פארלאנגט מער באקסעס אין אייער זון'ס ישיבה - איז צייט מוסיף צו זיין מעגליכקייטן אין בית המדרש
ב"ה
*ביטע נעמט לייכט - הצעה בעלמא*
נישט קיין באשילדיגונגס ארטיקל - און מיר אנערקענען אז עס טוט נישט ריכטיג אפשפיגלען די מצב כהיום וועלכע איז טייל מאל פיל בעסער - אבער עס ברענגט ארויס א נקודה למחשבה - ליינט און לאזט אייך הערן מיט אייערע הערות...
וזה החלי בע"ה
ישיבה גדולה – תש"מ
א געפאקטען בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס...
שיק אים צו מיר ווען ער קומט צוריק מען דארף טוידן א באלב ביי מיין פלאץ....
אינעם צווייטן שורה איז ווידער געווען א ליידיגע פלאץ – ווי איז מרדכי פרעגט דער משגיח פונעם חברותא – ער איז נישט געקומען היינט, מן הסתם פילט ער זיך נישט גוט.... אדער ווערט ער א חתן – מורמלט ער זיך אונטער...
דאן וואקט אריין א גאסט אין ישיבה – דער קוקט זיך אום און פרעגט דער משגיח וואס לערנט מען יעצט – דער משגיח זאגט אים אז יעצט לערנט מען השולח אין מסכת גיטין.
דער גאסט קוקט זיך אום און וואונדערט זיך א מינוט – דער חברותא דא לערנט מסכת מגילה, דער אנדערע בחור אן א חברותא לערנט חומש רש"י ערגעץ אינדערמיט איז געזעצן אייער מיט א תשובה ספר און דורכגעלערנט די אינטרעסאנטע שאלות פון אמאל. אבער יא, יעצט זעט ער אז אין אלגעמיין לערנט מען טאקע גיטין – השולח.
ישיבה גדולה – תשפ"-
א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
דער משגיח כאפט א שפאציר ארויף און אראפ די שורות, אה, דא מערקט מער א ליידיגע פלאץ – ווי איז בערל, פרעגט ער זיין חברותא... ברוך וועלכע האלט פינקט אינמיטן דורכלערנען בעיון רב 'גן יוסף' ענטפערט אונטער די נאז – דער ראש ישיבה האט אים געבעטן ער זאל אים פיקסן די לייט אין זיין אפיס... איך פארשטיי נישט פארוואס ער טוט דאס – מורמלט זיך אונטער דער משגיח ער דארף דאך זיין אין בית המדרש א גאנץ סדר – אונז האבן זיך קלאר אזוי אויסגענומען!!!
ווען ער קומט שיק אים צו מיר! און אגב יעצט לערנט מען גיטין נישט גן יוסף...

דער משגיח פרעגט אים וואס ער וואונדער זיך – און ווען יענער האט מסביר געווען איבער די אנדערע לימודים איז דער ענערגישער משגיח צוגעגאנגען צו יעדעס איינס פון זיי פארמאכט דעם ספר און פארלאנגט שטייף מיטצוהאלטן די סדרי הישיבה – מסביר געווען בטו"ט אז דאס איז מהרס דער ישיבה – און געווארנט מיטן ערגסטן אויב דאס חזרט זיך איבער....
ווען דער גאסט איז געקומען א וויילע שפעטער האט ער באמערקט א שיינע פאר ליידיגע פלעצער – אבער נאך איידער וואס ווען ווי איז אים דער משגיח אנטקעגן געקומען מיט איין שמחה און געזאגט – נו – היינט זעסטו קלאר וואס מען לערנט דא!!
זכרנו ימים מקדם – עס איז געווען א באקס – א סיסטעם. יא מען האט מעניש געווען און אפילו אין גאר זעלטענע פעלער געדארפט שיקן איינעם פון ישיבה, אבער דער באקס איז געווען גרויס... עס איז געווען פלאץ אינעם באקס צו פליען פון איין עק צום צווייטן און אפילו זיך לייגן אין די ברייט, שיף אדער ווי מען האט נאר געוואלט...
אבער מיט די צייט נתקטנו השיעורים – די סיסטעם'ס זענען געווארן פיל ענגער, קלארער און שארפער... זייער אסאך פאלן ארויס ליידער...
אנדערע זאגן גיי ארויס פונעם באקס – חס וחלילה. מיר ווילן זיך ווייטער האלטן בגבול הקדושה מובדל ומופרש פון די טמנ'ע גאס... נו וואס איז דער עצה????
אפשר מאכט מען נאך באקסעס.
נאר אין רכ"א און אין תקע"ה האבן געמעגט זיין א חברה ש"ס און א באזונדערע חברה משניות – א חברה חק לישראל און א חברה תהלים....
וואס וואלט געווען ווען הרשמה אין ישיבה גדולה וואלט אריינגענועמן אויסקלויבן א לימוד צווישן גמרא נזיקין – און משניות טהרות – מועד מסכתות פאר טייל און שלחן ערוך פאר אנדערע...
און חס מלהזכיר אבער אויב עס וואלט אפילו אריינגענומען חומש רש"י אויך.... אויפן ערגסטן פאל וואלט א מציון ארויסגעפאלן – אבער פילע בינונים און שוואכערע וואלטן אויפגעלעבט! יא! וויפיל שוואכע בחורים ווען מען שטעלט זיי צו א לימוד וואס זיי קענען לערנען – ווי זיי לעבן אויף און לערנען מיט התמדה! (פארשטייט זיך פאר ער האט קלאר אנערקענט אז ער האט נישט מעגליכקייט צו לערנען) געב אים די מעגליכקייט צו שיינען אין א מסגרת פון משניות – גרינגערע גמרא – חומש ר"י בתוך כותלי הישיבה! מאך עס אפציעל!
הצעה בעלמא – און אדרבה לאמיר יעצט הערן פארוואס עס קען בשום אופן נישט ארבעטן – אדער אז עס איז היינט נישט פונקט ווי איך האב געשריבן ווייל מען קען לרנען חומש און דער משגיח באמערקט נישט – דער געדאנק איז אבער קלאר.
ישיבה גדולה – תש---
א געפאקטער בית המדרש מיט בחורים –
א גאסט קומט אריין – וואס לערנט מען דא?
דער משגיח צייגט אים צו די טישן ביים פענסטער – דארט לערנט מען השולח...
ביים זייט דארט לערנט מען הלכה –
דארט לערנט מען חומש רש"י
אבער וואס איז דארט ווייזט דער גאסט אויף די טישן ביים עק צימער – מען הערט און דערקענט א געוואלדיגע התמדה פון דארט..
אה... זאגט דער משגיח דארט לערנט מען משניות – און הערטס וואס ער לייגט צו ----
אונזער נייע מהלך האט אונז געוויזן עפעס גאר אינטרעסאנט – די ערענסטע תמימותדיגע משניות בחורים שטייגן צומאל ריבער די לומדישע גמרא בחורים מיט פיל ענינים... שוין... נישט אויסגערעדט זאל זיין.