נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

לך על זה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

סאיז באקאנט אז רובא דרובא פוסקים האבן געהאלטן אז נוצן די עלעקריק איז א פשוטע איסור אלס מעשה שבת.אבער כהיום יום איז טאקע דא טויזענטער משפחות וואס נוצן דזשענרעיטארס אבער פשטות רוב אדער א גוטע 50 פראצענט וואס נוצן יא גהעריגע עלעקריק.וואלט איך געוואלט עפנען א אשכול צו אויסשמועסן אלע היתרים וואס זענען דא און וואס אלע פוסקים האבן גהאלטן.איך בין נישט קיין גרויסע תלמיד חכם איך האב עס סך הכל אביסל דורך געטוהן א שטיק צייט צרוק סאו איך וואלט געוואלט בעטן אז די תלמידי חכמים זאלן אריין קומען און עס דורך טוהן צוזאמען.
נ.ב. מדארף געדענקען אז אויב סבלייבט אסור מעג מען נישט פארן צו אי אויף שבת
לך על זה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

קודם לאמיר איבער גיין די פשוטע איסור וואס דעיס איז מעשה שבת. אז א איד וואס טוט א מלאכה סיי א דאורייתא סיי א דרבנן באיסור אום שבת איז אסור פאר יעדעם אפילו ער האט עס געטוהן פאר זיך.
יעטץ אפגערעדט וואס עלעקריק איז צו א דאורייתא צו א דרבנן איז מען מייצר עלעקריק דורך פייער וואס איז א מלאכה דאורייתא
די חזון איש שרייבט אז סאיז אסור מכח חילול השם
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

תגובה דורך מרנן ורבנן »

האב איך געזען ביי הרה"ח רבי אהרן מרדכי רוטנער אז ער האט נישט געניצט קיין לעקטער, נאר גאז לעמפ, אבער ביי איין ווינקל איז געווען א קליינע לעמפעל וואס האט געארבייט. די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש. איז וויבאלד ער איז דאך געווען א בעלזער חסיד אבער ער האט דאך אויכט געוואלט נישט ניצן די לעקטער האט ער מקיים געווען שניהם.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:50 pm
קודם לאמיר איבער גיין די פשוטע איסור וואס דעיס איז מעשה שבת. אז א איד וואס טוט א מלאכה סיי א דאורייתא סיי א דרבנן באיסור אום שבת איז אסור פאר יעדעם אפילו ער האט עס געטוהן פאר זיך.
יעטץ אפגערעדט וואס עלעקריק איז צו א דאורייתא צו א דרבנן איז מען מייצר עלעקריק דורך פייער וואס איז א מלאכה דאורייתא
די חזון איש שרייבט אז סאיז אסור מכח חילול השם
ווי נעמסטו אז מ'איז מייצר עלעקטריק דורך פייער ??

כהיום האט עלעקטריק גארנישט מיט פייער !!
ר' חננאל
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:19 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' חננאל »

אליעזר ווייס האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:28 am
לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:50 pm
קודם לאמיר איבער גיין די פשוטע איסור וואס דעיס איז מעשה שבת. אז א איד וואס טוט א מלאכה סיי א דאורייתא סיי א דרבנן באיסור אום שבת איז אסור פאר יעדעם אפילו ער האט עס געטוהן פאר זיך.
יעטץ אפגערעדט וואס עלעקריק איז צו א דאורייתא צו א דרבנן איז מען מייצר עלעקריק דורך פייער וואס איז א מלאכה דאורייתא
די חזון איש שרייבט אז סאיז אסור מכח חילול השם
ווי נעמסטו אז מ'איז מייצר עלעקטריק דורך פייער ??

כהיום האט עלעקטריק גארנישט מיט פייער !!
א גרויס חלק עלעקטער קומט נאכאלס פון די אלט מאדישע קוילן וואס דאס הייצט אן וואסער און די פארע דרייט די דשענערעיטער און ווי מער עלעקטער מדארף אלס מער פארע מוזן זיי פראדוצירן
זמנים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:24 am
האב איך געזען ביי הרה"ח רבי אהרן מרדכי רוטנער אז ער האט נישט געניצט קיין לעקטער, נאר גאז לעמפ, אבער ביי איין ווינקל איז געווען א קליינע לעמפעל וואס האט געארבייט. די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש. איז וויבאלד ער איז דאך געווען א בעלזער חסיד אבער ער האט דאך אויכט געוואלט נישט ניצן די לעקטער האט ער מקיים געווען שניהם.
איך בין געווען ביי הרה"ח ר' אהרן מרדכי זצ"ל בשנת תשע"ט און עס האט דארט געהעריג געארבעט די עלעקטעריק, בנוסח ר' אהרן מרדכי, דהיינו הגם די פרידזעטער האט געארבעט האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין קאלטע סאדע נאר הייסע טיי (וואס איז געקומען פון א פערקילעיטער), ס'איז געווען צוויי באלבס אין דיינונג רום וואס געהאנגען פון עקסטענשען ווייערס, און ער האט געזאגט אז בעצם פעלט דאס אויך נישט אויס און און ער האט געוויזען אויף די גאז לעמפ אז אמאל איז געווען נאר דאס, און פארשטייט זיך אז ערקענדישען איז דארט נישט געווען און עס איז געווען הייס ווי ס'באדארף צו זיין, און ווען איינער האט זיך אנגערופען אז ער וויל מנדב זיין א ערקענדישען ווייל אזוי וועט מען קענען בעסער דינען השי"ת, האט ער זיך צובייזערט, 'א עובד השם באמת איז נישט הייס, די תורה האט מען געגעבן אש שחורה ע"ג אש לבנה'...
עכ"פ כפי הנראה האט דאס יא אדער נישט זיך באנוצען מיט לעקטער געקומען פשוט פון זיין אויסגעטון פון די וועלט, און נישט וועגן עפעס אן ענין.
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

זמנים האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:18 am
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:24 am
האב איך געזען ביי הרה"ח רבי אהרן מרדכי רוטנער אז ער האט נישט געניצט קיין לעקטער, נאר גאז לעמפ, אבער ביי איין ווינקל איז געווען א קליינע לעמפעל וואס האט געארבייט. די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש. איז וויבאלד ער איז דאך געווען א בעלזער חסיד אבער ער האט דאך אויכט געוואלט נישט ניצן די לעקטער האט ער מקיים געווען שניהם.
איך בין געווען ביי הרה"ח ר' אהרן מרדכי זצ"ל בשנת תשע"ט און עס האט דארט געהעריג געארבעט די עלעקטעריק, בנוסח ר' אהרן מרדכי, דהיינו הגם די פרידזעטער האט געארבעט האט מען נישט געמעגט טרינקען קיין קאלטע סאדע נאר הייסע טיי (וואס איז געקומען פון א פערקילעיטער), ס'איז געווען צוויי באלבס אין דיינונג רום וואס געהאנגען פון עקסטענשען ווייערס, און ער האט געזאגט אז בעצם פעלט דאס אויך נישט אויס און און ער האט געוויזען אויף די גאז לעמפ אז אמאל איז געווען נאר דאס, און פארשטייט זיך אז ערקענדישען איז דארט נישט געווען און עס איז געווען הייס ווי ס'באדארף צו זיין, און ווען איינער האט זיך אנגערופען אז ער וויל מנדב זיין א ערקענדישען ווייל אזוי וועט מען קענען בעסער דינען השי"ת, האט ער זיך צובייזערט, 'א עובד השם באמת איז נישט הייס, די תורה האט מען געגעבן אש שחורה ע"ג אש לבנה'...
עכ"פ כפי הנראה האט דאס יא אדער נישט זיך באנוצען מיט לעקטער געקומען פשוט פון זיין אויסגעטון פון די וועלט, און נישט וועגן עפעס אן ענין.
די מעשה גייט (לויט וויפל איך האב געהערט) אז אין די גאנצע שטוב איז געווען לעקטער דורך די דזענערעטער אבער איין קליין לאמפ האט געברענט דורך די פשוטע לעקטער מטעם הנ"ל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17655
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

על רגל אחת, מער ווייניגער ארבעט די לעקטער אויטאמאטיש (עכ"פ היינט זיכער), און די עיקר חשש איז אויס עפעס געשעהט, און מ'דארף א מענטש זאל עס פאררעכטן.

די עיקר סיבה להיתר איז, היות אז די שפיטעלער זענען אנגעהאנגען אין די עלעקטרי פון די מדינה, איז ביים פאררעכטן דא א היתר פון פיקו"נ, און דארט ווי ס'איז נישט דא די חשש פון שמא ירבה בשבילו איז עס שוין מותר פאר יעדן.
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:24 am
די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש.
פון וואנעט נעמסטו אז דער רב ז"ל האט געזאג דעם היתר? לויט וויפיהל איך ווייס, האט דער רב ז"ל נאר געענטפערט פאר די וואס האבן געפרעגט, אז מ'וועט לערנען וועט מען זעהן אז מ'מעג.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 10:31 am
על רגל אחת, מער ווייניגער ארבעט די לעקטער אויטאמאטיש (עכ"פ היינט זיכער), און די עיקר חשש איז אויס עפעס געשעהט, און מ'דארף א מענטש זאל עס פאררעכטן.

די עיקר סיבה להיתר איז, היות אז די שפיטעלער זענען אנגעהאנגען אין די עלעקטרי פון די מדינה, איז ביים פאררעכטן דא א היתר פון פיקו"נ, און דארט ווי ס'איז נישט דא די חשש פון שמא ירבה בשבילו איז עס שוין מותר פאר יעדן.
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:24 am
די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש.
פון וואנעט נעמסטו אז דער רב ז"ל האט געזאג דעם היתר? לויט וויפיהל איך ווייס, האט דער רב ז"ל נאר געענטפערט פאר די וואס האבן געפרעגט, אז מ'וועט לערנען וועט מען זעהן אז מ'מעג.
אזוי געדענק איך אז מען האט פארציילט בשעתו ווען איך האב געגעסן ביי ר' א"מ זצ"ל אין די סוף נ' און אנפאנג ס' יאהרן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8638
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:39 pm
סאיז באקאנט אז רובא דרובא פוסקים האבן געהאלטן אז נוצן די עלעקריק איז א פשוטע איסור אלס מעשה שבת.אבער כהיום יום איז טאקע דא טויזענטער משפחות וואס נוצן דזשענרעיטארס אבער פשטות רוב אדער א גוטע 50 פראצענט וואס נוצן יא גהעריגע עלעקריק.וואלט איך געוואלט עפנען א אשכול צו אויסשמועסן אלע היתרים וואס זענען דא און וואס אלע פוסקים האבן גהאלטן.איך בין נישט קיין גרויסע תלמיד חכם איך האב עס סך הכל אביסל דורך געטוהן א שטיק צייט צרוק סאו איך וואלט געוואלט בעטן אז די תלמידי חכמים זאלן אריין קומען און עס דורך טוהן צוזאמען.
נ.ב. מדארף געדענקען אז אויב סבלייבט אסור מעג מען נישט פארן צו אי אויף שבת

ווענדט זיך פשוט וואו מען גייט איינשטיין אויף שבת
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 10:31 am
על רגל אחת, מער ווייניגער ארבעט די לעקטער אויטאמאטיש (עכ"פ היינט זיכער), און די עיקר חשש איז אויס עפעס געשעהט, און מ'דארף א מענטש זאל עס פאררעכטן.

די עיקר סיבה להיתר איז, היות אז די שפיטעלער זענען אנגעהאנגען אין די עלעקטרי פון די מדינה, איז ביים פאררעכטן דא א היתר פון פיקו"נ, און דארט ווי ס'איז נישט דא די חשש פון שמא ירבה בשבילו איז עס שוין מותר פאר יעדן.
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:24 am
די מעשה איז אז הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע האט געזאגט אז מען קען ניצן די לעקטער ווייל מן הסתם ארבייטען די ארבייטער ווייל עס איז דא פיקוח נפש.
פון וואנעט נעמסטו אז דער רב ז"ל האט געזאג דעם היתר? לויט וויפיהל איך ווייס, האט דער רב ז"ל נאר געענטפערט פאר די וואס האבן געפרעגט, אז מ'וועט לערנען וועט מען זעהן אז מ'מעג.
די מעשה גייט אז רא”מ האט געפרעגט די רב און ער האט גענטפערט לערן וועסטו זעהן אז מ’מעג, איז ער צוריקגעקומען אז ער האט געלערנט און ס’איז אים אויסגעקומען לאיסור, האט ער אים געזאגט ”לערן איבער”....
@זמנים אודאי האט ער געהאט עלעקטעריק אבער נישט פון די סכנטראל גריד נאר פון א דזשענערעטאר, איין לעמפל איז יא געווען פון די שטאטישע.
זמנים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:50 pm

די חזון איש שרייבט אז סאיז אסור מכח חילול השם
אין שו"ת מנחת שלמה תנינא סימן כ"ד נאך וואס ער שרייבט א תשובה להיתר, פירט ער אויס בזה"ל:

'סוף דבר נלענ"ד דכיון שלצערינו הגדול כבר הוחזקו בתחנת הכח (שבעיה"ק ירושלים) לעשות גם בשבת את המלאכות ע"י ישראל, לכן אין לסמוך על פטומי מילין בעלמא עד שיודע לנו בבירור גמור שניתן צו מאת ההנהלה להתנהג בשבתות וימים טובים כדת של תורה עפ"י הוראת הרבנים, ואף שבארנו שמעיקר הדין אין לאסור ליהנות מהחשמל בשבת אף אם נעשה ח"ו ע"י ישראל, מ"מ יש לדעת שע"י השימוש שאנו משתמשים בשבת בחשמל הננו גורמים שיכופו שם את הפועלים לחלל השבת. וכמה מכוער הוא להתענג בשבת באש זרה אשר לא צוה ד' וכ"ש מלכבד את מקדשי ד' אלו בתי כנסיות ומדרשות באורים שהם חשך ולא אור, וחובה גדולה מוטלת על עיני העדה להאיר את ההולכים בחשך ללכת באור ד' והיה לנו לאור עולם'.

און די זעלבע זאך שטייט אויך אין חזון איש או"ח סימן ל"ח אות ד', אז אפילו באופן וואס איז מותר מעיקר הדין, מעג מען נישט הנאה האבען פון דעם מפני חילול השם, 'והנהנה ממעשיו מעיד ח"ו שאין לבו כואב על חילול שבת'.

לפי"ז קומט אויס למעשה אז עס איז נישט קיין מחלוקה צווישען די צוויי גדולים, ווייל די חזון איש איז איז נישט מברר לאיסור, און ר' שלמה זלמן איז מודה אז למעשה זאל מען עס נישט נוצען.

איך וויל נאר וויסען צו עס איז דא ערגעץ ווי די חזון איש איז האט יא מברר געווען אז מעיקר הדין איז אסור.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

זמנים האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:19 pm

ביי די פסקים פון די חזון איש איז דא זאכן וואס איז בכלל נישט מעיקר הדין אלץ הוראה לרבים, און די בני ברק'ע נעמען עס זזייער ערנסט, ממש מיט אן אמונה און אראפרייסן די אנדערע פוסקים, (ע''ע שיעורי הגר''ח נאה וואס איז אייביג געווען די מסורה, אדער ווייניגער, וכן פסק המשנ''ב, אבער זיי האבן עס גענומען פאר א מלחמת מצוה),
הרב נובירט פון שמירת שבת כהלכתה, וואס איז גראדע ע''פ פסקי הגרשז''א און מוגה ע''י, איז געקומען אונטער הייסע פייער פארן מתיר זיין די עלעקטעריק, למעשה איז דאס יא גאר א גרויסע פולמוס און ווי מזעהט האבן אסאך גדולי ישראל געהאלטן אז סאיז א הארבע פירצה אפילו מען קען מתיר זיין מן הדין.
לך על זה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 11:01 am
לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:39 pm
סאיז באקאנט אז רובא דרובא פוסקים האבן געהאלטן אז נוצן די עלעקריק איז א פשוטע איסור אלס מעשה שבת.אבער כהיום יום איז טאקע דא טויזענטער משפחות וואס נוצן דזשענרעיטארס אבער פשטות רוב אדער א גוטע 50 פראצענט וואס נוצן יא גהעריגע עלעקריק.וואלט איך געוואלט עפנען א אשכול צו אויסשמועסן אלע היתרים וואס זענען דא און וואס אלע פוסקים האבן גהאלטן.איך בין נישט קיין גרויסע תלמיד חכם איך האב עס סך הכל אביסל דורך געטוהן א שטיק צייט צרוק סאו איך וואלט געוואלט בעטן אז די תלמידי חכמים זאלן אריין קומען און עס דורך טוהן צוזאמען.
נ.ב. מדארף געדענקען אז אויב סבלייבט אסור מעג מען נישט פארן צו אי אויף שבת

ווענדט זיך פשוט וואו מען גייט איינשטיין אויף שבת
יא אוודאי ווענד זיך וואו מען גייט איינשטיין סאיז פשוט ממש נישט דא קיין האטעל אדער דירות צו דינגען מיט א דזשענרעיטיר
לך על זה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

סליגט מיר און קאפ 2 היתרים 1 פון די מהריץ אז יעדער האט דאך לעכט אינדערהיים איז דאך איז נאר תוספות אור דמותר.וואס איך פארשטיי נישט גהעריג און ווער סקען זאל מסביר זיין. 2 פון די מנחת יצחק אז משום פיקוח נפש וועגן די שפיטעליר.וואס אויף דעם איז שווער אז ער איז מרבה בשבילי מיט נאך אפאר קשיות וואס איך דארף מיר מצמצם זיי זיך צו דערמאנען.
סאו ווער סווייסט נאך היתרים זאל אריינקומען ווייל מיט ביידע היתרים קען מען נישט זיין 100 פראצענט ראויג
אלס וואס איז ר שלמה זלמל מתיר?
לך על זה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

אלס וואס זאגט די רב הצעיר אז אלעס איז אויטמאטיש?איך האב עס פרובירט אויפצוזוכן און עס נישט געקענט אויספיגערן
אבער סליגט מיר און קאפ אז אגודה האט בערך א יאר צרוק געוואלט טוישן אז אלעס זאל זיין אויטמאטיש אבער איך מיין אז זיי האבן עס נישט אויסגעפורט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17655
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לך על זה האט געשריבן: מוצ"ש יולי 13, 2024 11:38 pm
אלס וואס זאגט די רב הצעיר אז אלעס איז אויטמאטיש?איך האב עס פרובירט אויפצוזוכן און עס נישט געקענט אויספיגערן
אבער סליגט מיר און קאפ אז אגודה האט בערך א יאר צרוק געוואלט טוישן אז אלעס זאל זיין אויטמאטיש אבער איך מיין אז זיי האבן עס נישט אויסגעפורט
אגודה האט געוואלט איינפירן מ'זאל נוצן אראבער אויב ס'מאכט זיך פראבלעמען, אבער ס'איז נישט אריבער ווייל זיי ווילן זיך נישט פארלאזן אז אין פאל פון א פראבלעם זאל די לעקטער זיין אנגעהאנגן בידיהם פון די אראבער.

נאך פריער איז געווען א פלאן ס'זאל זיין אין די חרדי'שע שטעט אוועקגעלייגט לעקטער, בבחינת א גענעראטאר וואס אויף דעם זאל עס ארבעטן שבת.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
זמנים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 11:19 am

@זמנים אודאי האט ער געהאט עלעקטעריק אבער נישט פון די סכנטראל גריד נאר פון א דזשענערעטאר, איין לעמפל איז יא געווען פון די שטאטישע.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי טיילט מען אפ איין לעמפל פון די גאנצע הויז?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4884
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

תגובה דורך חסד השם »

זמנים האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 11:03 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 11:19 am

@זמנים אודאי האט ער געהאט עלעקטעריק אבער נישט פון די סכנטראל גריד נאר פון א דזשענערעטאר, איין לעמפל איז יא געווען פון די שטאטישע.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי אזוי טיילט מען אפ איין לעמפל פון די גאנצע הויז?
פארוואס זאל מען נישט קענען?!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
זמנים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

ווייל א דזשענערעטאר איז באהאפטען צו די עלעקטאריק פון די גאנצע הויז
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4884
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: נוצן עלעקטריק שב"ק אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

זמנים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:09 pm
ווייל א דזשענערעטאר איז באהאפטען צו די עלעקטאריק פון די גאנצע הויז
ווי ווערט די דזשענערעיטאר באהאפטן?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
זמנים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נוצן עלעקריק און ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

ליבי ובשרי האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:39 pm
זמנים האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 12:19 pm
לך על זה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:50 pm

די חזון איש שרייבט אז סאיז אסור מכח חילול השם
אין שו"ת מנחת שלמה תנינא סימן כ"ד נאך וואס ער שרייבט א תשובה להיתר, פירט ער אויס בזה"ל:

'סוף דבר נלענ"ד דכיון שלצערינו הגדול כבר הוחזקו בתחנת הכח (שבעיה"ק ירושלים) לעשות גם בשבת את המלאכות ע"י ישראל, לכן אין לסמוך על פטומי מילין בעלמא עד שיודע לנו בבירור גמור שניתן צו מאת ההנהלה להתנהג בשבתות וימים טובים כדת של תורה עפ"י הוראת הרבנים, ואף שבארנו שמעיקר הדין אין לאסור ליהנות מהחשמל בשבת אף אם נעשה ח"ו ע"י ישראל, מ"מ יש לדעת שע"י השימוש שאנו משתמשים בשבת בחשמל הננו גורמים שיכופו שם את הפועלים לחלל השבת. וכמה מכוער הוא להתענג בשבת באש זרה אשר לא צוה ד' וכ"ש מלכבד את מקדשי ד' אלו בתי כנסיות ומדרשות באורים שהם חשך ולא אור, וחובה גדולה מוטלת על עיני העדה להאיר את ההולכים בחשך ללכת באור ד' והיה לנו לאור עולם'.

און די זעלבע זאך שטייט אויך אין חזון איש או"ח סימן ל"ח אות ד', אז אפילו באופן וואס איז מותר מעיקר הדין, מעג מען נישט הנאה האבען פון דעם מפני חילול השם, 'והנהנה ממעשיו מעיד ח"ו שאין לבו כואב על חילול שבת'.

לפי"ז קומט אויס למעשה אז עס איז נישט קיין מחלוקה צווישען די צוויי גדולים, ווייל די חזון איש איז איז נישט מברר לאיסור, און ר' שלמה זלמן איז מודה אז למעשה זאל מען עס נישט נוצען.

איך וויל נאר וויסען צו עס איז דא ערגעץ ווי די חזון איש איז האט יא מברר געווען אז מעיקר הדין איז אסור.
ביי די פסקים פון די חזון איש איז דא זאכן וואס איז בכלל נישט מעיקר הדין אלץ הוראה לרבים, און די בני ברק'ע נעמען עס זזייער ערנסט, ממש מיט אן אמונה און אראפרייסן די אנדערע פוסקים, (ע''ע שיעורי הגר''ח נאה וואס איז אייביג געווען די מסורה, אדער ווייניגער, וכן פסק המשנ''ב, אבער זיי האבן עס גענומען פאר א מלחמת מצוה),
הרב נובירט פון שמירת שבת כהלכתה, וואס איז גראדע ע''פ פסקי הגרשז''א און מוגה ע''י, איז געקומען אונטער הייסע פייער פארן מתיר זיין די עלעקטעריק, למעשה איז דאס יא גאר א גרויסע פולמוס און ווי מזעהט האבן אסאך גדולי ישראל געהאלטן אז סאיז א הארבע פירצה אפילו מען קען מתיר זיין מן הדין.
ווי קען מען יא זען פוסקים וואס האבען עס מברר געווען לאיסור?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”