פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

ב"ה

*ביטע נעמט לייכט - הצעה בעלמא*

נישט קיין באשילדיגונגס ארטיקל - און מיר אנערקענען אז עס טוט נישט ריכטיג אפשפיגלען די מצב כהיום וועלכע איז טייל מאל פיל בעסער - אבער עס ברענגט ארויס א נקודה למחשבה - ליינט און לאזט אייך הערן מיט אייערע הערות...

וזה החלי בע"ה

ישיבה גדולה – תש"מ

א געפאקטען בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס...
שיק אים צו מיר ווען ער קומט צוריק מען דארף טוידן א באלב ביי מיין פלאץ....
אינעם צווייטן שורה איז ווידער געווען א ליידיגע פלאץ – ווי איז מרדכי פרעגט דער משגיח פונעם חברותא – ער איז נישט געקומען היינט, מן הסתם פילט ער זיך נישט גוט.... אדער ווערט ער א חתן – מורמלט ער זיך אונטער...
דאן וואקט אריין א גאסט אין ישיבה – דער קוקט זיך אום און פרעגט דער משגיח וואס לערנט מען יעצט – דער משגיח זאגט אים אז יעצט לערנט מען השולח אין מסכת גיטין.
דער גאסט קוקט זיך אום און וואונדערט זיך א מינוט – דער חברותא דא לערנט מסכת מגילה, דער אנדערע בחור אן א חברותא לערנט חומש רש"י ערגעץ אינדערמיט איז געזעצן אייער מיט א תשובה ספר און דורכגעלערנט די אינטרעסאנטע שאלות פון אמאל. אבער יא, יעצט זעט ער אז אין אלגעמיין לערנט מען טאקע גיטין – השולח.

ישיבה גדולה – תשפ"-

א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס... איך פארשטיי נישט פארוואס ער טוט דאס – מורמלט זיך אונטער דער משגיח ער דארף דאך זיין אין בית המדרש א גאנץ סדר – אונז האבן זיך קלאר אזוי אויסגענומען!!!
ווען ער קומט שיק אים צו מיר! און אגב יעצט לערנט מען גיטין נישט גן יוסף...

דער משגיח פרעגט אים וואס ער וואונדער זיך – און ווען יענער האט מסביר געווען איבער די אנדערע לימודים איז דער ענערגישער משגיח צוגעגאנגען צו יעדעס איינס פון זיי פארמאכט דעם ספר און פארלאנגט שטייף מיטצוהאלטן די סדרי הישיבה – מסביר געווען בטו"ט אז דאס איז מהרס דער ישיבה – און געווארנט מיטן ערגסטן אויב דאס חזרט זיך איבער....
ווען דער גאסט איז געקומען א וויילע שפעטער האט ער באמערקט א שיינע פאר ליידיגע פלעצער – אבער נאך איידער וואס ווען ווי איז אים דער משגיח אנטקעגן געקומען מיט איין שמחה און געזאגט – נו – היינט זעסטו קלאר וואס מען לערנט דא!!

זכרנו ימים מקדם – עס איז געווען א באקס – א סיסטעם. יא מען האט מעניש געווען און אפילו אין גאר זעלטענע פעלער געדארפט שיקן איינעם פון ישיבה, אבער דער באקס איז געווען גרויס... עס איז געווען פלאץ אינעם באקס צו פליען פון איין עק צום צווייטן און אפילו זיך לייגן אין די ברייט, שיף אדער ווי מען האט נאר געוואלט...
אבער מיט די צייט נתקטנו השיעורים – די סיסטעם'ס זענען געווארן פיל ענגער, קלארער און שארפער... זייער אסאך פאלן ארויס ליידער...
אנדערע זאגן גיי ארויס פונעם באקס – חס וחלילה. מיר ווילן זיך ווייטער האלטן בגבול הקדושה מובדל ומופרש פון די טמנ'ע גאס... נו וואס איז דער עצה????
אפשר מאכט מען נאך באקסעס.
נאר אין רכ"א און אין תקע"ה האבן געמעגט זיין א חברה ש"ס און א באזונדערע חברה משניות – א חברה חק לישראל און א חברה תהלים....
וואס וואלט געווען ווען הרשמה אין ישיבה גדולה וואלט אריינגענועמן אויסקלויבן א לימוד צווישן גמרא נזיקין – און משניות טהרות – מועד מסכתות פאר טייל און שלחן ערוך פאר אנדערע...
און חס מלהזכיר אבער אויב עס וואלט אפילו אריינגענומען חומש רש"י אויך.... אויפן ערגסטן פאל וואלט א מציון ארויסגעפאלן – אבער פילע בינונים און שוואכערע וואלטן אויפגעלעבט! יא! וויפיל שוואכע בחורים ווען מען שטעלט זיי צו א לימוד וואס זיי קענען לערנען – ווי זיי לעבן אויף און לערנען מיט התמדה! (פארשטייט זיך פאר ער האט קלאר אנערקענט אז ער האט נישט מעגליכקייט צו לערנען) געב אים די מעגליכקייט צו שיינען אין א מסגרת פון משניות – גרינגערע גמרא – חומש ר"י בתוך כותלי הישיבה! מאך עס אפציעל!
הצעה בעלמא – און אדרבה לאמיר יעצט הערן פארוואס עס קען בשום אופן נישט ארבעטן – אדער אז עס איז היינט נישט פונקט ווי איך האב געשריבן ווייל מען קען לרנען חומש און דער משגיח באמערקט נישט – דער געדאנק איז אבער קלאר.

ישיבה גדולה – תש---

א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
א גאסט קומט אריין – וואס לערנט מען דא?
דער משגיח צייגט אים צו די טישן ביים פענסטער – דארט לערנט מען השולח...
ביים זייט דארט לערנט מען הלכה –
דארט לערנט מען חומש רש"י
אבער וואס איז דארט ווייזט דער גאסט אויף די טישן ביים עק צימער – מען הערט און דערקענט א געוואלדיגע התמדה פון דארט..
אה... זאגט דער משגיח דארט לערנט מען משניות – און הערטס וואס ער לייגט צו ----
אונזער נייע מהלך האט אונז געוויזן עפעס גאר אינטרעסאנט – די ערענסטע תמימותדיגע משניות בחורים שטייגן צומאל ריבער די לומדישע גמרא בחורים מיט פיל ענינים... שוין... נישט אויסגערעדט זאל זיין.
לעצט פארראכטן דורך יחיד מומחה אום זונטאג יולי 14, 2024 12:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

איי איי איי...

מתוק מדבש!!! האסט זייער א גוטע פוינט, הלואי די ווואס קענען זאלן עס אויספירן!
בלויז 99 צענט!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן Kindle
קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ס'איז שוין דא אין געוויסע ישיבות, -למשל ווי איך האב געלערנט איין יאר- א סיסטעם ווי מען קען וועלן די לימודים, ס'דא א גמרא חבורה און הלכה, אבער נישט קיין חומש רש"י חבורה, און אויך נאר נאכמיטאג.

זייער גוט צולייגט!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ס'קען זיין הצלת הדורות!
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

שפתיך ישקו
אויב איך דו און דו ביסט איך, דעמאלסט בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו
(קרעדיט: אברהם פריעד)
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס איז טאקע פשט?
מנהלים האבן דען נישט קיין ניקס?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

ביי ביידע איז דער וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, געבליבן א מן הארץ.

אבער אסאך פון די עלטערע עמי הארצים, האבן טאקע מער ידיעות התורה, פון די תשובות ספרים, מיט כללים ספרים וואס מ'האט געקוקט אנשטאטס לערנען השולח...
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:21 pm
ביי ביידע איז דער וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, געבליבן א מן הארץ.

אבער אסאך פון די עלטערע עמי הארצים, האבן טאקע מער ידיעות התורה, פון די תשובות ספרים, מיט כללים ספרים וואס מ'האט געקוקט אנשטאטס לערנען השולח...
אמת, אבער מיר רעדן דא פון דער וואס האלט אבסלוט יא ביים לערנען - נפשו חשקה בתורה, נאר דער באקס פון לומדות ודעימי' פון פארברענגען שעות עיון אויף צוויי שורות און דערנאך דורכלערנען בלעטער גפ"ת אין שווערע מסכתות איז נישט פאר אים - איז ער אויסגעשלאסן פון די תורה ח"ו...

און זיכער איז דער עצה בלויז אויב כאפט מען דעם בחור גענוג פרי פאר ער איז איבערצייגט אז ער קען נישט און אז תורה חלילה איז נישט פאר אים... ה"י רח"ל...

אבער ליידער איז היינט דער מצב אז גאר אסאך בחורים שטופן דורך די צייט אין די ישיבה גדולה אנטשטאלטן אלס דריטע קלאס בירגער - בלויז ווייל דאס שמאלע באקסל נעמט אריין בלויז למדנים...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7209
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יחיד מומחה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:25 pm
ב"ה

*ביטע נעמט לייכט - הצעה בעלמא*

נישט קיין באשילדיגונגס ארטיקל - און מיר אנערקענען אז עס טוט נישט ריכטיג אפשפיגלען די מצב כהיום וועלכע איז טייל מאל פיל בעסער - אבער עס ברענגט ארויס א נקודה למחשבה - ליינט און לאזט אייך הערן מיט אייערע הערות...

וזה החלי בע"ה

ישיבה גדולה – תש"מ

ישיבה גדולה – תשפ"-

ישיבה גדולה – תש---

WOW, ממש כ'אב געמיינט אז די האסט געשריבען מיין מח סטארעדזש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

דער יעניגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:13 pm
איי איי איי...

מתוק מדבש!!! האסט זייער א גוטע פוינט, הלואי די ווואס קענען זאלן עס אויספירן!
גא"מ הלוואי
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

די פראבלעם איז קלאר!

איך רעספעקט דאס אז די האסט עס נישט נישט געמאכט קיין באשילדיגונגס ארטיקל,
פשוט און גראד
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

להערה בעלמא, וואס איז די נקודה פון א מסגרת (באקס) וויאזוי איז א מסגרת מצליח?

[מיי אפיניען] ס’וועט קיינמאל עד ביאת משיח זיין די ריכטיגע באלאנס, ווען די גייסט ארויף, איז דא א שאנס אז די נידריגערע וועלען אוועקפאלען, ווען די גייסט אראפ, איז דא א שאנס אויף די העכערע.

אמת’ע - ברייטע - געלונגענע - ירא השם - פשטן.

קאל מיר ווען די טרעפסט עס.

כ’זיך נישט אוועק צומאכען - נאר צו מוסיף זיין. (כ’האף ס’איז אן הוספה)
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:55 pm
להערה בעלמא, וואס איז די נקודה פון א מסגרת (באקס) וויאזוי איז א מסגרת מצליח?

[מיי אפיניען] ס’וועט קיינמאל עד ביאת משיח זיין די ריכטיגע באלאנס, ווען די גייסט ארויף, איז דא א שאנס אז די נידריגערע וועלען אוועקפאלען, ווען די גייסט אראפ, איז דא א שאנס אויף די העכערע.

אמת’ע - ברייטע - געלונגענע - ירא השם - פשטן.

קאל מיר ווען די טרעפסט עס.

כ’זיך נישט אוועק צומאכען - נאר צו מוסיף זיין. (כ’האף ס’איז אן הוספה)
יישר כח פאר די הערה - די עיקר מטרה פונעם מסגרת איז אז ווי מער בחורים זאלן וואס מער פון די צייט זיין אינעם שוואונג פונעם סיסטעם - אזוי אז די משגיחים וכל העוסקים... זאלן זיך קענען אפגעבן מיט די וועלכע דארפן הילף.

און זיכער בין איך מסכים - אז קיין איין מסגרת דעקט נישט יעדעם, אבער עס געט די געלעגנהייט אנצוקומען צו יעדעם - ווייל נישט יעדער דארף עס די זעלבע צייט.
איינער דארף ווארימקייט, דער צווייטער התמדה, דער דריטער איז נעבעך געשלאגן אויף בין אדם לחבירו און דער פינפטער מוטשעט זיך מיט עפעס אנדערש... אבער אויב זענען רוב בחורים ווי זיי דארפן צו זיין קען מען זיך אפגעבן מיט די וועלכע דארפן הילף יעצט - און לענ"ד יעדער בחור דארף הילף - איינער א שטופ און איינער א גלעט, אבער יעדער דארף הילף.
אוועטאר
שמות באקס
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 4:58 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות באקס »

האסט א פאונט.
איך קען צולייגן א שמות באקס אין דיין זון׳ס ידיבה, אז דו ווילסט….
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

יחיד מומחה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:25 pm
ב"ה

*ביטע נעמט לייכט - הצעה בעלמא*

נישט קיין באשילדיגונגס ארטיקל - און מיר אנערקענען אז עס טוט נישט ריכטיג אפשפיגלען די מצב כהיום וועלכע איז טייל מאל פיל בעסער - אבער עס ברענגט ארויס א נקודה למחשבה - ליינט און לאזט אייך הערן מיט אייערע הערות...

וזה החלי בע"ה

ישיבה גדולה – תש"מ

א געפאקטען בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס...
שיק אים צו מיר ווען ער קומט צוריק מען דארף טוידן א באלב ביי מיין פלאץ....
אינעם צווייטן שורה איז ווידער געווען א ליידיגע פלאץ – ווי איז מרדכי פרעגט דער משגיח פונעם חברותא – ער איז נישט געקומען היינט, מן הסתם פילט ער זיך נישט גוט.... אדער ווערט ער א חתן – מורמלט ער זיך אונטער...
דאן וואקט אריין א גאסט אין ישיבה – דער קוקט זיך אום און פרעגט דער משגיח וואס לערנט מען יעצט – דער משגיח זאגט אים אז יעצט לערנט מען השולח אין מסכת גיטין.
דער גאסט קוקט זיך אום און וואונדערט זיך א מינוט – דער חברותא דא לערנט מסכת מגילה, דער אנדערע בחור אן א חברותא לערנט חומש רש"י ערגעץ אינדערמיט איז געזעצן אייער מיט א תשובה ספר און דורכגעלערנט די אינטרעסאנטע שאלות פון אמאל. אבער יא, יעצט זעט ער אז אין אלגעמיין לערנט מען טאקע גיטין – השולח.

ישיבה גדולה – תשפ"-

א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס... איך פארשטיי נישט פארוואס ער טוט דאס – מורמלט זיך אונטער דער משגיח ער דארף דאך זיין אין בית המדרש א גאנץ סדר – אונז האבן זיך קלאר אזוי אויסגענומען!!!
ווען ער קומט שיק אים צו מיר! און אגב יעצט לערנט מען גיטין נישט גן יוסף...
אינעם צווייטן שורה איז ווידער געווען א ליידיגע פלאץ – ווי איז מרדכי פרעגט דער משגיח פונעם חברותא – ער איז נישט געקומען היינט, מן הסתם פילט ער זיך נישט גוט.... אדער ווערט ער א חתן – מורמלט ער זיך אונטער...
דאן וואקט אריין א גאסט אין ישיבה – דער קוקט זיך אום און פרעגט דער משגיח וואס לערנט מען יעצט – דער משגיח זאגט אים אז יעצט לערנט מען השולח אין מסכת גיטין.
דער גאסט קוקט זיך אום און וואונדערט זיך א מינוט – דער חברותא דא לערנט מסכת מגילה, דער אנדערע בחור אן א חברותא לערנט חומש רש"י ערגעץ אינדערמיט איז געזעצן אייער מיט א תשובה ספר און דורכגעלערנט די אינטרעסאנטע שאלות פון אמאל. אבער יא, יעצט זעט ער אז אין אלגעמיין לערנט מען טאקע גיטין – השולח.
דער משגיח פרעגט אים וואס ער וואונדער זיך – און ווען יענער האט מסביר געווען איבער די אנדערע לימודים איז דער ענערגישער משגיח צוגעגאנגען צו יעדעס איינס פון זיי פארמאכט דעם ספר און פארלאנגט שטייף מיטצוהאלטן די סדרי הישיבה – מסביר געווען בטו"ט אז דאס איז מהרס דער ישיבה – און געווארנט מיטן ערגסטן אויב דאס חזרט זיך איבער....
ווען דער גאסט איז געקומען א וויילע שפעטער האט ער באמערקט א שיינע פאר ליידיגע פלעצער – אבער נאך איידער וואס ווען ווי איז אים דער משגיח אנטקעגן געקומען מיט איין שמחה און געזאגט – נו – היינט זעסטו קלאר וואס מען לערנט דא!!

זכרנו ימים מקדם – עס איז געווען א באקס – א סיסטעם. יא מען האט מעניש געווען און אפילו אין גאר זעלטענע פעלער געדארפט שיקן איינעם פון ישיבה, אבער דער באקס איז געווען גרויס... עס איז געווען פלאץ אינעם באקס צו פליען פון איין עק צום צווייטן און אפילו זיך לייגן אין די ברייט, שיף אדער ווי מען האט נאר געוואלט...
אבער מיט די צייט נתקטנו השיעורים – די סיסטעם'ס זענען געווארן פיל ענגער, קלארער און שארפער... זייער אסאך פאלן ארויס ליידער...
אנדערע זאגן גיי ארויס פונעם באקס – חס וחלילה. מיר ווילן זיך ווייטער האלטן בגבול הקדושה מובדל ומופרש פון די טמנ'ע גאס... נו וואס איז דער עצה????
אפשר מאכט מען נאך באקסעס.
נאר אין רכ"א און אין תקע"ה האבן געמעגט זיין א חברה ש"ס און א באזונדערע חברה משניות – א חברה חק לישראל און א חברה תהלים....
וואס וואלט געווען ווען הרשמה אין ישיבה גדולה וואלט אריינגענועמן אויסקלויבן א לימוד צווישן גמרא נזיקין – און משניות טהרות – מועד מסכתות פאר טייל און שלחן ערוך פאר אנדערע...
און חס מלהזכיר אבער אויב עס וואלט אפילו אריינגענומען חומש רש"י אויך.... אויפן ערגסטן פאל וואלט א מציון ארויסגעפאלן – אבער פילע בינונים און שוואכערע וואלטן אויפגעלעבט! יא! וויפיל שוואכע בחורים ווען מען שטעלט זיי צו א לימוד וואס זיי קענען לערנען – ווי זיי לעבן אויף און לערנען מיט התמדה! (פארשטייט זיך פאר ער האט קלאר אנערקענט אז ער האט נישט מעגליכקייט צו לערנען) געב אים די מעגליכקייט צו שיינען אין א מסגרת פון משניות – גרינגערע גמרא – חומש ר"י בתוך כותלי הישיבה! מאך עס אפציעל!
הצעה בעלמא – און אדרבה לאמיר יעצט הערן פארוואס עס קען בשום אופן נישט ארבעטן – אדער אז עס איז היינט נישט פונקט ווי איך האב געשריבן ווייל מען קען לרנען חומש און דער משגיח באמערקט נישט – דער געדאנק איז אבער קלאר.

ישיבה גדולה – תש---

א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
א גאסט קומט אריין – וואס לערנט מען דא?
דער משגיח צייגט אים צו די טישן ביים פענסטער – דארט לערנט מען השולח...
ביים זייט דארט לערנט מען הלכה –
דארט לערנט מען חומש רש"י
אבער וואס איז דארט ווייזט דער גאסט אויף די טישן ביים עק צימער – מען הערט און דערקענט א געוואלדיגע התמדה פון דארט..
אה... זאגט דער משגיח דארט לערנט מען משניות – און הערטס וואס ער לייגט צו ----
אונזער נייע מהלך האט אונז געוויזן עפעס גאר אינטרעסאנט – די ערענסטע תמימותדיגע משניות בחורים שטייגן צומאל ריבער די לומדישע גמרא בחורים מיט פיל ענינים... שוין... נישט אויסגערעדט זאל זיין.
א געביידע אויף א מציאות וואס איז נישט געווען. עס אין תש"מ נישט געווען אזוי.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

און אז נישט??

ס'האט נאך אלץ די שטארקע מעגליכקייט פון זיין א הצלת הדורות
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”