מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש , אחראי

מעג א שווער זאגען פארען איידעם (אדער דורך די טאכטער) נישט צו גיין דאווענען שפעט

יא
33
19%
ניין
138
81%
סך הכל שטימען: 171

אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אינדערוואכן דאווען איך פאר מיין שווער און שבת איז פונקט פארקערט סאו ס׳איווענט זיך אויס…
מען דארף זיין א נער זיך נישט צו שרעקן פון ריזיקע, אבער מען דארף זיין א גרעסערע נער זיך אונטערצוגעבן צו דער שרעק…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
פראפעסאר
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

תגובה דורך פראפעסאר »

וואף אן אשכול....
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:08 pm
אינדערוואכן דאווען איך פאר מיין שווער און שבת איז פונקט פארקערט סאו ס׳איווענט זיך אויס…
דיין שווער האט נישט קיין דזשאב??..
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

צק
יא אבער די איידעם מעג פייפען
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
אוועטאר
פראפעסאר
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

צ'ק ממש נישט קיין גוטע איידיע... מעגן מעג ער, מען מעג אסאך זאכן, איך וועל דיר זאגן א סוד מען מעג אפילו שרייען אויפן איידעם!.. יא, מען מעג..
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:08 pm
אינדערוואכן דאווען איך פאר מיין שווער און שבת איז פונקט פארקערט סאו ס׳איווענט זיך אויס…
שיינע זאך פון היינטיגע יונגעלייט, מען דאוונט פאר'ן שווער (מעגסט ווען מתפלל זיין פאר די שוויגער אויך)
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6251
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:44 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:08 pm
אינדערוואכן דאווען איך פאר מיין שווער און שבת איז פונקט פארקערט סאו ס׳איווענט זיך אויס…
שיינע זאך פון היינטיגע יונגעלייט, מען דאוונט פאר'ן שווער (מעגסט ווען מתפלל זיין פאר די שוויגער אויך)
דערמאנסט מיר פון א מנהיג פון א חסידות האט אמאל געזאגט אין א שמועס אז מען דאווענט נישט פאר חצות, מ' דאווענט פארן אויבערשטן. זינט דאן איז דא מנינים אין יענעם שוהל ביז שפעט נאכמיטאג..
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 2:40 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:08 pm
אינדערוואכן דאווען איך פאר מיין שווער און שבת איז פונקט פארקערט סאו ס׳איווענט זיך אויס…
דיין שווער האט נישט קיין דזשאב??..
דאס איז שוין א ווייטאגליכע נושא…
מען דארף זיין א נער זיך נישט צו שרעקן פון ריזיקע, אבער מען דארף זיין א גרעסערע נער זיך אונטערצוגעבן צו דער שרעק…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:57 am
אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:10 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:32 am
שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:25 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:22 am

אמת'ע מעשה (איך קאן דעם שווער און דעם איידעם), ווען דער שווער האט זיך דאס ערשטע מאהל געטראפן מיט'ן איידעם, האט ער אים געפרעגט וועלכע סוגיא לערנט מען יעצט אין ישיבה. האט דער איידעם גע'ענטפערט מיט א גלייכגילטיקייט: די סוגיא פון "דעלך סני לחברך לא תעביד".
ווואףףף…

זייער גוט געענטפערט.

און עי סייד נאויט, איך וואלט שוין נאכדעם מורא געהאט צו נעמען אזא איינעם פאר אן איידעם.

ס׳איז גאטס.
נעה, דער שווער האט אים גענומען "טאקע" וועגן דעם.

דער קעלעמער מגיד איז אמאל געווען ביי א שבע ברכות, און נאך א קורצע שמועס מיט'ן חתן האט ער געזעהן וואספארא עם הארץ דער איז, ביי שבע ברכות איז די כלה אריינגעקומען מיט א קורץ קלייד. האט דער מגיד געזאגט: דאס איז דאך ממש א שידוך פון הימל, נישט קיין תורה און נישט קיין סחורה. דער חתן האט נישט קיין תורה און דער כלה האט נישט קיין סחורה.

לענינו, דא רעדט מען פון א סחורה (מלשון סחור סחור...). ענבי הגפן בענבי הגפן.
דערמאנט מיר פון דעם אבני נזר מיט איינע פון די גדולים.. כ'געדענק נישט ביי וועמען ער איז געווען אנגעטראגן.. און יענער האט איהם פארהערט איין סוגיא.. און דערנאך האט ער געוואלט פארהערן נאך א סוגיא.. זאגט איהם דער אבנ"ז אויב אזוי וויל איך דיר אויך פארהערן.. דאס ענין צו פארהערן דעם איידעם איז ווייל מ'דארף נעמען א ת"ח פארן טאכטער.. וואלט דאך דער איידעם געדארפט פארהערן דעם שווער צו זעהן צו ס'איז א בת ת"ח.. נאר מ'פארלאזט זיך אויפ'ן חזקה אז זיין שווער האט איהם שוין פארהערט און ער קען נאכאלץ.. אבער אויב דו ווילסט מיר נאכמאהל פארהערן.. דארף איך דיר אויך פארהנערן.. ווייל אויף צוויי מאל איז נישטא קיין חזקה..

און דער שידוך איז נישט געווארן צום סוף..
די מעשה פארציילט די וועלט אויפן הייליגן צאנזע רב. אבל שמעתי כמה וכמה שטוענים אז די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט דארט.
עס איז דא א אינטערעסאנטע מעשה מיטן סאטמארער רבי'ן זי"ע איבער די עובדא, ער האט עס געהערט אמאל און פרובירט אפצולייקענען בכל יכולתו אבער ווען דער מספר האט אים געדריקט צו די וואנט אז ער האט עס מקובל פולשטענדיג קראנט וכו' האט ער געזאגט 'איך פרוביר עס צו לייקענען משום כבודו פונעם אבני נזר, אבער אויב איז די מעשה טאקע יא אמת איז דאס געווען א גרויסע ..... מצדו'
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

תגובה דורך סענס אף יומער »

פעטער שמואל האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:21 pm
וואס פונקטליך איז די פראבלעם פון דאווענען נאך 11?
ס’איז א איסור דאורייתא? א דרבנן? א מנהג?

א שווער זאל פליז אוועקלייגן זיין נאז אויף אריין צו שטעקן ווען ס’פעלט וויכטיג אויס.
אויך נישט ווען ס'איז וויכטיג. העכסטנס שיק א מעסעדזש מיטן ווייב זיינער

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
סקווירא חסיד
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:20 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקווירא חסיד »

שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:25 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:22 am
שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:19 am
צ״ק

דער שווער איז א גרויס רחמנות, כשוין איהם עכט, און כשוין זיינע ארומיגע אויך.

פראקטיש, דער איידעם גייט זיך לכאורה נישט טוישן, ער דאוונט מן הסתם נישט שפעט מיט א כוונה תחילה, ער קען זיך נישט באקראצן צו וואס, סוי סתם איהם זאגן גייט איהם פלעין ווי טוען, און דיר איידעם גייט באקומען פרעשור פונעם שווער, מסתם וועט ער טראכטן צוויי מאל בעפאר ער קומט נאכאמאל.

כהאב אמאל מיטגעהאלטן ווי א שווער האט געפרעגט זיין טאכטער וויפיל אזייגער איר מאן דאוונט, דער טאכטער הא איהם געזאגט, טאטי, איך בין ב״ה גוט חתונה געהאט און כהאב זייער ליעב מיין מאן, לאמיר עס לאזן אזוי…
אמת'ע מעשה (איך קאן דעם שווער און דעם איידעם), ווען דער שווער האט זיך דאס ערשטע מאהל געטראפן מיט'ן איידעם, האט ער אים געפרעגט וועלכע סוגיא לערנט מען יעצט אין ישיבה. האט דער איידעם גע'ענטפערט מיט א גלייכגילטיקייט: די סוגיא פון "דעלך סני לחברך לא תעביד".
ווואףףף…

זייער גוט געענטפערט.

און עי סייד נאויט, איך וואלט שוין נאכדעם מורא געהאט צו נעמען אזא איינעם פאר אן איידעם.

ס׳איז גאטס.
איך מיין ס׳נישט גאטס, ס׳איז חוצפה.
סקווירא חסיד
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:20 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקווירא חסיד »

אותות ומופתים האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 10:36 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:57 am
אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:10 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:32 am
שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:25 am

ווואףףף…

זייער גוט געענטפערט.

און עי סייד נאויט, איך וואלט שוין נאכדעם מורא געהאט צו נעמען אזא איינעם פאר אן איידעם.

ס׳איז גאטס.
נעה, דער שווער האט אים גענומען "טאקע" וועגן דעם.

דער קעלעמער מגיד איז אמאל געווען ביי א שבע ברכות, און נאך א קורצע שמועס מיט'ן חתן האט ער געזעהן וואספארא עם הארץ דער איז, ביי שבע ברכות איז די כלה אריינגעקומען מיט א קורץ קלייד. האט דער מגיד געזאגט: דאס איז דאך ממש א שידוך פון הימל, נישט קיין תורה און נישט קיין סחורה. דער חתן האט נישט קיין תורה און דער כלה האט נישט קיין סחורה.

לענינו, דא רעדט מען פון א סחורה (מלשון סחור סחור...). ענבי הגפן בענבי הגפן.
דערמאנט מיר פון דעם אבני נזר מיט איינע פון די גדולים.. כ'געדענק נישט ביי וועמען ער איז געווען אנגעטראגן.. און יענער האט איהם פארהערט איין סוגיא.. און דערנאך האט ער געוואלט פארהערן נאך א סוגיא.. זאגט איהם דער אבנ"ז אויב אזוי וויל איך דיר אויך פארהערן.. דאס ענין צו פארהערן דעם איידעם איז ווייל מ'דארף נעמען א ת"ח פארן טאכטער.. וואלט דאך דער איידעם געדארפט פארהערן דעם שווער צו זעהן צו ס'איז א בת ת"ח.. נאר מ'פארלאזט זיך אויפ'ן חזקה אז זיין שווער האט איהם שוין פארהערט און ער קען נאכאלץ.. אבער אויב דו ווילסט מיר נאכמאהל פארהערן.. דארף איך דיר אויך פארהנערן.. ווייל אויף צוויי מאל איז נישטא קיין חזקה..

און דער שידוך איז נישט געווארן צום סוף..
די מעשה פארציילט די וועלט אויפן הייליגן צאנזע רב. אבל שמעתי כמה וכמה שטוענים אז די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט דארט.
עס איז דא א אינטערעסאנטע מעשה מיטן סאטמארער רבי'ן זי"ע איבער די עובדא, ער האט עס געהערט אמאל און פרובירט אפצולייקענען בכל יכולתו אבער ווען דער מספר האט אים געדריקט צו די וואנט אז ער האט עס מקובל פולשטענדיג קראנט וכו' האט ער געזאגט 'איך פרוביר עס צו לייקענען משום כבודו פונעם אבני נזר, אבער אויב איז די מעשה טאקע יא אמת איז דאס געווען א גרויסע ..... מצדו'
דעס אז די סאטמאר רב האט עס געלייקענט פארציילט אב״ד פאיע ז״ל אין זיין ספר דולה ומשקה, ווער האט פארציילט די אויספיר?
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

קומט מיינעך אויך פון פאיער רב, הגם עס איז טאקע מעגליך עס איז נישט געדרוקט...

איך האב געליינט די מעשה אין איינע פון די קובצי גינת ורדים. פרעג א עורך זייערער וועט ער מסתמא וויסן צו זאגן מער
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

שוין דא 3 פעידזשעס אויף א נושא וואס האט ניטאמאל קיין צוויי זייטן?!

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:17 am
שוין דא 3 פעידזשעס אויף א נושא וואס האט ניטאמאל קיין צוויי זייטן?!
איין זייט אז די שווער מעג זאגן פאר די איידעם ווען צי דאווענען
און די אנדערע זייט איז אז ניין די שווער מעג נישט
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

איין האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:25 am
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:17 am
שוין דא 3 פעידזשעס אויף א נושא וואס האט ניטאמאל קיין צוויי זייטן?!
איין זייט אז די שווער מעג זאגן פאר די איידעם ווען צי דאווענען
און די אנדערע זייט איז אז ניין די שווער מעג נישט
אה.....!! כ'האב נישט געכאפט.....!!

מיין תוכן ווערט געשריבן אונטער מיין ניק. עס רעפרעזענטירט לאו דוקא מיין
אמת'ע מהות און כאראקטער.
זיופים אויפדעקער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:51 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיופים אויפדעקער »

בשבילי נברא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:23 am

די מעשה זאגט מען האט פאסירט ביים אבני נזר ווען ער איז געווען אנגעטראגן אלץ בחור פארן הייליגן צאנזער רב זי"ע. און נאכן זעהן זיין שארפקייט האט צאנזער רב געזאגט אז איך זעה אז פאר מיר ער איז צו שארף אבער ער פאסט מער פארן קאצקער, און אים אהינגעשיקט, און ער איז טאקע נאכדעם געווארן אן איידעם ביי ר' מענדעלע קאצקער זי"ע.

עיין כאן:

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 51#p408973

זכות כל הצדיקים יגן עלינו
וכידוע שרביה"ק מסאטמאר זי"ע הכחיש מעשה זו, וא"כ לכאו' אסור להזכירו באייוועלט...
זיופים אויפדעקער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:51 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיופים אויפדעקער »

צ"ק:
דא מישן זיך צאם צוויי נושאים.
1. וואס מעג א שווער זאגן פארן איידעם און וואס נישט.
2. פארוואס דאוונט דער איידעם שפעט.

כ'וועל פרובירן צו ענטפערן אויף די צווייטע שאלה.

אויב דער איידעם דאוונט שפעט סתם אין דער וועלט אריין, ווייל ער איז יעצט אין קאנטרי אויף וואקאציע, נו.

אבער אויב דאס איז טאג-טעגליך, דאן קענט איר זיכער זיין אז דער איידעם וואלט אויך געוואלט דאווענען פרי, נאר ס'איז אים באמת שווער אויפצושטיין, אדער ער קען זיך נישט באקראצן, וכדו'.
קיינער וויל נישט לכתחילה אזא סדר היום, אפילו דער גרעסטער שלעפער. ער קוקט אויס צופרידן דערמיט ווייל ער האט שוין שלום געמאכט מיטן מצב.

אין אזא פאל האט דער שווער נישט וואס אריינצורעדן, חוץ אויב ער וויל פארפלאנטערן זיינע באציאונגען מיטן איידעם.

אבער ווען די מציאות איז ווי אינעם ערשטן פאל, אז דער איידעם פראוועט וואקאציע, קען זיין אז מ'מעג אים מעורר זיין, פרעגט א קלוגער איד (מסתמא איז עס נישט קיין פראבלעם, כאטש ס'איז בכלל נישט ראטזאם).

דער פראבלעם איז, אז דער שווער וועט געווענליך טראכטן אז דער איידעם איז פון די ערשטע קאטעגאריע, ער וויל פלעין נישט דאווענען פרי.
נו, זייט וויסן הרב שווער, איר זענט בכלל נישט דער איינציגסטער. אזוי טראכטן אלע עלטערן, מנהלים, משגיחים, חברים, שכנים, וכו'. אזוי זאגן אים אלע פון יונגווייז אן, דו ווילסט נישט, דו פרובירסט נישט, ווען דו ווילסט קענסטו, וכד'. ס'איז אמת, ווען ער וויל קען ער, אבער ס'פאדערט זיך א שטאלענער ווילן, בכלל נישט אזא פשוט'ע ווי איר מיינט.

דער באווייז אז דער יונגערמאן איז פון די צווייטע קאטעגאריע, איז פון דעם וואס ער דאוונט שפעט טאג איין טאג אויס. ניין, אזאנס טוט ער נישט סתם אזוי. קיינערוויל נישט אזא סדר היום, אפילו אזא שלעפער ווי ער.

הצלחה רבה.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

זיופים אויפדעקער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 3:50 am

זייט נישט ברוגז, איינער וואס שטייט אויף טעגליך שפעט, און האט א ווייב און קינדער און דארף ברענגען פרנסה, איז א הפקר יונג
כ'בין ביזי
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

צ"ק
מיין מיינונג:
דער שווער זאל אפי' נישט טראכטן ווען דער אידעם שטייט אויף
אויב טראכט ער יא זאל ער איינפאקן
אויב זאגט ער יא, זאל דער איידעם עס אננעמען מיט שעצונג
כ'בין ביזי
זיופים אויפדעקער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 9:51 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיופים אויפדעקער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:50 am

זייט נישט ברוגז, איינער וואס שטייט אויף טעגליך שפעט, און האט א ווייב און קינדער און דארף ברענגען פרנסה, איז א הפקר יונג
נו נו. אין מיין תגובה באצי איך זיך צו אזעלכע ווי דיר.
אוועטאר
חיים97
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:35 pm
מען רעדט פון א שווער וואס באדערט אים ווען זיין איידעם קומט צונעים און קאנטרי און גייט דאווענען 11+
מעגן מעג ער וואס ער וויל! אבער ער דארף וויסן אז עס קען זיין אויף די חשבון פון זייער שלום בית,
א שווער דארף וויסן אז זיך אריינמישן און א חתונה געהאט קינד איז סם.
דאס וואס @נישטאמת זאגט אז עפעס באדערט דארף מען עס ארויס זאגן.
און די איידעם טאר עס נישט נעמען צום הארצן, און יא, ווען ער קומט צום שווער זאל ער זיך צושטעלן.

איז אויך גערעכט נאר אויב מען וויסט וויאזוי (איך מיין אז רוב מענטשן ווייסן נישט וויאזוי) אבער עס אי זזיכער נישט קיין לכתחילה.
איך מיין ער זאל איין מאל גיין צי שבת קרבתנו פאר די וואס זענען געמאכט פאר די 40 און ארויף, און הערן וויאזוי און ווען מען קען זאגן עפעס.
shita
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 3:32 pm

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shita »

מ'דארף זיכער מאכן אז מיין שווער זעהט די אשכול..............
באשעפער'ס א קינד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 5:28 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפער'ס א קינד »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:18 pm
זיכער אז יא. אז עפעס באדערט דארף מען עס ארויס זאגן.
די איידעם טאר עס נישט נעמען צום הארצן, און יא, ווען ער קומט צום שווער זאל ער זיך צושטעלן.
זייער שיין פון די יונגערמאן אז ער וועט זיך צושטעלן צום שווער ווען ער איז ביי עם
האבער דער שווער זאל ביטע מויחל זיין אין האב דער איידעם טוט עס נישט זאל ער זיך צורייסען זיין הארץ און נישט זאגן א ווארט פארן איידעם
באשעפער'ס א קינד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 5:28 am

Re: מעג א שווער זאגען פארען איידעם נישט צו גיין דאווענען שפעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפער'ס א קינד »

פעטער שמואל האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:40 pm
ווישוואש האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:37 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:21 pm
וואס פונקטליך איז די פראבלעם פון דאווענען נאך 11?
ס’איז א איסור דאורייתא? א דרבנן? א מנהג?

זמן תפילה?
אין אסאך חסידי’שע מקומות האט מען למעשה נישט מקפיד געווען אויף דעם.
סא עס לוינט זיך נישט זיך צו שטעלן אויף דעם. לייג אוועק די נאז פאר וויכטיגערע זאכן.
די וויכטיגע זאכן דארף ער אויכעט נישט זאגן
קינדער איז מען מחנך, נישט איידימעס
האסט דיך עס אליינ'ס אוסגעוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”