איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

איך וויל א פארציילן צוויי אמת'ע מעשיות, די צווייטע האט גראדע א הערליכער ענדע.

לעצטענס איז צוגעקומען צו מיר א יונגערמאן, ער האט צוויי קינדער, ער לערנט אין כולל און זיין ווייב ארבעט, און ער הייבט זיך אן אויסצורעדן צו מיר אז ער ברויך געלט.

פרעג איך עם, "מיין פריינט וואס טוט זיך מיט'ן טון עפעס פאר פרנסה"?

ווער ס'האט נישט געזען די צוויי שאינו יודע לשאול'דיגע אויגן וועט עס נישט פארשטיין. "איך??? מיין ווייב נעמט קעיר פון די זאכן".

פיין. כ'האב עם געזאגט אז כ'גיי מיך נישט יעצט טענה'ן מיט דיר איבער ווער עס דארף טראגן דעם עול הפרנסה, כ'וויל דיר נאר פרעגן א פשוטע שאלה. "וואס געשעט מיט דיין ווייב'ס געהאלט"?

"ס'הייסט? זי געבט מיר עס ווען די ענוועלאופ איז נאך פארמאכט".

"אהא. וואס טוסטו מיט'ן געלט"?

"די ערשטע גייט פאר מעשר - א קרוב משפחה וואס האט נישט קיין לחם - , נאכדעם פאר רענט, נאכדעם שכ"ל און נאכדעם פאר גוי'טע".

"און וואס טוסטו מיט די איבעריגע 250 וואס בלייבט איבער"?

"50 פאר די ביהמ"ד קאסע, 50 ר' שמעון אופק, 50 ר' אייזיק ווייס, 70 קרן הבנין, און 30 טאשן געלט".

"און וואס טוסטו ווען דיין ווייב בעט דיר געלט פאר שיך"?

"כ'זעץ מיך אראפ מיט איר, און כ'בין איר שיין מסביר אז מיר לעבן א מצומצם'דיגער לעבן און מיט'ן גיין נאך א סיזען מיט די זעלבע שיך האט זי א חלק אין מיין תורה".

ווערטער זענען איבעריג.

צווייטע מעשה (מיט די העפי ענדינג און מוסר השכל) וועט נאכפאלגן.
כ'בין ביזי
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער שטארק!
#שלך שלי
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
FDR
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

שטארקע נקידה למחשבה.
מעשים בעל יום, דארפסט נישט קיין פאציפישע מעשה.
"איך בין נישט דיין חבר אז די זאלסט מיר קאלן יעדע שני וחמישי פאר געלט"

dropbox איז געמאכט פאר גוים
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
ער מעג טון וואס ער וויל ווייל כידוע איז דער ווייב תלוי אינעם מאן

ס'נישטא קיין תירוץ צו פלאשן דיין ווייבס געלט און זי זאל הונגער'ן. רוב רבנים זאגן פאר די כולל אינגערלייט אז מ'דארף נישט געבן קיין מעשר נאר אויב ס'דא איבריג. אדער קען מען געבן די מעשר פאר שכ"ל.

אפשר ציפט ער אראפ אביסל פון די "מעשר געלט" פאר א ארימע פרוי וואס דארף נייע שוך???...

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:40 pm
ס'נישטא קיין תירוץ צו פלאשן דיין ווייבס געלט און זי זאל הונגער'ן. רוב רבנים זאגן פאר די כולל אינגערלייט אז מ'דארף נישט געבן קיין מעשר נאר אויב ס'דא איבריג. אדער קען מען געבן די מעשר פאר שכ"ל.

אפשר ציפט ער אראפ אביסל פון די "מעשר געלט" פאר א ארימע פרוי וואס דארף נייע שוך???...
ניין ווייל מ'דארף איר אויסלערנען נישט צו ספענדן...
כ'בין ביזי
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

איינער האט א מהלך וויאזוי מען קען לאכן און וויינען ביינאזאם?...

אנבעליוועבל!
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:36 pm
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
ער מעג טון וואס ער וויל ווייל כידוע איז דער ווייב תלוי אינעם מאן
ער האט נישט אונטערגענימען כתובה???? די תורה מיינט נישט אים?
חכם! זי איז תלוי אויף אים, און ער איז מחוויב איר צוצושטעלן אויפן נאראלן שטייגער.
קינדער זענען אויך תלוי אויף א טאטע, נו? איז א טאטע פילט דען נישט מחוייב און משועבד צוצושטעלן פאר זיינער קינדער.
חברה, מען דארף פארשטייין וואס תלוי מיינט!!!
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מיטוואך יוני 26, 2024 4:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האסט א שאלה? [ספעציעל אין שלום בית, חינוך] שיק אריין צו [email protected]
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

קלארערהייט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:24 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:36 pm
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
ער מעג טון וואס ער וויל ווייל כידוע איז דער ווייב תלוי אינעם מאן
ער האט נישט אונטערגענימען כתובה???? די תורה מיינט נישט אים?
חכם! זי איז מלוי אויף אים, און ער איז מחוויב איר צוצושטעלן אויפן נאראלן שטייגער.
קינדער זענען אויך תלוי אויף א טאטע, נו? איז א טאטע פילט דען נישט מחוייב און משועבד צוצושטעלן פאר זיינער קינדער.
חברה, מען דארף פארשטייין וואס תלוי מיינט!!!
נעוואדאי אזוי. דאס איז הפקירות מלובש און א שטאלצע בן תורה
כ'בין ביזי
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

@קלארערהייט , @א ווייסע ארבעטער איז געווען סארקאסטיש. איך האב אים אויך גענומען ערענסט בטעות און געבעטן די מנהלים צו פאררעכטן מיין תגובה.
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:29 pm
@קלארערהייט, @א ווייסע ארבעטער איז געווען סארקאסטיש. איך האב אים אויך גענומען ערענסט בטעות און געבעטן די מנהלים צו פאררעכטן מיין תגובה.
ס'גוט, אונז פארשטיי מיר זיך, אונז שמועסן זיך גוט אויס אין א צווייטע אשכול דא איך שטיי אין עירפארט, פארוואס האט די ב"ב פלוצלינג טענות???
האסט א שאלה? [ספעציעל אין שלום בית, חינוך] שיק אריין צו [email protected]
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

דער אינגערמאן לויפט נעמען זיין בעבי צו פלעי גרופ 10 אזייגער, לויפט אהיים פון כולל אראפ נעמען זיין מיידל פון באס, בלייבט אינדערהיים ביז 5 ווען זיין ווייב קומט אהיים אז זי זאל קענען ארבעטן אז ער זאל קענען זיצן און לערנען.
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111

"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
וואס ביסטו גלייך ארויפגעשפרינגען אויפ'ן כולל ארויף? נישט דער כולל איז די פראבלעם דא, די פראבלעם איז אז מען רעדט דא פון א מאן וועלכער קעירט נישט פאר'ן ווייב. ספענדט פאר'ן קרוב משפחה וואס מיטשעט זיך, מעשר, אופק, ביהמ"ד, ווייס, קרן הבנין, אבער פאר'ן ווייב קיין גרייצער.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ריעל ניוז האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:37 pm
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
וואס ביסטו גלייך ארויפגעשפרינגען אויפ'ן כולל ארויף? נישט דער כולל איז די פראבלעם דא, די פראבלעם איז אז מען רעדט דא פון א מאן וועלכער קעירט נישט פאר'ן ווייב. ספענדט פאר'ן קרוב משפחה וואס מיטשעט זיך, מעשר, אופק, ביהמ"ד, ווייס, קרן הבנין, אבער פאר'ן ווייב קיין גרייצער.
אופק און ווייס פלעגן זיך אמאל דרייען אין די כוללים...
זיי לעבן נאך??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

די פרוי וועט נקמה נעמען מיטן גיין אין קאנטרי...
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

ערד_עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:40 pm
ס'נישטא קיין תירוץ צו פלאשן דיין ווייבס געלט און זי זאל הונגער'ן. רוב רבנים זאגן פאר די כולל אינגערלייט אז מ'דארף נישט געבן קיין מעשר נאר אויב ס'דא איבריג. אדער קען מען געבן די מעשר פאר שכ"ל.

אפשר ציפט ער אראפ אביסל פון די "מעשר געלט" פאר א ארימע פרוי וואס דארף נייע שוך???...
ער קען דאך אבער נוצן די מעשר געלט פאר אלע זיינע צוועקן און נישט טיילן נדבות כאחד הנגידים פאר יעדע צוועק.
מעשר איז די שליסל צו עשירות וואס איז די איינציגסטע זאך וואס די תורה זאגט אז מ'מעג מנסה זיין דעם רבש''ע, ומבשרי אחזה למעלה מדרך הטבע
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

צווייטע מעשה:

א אינגערמאן א שכן מיינער, א כולל יונגערמאן א טאטע פון 3, האט מיר געבעטן עם צו העלפן עפעס ארויסצולייגן אויף די גאס ווייל קאמפעני דארף עס קומען אפנעמען.

נאו פראבלעם.
נאכן עס ארויסטראגן פרעג איך עם: "וויפיל צאלסטו פאר די קאמפעני"?

"כ'האב נישט קיין אנונג".

"וואס הייסט"?

"מיין ווייב האט געצאלט מיט א קארטל אויפ'ן טעלעפאון".

"גוט, אבער וויפיל איז אראפ פון די קארטל"?

"כ'ווייס נישט".

"דיין ווייב האט פשוט באצאלט אן דורכרעדן מיט דיר"?

"יא, אזויווי אייביג, זי נעמט קעיר פון די געלט זאכן".

"וויאזוי קענסטו שלאפן רואיג ווען די האבט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך מיט דיין בודזשעט"?

"איך האב בטחון".

"דאס איז א סתירה צו האלטן חשבון אין די בודזשעט"?

"כ'וועל די מסביר זיין, ווען כ'וואלט געהאט געלט, וואלט איך אפשר געהאלטן א סדר, אבער כ'האב סייווי נישט, צי וואס זאל איך האלטן די סטרעס אויפ'ן קאפ"?

"אהא. סאו דו פארשטייסט אז דו קומסט אהיים צו א הויז ווי אלע קינדער שלאפן שוין, און דיין ווייב אטעמט קוים פון ארבעטן א גאנצן טאג און דערנאך זיך קריגן מיט די קינדער, און זי דארף שלעפן די סטרעס פון געלט אויך"?

עט דיס פוינט איז ער געבליבן פארגאפט פון הערן אז ער טוט בעיסיקלי גארנישט אלס טאטע-מאן, און זי איז סיי זיין ווייב און סיי זיין מאן.

ער האט זיך אבער צוריקגעכאפט, און מיר פארציילט א שיינע מעשה, און איך בין געבליבן ממש ערשטוינט, הגם ס'האט נישט מיט מיין פראגע צו עם.

זיין ווייב האט עם אמאל אנגעקאלט פארצפייפעלט אז היינט נאכט מוז עמערדזשענסי זיין אין באנק זיבן מאות, און זי ווייסט נישט פון ווי עס אפירצוקראצן, אויב ער קען עפעס טון.

"כ'האב געטראכט צו מיר, וואס קען איך טון? כ'גיי בעטן דעם אויבערשטן (!)".

ער איז אריין אין ביהמ"ד, און געזאגט תהילים מיט כוונה.

זיין ווייב רופט עם אן שפעטער, אז די סעקרעטערי פון די פלאץ ווי זי ארבעט האט איר געברענגט א ענוועלאופ פון געלט וואס איז בטעות נאכנישט אנגעקומען צו איר פון עטליכ חדשים צוריק. דארט איז געלעגן אויפ'ן האר 700!!!!!!!

די מעשה איז טאקע שיין, אבער כ'מיין אז דאס איז נאר אינטרעסאנט אויב עס איז באמת אמת'דיג. ס'טייטש איך וואלט ווען געגאנגען בארגן די 700. אויב נאכן הערן די מעשה וועל איך ענדערשער זאגן תהילים, איז עס נישט ארגינעל, נאר א סטראשע... האלאו, כ'האב געזאגט תהילים, ווי איז ס'געלט?

כאפסט וואס כ'מיין?
כ'בין ביזי
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אונזער געמינדע האט א שטיקעל פראבלעים ווען איינער דערציילט א פראבלעמאטישע מעשה, למשל ווי ווייסע ארבעטער דערציילט איבער א כולל אינגערמאן יונתן שווארץ זאגט איבער איבערוואגיקייט, און איבער שטוסים וואס עלטערן באגייען ביי שידוכים..

קוקט עס אויס כאילו כאטשיג 70 פראצענט פונעם ציבור טוט אזוי, קוק אן ער מאכט דאך אן אוועירנעסס מנהסתם רעדט מען פון א ריזען עולם וואס ממש לעבן אונגעזונט וכו וכו'.. כמיין סלוינט זיך צו קלאר מאכן אז אונזער ארבעטער האט זיך באגעגענט (אויב סאיז אמת) מיט אזא היפי מעשה מיינט נאך נישט אז דער גאנצער ציבור פון כולל אינגערלייט זענען אזוי

(אויב איר כאפט האב איך אנגעפאנגן מיין תגובה מיטן זעלבען צוגאנג..)
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע:אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

דאס איז 2 זאכן זיכער אז די חוב און עול הפרנסה ליגט אויפן מאן און אזוי שטייט אין די כתובה... אויך איז דא א חיוב השתדלות און נאכדעם אז מען האט ביטחון העלפט דער אייבערשטער למעלה מדרך הטבע,

ליידער היינט איז געווארן די סטייל אז די פרוי איז די געלט ברענגער אין שטוב און די מאן פילט זיך משה גרויס אויף די געלט און טיילט גאר איין פאר זיין בני בית וואס צו טון דערמיט....
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5928
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:36 pm
ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:35 pm
That's the world we live in. יעדער ראצער רעדט זיך איין אז ער דארף זיצן אין כולל א גאנץ לעבן בשעת וואס זיין ווייב מוטשעט זיך.
ער מעג טון וואס ער וויל ווייל כידוע איז דער ווייב תלוי אינעם מאן
לץ
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

נאך איין מעשה און איך הייב אן פאקן מעשיות פון מענער וואס זענען 'נישט' און כולל
הערסט א מעשה אויב האט ער נישט קיין שכל אדער מידות האט דאס גארנישט מיט זיין לערנען ער קען ארויס גיין ארבעטן און לאזן די ווייב ווי פארדעם
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פארוואס מענטשן זיכן אזעלכע מעשיות דוקא אויף אינגעלייט אין כולל, viewtopic.php?p=5230262#p5230262
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: איך בין דער מאן. חוץ ווען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:48 pm
איך וויל א פארציילן צוויי אמת'ע מעשיות, די צווייטע האט גראדע א הערליכער ענדע.

לעצטענס איז צוגעקומען צו מיר א יונגערמאן, ער האט צוויי קינדער, ער לערנט אין כולל און זיין ווייב ארבעט, און ער הייבט זיך אן אויסצורעדן צו מיר אז ער ברויך געלט.

פרעג איך עם, "מיין פריינט וואס טוט זיך מיט'ן טון עפעס פאר פרנסה"?

ווער ס'האט נישט געזען די צוויי שאינו יודע לשאול'דיגע אויגן וועט עס נישט פארשטיין. "איך??? מיין ווייב נעמט קעיר פון די זאכן".

פיין. כ'האב עם געזאגט אז כ'גיי מיך נישט יעצט טענה'ן מיט דיר איבער ווער עס דארף טראגן דעם עול הפרנסה, כ'וויל דיר נאר פרעגן א פשוטע שאלה. "וואס געשעט מיט דיין ווייב'ס געהאלט"?

"ס'הייסט? זי געבט מיר עס ווען די ענוועלאופ איז נאך פארמאכט".

"אהא. וואס טוסטו מיט'ן געלט"?

"די ערשטע גייט פאר מעשר - א קרוב משפחה וואס האט נישט קיין לחם - , נאכדעם פאר רענט, נאכדעם שכ"ל און נאכדעם פאר גוי'טע".

"און וואס טוסטו מיט די איבעריגע 250 וואס בלייבט איבער"?

"50 פאר די ביהמ"ד קאסע, 50 ר' שמעון אופק, 50 ר' אייזיק ווייס, 70 קרן הבנין, און 30 טאשן געלט".

"און וואס טוסטו ווען דיין ווייב בעט דיר געלט פאר שיך"?

" כ'זעץ מיך אראפ מיט איר, און כ'בין איר שיין מסביר אז מיר לעבן א מצומצם'דיגער לעבן און מיט'ן גיין נאך א סיזען מיט די זעלבע שיך האט זי א חלק אין מיין תורה".

ווערטער זענען איבעריג.

צווייטע מעשה (מיט די העפי ענדינג און מוסר השכל) וועט נאכפאלגן.
אויב דארף ער יעדע מאל עקסטער מסביר זיין פאר זיין ווייב, איז דאס א קלארע סימן אז זי איז בכלל נישט העפי פון דעי ווירטשאפט!!! זאל ער מוחל זיין און גיין ארבעטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”