רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אלס אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק און לוחם מלחמות השם האב איך געקלערט אז סאיז צייט צו עפענען אן אשכול איבער חייו ופועליו, הגם סאיז לעצטנס געדריקט געווארן א הערליך שיינע ספר מיטן נאמען ידיד השם צאמגענומען פון זיינע קונטרסים און אזוי אויך ארטיקלען וואס ער האט געדריקט אינעם ישורון אויסגאבע פון הגאון ר' שמשון רפאל הירש אנטקעגן די גיפטיגע השכלה, מיט א הערליכן אריינפיר איבער חייו ופועליו.

אבער אין מידרש בלא חידוש, יתכן אז עפעס חידושים וועט דא נתהוה ווערן..
אזוי אויכעט, איך האב אסאך גענישטערט איבער זיין יחוס און כהאב מיך נישט געקענט דערגרינטעווען צו גארנישט, אזויפיל ווייסט מען אז זיין פאטער האט געהייסן ר' גבריאל, אפשר העמיר דא האבן יחוסין מומחים וועלכע וועלן קענען שפינען די יחוס ווייטער אויף ארויף..

ובזה החלי
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג אפריל 05, 2020 12:08 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליעב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אוצרות
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:33 am

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליעב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות »

כתב יד מהגאון הגדול ר' גאטליב פישער זצוק"ל
http://Londontreasures.bidspirit.com
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

הגאון ר' ידידיה גאטליב פישער נולד בשנת תק"ע לאביו ר' גבריאל בכפר פילפיץ הסמוכה לעיר ראאב. הוא היה תלמיד חביב אצל רבו מרן בעל ה"חתם סופר". כשהגיע לפרקו נשא את בת הנגיד המפורסם ר' משה גאלדשמיעד מכפר עטשקע. אך לאחר זמן מועט נתאלמן מזוגתו, על כן נשא את אחות זוגתו הראשונה. כעבור כמה שנים התקבל לאב"ד שטולווייסנבורג בהונגריה. לעת זקנותו עבר לדור בעיר אייזנשטאט, שם נפטר ביום כ"ד תשרי תרנ"ו, ושם מנו"כ. דברי תורתו ותשובותיו נקבצו לספר בשם "ידיד השם".
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

Screenshot_20200405-220000_Chrome.jpg
Screenshot_20200405-220000_Chrome.jpg (655.08 KiB) געזען 834 מאל
ס'איז מקובל אין די משפחה אז ביי איינס פון די משלחת'ן אנבאלאנגט דעם טיילונג איז ער מיט געגאנגען, האב איך דאס געפונען, יתכן אז סאיז דאס,
הגם לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס געווען ביים קעניג פראנץ יאזעף, יתכן אז סאיז א טעות, און יתכן אז ער איז טאקע צוויי מאל געגאנגען.

אגב, סאיז וויכטיג אנצומערקן אז די שטאט שטוהלווייסענבורג און די שטאט ס' פעהערוואר איז די זעלביגע שטאט נאר דאס איז אין דויטש און דאס איז אויף אונגאריש
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג אפריל 06, 2020 11:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6792
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

gfischerW.jpg
gfischerW.jpg (125.66 KiB) געזען 826 מאל
edd328dcccf9e9750f4d7b6068872bac.jpg
edd328dcccf9e9750f4d7b6068872bac.jpg (42.78 KiB) געזען 826 מאל
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איך האב ערגעץ תחת ידי ארויס געפרינט די ביאגראפיע פונעם גרויסן זיידן. וועל איך עס אי"ה אפיר זוכן.

וואו אויך האב איך געטראפן אין אוצר החכמה (יעצט אין קאראנע איז עס בחנם) א ספר ׳דלתים ובריח׳ וואס ער האט געשריבן איבער א נישט כשר׳ע גט וואס א משכילישע רב האט געגעבן, וואו ער איז דארט לוחם מלחמות השם מיט א אש קודש. אין די הקדמה שניידט ער אריין מיט שארפע לשונות זיך נישט צו רירן פון דרך המסורה לנו. ס׳איז זעהר ווערט אדורך צו ליינען.
https://tablet.otzar.org/he/pages/?&res ... book=17528
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: הגאון החסיד ר' ידידי' (גאטטליב) פישער ז"ל תלמיד החת"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

יאפין האט געשריבן: איך האב ערגעץ תחת ידי ארויס געפרינט די ביאגראפיע פונעם גרויסן זיידן. וועל איך עס אי"ה אפיר זוכן.

וואו אויך האב איך געטראפן אין אוצר החכמה (יעצט אין קאראנע איז עס בחנם) א ספר ׳דלתים ובריח׳ וואס ער האט געשריבן איבער א נישט כשר׳ע גט וואס א משכילישע רב האט געגעבן, וואו ער איז דארט לוחם מלחמות השם מיט א אש קודש. אין די הקדמה שניידט ער אריין מיט שארפע לשונות זיך נישט צו רירן פון דרך המסורה לנו. ס׳איז זעהר ווערט אדורך צו ליינען.
https://tablet.otzar.org/he/pages/?&res ... book=17528

די לינק ברענגט מיך צום ערשטן בלאט אין אוצר החכמה.

די אלע ספרים וואס דו דערמאנסט דא זענען אריינגעלייגט געווארן לפונדק אחד צוזאמען מיט חידושי סוגיות (וואס ער האט פארשריבן נאך אלס יונגע בחור פארן לערנען ביים הייליגן חת"ס), אזוי אויכעט האט מען צוגעלייגט די ארטיקלען וואס ער האט געשריבן אינעם ירחון ישורון פון הצדיק ר' ש"ר הירש אנקעגן די ביטערע השכלה און דערצו האט מען צוגעלייגט א הערליכן אריינפיר פון זיין גאנצע ביוראגראפיע אינעם ספר ידיד השם וואס איז לעצטנס געדריקט געווארן
כמיין אז סאיז נאך דא צו באקומען.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

Jedidja Gottlieb Fischer ITEM : 10. F. Jedidja Gottlieb, Rabbi, b. In Felpéc (Győr vm.) 1810. Chaszam Szófer had a (lo) disciple. In Székesfehérvár he fought strongly against the innovators, he also wrote a book on this subject. He was a member of the 1868 Congress. He later assumed the position of rabbi of the Orthodox village of Székesfehérvár, and in 1893 he retired. He died in Eisenstadt in 1895. The title of his polemic document is Delosájim uvoriach lemé hasoliach.
(גענומען פון דא http://mek-oszk.uz.ua/04000/04093/html/ ... /11482.htm )

שטעלט זיך ארויס אז ער איז געווען א חלק פונעם קאנגרעס!!

נאכדעם האב איך געטראפן דאס
Screenshot_20200419-195409_Chrome.jpg
Screenshot_20200419-195409_Chrome.jpg (654.88 KiB) געזען 694 מאל
מזעהט ווי ער ווינטשט פאר זיין איידעם ר' שלום לאור דאס ווערן אן עהרנמיטגליד
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג אפריל 20, 2020 9:55 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

איך האב אסאך גענישטערט אין די יחוס און דערווייל טאפ איך נאך א וואנט..
אפשר וועט איינער דא קענען העלפן..

ר' ידידיה איז געבוירן צו זיין פאטער ר' גבריאל און צו זיין מוטער מרת גיטל און יאר תק"ע למס' 1810 אינעם שטאט פילפיץ (Felpéc, Téti, Gyor-Moson-Sopron, Hungary)

זיין פאטער ר' גבריאל איז אויכעט געבוירן און נפטר געווארן אינעם שטאט פילפיץ.
ר' גבריאל איז געבוירן july 30 אין יאר 1787 למספרם, און איז נפטר געווארן august 12 אין יאר 1856.

מער פרטים איבער ר' ידידיה'ס עלטערן האב איך נישט געקענט געפונען.
.
כהאב געטראפן א שטיקל חידוש.
אין יאר 1800 למס' איז געבוירן אין פילפיץ א פרוי מיטן נאמען anna johanna hindel fischer און זי האט חתונה געהאט צו michael emmanuel deutsch און זי האט געהאט א קינד מיטן נאמען גבריאל..
אפשר איז עס ר' ידידיה'ס שוועסטער?
( איין פראבלעם האב איך נאר אז לפי השבון איז דער גבריאל דייטש געבוירן געווארן אין די צירקע פון 1830 -1840 און ר' גבריאל פישער איז גאר נפטר געווארן 1856 ויל"ע)


בקיצור, מיין ציל איז בעצם צו טרעפן די יחוס בוים אויף ארויף אבער יתכן אז ס'העט בייהילפיג זיין.




אלע אינפארמאציע האב איך גענומען פון די סייט
https://www.geni.com/people/Rabbi-Yedid ... 1025608349
https://www.geni.com/people/%D7%94%D7%A ... 9855641443
https://www.geni.com/people/Anna-Johann ... 5738957588
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג אפריל 20, 2020 7:21 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אין ספר זכרון יצחק (גולדשמיד) איז דא אן אינטערעסאנטע מעשה אז ר' יצחק האט זיך איינגעשפארט אלץ בחור אינדערהיים און געלערנט פלייסיג אבער זיינע עלטערן האבן געמיינט אז ער איז נעבעך בארירט געווארן ביז ר' ידידיה איז געקומען באזוכן אין שטאט און האט גערעדט מיט אים אין לערנען פאר 6 שעה...און דעמאלטס האט מען געזען אז ער איז שוין גארנישט משוגע..
פאר מער קען מען גיין אויפזיכן דעם ספר אויף אוצר החכמה.

אגב יעצט טראכט איך אז ער איז געווען א קרוב צו ר' ידידיה, ווייל ר' ידידיה איז געוועזן אן איידעם ביים נגיד ר' משה גאלדשמיד ע"ה, זאת ועוד, ר' ידידיה האט געהאט א זון מיטן נאמען יצחק..
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג אפריל 20, 2020 9:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

Re: רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

Screenshot_20200419-195153_Chrome.jpg
Screenshot_20200419-195153_Chrome.jpg (700.2 KiB) געזען 690 מאל
ברייטע טירן
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:15 am

Re: רבי ידידי' גאטליב פישער זצ"ל אב"ד שטולווייסענבורג בעמח"ס דלתים ובריח - כ"ד תשרי תרנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטע טירן »

דא ווערט דערמאנט זיין טאכטער

http://jgsob.org/aleizikoroin/alei%20zikoroin%2027.pdf
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”