טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קמץ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2024 6:37 pm

טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמץ »

אוי האט זיך די טאג אנגעהויבן ליכטיג, יא סאיז גראדע געוועזן די שרעקעדיגע טאג "זונטאג", אבער דעי זונטאג האט זיך אנגעהויבן ספעציעל גוט, גלייך ביים קישן די מזוזה האט די זון שוין געשמייכלט צו מיר, ווי איינער זאגט, האסט נישט געגלייבט אז איך וועל מיר איינמאל צושטעלן צו דיר! הא....?! איך בין נאך אזוי געלונגען ווי דינסטאג.

די וועטער איז געווען אויסנאם שיין, און די רואיגע געשמאקע אטמאספער און ביהמ"ד, האט נאר אריינגעשפילט דעם אום געלונגענעם זונטאג, מיר צו קענען איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז "יא איך קען אויך".

קום איך אזוי ארויס פון מקוה, איך טראכט צו מיר, סאיז דאך סייווי זונטאג, איך ארבעט דאך נישט היינט, לאמיר נעמען דעם טאג מער רוחניות'דיג, לאמיר שנעל מאכן א חברותא מיט'ן הייליגן מאור ושמש, נאך אזאלכע מחשבות פארשטייט זיך מיין ברכות התורה איז אויך געווען א הארמאני, אונטערצושפילן דעם ערשטמאליג געלונגענעם זונטאג, איך מאך מיר א פיינעם קאווע, די קאליר פונעם קאווע האט מיר קלאר געזאגט, אז סאיז פשוט נאך א רינגעלע אונעם געלונגענעם טאג, איך דריי ארויף מיינע פיאות, ווי קליינע סטראבעריס, און איך מאך זיי אראפ מיט'ן הויקער "ה"ידוע, און איך בין גרייט אנצוהייבן מיין מאור ושמש.

פלוצלינג אזוי מיר נישט דיר, צו מיין גרויס ווינדער טררררררר......
ווער האט געברענגט דא א טראקטאר און ביהמ"ד?????
וויאזוי איז ער ארויפגעפארן די טרעפ רבוש"ע????
אבער ויפן כה וכה וירא כי אין טראקטאר....!
אפשר האט עס מיר בלויז געדאכט...?!
איך בליק צוריק אריין און מיין ספר'ל, והנה און אט, טררררר.....! יא!!! סאיז א טראקטאר!!! דאס מאל האב איך מיר שוין נישט גענארט, אבער ווי איז עס...? פארוואס זעה איך עס נישט?
איך שטיי אזוי און שטוין, און פלוצלינג הער איך מיין שכן שרייט אויס, ברוך חי העולמים, ער קוקט מיר אזוי אן ווי צו פארלאנגען זיין אמן, אבער איך בין נאך געווען טראמאזירט, דער טראקטאר איז פשוט געווען די גרודער פון אייער קאווע....??? ערעביד טרינק שטילער נעקסטיים...!!!!, זיי סענסיטיוו צו דיין שכן און ביהמ"ד, איך פארשטיי אז דיין קאווע האט נאר א טעם מיט די שרייענדע גערוישן, אבער בו בזמן נערווירט איר אייערע שכינים, איך טרינק אנעם טראקטאר נויז, און יא!!! מיין קאווע איז דעלישעס!!! די זעלבע געשמאקע טעם ווי דיינע, מיט א קלייניקייט קענסטו מאכן אנעגענעם פאר דיינע שכינים.

הצלחה רבה!!
א אנגענעמע טאג!!!!
לעצט פארראכטן דורך קמץ אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דער עסקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: טראקטאר און בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

שכח - נישטא פארוואס.....
היינטיגע דורות
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 6:15 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היינטיגע דורות »

קמץ האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:49 pm
אוי האט זיך די טאג אנגעהויבן ליכטיג, יא סאיז גראדע געוועזן די שרעקעדיגע טאג "זונטאג", אבער דעי זונטאג האט זיך אנגעהויבן ספעציעל גוט, גלייך ביים קישן די מזוזה האט די זון שוין געשמייכלט צו מיר, ווי איינער זאגט, האסט נישט געגלייבט אז איך וועל מיר איינמאל צושטעלן צו דיר! הא....?! איך בין נאך אזוי געלונגען ווי דינסטאג.

די וועטער איז געווען אויסנאם שיין, און די רואיגע געשמאקע אטמאספער און ביהמ"ד, האט נאר אריינגעשפילט דעם אום געלונגענעם זונטאג, מיר צו קענען איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז "יא איך קען אויך".

קום איך אזוי ארויס פון מקוה, איך טראכט צו מיר, סאיז דאך סייווי זונטאג, איך ארבעט דאך נישט היינט, לאמיר נעמען דעם טאג מער רוחניות'דיג, לאמיר שנעל מאכן א חברותא מיט'ן הייליגן מאור ושמש, נאך אזאלכע מחשבות פארשטייט זיך מיין ברכות התורה איז אויך געווען א הארמאני, אונטערצושפילן דעם ערשטמאליג געלונגענעם זונטאג, איך מאך מיר א פיינעם קאווע, די קאליר פונעם קאווע האט מיר קלאר געזאגט, אז סאיז פשוט נאך א רינגעלע אונעם געלונגענעם טאג, איך דריי ארויף מיינע פיאות, ווי קליינע סטראבעריס, און איך מאך זיי אראפ מיט'ן הויקער "ה"ידוע, און איך בין גרייט אנצוהייבן מיין מאור ושמש.

פלוצלינג אזוי מיר נישט דיר, צו מיין גרויס ווינדער טררררררר......
ווער האט געברענגט דא א טראקטאר און ביהמ"ד?????
וויאזוי איז ער ארויפגעפארן די טרעפ רבוש"ע????
אבער ויפן כה וכה וירא כי אין טראקטאר....!
אפשר האט עס מיר בלויז געדאכט...?!
איך בליק צוריק אריין און מיין ספר'ל, והנה און אט, טררררר.....! יא!!! סאיז א טראקטאר!!! דאס מאל האב איך מיר שוין נישט גענארט, אבער ווי איז עס...? פארוואס זעה איך עס נישט?
איך שטיי אזוי און שטוין, און פלוצלינג הער איך מיין שכן שרייט אויס, ברוך חי העולמים, ער קוקט מיר אזוי אן ווי צו פארלאנגען זיין אמן, אבער איך בין נאך געווען טראמאזירט, דער טראקטאר איז פשוט געווען די גרודער פון אייער קאווע....??? ערעביד טרינק שטילער נעקסטיים...!!!!, זיי סענסיטיוו צו דיין שכן און ביהמ"ד, איך פארשטיי אז דיין קאווע האט נאר א טעם מיט די שרייענדע גערוישן, אבער בו בזמן נערווירט איר אייערע שכינים, איך טרינק אנעם טראקטאר נויז, און יא!!! מיין קאווע איז דעלישעס!!! די זעלבע געשמאקע טעם ווי דיינע, מיט א קלייניקייט קענסטו מאכן אנעגענעם פאר דיינע שכינים.

הצלחה רבה!!
א אנגענעמע טאג!!!!

סמעג ווען טאקע זיין אזא אויפוואכונג
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

טראקטאר ביים שוויגער אינדערהיים ?!
אה, ס'איז מיין שוואגער, ער עסט זיפ.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
קמץ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2024 6:37 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמץ »

יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:34 pm
טראקטאר ביים שוויגער אינדערהיים ?!
אה, ס'איז מיין שוואגער, ער עסט זיפ.
אוועטאר
חושן משפט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:36 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושן משפט »

איך מיין אז סאיז מער א וואלפיש סאונד ווי א טראקטאר סאונד
קיוקאמבער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 4:27 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיוקאמבער »

איך האף נאר אז מיין שכן און ביהמ"ד ליינט עס אויך.....
קמץ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2024 6:37 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמץ »

חושן משפט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:48 pm
איך מיין אז סאיז מער א וואלפיש סאונד ווי א טראקטאר סאונד
צו וואלפיש צו טראקטאר, ס'ברויך א תיקון!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קוקט אויס ער האט אזא פשט.. אם פגע בך מנוול זה.. אויב ווילסטו פאר'מיאוס'ן יענעם ווי א פגע רע.. משכהו לבית המדרש.. ציה אריין ביים קאווע אין ביסמעדריש..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קיוקאמבער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 4:27 pm

Re: טראקטאר אין בעסמעדרעש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיוקאמבער »

הייסט ער קומט גאר מיט א גמרא....????
דער דארף שוין טאקע שלעק.....!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”