חוקת - די לופט אין שטוב...
בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
פרשת חוקת, א פרשה וואס איז אנגעהויפנט מיט פארשידענע גרויסע און אינטערסאנטע מאורעות וואס זענען זיך פארלאפן מיט כלל ישראל שטייענדיג שוין ביים סוף פון די פערציג יאר אין מדבר ווען מ'האלט שוין אט אט ביים אריבערגיין דעם שוועל און אריינגיין אין ארץ ישראל. אין אונזער פרשה געפונען מיר צווישן אנדערע די הסתלקות פון מרים הנביאה און אהרן הכהן.
דאסמאל וועלן מיר ווענדן אונזער בליק צו א געשעעניש וואס ווערט דערמאנט כמעט צום סוף פרשה, ווען די אידן זענען אנגעקומען נאנט צום לאנד פון סִיחוֹן מֶלֶךְ הָאֱמוֹרִי, און זיי שיקן שלוחים צו בעטן פון סיחון אז ער זאל זיי לאזן אדורכגיין אין זיין לאנד כדי צו קענען ממשיך זיין ווייטער פון דארט און גיין אין זייער וועג קיין ארץ ישראל.
די תורה הקדושה דערציילט אונז אז די אידן האבן איהם געבעטן א איידעלע בקשה, אֶעְבְּרָה בְאַרְצֶךָ, מיר ווילן בלויז אדורכגיין אין דיין לאנד, לֹא נִטֶה בְּשָׂדֶה וּבְכֶרֶם, מיר וועלן נישט אראפגיין פונעם וועג און טרעטן אויף דיינע פעלדער און וויינגערטנער, לֹא נִשְׁתֶּה מֵי בְאֵר, מיר וועלן נישט טרינקן קיין וואסער פון דיינע ברונעמ'ס, בְּדֶרֶךְ הַמֶּלֶךְ נֵלֵךְ עַד אֲשֶׁר נַעֲבֹר גְּבֻלֶךָ, מיר וועלן זיך האלטן צום הויפט-וועג און מיר וועלן נאר דארט אדורכשפרייזן ביז מיר קומען אָן צום גרעניץ.
אבער סיחון איז נישט מסכים, וְלֹא נָתַן סִיחֹן אֶת יִשְׂרָאֵל עֲבֹר בִּגְבֻלוֹ, ער האט נישט געלאזט די אידן אדורכגיין אין זיין לאנד, נאר אנשטאט דעם האט ער צוזאמגענומען זיין גאנצע פאלק צו גיין מלחמה האלטן מיט די אידן, וַיֶּאֱסֹף סִיחֹן אֶת כָּל עַמּוֹ וַיֵּצֵא לִקְרַאת יִשְׂרָאֵל הַמִּדְבָּרָה, און דער אייבישטער האט געמאכט א נס און די אידן האבן מנצח געווען די מלחמה און איהם אויסגע'הרג'עט צוזאמען מיט זיינע מענטשן. [און ווי רש"י ברענגט איז דא געווען א דאפלטע נס, ווייל די הויפט-שטאט וואו סיחון האט געוואוינט 'חֶשְׁבּוֹן עִיר סִיחֹן' איז געווען זייער א שטארקע און שווערע שטאט איינצונעמען, אפילו ווען ס'וואלטן נישט געווען קיין מענטשן דארט, און סיחון זעלבסט איז געווען א גיבור וואס מ'האט נישט געקענט מנצח זיין בדרך הטבע נישט קיין חילוק וואו ער וואלט זיך געפונען, און דא האט השי"ת דאס אלעס געגעבן פאר די אידן, און דער אייבישטער האט נישט געוואלט 'מטריח' זיין כלל ישראל צו דארפן ארומגיין פון שטאט צו שטאט זיך צו שלאגן מיט די אמוריים, דעריבער האט השי"ת געמאכט אז זיי זאלן ארויסגיין פון זייערע שטעט און קומען קעגן די אידן, און אזוי זענען זיי אלע גע'הרג'עט געווארן אויף איין פלאץ, און פון דארט און ווייטער האבן די אידן געקענט פאָרזעצן און אייננעמען זייערע שטעט אָן קיין שום שוועריגקייטן].
על כן יאמרו המושלים בואו חשבון
עטליכע פסוקים ווייטער ווען די תורה שילדערט די היסטאריע פונעם שטאט חשבון, שטייט אז חשבון האט קודם באלאנגט פארן פאלק מוֹאָב, און סיחון האט מלחמה געהאלטן מיט'ן ערשטן קעניג פון די מואביים און פון איהם האט ער איינגענומען די שטאט. אבער דאס איז נישט געגאנגען אזוי פשוט, ער האט עס נישט געקענט אייננעמען גרינגערהייט, און פאר דעם צוועק האט ער געלאזט ברענגן בִּלְעָם און זיין פאטער בְּעוֹר אז זיי זאלן שעלטן און ארבעטן מיט זייערע כוחות הטומאה אז ער זאל קענען אייננעמען דעם שטאט, און זיי זענען טאקע געקומען און איהם געהאלפן גיין פאָראויס מיט זיין קריג צו קענען אייננעמען די שטאט חשבון. שטייט דארט אין פסוק "עַל כֵּן יֹאמְרוּ הַמֹּשְׁלִים בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן", אויף יענע מלחמה האבן בלעם מיט זיין טאטע געזאגט (בלעם ווערט אנגערופן מיט'ן נאמען מושל, צוליב דעם וואס אין די קומענדיגע פרשה שטייט ביי איהם וַיִּשָּׂא מְשָׁלוֹ) "בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן" קומטס קיין חשבון, איר אמוריים וועט מצליח זיין און אייננעמען דעם שטאט, תִּבָּנֶה וְתִכּוֹנֵן עִיר סִיחוֹן, דארט וועט ווערן אויפגעבויעט און אוועקגעשטעלט די שטאט פון סיחון.
עס איז באקאנט וואס חכמינו ז"ל (בבא בתרא ע"ח:) דַרש'ענען פון דעם פסוק, "אמר רב שמואל בר נחמן א"ר יוחנן מאי דכתיב על כן יאמרו המושלים וגו' המושלים אלו המושלים ביצרם, בואו חשבון - בואו ונחשב חשבונו של עולם, הפסד מצוה כנגד שכרה, ושכר עבירה כנגד הפסדה". אז דער ענין איז מרמז אויף 'חשבון הנפש' וואס א איד דארף שטענדיג מאכן. ווען א איד איז מושל ביצרו און געוועלטיגט אויף זיין יצר הרע, מאכט ער זיך כסדר א חשבון אפצוּוועגן אז די שאדן און די שוועריגקייטן וואס ער האט ביים טוהן א מצוה איז גאר קליין און נישטיג קעגן די גרויסע שכר און ריוח וואס ער וועט האבן דערפון, און די זעלבע חלילה פארקערט, די פארדינסט און הנאה וואס מ'האט פון אן עבירה איז דאָך אזוי קליין און גארנישט קעגן די גרויסע שאדן און שלעכטס וואס קומט ארויס דערפון. און אז מ'לעבט מיט אזלעכע סארט חשבונות, פארשטייט זיך אז מ'האלט זיך צוריק פון טוהן עבירות און מ'איז מושל אויפן יצר הרע.
דארף מען אבער פארשטיין, וואו קומט דער ענין אריין דא אינמיטן די מעשה פון סיחון מלך האמורי, וואס פאר א שייכות האט דער ענין פון מחשב זיין שכר מצוה כנגד הפסדה מיט די מלחמות וואס זענען דארט פארגעקומען אויפן שטאט חשבון.
נאך קען מען מדייק זיין, וואס איז דער ענין פון 'חשבון' וואס ווערט דא דערמאנט? מיר ווייסן אז חשבון איז טייטש ווען מ'דארף עפעס רעכענען. א סוחר וואס פירט פארצווייגטע געשעפטן און ער מוז מאכן א סך הכל פון זיינע הוצאות און הכנסות און זעהן אויב ס'לוינט זיך דאס געשעפט, אדער ווען איינער האט א הויפן געלט און ער דארף דאס אפציילן, דארט איז שייך דער ענין פון חשבון און רעכענען. אבער ווען עס האנדלט זיך פון מצוות און עבירות וואס פאר א סארט 'חשבון' איז שייך צו מאכן? די זאך איז דאָך קלאר און ס'איז שווארץ אויף ווייס אז א מצוה איז א גוטע זאך און א עבירה איז א שלעכטע זאך, מען דארף גארנישט רעכענען אדער ציילן כדי צוצוקומען צו די ריכטיגע מסקנה, אויב אזוי וואס מיינט דאס וואס חז"ל זאגן "בואו ונחשב חשבונו של עולם, הפסד מצוה כנגד שכרה, ושכר עבירה כנגד הפסדה"? פון וועלכע חשבון רעדט מען דא?.
די כוח פון יעדע קליינטשיגע מעשה
איידער מיר גייען ווייטער הערט א מעשה שהיה, א אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט מיט א שיינע פּאָר יאר צוריק, ווען א חשוב'ע משפחה איז געזעצן שבעה נאך זייער ראש המשפחה, זייער פאטער וואס איז נפטר געווארן בשיבה טובה. אינמיטן די שבעה טעג, קומט אריין אן עלטערער איד וואס האט ווייזט אויס געהאט שייכות מיט'ן נפטר, און ער זאגט פאר די אבלים מיט א קענטיגע התרגשות, "וויסן זאלט איר אז מיין גאנצע אידישקייט איז בלויז צו פארדאנקן אייער טאטן!"...
די קינדער האבן אויסגעהערט דעם איד מיט וואונדער, ווייל זייער טאטע איז טאקע געווען א וואוילער און ערליכער איד, אבער זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז אויך געווען א 'מחזיר בתשובה' אדער דאס גלייכן. ווי ווייט זיי האבן איהם געקענט איז ער געווען א שטילע און איידעלע מענטש, און נישט אזא סארט וואס זאל ארומגיין און משפיע זיין אויף אנדערע, און זיי האבן אויסגעדרוקט זייער ערשטוינונג.
האט דער איד זיי ערקלערט ווי פאלגענד: אין די שווערע יארן פונעם צווייטן וועלט קריג בין איך געווען מיט אייער פאטער צוזאמען אין איין לאגער, מיר האבן זיך דארט באקענט און מיטגעמאכט אינאיינעם די שבעה מדורי גיהנם. ווען די מלחמה האט זיך דערנענטערט צו איר סוף, און די סאלדאטן פון די אליאירטע לענדער האבן זיך דערנענטערט אונז צו באפרייען, איך בין דעמאלטס געווען בשפל המצב, אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט פיזיש און גייסטיש, איך האב ליידער פארלוירן מיין גאנצע משפחה אינעם קריג און כ'בין געבליבן ממש אָן קיין קרוב און אָן קיין גואל, זייענדיג אזוי ערשיטערט און נידערשלאגן האב איך ממש נישט געהאט קיין שום חשק אנצוגיין מיט'ן לעבן, און אודאי נישט מיט אידישקייט רח"ל, איך האב שוין געהאלטן ביי איבערלאזן אלעס ח"ו.
ווען עס איז געקומען די באפרייאונג, און די טויערן האבן זיך געעפנט ברייט, איז דער עולם געווען אויסער זיך פאר שמחה, א קלייניגקייט? ענדליך דערזעהט מען זיך ארויס פונעם גיהנם, און יעדער האט אנגעהויבן צו לויפן צום ארויסגאנג. וואו פונקטליך מ'איז געלאפן ווייס איך נישט, אבער קודם איז יעדער געלאפן, און איך צווישן זיי. אזוי לויפנדיג איז אייער פאטער פארבייגעלאפן נעבן מיר מיר, און ער גיבט מיר אזא ברודערליכע קלאפ אין די פלייצע, און ער זאגט מיר מיט א אויפגעהייטערטע שטימע "משה, וואס מאכסטו?!" און ער איז געלאפן ווייטער... ער האט ניטאמאל געווארט צו באקומען א ענטפער, ס'איז פשוט געווען א פריינטליכע אקט. אבער איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די חיזוק און פרישקייט וואס עס האט אריינגעגאסן אין מיינע מוטלאזע ביינער! עס האט אריינגעבלאזן אין מיר א שמחה און א חיות, קלערנדיג צו זיך, משה, וואס טוט זיך מיט דיר? דו פלאַנסט טאקע צו פארלאזן דיין אידישקייט און גיין וואוינען ווי עפעס א נארישע עלנדע גוי אָן קיינעם? קוק ווי זיס עס איז צו זיין א איד, אלע אידן זענען ברידער, מ'האט מענטשן ארום זיך וואס מאכן זיך וויסנדיג און שפירן מיט און מ'איז קיינמאל נישט אליינס... אה ווי זיס איז געווען יענע קלאפ אויף מיין רוקן, און א דאנק דעם בין איך היינט א פרומע איד! האט ר' משה אויסגעפירט מיט נאסע אויגן...
יעדע פעולה האט א המשך און א תוצאה!
מיר זענען געוואוינט צו רעדן און הערן דערוועגן, וויפיל א מענטש ווייסט קיינמאל נישט ווי ווייט זיינע מעשים דערגרייכן. דא האבן מיר געהאט בלויז איין דוגמא פון אסאך, ווי א איד וואס איז ארויפגעקומען אויפן עולם העליון און מ'ווייזט איהם דארט אז אין זיין זכות זענען פארהאן דורי דורות ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות, דורך איין קליינע גוטע מעשה וואס ער האט אמאל געטוהן און ער ווייסט אפילו נישט דערפון. און אזוי זענען באקאנט פילע מעשיות ווי מענטשן האבן געטוהן א קלייניגקייט, א פעולה טובה, געזאגט א גוט ווארט, געגעבן חיזוק, אדער סיי וועלכע דבר טוב, און דאס האט עושה-פירות געווען און געהאט גאר ווייטע און גרויסע השפעות.
אבער נאך מער פון אלעם דארף מען דא דערהערן, על פי רוב איז עס אפילו נישט קיין מצוה אדער א חיוב, מ'רעדט נישט פון טוהן עפעס א גרויסע מצות עשה דאורייתא, נאר טאקע א קלייניגקייט, מ'האט געזאגט א גוט ווארט דעמאלטס ווען מ'וואלט זיך געקענט פארהוילן און אוועקדרייען דעם קאפ, מ'האט געטוהן לפנים משורת הדין אפילו ווען מ'האט נישט געדארפט, אבער די תוצאות זענען געווען אזוי גרויס און אזוי ווייט עַד אין שיעור וערך.
דעריבער איז וויכטיג ווען א איד האט אמאל א געלעגנהייט צו טוהן א גוטע זאך, ער שטייט און ער טראכט איז ווערד אז איך זאל מיך אנשטרענגן? בין איך מחוייב אדער נישט? זאל ער געדענקן אז די נידון איז בכלל נישט 'מחוייב אדער נישט' אדער אויב ס'איז מותר אדער אסור... נאר טראכט אריין וואס דו קענסט אלס אויפטוהן, וויפיל גוטס קען ארויסשפראצן פון איין קליינע דבר טוב.
אדער למשל ווען איך פיר מיך אויף מיט א געוויסע איידלקייט אדער ערליכקייט אפילו דארט וואו די הלכה זאגט אז מ'מעג טוהן אנדערש אויך, וויפיל רושם לטובה וועט עס מאכן אויף מיינע קינדער און אויף מיינע ארומיגע, און עס וועט ברענגן פירות און פירי פירות.
געדענק אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט האט א השפעה! עס שטעלט זיך נישט אפ נאר ביי די יעצטיגע קליינע מעשה וואס די אויגן זעען, נאר עס גייט ווייטער און ווייטער אָן א אפשטעל. סיי עס קען העלפן און מחזק זיין אנדערע, עס קען אויך מאכן קנאת סופרים אז אנדערע זאלן וועלן נאכמאכן און טוהן די זעלבע, און בעיקר ווייזט עס דעם וועג פאר די קינדער און פאר די סביבה.
און די זעלבע ח"ו פארקערט, א מענטש טוט אמאל א נישט גוטע זאך, דארף ער געדענקן אז עס שטעלט זיך נישט אפ דא. לדוגמא, ווען א מענטש איז מחליט זיך נאכצוגעבן זיינע תאוות און זיך אויפפירן פּראָסט און שוואך, נישט קיין חילוק אויב ס'איז בדיבור, בהנהגה, במעשה, בלבוש, ער טוט זאכן וואס שטייט טאקע נישט בפירוש אין שולחן ערוך אז מ'טאר עס נישט טוהן, אבער וואס פאר א אטמאספערע ברענגט ער אריין ארום זיך? וואס פאר א סארט לופט וועט זיין אין זיין שטוב וואס זיינע קינדער וועלן אריינאָטעמען אין זיך? און שפעטער וועט שוין זיין "גַם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה" ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי זיך שוין נישט אוועקרירן פונעם וועג וואס זיי האבן געזעהן ביים טאטן.
דער מענטש דארף וויסן אז זיינע מעשים און זיינע החלטות זענען א 'דרך החיים' און א וועג-ווייזער פאר זיך און זיינע קינדער. און מיט'ן טוהן א גוטע זאך קריצט ער אריין אין זייערע נפשות צו טוהן גוטע זאכן, און מיט'ן טוהן פראסטע זאכן, אפילו מ'מעג טאקע, שטעלט ער אוועק א טאן און א געוואוינהייט אין זייערע אויגן אז אזוי דארף מען זיך פירן. קומט אויס אז זיינע מעשים זענען נוגע נישט נאר פאר יעצט און פאר די איין קלייניגקייט אליינס, נאר יעדע מעשה איז א קליינע קערנדל וואס מאכט וואקסן פילע הויפענעס פון פירות און תוצאות.
די מעשים טובים פון מרים הנביאה
דער ענין איז מרומז אין אונזער פרשה. און כדי עס צו דערהערן ריכטיג לאמיר צוריק קוקן אביסל פריער וואו די תורה דערציילט אונז (כ' א') וַיָּבֹאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל כָּל הָעֵדָה מִדְבַּר צִן וגו' וַיֵּשֶׁב הָעָם בְּקָדֵשׁ וַתָּמָת שָׁם מִרְיָם וַתִּקָּבֵר שָׁם, כלל ישראל איז אנגעקומען צום שטאט קדש אין מדבר צין און דארט איז מרים הנבואה נפטר געווארן, און תיכף נאכדעם זאגט דער פסוק, וְלֹא הָיָה מַיִם לָעֵדָה, עס האט זיך אויפגעהערט די וואסער, און די אידן זענען געקומען לויפן צו משה און אהרן.
רש"י ברענגט פון חז"ל אז דעריבער האט זיך די וואסער דעמאלטס אויפגעהערט ווייל די 'בְּאֵר' וואס איז מיטגעגאנגען מיט זיי און געגעבן וואסער פאר די אידן במשך די פערציג יאר אין מדבר, דאס איז געווען אין זכות פון מרים הנביאה, און יעצט ווען זי איז נסתלק געווארן האט זיך אויפגעהערט די וואסער פונעם בארה של מרים.
אצינד לאמיר זיך מתבונן זיין און צוריק קוקן אין די גוטע מעשים פון מרים הנביאה מיט יארן פריער, וואס מן הסתם אין דעם זכות האט זי זוכה געווען צו ברענגן וואסער פאר כלל ישראל די אלע יארן:
ווי מיר האבן שוין אמאל געשמועסט באריכות פון דעם ענין, אין פרשת שמות שטייט "וַיֵּלֶךְ אִישׁ מִבֵּית לֵוִי" אז עמרם דער טאטע פון משה רבינו איז געגאנגען, וַיִקַח אֶת בַּת לֵוִי, און ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון לוי. זאגן חז"ל, די ווארט 'וילך' מיינט צו זאגן "שהלך בעצת בתו" ער איז נאכגעגאנגען די עצה פון זיין טאכטער מרים, ער האט אנגענומען אירע ווערטער און איר געפאלגט.
ווייל ווען פרעה האט ארויסגעגעבן זיין גזירה אז מ'זאל אריינווארפן אלע אידישע יונגלעך אין וואסער אריין, האט עמרם דער 'גדול הדור' ווי חז"ל רופן איהם אָן, באשלאסן אז אויב אזוי לוינט זיך שוין נישט צו זיין חתונה געהאט, ווי מעגן מיר זיך פלאגן צו האבן קינדער ווען נאכדעם וועלן קומען די מצריים און זיי אוועקכאפן און אריינווארפן אין טייך?, דעריבער איז ער געגאנגען און געגעבן א גט פאר זיין ווייב יוכבד. ווי נאר דער עולם האט געזעהן וואס דער גדול הדור האט געטוהן, האבן זיי אלע געזעהן אין דעם ווי א הוראה פאר יעדעם איינעם, און דער עולם האט אויך אפגע'גט די ווייבער. ווען מרים האט דאס געזעהן האט זי געזאגט, טאטע דיין גזירה איז נאך ערגער פון פרעה ח"ו, ווייל פרעה האט נאר גוזר געווען אויף די זכרים אבער דו מאכסט אז ס'זאלן שוין נישט געבוירן ווערן קיין אידישע קינדער, אפילו נקבות אויך נישט... און דעמאלטס האט פאסירט וַיֵּלֶךְ אִישׁ מִבֵּית לֵוִי, ער איז געגאנגען לויט די עצה פון זיין טאכטער און צוריקגענומען זיין פרוי יוכבד, און אלע אידן האבן געטוהן די זעלבע.
שפעטער ווען משה רבינו איז געבוירן געווארן און מ'האט איהם שוין נישט געקענט באהאלטן אינדערהיים, און מ'האט מורא געהאט אז די מצריים וועלן איהם קומען נעמען און אריינווארפן אין טייך, האט די מאמע יוכבד געמאכט א קליינע קעסטל אין וועלכע מ'גייט אריינלייגן דאס קינד, און מ'גייט איהם ארויסלאזן אויפן וואסער, ווייט פון יעדע מענטשליכע אויג און ווייט פון איינער וואס זאל זיך מרחם זיין אויף איהם. עס איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה, און מיט א שווער הארץ ווערט דאס קינד איבערגעלאזט אויף הפקר ביים וואסער. מרים הנביאה ווערט אבער נישט געפאלן ביי זיך, זי האט א מיסיע צו מאכן זיכער אז אלעס איז אין ארדענונג מיט'ן קינד, וַתֵּתַצַּב אֲחֹתוֹ מֵרָחֹק, זי שטעלט זיך פונדערווייטענס צווישן די ביימער און בלעטער צו האלטן אן אויג אויפן קליינעם קאסטן, זי האט געוואוסט מיט איר נבואה אז דאס קינד וועט נאך איין טאג זיין דער 'מושיען של ישראל' וואס וועט ראטעווען כלל ישראל, און אפילו יעדער איינער ארום איר האט געהאלטן פארקערט און גע'טענה'ט אז די מצב איז שוין פארלוירן, האלט זי זיך פעסט און זי וויל זעהן וואס וועט זיך דא אפשפילן מיט'ן קינד, זי גיבט נאך יא האפענונג פאר איר נבואה מקויים צו ווערן, און זי איז דא צו העלפן אויב עס פעלט זיך אויס.
און צום סוף ווען בתיה בת פרעה האט געפונען די קעסטל האט זי טאקע געברענגט איר מאמע יוכבד אלס מינקת אנצוזייגן דעם קליינעם משה.
אזוי אויך שפעטער, ווען כלל ישראל איז אריבערגעגאנגען דעם ים סוף און זיי זאגן שירה צום אייבישטער, דערציילט אונז די תורה (שמות ט"ו כ') וַתִּקַּח מִרְיָם הַנְּבִיאָה וגו' אֶת הַתֹּף בְּיָדָהּ וַתֵּצֶאןָ כָל הַנָּשִׁים אַחֲרֶיהָ בְּתֻפִּים וּבִמְחֹלֹת, וַתַּעַן לָהֶם מִרְיָם שִׁירוּ לַה' כִּי גָאֹה גָּאָה וגו', זי נעמט א פויק אין אירע הענט און זי ערוועקט די פרויען אויך צו זינגן שירה צום אייבישטער אויף די גרויסע נסים. און ווי רש"י ברענגט דארט פון חז"ל אז מרים און די אנדערע צדקניות האבן געהאט מיט זיך כלי זמר, "מובטחות היו צדקניות שבדור שהקב"ה עושה להם נסים, והוציאו תופים ממצרים" זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך די פויקן ווייל זיי זענען געווען פארזיכערט אז השי"ת גייט מאכן נסים און זיי וועלן איהם דאנקן און לויבן.
מרים איז נישט געווען מחוייב דאס צו טוהן
עס לאזט זיך זאגן אז די אלע מעשים טובים וואס מיר האבן דערמאנט וואס מרים הנביאה האט געטוהן, דאס זענען נישט געווען קיין מצוות אדער חיובים. זי איז נישט געווען מחוייב מעורר צו זיין פאר איר טאטע עמרם אז ער זאל צוריק חתונה האבן מיט זיין ווייב. זי האט געקענט קרעכצן און זאגן גם זו לטובה און זיך מחזק זיין אזויווי אלע אנדערע אידן. אבער מרים טוט 'לפנים משורת הדין' און זי גייט ארויס פון איר וועג צו טוהן וואס איז ריכטיג! עס ברענט אין איר אז כלל ישראל זאל האבן א קיום. און פאר די זעלבע סיבה שטעלט זי זיך אוועק ביים וואסער און זארגט זיך פאר איר קליינע ברודער. אין די צייט ווען יעדער איינער האט שוין אויפגעגעבן וויל זי יא ממשיך זיין און טוהן א דבר טוב, זי וויל אוועקגעבן פון זיך און פראבירן צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך.
ווען די אידן זענען זוכה צו א נס איז זי דער וואס קומט און ברענגט אריין שמחה און התחזקות און ערוועקט זיי צו זאגן שירה, ווייל דאס איז איר מהות, צו זעהן אלעמאל גוטס און אויסנוצן יעדע מעגליכע געלעגנהייט צו פארשפרייטן ליכטיגקייט און חיזוק ארום זיך. און אין דעם זכות איז זי זוכה צו ברענגן פאר כלל ישראל דעם בארה של מרים און זיי דערהאלטן ביים לעבן פאר לאנגע יארן.
אין די בין השמשות'דיגע מצבים עפנט זיך א קוואל
בדרך רמז קענען מיר צולייגן, מיר געפונען אין אונזער פרק אין פרקי אבות (פרק ה' משנה ו') עֲשָׂרָה דְבָרִים נִבְרְאוּ בְעֶרֶב שַׁבָּת בֵּין הַשְּׁמָשׁוֹת, וְאֵלּו הֵן פִּי הָאָרֶץ וּפִי הַבְּאֵר... די בארה של מרים איז באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות. בין השמשות איז א צייט ווען ס'איז צווישן טאג און נאכט, א ספק יום ספק לילה, און ערב שבת בין השמשות איז א ספק חול ספק קודש. דאס איז מרמז אויף אזעלכע זאכן וואס זענען נישט 'מותר' אדער 'אסור', עס איז נישט שווארץ אדער ווייס, נאר עס איז אזא 'גרויע' זאנע, אזעלכע סארט הנהגות וואס מ'מוז נישט טוהן על פי הלכה און עס איז נישט פארהאן קיין חיוב אויף דעם.
עס קומט לערנען פארן איד, אז יעדע הנהגה וואס מיר טוען איז ווי א 'בְּאֵר' עס עפענט אויף א קוואל וואס וועט זיך ציען גאר ווייט און האבן לאנג-שטרעקיגע השפעות לדורי דורות! און פונקט ווי די צדיקת מרים הנביאה האט שטענדיג אין יעדן מצב אריינגעשלעפט פון חושך צו אור און פון חול צו קודש, זי איז געגאנגען ארויס פון איר וועג און געטוהן מער ווי מען איז מחוייב, אלעס כדי צו העלפן, מחזק זיין, אריינשיינען שמחה, און דאס האט טאקע געברענגט אזא גרויסע און הייליגע תוצאה ווי די בארה של מרים וואס האט אנגעטרינקן פאר כלל ישראל במשך פערציג יאר!
דאס דארף אונז ווייזן דעם וועג און מחייב זיין אז מיר זאלן גיין אין אירע גוטע דרכים, אלעמאל בוחר צו זיין אין לעכטיגקייט און אין קודש, דוקא דעמאלטס ווען ס'איז אזא ערב-שבת בין השמשות'דיגע מצב און עס איז נישט פארהאן קיין בפירוש'ע חיוב זיך צו פירן ארנטליך אדער ערליך, דעמאלטס דארפן מיר מאכן דערפון א 'ודאי יום' און 'ודאי קודש', און געדענקן אז מיר באשאפן יעצט א קוואל! ווייל יעדע הנהגה ברענגט פירות, עס ברענגט א געוואלדיגע טובה און חיזוק פאר אנדערע, ווי אויך דורכדעם וואס איך פיר זיך שיין און איידל וועל איך אריינברענגן ארום זיך אזא סארט אַוִיר און אטמאספערע וואס וועט ווירקן אויף מיין גאנצע סביבה, אויף מיין שטוב, מיינע קינדער, און מיינע ארומיגע.
מאכן א חשבון ווי ווייט מ'קען פארדינען
דערמיט קומען מיר צוריק צו סיחון מלך האמורי, וואס מיט איין שלעכטע החלטה האט ער זיך אינגאנצן חרוב געמאכט אויף אייביג. כלל ישראל האט איהם געבעטן א בקשה אדורכצוגיין אין זיין לאנד, ער איז טאקע נישט מחוייב צו זאגן יא, אבער זיין ווידערשטאנד האט געברענגט צו זיין גענצליכע פארניכטונג. איין שלעכטע החלטה האט געברענגט זיין מפלה. נאך מער, רש"י זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט באשלאסן נישט אדורכצולאזן כלל ישראל איז וויבאלד די קעניגן פון ארץ כנען פלעגן איהם באצאלן שטייער אז ער זאל אפהיטן זייער גרעניץ פון שונאים, און ער האט זיי געוואלט באשיצן דעריבער האט ער נישט אדורכגעלאזט די אידן. בלויז צוליב א נארישע חשבון, און ניטאמאל פאר זיין אייגענעם טובה, נאר פאר יענעם, האט ער מקריב געווען זיין לעבן און געברענגט אויף זיך זיין סוף.
טאקע דא זאגט אונז די תורה הקדושה "עַל כֵּן יֹאמְרוּ הַמֹּשְׁלִים בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן - אלו המושלים ביצרם בואו ונחשב חשבונו של עולם!" פון דא לערנען מיר זיך ארויס די וויכטיגקייט פון א חשבון וואס איד דארף אלעמאל מאכן, און טראכטן אפאר טריט פאָראויס... און מ'רעדט נישט פון 'איסור והיתר' ווי מיר האבן פריער דערמאנט, נאר דייקא פון א 'חשבון' וואס מ'דארף אריינקלערן און רעכענען א טיפע חשבון. יא איך מעג טאקע טוהן געוויסע זאכן, אבער צו וועט זיך דאס לוינען שפעטער? וואס וועט ארויסקומען דערפון? וואס וועלן זיין די תוצאות? וואס וועט זיין די חינוך פאר מיינע קינדער? וואס וועט זיין די עבירה גוררת עבירה דערפון? [ווער רעדט נאך ווען איך מיש זיך אריין אין א מחלוקת פון יענעם, אדער אין אנגעלעגנהייטן וואס זענען מיר בכלל נישט נוגע און איך פארדין גארנישט דערפון, בין איך דאָך איין שטיק 'הפסד' און איך גיי בלויז האבן שאָדן אָן קיין איין ברעקל תועלת]...
און מידה טובה מרובה, ווען איך שטרענג זיך אָן און איך טוה לפנים משורת הדין, ווען איך מאך זיכער צו העלפן אנדערע און זיי מחזק זיין אפילו דעמאלטס ווען איך וואלט געמעגט מַעֲלִים-עַיִן זיין און זיך פארהוילן פון זיי, אדער ווען איך פיר זיך אויף איידל און אויפריכטיג אפילו ווען מ'מעג זיך לאזן וואוילגיין און זיין פראסט, ווי לעכטיג און גוט וועלן זיין די פירות פון אזא סארט מעשה, ווי שיין וועט זיין די לופט אין מיין שטוב, ווי ווייט וועט גרייכן די זיסע קוואל וואס איך עפן אויף דערמיט לדורי דורות!
לסיכום געדענק:
• אז איעדע פעולה האט א המשך און א תוצאה, עס ברענגט מיט זיך נאך מעשים און עס מאכט א רושם אויף אנדערע וויאזוי זיך צו פירן.
• טאקע דעמאלטס ווען זאכן זענען נישט קיין קלארע איסור אדער היתר, דעמאלטס דארף מען הערשט מאכן א חשבון און גוט אריינטראכטן וואס וועלן מיינע שריט גורם זיין.
• וואס איז די לופט וואס איך ברענג אין מיין שטוב, און וואס איז די חינוך וואס איך ווייז פאר זיך און מיינע קינדער?
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]