לידך המלאה הפתוחה 'הקדושה' אדער 'הגדושה'?
אין ברכת המזון זאגן מיר אלע טאג ווי פאלגענד:
כי אם לידך...
המלאה = די פולע,
הפתוחה = די אפענע,
הקדושה = די הייליגע,
והרחבה = די ברייטע,
ווי קומט אריין 'הקדושה' דא? לכאורה פארשטיי איך, אז דאס איז א בקשה צום רבוש"ע אז מיר זאלן צו קיינעם דארפן אנקומען, נאר צום באשעפער'ס פולע, 'אפענע' און 'ברייטע' האנט, דאס ווארט 'הייליגע' קומט עפעס נישט אריין אין קאנטעקס.
יארן לאנג האב איך געזאגט די ווערטער און גארנישט באמערקט, ביז פאר א יאר, צוויי דריי פיר... צוריק איז מיר אונטער געקומען דער ביאלער סידור, וואס דארט איז פאראן פארשידענע שינויים אין נוסחאות (למשל, בערך פופצן אני מאמין'ס) אנדערש ווי מיר זענען געוואוינט, איינע פון די חידושים איז געווען טאקע ביי די דערמאנטע ווערטער אין ברכת המזון, און אט וויאזוי:
כי אם לדך המלאה, הפתוחה, 'הגדושה' והרחבה.
יעצט, דאס שטימט שוין בעסער.
כי אם לידך...
המלאה = די פולע,
הפתוחה = די אפענע,
הגדושה = די אנגעהויפנטע (אזוי מיין איך),
והרחבה = די ברייטע,
עס איז אביסל א כפל הלשון, 'המלאה' און 'הגדושה' טייטשן בערך די זעלבע, אבער מען טרעפט אזוינס אין נוסח התפילה, ס'קומט מיר יעצט נישט ארויף קיינע דוגמאות, אבער ס'איז דא אזעלעכס.
למעשה דארף די זאך א שטארקע ביאור, ווארום עס איז נישט מתקבל על הדעת אז דער נוסח המקובל מדור דור, אין אלע קראנטע סידורים זאל פשוט זיין בטעות יסודה.
ומצוה ליישב.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.