דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7717
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

נעכטן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:55 am
ס'נישט נאר גרעפיקס, זיי שרייבן דארט אינעם היינטיגן בלעטל אז ס'קומט פרישע רובריקן יעדן מאנטאג - דאנעשטאג
שטיבל/וואך/מאמענט האבן אויך ניע רובריקן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
אוועטאר
ההרים
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:28 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ההרים »

האלצשטיין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:38 pm
נעכטן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:55 am
ס'נישט נאר גרעפיקס, זיי שרייבן דארט אינעם היינטיגן בלעטל אז ס'קומט פרישע רובריקן יעדן מאנטאג - דאנעשטאג
שטיבל/וואך/מאמענט האבן אויך ניע רובריקן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
ווי קומט דא אריין מאגאזינען? מאגאזינען באקומסט עס נאר פאר באצאלט, און זיי דארפן פשוט זיכער מאכן אז די זאלסט זיי ווילן קויפן.
משא"כ דעיס איז פאר פרי, און זיי האבן ארויפגעברענגט די אימעיל בלעסט סטאנדארט צו א העכערע שטאפל, קלאר שיין מסודר, אזש סממש א מחיה עס צו ליינען. קומצעך זיי א מעדאל.
אוועטאר
ההרים
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:28 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ההרים »

פאר ווער סהאט עס נאכנישט געזעהן.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-12-31 132030.png
Screenshot 2023-12-31 132030.png (108.25 KiB) געזען 1544 מאל
Screenshot 2023-12-31 132056.png
Screenshot 2023-12-31 132056.png (156.47 KiB) געזען 1544 מאל
רבא
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 14, 2023 2:31 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא »

לענ'ד איז די אלטע גרעפיק געווען קלארע אין באטעמטע צו ליינען, כזע נישט די גרויסע געדילע...
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

הערליכע נייע לעאוט

א גישמאק צו ליינען
אין זייט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:32 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין זייט »

ההרים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:29 pm
מיט א פרישקייט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:48 am
נעכטן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:55 am
ס'נישט נאר גרעפיקס, זיי שרייבן דארט אינעם היינטיגן בלעטל אז ס'קומט פרישע רובריקן יעדן מאנטאג - דאנעשטאג
זעט אויס הערליכע גרעפיקס! ווער האט עס געמאכט?
פענטעגאן
זייער שיין!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

הערליך שיין
א געשמאקע פרישקייט
אוועטאר
טאנץ פון בער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:36 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ פון בער »

סארי פאר מיין ברעיק אוט זונטאג נאכן עפענען די אימעיל, אבער דאס וואס האט מיך די מערסטע געטריגערט איז אז זיי קימערן זיך אפי' נישט צו טוישן די אויסקוק פון די ''נייעס\ווערטער'' אליינס, נאר די גרעפיקס ארום, וואס זייענדיג באקאנט אין דעם פעלד, און בכלל איז באוואוסט אז היינטיגע צייטן איז דאס בכלל נישט ''אזוי'' קאסטבאר, פארשטייט זיך טאמער וועסטו נעמען א טאפ נאטש גרופע קען דער ''ריברענדינג'' שפיל קאסטן אין די 2 דידזשיט אלפים, אבער אז דו מאכסט שוין יא אזא מצב פיץ צו אביסל די טעקסט לעיאוט, נישט לאז עס מיט די זעלבע וואטסעפפ\פאשקעווילן פאנט, און צעפארענע אויסשטעל, יא איך פארשטיי אז דאס קאסט סאך מער, אבער קוק אהער, די נ.י. טיימס קומט אויך ארויס טעגליך, און עס איז אויך פאר פרי, און גראדע איז די גרעפיקס נישט עפעס מורא'דיג, אבער זיי לייגן א ספעציעלן דגוש אז די טעקסט זאל זיין צום זאך און בע'טעמט, די אויגן זאלן נישט שווינדלען ווען מ'לעזט דאס אויפן סאבוועי, כ'פארשטיי אז דער איד טעגליך איז נישט בכלל אין די ליעג פון די נ. י. טיימס, אבער די המודיע טוט אויך די זעלבע זאך, און נישט נאר די גרויסע המודיע נאר אפי' יעדן אפגעשמיסענע לאקאלע צייטונג וואס קומט ארויס אין סאליווען קאונטי, צו די אראנדזש קאונטי'ס ''העראלד טייימס רעקארד'', וואס האט באמת נישט אינטערעסאנטערס צו דעקן ווי די פראטעסט תשעה באב אין נעפאנעק, יא יא זיי האבן א געשמאקן מסודר'דיגן טעקסט אויסלייג און משא''כ דער איד ט. קוקט לעת עתה (כ'האף אז זיי וועלן עס בקרוב טוישן בע''ה) אויס אקוראט ווי דער דזשואיש וויוס...
הערטס מיר אויס אז דער איד ט. וועט זיך נישט צושארן די ארבל, לאז איך אייך סתם וואוסן אז דער נ.י. טיימס ערשיינט שוין אויך היינט אויף אידיש...(נישט אומזיסט פירט דער איד אזא מלחמת חרמה קעגן דעם טיימס..)
טאנץ איינמאל, און צוויי מאל, און דריי מאל, און נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאך איין מאל, אראפ ארויף, און געב נישט אויף,

קרעדיט ר' מיכא-ל ע''ה, ור' פנחס מרדכי
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

טאנץ פון בער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:31 am
סארי פאר מיין ברעיק אוט זונטאג נאכן עפענען די אימעיל, אבער דאס וואס האט מיך די מערסטע געטריגערט איז אז זיי קימערן זיך אפי' נישט צו טוישן די אויסקוק פון די ''נייעס\ווערטער'' אליינס, נאר די גרעפיקס ארום, וואס זייענדיג באקאנט אין דעם פעלד, און בכלל איז באוואוסט אז היינטיגע צייטן איז דאס בכלל נישט ''אזוי'' קאסטבאר, פארשטייט זיך טאמער וועסטו נעמען א טאפ נאטש גרופע קען דער ''ריברענדינג'' שפיל קאסטן אין די 2 דידזשיט אלפים, אבער אז דו מאכסט שוין יא אזא מצב פיץ צו אביסל די טעקסט לעיאוט, נישט לאז עס מיט די זעלבע וואטסעפפ\פאשקעווילן פאנט, און צעפארענע אויסשטעל, יא איך פארשטיי אז דאס קאסט סאך מער, אבער קוק אהער, די נ.י. טיימס קומט אויך ארויס טעגליך, און עס איז אויך פאר פרי, און גראדע איז די גרעפיקס נישט עפעס מורא'דיג, אבער זיי לייגן א ספעציעלן דגוש אז די טעקסט זאל זיין צום זאך און בע'טעמט, די אויגן זאלן נישט שווינדלען ווען מ'לעזט דאס אויפן סאבוועי, כ'פארשטיי אז דער איד טעגליך איז נישט בכלל אין די ליעג פון די נ. י. טיימס, אבער די המודיע טוט אויך די זעלבע זאך, און נישט נאר די גרויסע המודיע נאר אפי' יעדן אפגעשמיסענע לאקאלע צייטונג וואס קומט ארויס אין סאליווען קאונטי, צו די אראנדזש קאונטי'ס ''העראלד טייימס רעקארד'', וואס האט באמת נישט אינטערעסאנטערס צו דעקן ווי די פראטעסט תשעה באב אין נעפאנעק, יא יא זיי האבן א געשמאקן מסודר'דיגן טעקסט אויסלייג און משא''כ דער איד ט. קוקט לעת עתה (כ'האף אז זיי וועלן עס בקרוב טוישן בע''ה) אויס אקוראט ווי דער דזשואיש וויוס...
הערטס מיר אויס אז דער איד ט. וועט זיך נישט צושארן די ארבל, לאז איך אייך סתם וואוסן אז דער נ.י. טיימס ערשיינט שוין אויך היינט אויף אידיש...(נישט אומזיסט פירט דער איד אזא מלחמת חרמה קעגן דעם טיימס..)
די ליינסט טאקע די אלע שמיציגע גויאישע מאגאזינען......?!

איך האלט גראדע יא פון די פאנט..
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

די ווידעיא עד צייגט קלאר אז זיי האבן עס איבערגעמאכט אויף א וועג אז עס זאל זיך לייכט ליינען אויף א סמארטפאן.

די גראבע שוארצע און רויטע פרעימס זענען א חורבן.

https://www.dropbox.com/scl/fi/x2ecuhjv ... qr7br&dl=0
אוועטאר
אייער
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

טאנץ פון בער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:31 am
סארי פאר מיין ברעיק אוט זונטאג נאכן עפענען די אימעיל, אבער דאס וואס האט מיך די מערסטע געטריגערט איז אז זיי קימערן זיך אפי' נישט צו טוישן די אויסקוק פון די ''נייעס\ווערטער'' אליינס, נאר די גרעפיקס ארום, וואס זייענדיג באקאנט אין דעם פעלד, און בכלל איז באוואוסט אז היינטיגע צייטן איז דאס בכלל נישט ''אזוי'' קאסטבאר, פארשטייט זיך טאמער וועסטו נעמען א טאפ נאטש גרופע קען דער ''ריברענדינג'' שפיל קאסטן אין די 2 דידזשיט אלפים, אבער אז דו מאכסט שוין יא אזא מצב פיץ צו אביסל די טעקסט לעיאוט, נישט לאז עס מיט די זעלבע וואטסעפפ\פאשקעווילן פאנט, און צעפארענע אויסשטעל, יא איך פארשטיי אז דאס קאסט סאך מער, אבער קוק אהער, די נ.י. טיימס קומט אויך ארויס טעגליך, און עס איז אויך פאר פרי, און גראדע איז די גרעפיקס נישט עפעס מורא'דיג, אבער זיי לייגן א ספעציעלן דגוש אז די טעקסט זאל זיין צום זאך און בע'טעמט, די אויגן זאלן נישט שווינדלען ווען מ'לעזט דאס אויפן סאבוועי, כ'פארשטיי אז דער איד טעגליך איז נישט בכלל אין די ליעג פון די נ. י. טיימס, אבער די המודיע טוט אויך די זעלבע זאך, און נישט נאר די גרויסע המודיע נאר אפי' יעדן אפגעשמיסענע לאקאלע צייטונג וואס קומט ארויס אין סאליווען קאונטי, צו די אראנדזש קאונטי'ס ''העראלד טייימס רעקארד'', וואס האט באמת נישט אינטערעסאנטערס צו דעקן ווי די פראטעסט תשעה באב אין נעפאנעק, יא יא זיי האבן א געשמאקן מסודר'דיגן טעקסט אויסלייג און משא''כ דער איד ט. קוקט לעת עתה (כ'האף אז זיי וועלן עס בקרוב טוישן בע''ה) אויס אקוראט ווי דער דזשואיש וויוס...
הערטס מיר אויס אז דער איד ט. וועט זיך נישט צושארן די ארבל, לאז איך אייך סתם וואוסן אז דער נ.י. טיימס ערשיינט שוין אויך היינט אויף אידיש...(נישט אומזיסט פירט דער איד אזא מלחמת חרמה קעגן דעם טיימס..)
WOOF א אויסברוך.

איך טריי צו כאפן וויאזוי איינער וואס איז באקאנט אין די פעלד האט געקענט שרייבן אזא תגובה....
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

דאס צייגט אז זיי האבן באקומען גאר אסאך דרוק אז די נייע לעיאוט און דעזיין איז געווען א חורבן.

קודאס פאר'ן נעמען שנעלע שריט און עס פאררעכטן. איך האלט יעצט מער ווי אייביג אז עס האט גארנישט געפעלט פון די ערשטע דעזיין און עס האט נישט אויסגעפעלט צו טוישן.

פון די היינטיגע אימעיל.

מיר האבן ב״ה צוריקגעהערט א כוואליע פון וואונטשן און גריסן אויפ’ן איבערגעמאכטן ״דער איד טעגליך״, סיי פון לאנג-עקזיסטירנדע ליינער און סיי פון די וועלכע האבן זיך אצינד אנגעשלאסן אין דער ליינער-באזע.

ווי איר קענט זען, האבן מיר אריינגעלייגט אסאך כוחות אין די לעצטערע טעג צו פארבעסערן דעם פארמאט. עס צו מאכן געשמאקער, מער ליינבאר, לויט די באלדיגע קאמענטארן וואס מ׳האט צוריקגעהערט. מיר באדאנקען זיך פאר די קאנסטרוקטיווע קריטיק וואס האט בעז״ה פיל ארויסגעהאלפן.

צו דער געלעגנהייט ווילן מיר לאדענען אלע חשוב׳ע ליינער, צו לאזן הערן אייערע מיינונגען, הערות און הארות, איבער דעם נייעם דעזיין און די נייע רובריקן, ווי אויך געדאנקען וויאזוי נאכמער צו פארהערליכן און פארשענערן צום טעגליכן געשמאק פון די טויזנטער ליינער.

מיר ווארטן און קוקן ארויס צו הערן פון אייך.

שיקט אייערע הערות און קאמענטארן צו: [email protected]
power
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 3:00 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך power »

מאדנע.

די גארפיקס אויפן ווידיאו זעט אויס שענער ווי די ערשטע לעיאוט וואס זיי האבן ארויפגעלייגט. די טעקס פאנט איז אנדערש. ס'הייבט זיך א ברייט. די קעפלעך ליגן שיין מסודר.

קוקט אויס ווי זיי האבן נישט געקענט מאכן די ארגינעלע דעזיין האט מען יוצא געווען מיט א האלבע, נאכדעם איז אריינגעקומען טענות אויף די האלבע זאך, האט מען עס נאך מער געטוישט. ויצא העגל הזה.
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

קוקט אויס אז די אנקעטעס איבער עקסערסייז האט עפעס אויפגעטון. פון היום יום
אטעטשמענטס
httpshayoimyoim.comwp-contentuploads20240202-28-24-היום-יום-מיטוואך-תשא.pdf.png
httpshayoimyoim.comwp-contentuploads20240202-28-24-היום-יום-מיטוואך-תשא.pdf.png (158.56 KiB) געזען 614 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דער איד, דער ערשטער היימישער אידישער צייטונג אין אמעריקע, וואס דארף ווען צו זיין דער סימבאל און וועג-ווייזער פון דער אידישער שפראך, האט פשוט פארגעסן וויאזוי מ'זאגט ארויס בעיסיק אידישע ווערטער. איך האב עס שוין באמערקט א לענגערע שטיק צייט, אבער היינט האב איך מיך גענומען די מיה דאס ארויפצולייגן, פאלגענד זענען עטליכע סקרינשאסן פון היינט אליינס:

1. אפאנענט אדער קעגנער?

1.png
1.png (19.5 KiB) געזען 548 מאל

2. "אודיטס, מאנופעקטשורער, קאמפאניס", וועלכע שפראך איז דאס...?

2.png
2.png (27.89 KiB) געזען 548 מאל

3. "אריבערסוויטשען"

3.png
3.png (18.24 KiB) געזען 548 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך פון היינט:

4. אינסטרוקציעס אדער אנווייזונגען?
4.png
4.png (21.46 KiB) געזען 548 מאל

פון נעכטן:

"דעציזיע", עס קוקט אויס ווי גוגל טראנסעלעיט...
5.png
5.png (28.05 KiB) געזען 548 מאל
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

דער איד היינט צופרי האט געמאכט גאר א גוטע ארבעט!!!
קומט זיך זיי אסאך קרעדיט!!


טראמפ איבערגעלעבט אטענטאט!
פענסילוועניע – אמעריקע איז איינגעהילט אין שאק, נאכדעם וואס דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט איבערגעלעבט א דראמאטישע אטענטאט פארזוך, ווערנדיג געשאסן און גאר לייכט פארוואונדעט ביי א קאמפיין ראלי אין פענסילוועניע.

דער אטענטאט פארזוך, און דער וועג וויאזוי טראמפ האט זיך אויפגעפירט אין די מילי-סעקונדעס הארט נאכ'ן געשאסן ווערן, האט ווארשיינליך פארזיכערט אז טראמפ וועט געווינען די וואלן אין נאוועמבער. עס האט אים צעמענטירט אלס א היסטארישער פיגור.


דער דראמאטישער אטענטאט פארזוך

דער אטענטאט פארזוך האט זיך דראמאטיש אפגעשפילט שבת נאכמיטאג, ארום זעקס אזייגער, בשעת טראמפ איז ערשינען ביי א ראלי אין באטלער, פענסילוועניע, און ער האט אנגעהויבן געבן זיין רעדע. אין די ערשטע מינוטן פון זיין רעדע האבן זיך די שאסן געהערט.

טויזנטער זענען געווען פארזאמלט ביי דער ראלי צו הערן טראמפ רעדן, און ממש 2 מינוט נאך 6:00 האבן זיך געהערט ארום פינף קוילן. דערנאך האבן די מאסן מיטגעהאלטן וויאזוי טראמפ שטעלט זיך אפ פון רעדן און כאפט זיך אן דעם רעכטן אויער.

סיקרעט סערוויס אגענטן זענען באלד ארויפגעשפרונגען אויפ'ן פאדיום און אראפגעשלעפט טראמפ אויף דער ערד, שרייענדיג "גייטס אראפ!", אין יענער סעקונדע האבן אלע טויזנטער פארזאמלטע זיך אויך געווארפן צו דער ערד, פאלגנדיג די אנווייזונגען.

סעקונדעס שפעטער האט טראמפ זיך צוריק אויפגעשטעלט און אריינגערעדט עפעס אומקלארע ווערטער אינעם מיקראפאן. די מאסן האבן זיך אריענטירט און געזען וויאזוי טראמפ שטייט, מיט א צעבלוטיגטן אויער, פאכענדיג מיט זיין האנט צו צייגן אז ער לעבט.

אט דאס בילד וויאזוי טראמפ שטייט, ארומגענומען מיט סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע האבן אים באשיצט מיט זייערע קערפער, און פאכעט מיט דער האנט זיגרייך, בשעת בלוט טריפט אראפ פון זיין געזיכט, איז אויטאמאטיש געווארן א בילד פאר די היסטאריע ביכער.

די קוילן פונעם שיסער האבן באטראפן דריי מענטשן וועלכע זענען געווען אנוועזנד ביי דער ראלי צו הערן טראמפ רעדן און איינער פון זיי זענען אומגעקומען. די צוויי אנדערע זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן און ווערן באהאנדלט אין לאקאלע שפיטעלער.

ממש אין די ערשטע סעקונדעס האט זיך די סיקרעט סערוויס אריענטירט און באוויזן מיט זייערע צוגעגרייטע צילשיסער צו טרעפן פון וואו די קוילן זענען געקומען. זיי האבן געעפנט פייער אין יענער דירעקציע און אומגעברענגט דעם שיסער אויפ'ן ארט.

טראמפ איז אוועקגעפירט געווארן פונעם ראלי פעלד, און איז אפגעפירט געווארן צו א לאקאלע שפיטאל פאר באהאנדלונג. מען האט פעסטגעשטעלט אז אויסער א בלוט וואונד אויפ'ן אויער איז ער הונדערט פראצענט אקעי און מ'האט אים באפרייט פונעם שפיטאל.


דער שיסער און די שיסעריי

מוצאי שבת שפעט ביינאכט האבן די אויטאריטעטן אידענטיפיצירט דעם שיסער אלס טאמעס מעטיו קראקס, א 20 יעריגער לאקאלער פענסילוועניע איינוואוינער. ער איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס, אבער זיינע מאטיון זענען נישט קלאר.

לויט אינפארמאציע וואס איז פובליצירט געווארן דערווייל, האט דער שיסער וואס האט פרובירט אומצוברענגען טראמפ זיך פלאצירט אויפ'ן דאך פון א מאנופעקטשורינג פאבריק וועלכע איז געווען מער ווי 130 יארדס אוועק פון דעם פאדיום וואו טראמפ איז געשטאנען.

דער פאקט אז דער קאמפיין ראלי איז פארגעקומען אונטער'ן פרייען הימל ביי דער "באטלער פארם שאו גראונדס" פארק, האט געגעבן פאר'ן שיסער א גוטע מעגליכקייט צו זען דעם געוועזענעם פרעזידענט אומגעשטערט פון וואו ער האט זיך געפונען אויפ'ן דאך.

די געביידע באלאנגט פאר די "עי-דזשי-אר אינטערנעשאנעל", א פירמע וועלכע שטעלט צו אויטאמעישאן געצייג פאר דער גלאז און פלעסטיק אינדוסטריע. די פראפערטי פון דעם פאבריק איז הארט נעבן דער פארק פונעם ראלי אפגעטיילט בלויז מיט א פשוט'ן צוים.

בעפאר די אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן דעם אידענטיטעט פונעם שיסער, זענען געווען פארשידענע אנליין באריכטן, אריינגערעכנט אז דער שיסער איז א לינקער "אנטיפא" קעמפער ביים נאמען מארק ווייעלעטס, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.

ווי ערווענט, האבן סיקרעט סערוויס צילשיסער געעפנט פייער אין ריכטונג פונעם שיסער אויפ'ן דאך פון דער פאבריק, און יענער איז אומגעברענגט געווארן אויפ'ן ארט. בילדער האבן שפעטער געצייגט וויאזוי זעלנער זענען אויפ'ן דאך נעבן דעם טויטן שיסער.


טראמפ סטעיטמענט נאך שיסעריי

א קורצע וויילע נאכ'ן אטענטאט פרואוו, האט טראמפ ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געזאגט "איך בין געשאסן געווארן דורך א קויל וועלכע האט דורכגעלעכערט דעם אויבערשטן טייל פון מיין רעכטן אויער. איך האב גלייך געוואוסט אז עפעס איז נישט ריכטיג".

טראמפ שרייבט: "איך האב געהערט א גערודער אריבערפליען נעבן מיין אויער, דערנאך שיסערייען, דערנאך האב איך גלייך געשפירט דעם קויל דורכרייסן די הויט פון מיין אויער. אסאך בלוטן האט פאסירט, און איך האט אנערקענט וואס עס פאסירט דא".

"איך וויל באדאנקען די סיקרעט סערוויס און אלע לאו ענפארסמענט פאר זייער שנעלע רעאקציע צו דער שיסעריי. בעיקר וויל איך געבן מיינע טרייסט ווינטשן פאר דער פאמיליע פונעם פערזאן ביי דער ראלי וואס איז אומגעקומען און צו די אנדערע וואס זענען געשעדיגט געווארן".

רעאקציעס פון אנדערע פיגורן

צווישן די פארשידענע רעאקציעס צו דעם אטענטאט פארזוך, האט פרעזידענט ביידען גערעדט טעלעפאניש מיט טראמפ און אים געווינטשן. ביידען האט אויך אין א סטעיטמענט פארדאמט די שיסעריי, זאגנדיג אז אזא זאך האט נישט קיין פלאץ אין אמעריקע.

דאס ווייסע הויז האט אויך געזאגט אז דער פרעזידענט איז אין קאנטאקט מיט די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל צו הערן אפדעיטס איבער די אויספארשונגען ארום דעם אטענטאט. ביידען וועט זיך אויך שנעלער צוריקקערן פון זיין ענדע-וואך אורלויב אין דעלעוועיר.

פירער איבער דער גארער וועלט האבן אויך רעאגירט מיט סטעיטמענטס פון שאק און פארדאמונג, אריינגערעכנט בריטישער פרעמיער סטארמער, ארגענטינע פרעזידענט מילעי, אוקראינע פרעזידענט זעלענסקי, מדינת ישראל פרעמיער נתניהו, און יו-ען פירער גוטערעז.

פאליטישע פיגורן אין אמעריקע האבן אויך רעאגירט צו דער שיסעריי אויף טראמפ, אריינגערעכנט דעמאקראטישע פארטיי פיגורן וועלכע האבן עס פארדאמט אויף א שטארקן פארנעם. רעפובליקאנער האבן עס פארדאמט און האבן געזאגט אז זיי וועלן דורכפירן אויספארשונגען.


סעקיוריטי דורכפעלער ברענגט אויף פראגעס

דער פאקט אז עמיצער האט געקענט זיך אוועקשטעלן קנאפע 400 פיס אפגערוקט פון טראמפ'ס פאזיציע און דורכפירן א שיסעריי, און אז טראמפ האט איבערגעלעבט בלויז ווייל די קוילן האבן נישט באטראפן ערגעץ פאטאל, האט אויפגעברענגט גרויסע פראגעס.

פילע האבן ערווענט זייער אויפברויז און וואונדער וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט נישט געקענט זען דעם פארשוין מיט א לאנגן ביקס אויפ'ן דאך פון א געביידע הארט נעבן פעלד פונעם ראלי, נאכדערצו אז אסאך אנטיילנעמער ביי דער ראלי האבן יענעם יא געזען.

עטליכע עדות, מענטשן וואס זענען געווען ביי דער ראלי, האבן געזאגט אז זיי האבן געזען דעם באוואפנטן פארשוין אויפ'ן דאך און האבן געשריגן צו די פאליציי דערוועגן, אבער די פאליציי האט גארנישט געטאן. איינער האט אפילו רעקארדירט דעם שיסער בעפאר דער שיסעריי.

די עף-בי-איי האט ביי א לענגערער פרעסע קאנפערענץ נעכטן שפעט ביינאכט אנערקענט אז עס איז טאקע א וואונדער וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט פארפעלט אפצושטעלן דעם שיסער, און זיי האבן געזאגט אז עס וועלן זיין לאנגע מאנאטן פון אויספארשונגען.

אין קאנגרעס האבן רעפובליקאנער רעאגירט מיט אויפברויז וועגן די סעקיוריטי דורכפעלער. קאנגרעסמאן דזשעימס קאומער, פארזיצער פון איבערזיכט קאמיטע, האט שוין געשיקט א פארלאנג צו די סיקרעט סערוויס פירער צו קומען זיך לאזן פארהערן דערוועגן.


פאליטישע קאנסעקווענצן פון דער שיסעריי

עס איז נאך צו פרי צו זאגן וואס די פאליטישע קאנסעקווענצן פון דעם אטענטאט פארזוך וועלן זיין, אבער אזויפיל איז קלאר אז טראמפ איז אריין אין דער היסטאריע ביכער מיט די דראמאטישע געשעעניש, נאכדערצו דער העלדישער וועג וויאזוי ער האט רעאגירט.

דער אטענטאט פארזוך קען אויפוועקן נייע סימפאטיע פאר טראמפ צווישן מעסיגע און אינדיפענדענט וויילער, און פירן דערצו אז זיינע נומערן וועלן זיך שטארקן. אסאך האבן געזאגט נעכטן אז די שיסעריי האט פארזיגלט די יאר 24' וואלן אז טראמפ וועט זיכער געווינען.

אומבאשטעטיגטע באריכטן נעכטן האבן אנגעגעבן אז דער ביידען קאמפיין וועט סוספענדירן דערווייל אלע זייערע פאליטישע רעקלאמעס און אנדערע קאמפיין באשטאנדטיילן, אזוי לאנג ווי דאס לאנד בארואיגט זיך פון דער שיסעריי און מען קומט צו זיך עטוואס.

דער "וואל סטריט זשורנאל" עדיטאריעל באורד האט נעכטן אין אן עדיטאריעל ערווענט די מעגליכקייט אז דער אטענטאט פארזוך זאל ברענגען א טויש און בארואיגונג אין פאליטישע רעטאריק, אדער גאר א פארערגערונג און אז עמיצער זאל זוכן נקמה אין טראמפ'ס נאמען.

דערווייל ווארט מען אויף די לאו ענפארסמענט באאמטע ארויסצוגעבן מער דעטאלן און מער אינפארמאציע, סיי איבער'ן שיסער און איבער זיינע מאטיוון, און סיי איבער די זיכערהייט דורכפעלער, און אויך איבער די שריט אויף ווייטער וויאזוי דער וואל סעזאן וועט צוגיין.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דער דעילי איד, אבער נישט אנגעקומען.
געוויסע זאכן שטערט מיר, איך האלט אויך א די נייע לעיאוט איז ממש א ברכה לבטלה, די אלטע איז בכלל נישט געווען ערגער, און אפשר בעסער.
די פענטאגאן קען זיין זייער א גוטע מארקעטינג פירמע, אבער איך בין נישט אימפרעסד מיט געוויסע זאכן וואס זיי טוען.

לאמיר נעמען א משל, דעם עד, וואס דער דעילי איד איז משבח ומקלס:
3 new buildings.jpg
3 new buildings.jpg (118.18 KiB) געזען 162 מאל
אני לכשעצמי וואלט אויסגעשאסן די ציין פאר די מארקעטער ווער עס מאכט די פאררוקטע אנגעצויגענע עדס, לאזט דעם עולם אין שפאנונג עטליכע וואכן נאכאנאנד (נישט מיך, איך קוק אפילו נישט דערויף), און ענדליך האבן זיי אויפגעדעקט דעם גרויסן סוד: 3 נייע בנינים! האהא, יעצט גיי איך געבן מער געלט דערפאר ווייל דו האסט מיר אנגעצויגן עטליכע וואכן.... לדעתי איז עס אפילו א שאלה פון לא תונו... אדער דעלך סני לחברך לא תעביד... ווען איך בין א מיליאנער וואלט איך נישט געגעבן קיין פרוטה פאר אזעלכע צוועקן... אבער דער דעילי איד גייט ארויס פון קעלבערנע התפעלות פון דעם שטיקי איינפאל...


אבער בעיקר האב איך געוואלט רעדן א ווארט איבער די אנקעטעס. חוץ די משוגעת פון 3 טעג פרעגן די זעלבע שאלה (און קענען אלע 3 מאל ענטפערן עפעס אנדערש...) און נאכדעם צוויי טעג פאוסטן די רעזולטאטן, באדערט מיר די אופן ווי אזוי זיי פרעגן די שאלות אויף א שווארץ-און-ווייס אופן, צומאל איז מיר אוומעגליך צו ענטפערן ווייל מיין ענטפער איז ערגעץ אינדערמיט.

לאמיר נעמען די וואכעדיגע פאר א דוגמא:
אנקעטע מלחמה.jpg
אנקעטע מלחמה.jpg (46.18 KiB) געזען 162 מאל
איך מיין אז רוב מענטשן וועלן מודה זיין אז דער ענטפער איז ערגעץ אינצווישן. קיינער פון די לענדער, אפילו איראן, וויל נישט קיין פולע מלחמה ה"י, אבער קיינער האלט נישט אז עס "גייט גארנישט זיין".
וואס איז פשט דערפון?

בכלל איז די נייעס אין דער איד בכלל, און אין די דעילי בפרט, זייער נעגאטיוו. יעדע קלייניגקייט אין מיטל מזרח ווערט אויפגעבלאזן און באריכטעט כאילו די גאנצע אידישע פאלק זיצט מיט שפאנונג און מען ציטערט אוועק און מען שלאפט נישט ביינאכט פון פחד מה יוולד יום, מען ענדיגט אייביג צו מיט א ה"י, פארשטייט זיך אז רוב מאל איז לא מיני' ולא מקצתיה, די זאכן פאסירן נישט, אבער זיי האבן פארט א רייץ כסדר צו אנשרעקן דעם המון עם. עס וואלט געמעגט זיין מער רואיג און פאזיטיוו.
בן סאלמאן
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 18, 2021 10:04 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סאלמאן »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:50 pm
כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דער דעילי איד, אבער נישט אנגעקומען.
געוויסע זאכן שטערט מיר, איך האלט אויך א די נייע לעיאוט איז ממש א ברכה לבטלה, די אלטע איז בכלל נישט געווען ערגער, און אפשר בעסער.
די פענטאגאן קען זיין זייער א גוטע מארקעטינג פירמע, אבער איך בין נישט אימפרעסד מיט געוויסע זאכן וואס זיי טוען.

לאמיר נעמען א משל, דעם עד, וואס דער דעילי איד איז משבח ומקלס:

3 new buildings.jpg

אני לכשעצמי וואלט אויסגעשאסן די ציין פאר די מארקעטער ווער עס מאכט די פאררוקטע אנגעצויגענע עדס, לאזט דעם עולם אין שפאנונג עטליכע וואכן נאכאנאנד (נישט מיך, איך קוק אפילו נישט דערויף), און ענדליך האבן זיי אויפגעדעקט דעם גרויסן סוד: 3 נייע בנינים! האהא, יעצט גיי איך געבן מער געלט דערפאר ווייל דו האסט מיר אנגעצויגן עטליכע וואכן.... לדעתי איז עס אפילו א שאלה פון לא תונו... אדער דעלך סני לחברך לא תעביד... ווען איך בין א מיליאנער וואלט איך נישט געגעבן קיין פרוטה פאר אזעלכע צוועקן... אבער דער דעילי איד גייט ארויס פון קעלבערנע התפעלות פון דעם שטיקי איינפאל...


אבער בעיקר האב איך געוואלט רעדן א ווארט איבער די אנקעטעס. חוץ די משוגעת פון 3 טעג פרעגן די זעלבע שאלה (און קענען אלע 3 מאל ענטפערן עפעס אנדערש...) און נאכדעם צוויי טעג פאוסטן די רעזולטאטן, באדערט מיר די אופן ווי אזוי זיי פרעגן די שאלות אויף א שווארץ-און-ווייס אופן, צומאל איז מיר אוומעגליך צו ענטפערן ווייל מיין ענטפער איז ערגעץ אינדערמיט.

לאמיר נעמען די וואכעדיגע פאר א דוגמא:

אנקעטע מלחמה.jpg

איך מיין אז רוב מענטשן וועלן מודה זיין אז דער ענטפער איז ערגעץ אינצווישן. קיינער פון די לענדער, אפילו איראן, וויל נישט קיין פולע מלחמה ה"י, אבער קיינער האלט נישט אז עס "גייט גארנישט זיין".
וואס איז פשט דערפון?

בכלל איז די נייעס אין דער איד בכלל, און אין די דעילי בפרט, זייער נעגאטיוו. יעדע קלייניגקייט אין מיטל מזרח ווערט אויפגעבלאזן און באריכטעט כאילו די גאנצע אידישע פאלק זיצט מיט שפאנונג און מען ציטערט אוועק און מען שלאפט נישט ביינאכט פון פחד מה יוולד יום, מען ענדיגט אייביג צו מיט א ה"י, פארשטייט זיך אז רוב מאל איז לא מיני' ולא מקצתיה, די זאכן פאסירן נישט, אבער זיי האבן פארט א רייץ כסדר צו אנשרעקן דעם המון עם. עס וואלט געמעגט זיין מער רואיג און פאזיטיוו.
די בעסטע עצה איז אז די זאלסט דריקן unsubscribe
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וויפיל נעמסטו באצאלט פאר די אויסטערלישע עצות?

און פארוואס למשל האסטו מיר ציטירט די גאנצע תגובה?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”