוויי האט מען צוריק ארויפגעברענגט וויליאם סמיט'ס רעזולוציע און עס איז געווארן צוגעלייגט אן אמענדמענט צום קאנסטוטוציע אז די עלעקטארס שטימען צוויי מאל איינס פאר פרעזידענט און איינס פאר וויצע פרעזידענט, און אזוי גייט עס ביז היינט.
לעצט פארראכטן דורך משגיח רוחני אום זונטאג יולי 07, 2024 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

גאר אינפארמאטיוו, און א פעסטע שפראך!

שטארק גענאסן. טענקס.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

אויב האט איר סיי וואספארא שאלה אדרבה! פרעגט! און בעזר ה' וועלן מיר פרובירן ענטפערן ווי ווייט מעגליך.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

זייער שיין. אפשר ביסטו שוין מסביר אויך וויאזוי ס'ארבעט אין אנדערע לענדער?
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:12 pm
זייער שיין. אפשר ביסטו שוין מסביר אויך וויאזוי ס'ארבעט אין אנדערע לענדער?
אלץ אמעריקאנער איינוואוינער ווייס איך נאר וויאזוי עס ארבעט דא. מיט אנטשולדיגונג.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

וואס איז דער שכלדיגע הגיון פון דעם עלעקטארעל סיסטעם
מיין נערישע שכל זאגט מיר אז סמאכט נישט קיין סענס אז עטליכע געציילטע הונדרעט מענטעשן [אין די סווינג סטעיטס] זאלן זיין די וואס זענען מכריע די וואלן קעגן א רוב
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

@משגיח רוחני זייער שיין
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

שנעלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:55 am
וואס איז דער שכלדיגע הגיון פון דעם עלעקטארעל סיסטעם
מיין נערישע שכל זאגט מיר אז סמאכט נישט קיין סענס אז עטליכע געציילטע הונדרעט מענטעשן [אין די סווינג סטעיטס] זאלן זיין די וואס זענען מכריע די וואלן קעגן א רוב
דיין עכטע פירער פון דיין לאנד איז יעדע סטעיט זייער גאווארנאר

אמעריקע איז נישט קיין לאנד עס איז א פאראיין וואס ארבעט אינגאנצן אנדערש
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

שנעלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:55 am
וואס איז דער שכלדיגע הגיון פון דעם עלעקטארעל סיסטעם
מיין נערישע שכל זאגט מיר אז סמאכט נישט קיין סענס אז עטליכע געציילטע הונדרעט מענטעשן [אין די סווינג סטעיטס] זאלן זיין די וואס זענען מכריע די וואלן קעגן א רוב
ווי געשריבן אויבן איז עס אזוי איינגעשטעלט געווארן אין די קאנסטיטוציע אלץ א פשרה און אזוי איז עס געבליבן עד היום.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

משגיח רוחני האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:02 am
שנעלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 12:55 am
וואס איז דער שכלדיגע הגיון פון דעם עלעקטארעל סיסטעם
מיין נערישע שכל זאגט מיר אז סמאכט נישט קיין סענס אז עטליכע געציילטע הונדרעט מענטעשן [אין די סווינג סטעיטס] זאלן זיין די וואס זענען מכריע די וואלן קעגן א רוב
ווי געשריבן אויבן איז עס אזוי איינגעשטעלט געווארן אין די קאנסטיטוציע אלץ א פשרה און אזוי איז עס געבליבן עד היום.
טאקע דערויף איז מיין שאלה פארואוס אויף אזא נערישע פשרה זענען זיי יא איינגעגאנגען
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

שנעלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:07 am

איז אזוי! דאס וואס איר שרייבט אז געציילטע מענטשן אין סווינג סטעיטס זענען די וואס זענען מכריע איז נישט אינגאנצן ריכטיג. יא! היינט איז דאס טאקע אזוי, אבער פאר ביז בערך 30-40 יאר צוריק האט יעדע שטימע אין יעדע סטעיט געקענט אויסמאכן! דעמאלט האבן וויילער כמעט נאר געקוקט אויף פאליסי אפגעזעהן פארטיי א ראי' צו דעם אז דער רעפובליקאנער רעיגען האט געוואונען ביי די 1984 עלעקשאנס כמעט אלע סטעיטס (חוץ מינעסאוטע וואס זיין קעגנער איז געקומען פון דארט און וואשינגטאן די סי) און ביי די 1980 עלעקשאנס האט ער געוואונען 44 סטעיטס אריינגערעכנט די דעמאקראטישע פעסטונגען ווי קאליפארניע ניו יארק און אילינאוי וכו' . דאקעגן די 1964 עלעקשאנס וואס דער דעמאקראטישער לינדען דזשאנסאן האט געוואונען 44 סטעיטס אריינגערעכנט אסאך רעפובליקאנע סטעיטס, ווייל זיי האבן ארויסגעברענגט גוטע פאליסיס.

נאר אין די לעצטע בערך 30 יאר איז דער לאנד מורא'דיג צוטיילט פארטייאיש, און אפגעזעהן אויב מיין פארטיי'ס קאנדידאט לייגט דער לאנד אין דער ערד וועל איך שטימען פאר אים, דורך דעם איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי "סווינג סטעיטס".
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

משגיח רוחני האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:58 pm

דזשעפערסאן איז געווען זייער פארפיינטעט ביי די פעדערעליסטן מער ווי בארר ממילא האבן די פעדערעליסטן געשטימט פאר בארר גיבנדיג אים 6 סטעיטס, אכט האבן געשטימט פאר דזשעפערסאן, ווערמאנט און מערילענד האבן אריינגעגעבן א ליידיגע בעלאט. במשך פון א וואך צייט האט מען איבערגעמאכט די וואויטס 35 מאל! (דערמאנט אביסל פון די מעקארטי ספיקערשאפט...) ביז אלכסנדר העמילטאן (א מאכטפולע פאליטישאן און פירער פון די פעדערעליסט פארטיי) האט מצליח געווען איבערצורעדן די צוויי סטעיטס זיי זאלן אויך שטימען פאר דזשעפערסאן (ווי אויך האבן צוויי בארר סטעיטס געטוישט צו ליידיגע בעלאטס) און מיט דעם האט ער געווינען 10 סטעיטס און גלייכצייטיג אויך די פרעזידענטשאפט.
כדאי צו צו צייכענען אז די הצלחה צום סוף איז געקומען דוקא אדאנק דער פירער פון די קעגנזייטיגע פארטיי ווייל זיי האבן געמיינט די טובה פונעם לאנד מער ווי זייער פארטיי (אסאך וואס וואלט היינט לכאורה קיינמאל נישט פאסירט...).
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: דער אמעריקאנער עלעקשאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

אין יאר 1796 האט פרעזידענט וואשינגטאן זיך אנטזאגט פון לויפן פאר א דריטע טערמין (דאן האט נאכנישט עקזיסטירט די מושג פון טערם לימיט'ס עס איז איינגעפירט געווארן מיט בערך 80 יאר צוריק) דאס האט געעפנט דער וועג פאר א היציגע פארמעסט, די פעדערעליסטן האבן זיך פאראייניגט אונטער דער ביז דעמאלטדיגער וויצע פרעזידענט דזשאן עדעמס, און די דעמאקראטיש-רעפובליקאנער האבן נאמינירט זייער פירער טאמעס דזשעפערסאן. ביידע פארטייען האבן אויך ארויסגעשטעלט נאך א קאנדידאט וואס זאל קענען געווינען דער וויצע אמט (ווי שוין ערקלערט אז לויט די קאנסטיטוציע דער וואס געווינט די צווייטע מערסטע עלעקטארעל שטימען איז דער וויצע), עדעמס'ס מיטלויפער איז געווען סאוט קאראליינע גאווערנאר טאמעס פינקני (נישט פארטוישן מיט זיין ברודער טשארלס וואס איז געלאפן קעגן דזשעפערסאן ביי די 1800 און 1804 פארמעסט), און דזשעפערסאן'ס מיטלויפער איז געווען ניו יארקע סענאטאר אהרן בארר.

דער קאמפיין איז געווען זייער היציג, ווען יעדע זייט פרובירט צו איבערצייגן די סטעיטס אז זיי זענען דער ריכטיגע קאנדידאט, ווי פארשטענדליך האט דער פעדערעליסטישער פארטיי ארויסגעהויבן אז די עקאנאמישע וואוקס אין לאנד איז צו פארדאנקן העמילטאן'ס פאליסיס, און דער דעמאקראטיש-רעפובליקאנער פארטיי האט פארפירט אז העמילטאן'ס פאליסיס פירן די לאנד אין ריכטונג פון א מאנארכיע וכו'.
דער אמעריקאנער $10 מיט העמילטאן'ס בילד דערויף
דער אמעריקאנער $10 מיט העמילטאן'ס בילד דערויף
s-l1600.jpg (195.71 KiB) געזען 11671 מאל
ווי שוין ערקלערט איז די מאפע געווען צוטיילט, ניו ענגלאנד (צפון מזרח חלק פון לאנד) איז געווען דער פעדערעליסטישער באזע און דער דרום חלק פון לאנד איז געווען דער דעמאקראטיש-רעפובליקאנער באזע, וועגן דעם האבן די צוויי פארטייען זיכער געמאכט צו נעמען אלץ מיטלויפער איינער פון די פארקערטע באזע, האפנדיג מיט דעם אריבער צו שלעפן די סטעיטס צו זייער זייט, די פעדערעליסטן האבן גענומען פינקני פון ס. קאראליינע, און די דעמאקראטיש-רעפובליקאנער האבן גענומען בארר פון ניו יארק וואס איז געווען די וויכטיגסטע סווינג שטאט (צוזאמען מיט מערילענד) ווארשיינליך צוליב איר געאגראפישע ארט זיצנדיג ביים גרעניץ צווישן די צוויי באזעס.
ווי אויך האבן ביידע פארטייען גענומען א סטראטעגיע אז איינס פון זייערע עלעקטארס זאל אפגעבן זיין צווייטע שטימע פאר א אנדערע קאנדידאט (פארשטייט זיך נאר פון די אייגענע פארטיי) אזוי זאל דער הויפט קאנדידאט זיין פרעזידענט און דער צווייטער זאל זיין וויצע, ווען עס וואלט אזוי געווען וואלט עדעמס באקומען 71 שטימען און פינקני 70 און ער וואלט געווארן וויצע, אבער די קאמיוניקאציע מיטלען דעמאלט זענען געווען זייער שטייט, און די שטימען האבן אלע געדארפט ווערן אפגעגעבן אין איין טאג, ממילא איז נישט געווען קלאר ווער איז דער וואס זאל שטימען פאר א צווייטען און אפאר האבן געשטימט פאר אנדערע. ווי אויך האט העמילטאן איבערגערעדט די סאוט קאראליינע עלעקטארס (כאטשיג זיי זענען געווען אויף דזשעפערסאן'ס זייט) זייער צווייטע שטימע זאלן זיי געבן פאר פינקני (האפנדיג מיט דעם אז אויב נישט עדעמס זאל ער כאטש זיין פרעזידענט) און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן.

די אלע פאקטארן האבן געברענגט דערצו אז די רעזולטאטן זענען געווען: דזשאן עדעמס דער פעדערעליסטישער הויפט קאנדידאט האט באקומען 71 פון די 138 (1 מער ווי די מאיאריטעט).
טאמעס דזשעפערסאן דער דעמאקראטיש-רעפובליקאנער הויפט קאנדידאט 68, וואס דאס האט געפירט צו דעם אז ער איז געווארן געקרוינט אלץ וויצע פרעזידענט, אונטער זיין הויפט פאליטישע קעגנער... (שטעלט אייך פאר היינט אזא זאך.......).
צוליב דעם האט קאנגרעסמאן וויליאם סמיט (א פעדערעליסט) ארויפגעברענגט זיין רעזולוציע צו טוישן די סיסטעם ווי אויבן ערקלערט.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”