רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פאר עטליכע וואכן צוריק האט די באקאנטע ארגאניזאציע למען קדושת ותיקון בתי חיים באייראפע "אבותינו" אנדעקט באופן פלא די לאנג-געזוכטע מצבה פון הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע אויפן אלטן ביה"ח בעיר שוסבורג, סלאוואקיי.

דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.

רבי מרדכי איז געווען פון די מפורסמ'דיגע אונגארישע גדולים בזמן הקדום, און איז געווען נאנטער חבר וידיד נאמן צום הייליגן חתם סופר זי"ע, וועלכער פלעגט זיך מיט אים איבערשמועסן יעדע שווערע שאלה און פלעגט זיך מיט אים שרייבן אסאך מכתבים, וואס איינס דערפון איז געדרוקט אין שו"ת חתם סופר (יו"ד סי' רכו).

נאך זיין פטירה ביום ז' אייר תקע"ה, האט אים מספיד געווען זיין ידיד נאמן החתם סופר זי"ע. דער הספד איז געדרוקט אין דרשות חתם סופר (ח"ג עמ' פד-פז), וואו ער איז מפליג דעם צדיק מיט זעלטענע שבחים והפלגות: "... כן בעו"ה במיתת זה הצדיק הרב המופלג המפורסם... מהו' מרדכי ברודא זצ"ל... כתיב איש יהודי... כמו כן זה מרדכי האיש הצדיק הזה דבר ידוע שהאיר עיני ישראל בתפילותיו... כשיש צדיק א' בדור המאיר עינים בתפלתו כגון בימי מרדכי... וכן הי' ממש זה הצדיק זצ"ל זכותו יגן עלינו".

שלשלת גדולה יצאה הימנו פיל חשוב'ע משפחות ציען זייער יחוס צום גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע, צווישן זיי איז הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א.
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נוסח המצבה:

יום ד' ז' אייר תקע"ה
איש יהודי ושמו
מרדכי ברודא
דרש טוב ודבר
שלום: נפטר
באהבה רבה
בקדושה ובטהר'
בקדרותא דצפרא
יום הנ"ל
ת נ צ ב ה
אטעטשמענטס
-G52C3~2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דאס וואס ס'איז היינט געבליבן פונעם מצבה
צובראכן פונקט ווי ביים בילד פון יציב - יציב איז אייער בילד א פריש בילד?

ק: אבותינו בולעטין 252
אטעטשמענטס
253. Ki Suvo Bulletin.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יוראפ האט געשריבן: דאס וואס ס'איז היינט געבליבן פונעם מצבה
צובראכן פונקט ווי ביים בילד פון יציב - יציב איז אייער בילד א פריש בילד?

ק: אבותינו בולעטין 252

יא, דאס בילד איז א פרישער בילד נאכן פאכמאניש צוזאמשטעלן די צובראכענע שטיקלעך.
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

יציב פתגם האט געשריבן: דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.

מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נטיעות האט געשריבן:

המקור הוא בהסכמת הגאון רבי נתן געשטעטנער זצ"ל לספר "אישים בתשובות חתם סופר" (בני ברק תשנ"ג)
אטעטשמענטס
New Picture (19).jpg
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

יציב פתגם האט געשריבן:

ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די מצבה ווערט צוריק אויפגעשטעלט בכבוד הראוי דורך "אבותינו"
אטעטשמענטס
87.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די נייע דעכל און צוים איצט פארענדיגט בנדבת הרבני הנגיד ר' יונתן הכהן שטראסער הי"ו
אטעטשמענטס
שוסבורג.jpg
שוסבורג.jpg (51.73 KiB) געזען 4437 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בית החיים בשוסבורג (Šaštín) לפני השיפוץ ע"י ארגון אבותינו

20150421_220900.jpg
20150421_220907.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

לאחר השיפוץ

20150421_220908.jpg
20150421_220909.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציון הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בשוסבורג

20150421_220906.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תולדות הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' תזו"מ תשע"ה)
אטעטשמענטס
רבי מרדכי ברודא משוסבורג.pdf
(109.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 264 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9991
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יציב פתגם האט געשריבן: תולדות הגה"ק רבי מרדכי ברודא זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' תזו"מ תשע"ה)

היה לו קירבות משפחה עם הגאון אברהם ברודא?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
נטיעות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן: דער גאון וקדוש רבי מרדכי ברודא זי"ע איז געבוירן געווארן אין אונגאריש-בראד צו זיין פאטער הגאון רבי מאיר ברודא זצ"ל אב"ד סעניץ, חתן הגאון רבי נתן נטע אייבשיץ זצ"ל, בן הרבי ר' יהונתן אייבשיץ זי"ע.

מוזר הדבר. בהקדמת חתן המחבר לספר שו"ת וחידושי מהר"ם ברודא, מופיע בחלקו השני: "סדר יחוסו של המחבר", ולא מוזכר שם אף ברמיזא כלשהי על יחוס לרבי יהונתן אייבשיץ! מה המקור אם כן ליחוס זה?

המקור הוא בהסכמת הגאון רבי נתן געשטעטנער זצ"ל לספר "אישים בתשובות חתם סופר" (בני ברק תשנ"ג)

ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

נטיעות האט געשריבן: ומה נענה על העלמת יחוסו בהקדמת חתן המחבר דלעיל

האם היה הרב וואזנר מצאצאי רבי יהונתן אייבשיץ?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

31912668_947115888796251_8396024351958237184_n.jpg
31912668_947115888796251_8396024351958237184_n.jpg (213.49 KiB) געזען 2939 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3349
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הפלא ופלא.
1. עס איז נישט קיין שום פארלעסליך מקור ווי אזוי ר׳ מרדכי׳ס פאטער האט געהייסן.
2. ר׳ מרדכי׳ס זוהן ר׳ נתן נטע אבד״ק שוסבערג איז געבוירן 10 יאר ״איידער״ ר׳ נתן נטע אייבשיץ איז נפטר געווארן!

און מען שרייבט ווייטער די שטותים מיט א פרישקייט.

איי הגרנ״ג? כבודו במקומו מונח, באמת א גדול וגאון בישראל, איך טו אים נישט אונטערשעצן, אבער ווען עס קומט צו יחוס, כבוד ה׳ הסתר דבר, דו״ק ותשכח, וד״ל.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

איטשע האט געשריבן: הפלא ופלא.

וואס יא? ער איז בכלל נישט געווען אן אייניקל פון רבי ר' יונתן? אדער איז ער יא געווען דורך אן אנדערע וועג?
דאס זיכער אז אין שבט הלוי שרייבט ער אסאך מאל "זקיני" אויף'ן רבי ר' יונתן, און דעס איז די איינציגע וועג וויאזוי ער קען זיין אן אייניקל
(נכדו הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א אין זיין ספר "בחצר הלוי" באשרייבט ער די יחוס המשפחה ברענגט ער טאקע אזוי, אבער ער שרייבט אין די הערות אז עס איז שווער מכח די תולדות אין די הקדמה וואס דערמאנט עס בכלל נישט כנ"ל, און ער ברענגט פון א צווייטע מקור ווי עס שטייט אז ר' מאיר ברודא איז געווען אן איידעם ביי איינער ר' ישראל אב"ד ווייסקירכע [צעלים])
שויתי ה' לנגדי תמיד

יעצט באמערק איך אז אין די תולדות וואס איינער האט דא פריער געברענגט פון עלים לתרופה שרייבן זיי אז ר' מרדכי'ס זון ר' מאיר איז געווען אן איידעם ביי דעם ר' ישראל, נישט זיין פאטער, קומט אויס אז עס איז נישט קיין סתירה מיט'ן אנדערע נוסח אז זיין פאטער איז געווען אן איידעם ביי ר' נתן נטע אייבשיץ, וצ"ע, ודו"ק.
שויתי ה' לנגדי תמיד
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

סגל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן: הפלא ופלא.
1. עס איז נישט קיין שום פארלעסליך מקור ווי אזוי ר׳ מרדכי׳ס פאטער האט געהייסן.
2. ר׳ מרדכי׳ס זוהן ר׳ נתן נטע אבד״ק שוסבערג איז געבוירן 10 יאר ״איידער״ ר׳ נתן נטע אייבשיץ איז נפטר געווארן!

און מען שרייבט ווייטער די שטותים מיט א פרישקייט.

איי הגרנ״ג? כבודו במקומו מונח, באמת א גדול וגאון בישראל, איך טו אים נישט אונטערשעצן, אבער ווען עס קומט צו יחוס, כבוד ה׳ הסתר דבר, דו״ק ותשכח, וד״ל.

וואס יא? ער איז בכלל נישט געווען אן אייניקל פון רבי ר' יונתן? אדער איז ער יא געווען דורך אן אנדערע וועג?
דאס זיכער אז אין שבט הלוי שרייבט ער אסאך מאל "זקיני" אויף'ן רבי ר' יונתן, און דעס איז די איינציגע וועג וויאזוי ער קען זיין אן אייניקל
(נכדו הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א אין זיין ספר "בחצר הלוי" באשרייבט ער די יחוס המשפחה ברענגט ער טאקע אזוי, אבער ער שרייבט אין די הערות אז עס איז שווער מכח די תולדות אין די הקדמה וואס דערמאנט עס בכלל נישט כנ"ל, און ער ברענגט פון א צווייטע מקור ווי עס שטייט אז ר' מאיר ברודא איז געווען אן איידעם ביי איינער ר' ישראל אב"ד ווייסקירכע [צעלים])

דא האט איר כתי"ק פון די שבט הלוי ווי ער שרייבט זיין יחוס, נישט אז עס מוז זיין אמת, קען זיין ער האט זיך טועה געווען און נאכגעשריבן וואס ער האט געהערט פון אנדערע, אבער פארט אינטערסאנט צו ברענגן, (ערשינען אינעם "בלאט" פסח העעל"ט)
אטעטשמענטס
יחוס שבה''ל.png
יחוס שבה''ל.png (434.19 KiB) געזען 2484 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

ר' מאיר ברוידא דיין בסעמניץ איז געווען א זוהןפון ר' מרדכי אב''ד שוסבורג און נישט זיין טאטע. ער איז געווען א איידעם ביי ר' ישראל הערצפעלד אב''ד ווייסקירכען-רייניץ און נישט צעהלים-דויטשקרויץ.
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

וואס האט הג"ר מרדכי ברוידא זצ"ל מיט הג"ר ר' אברהם ברוידא זצ"ל די רב פון פרנקפורט?
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

אין אוצר החכמה איז דא א זיס ספר (קו') אשא עיני אל ההרים, מיט תולדות פון די הייליגע משפחה - ברודא
Black and yellow
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: רבי מרדכי ברודא זצ"ל אב"ד שוסבורג - ז' אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

ניי הערליכע קונטרס תולדות חייו פון רבי מרדכי ארויסגעגבן דורך מערכת יומא בהילולא
https://drive.google.com/file/d/16xceRd ... drive_link
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-15 145838.png
Screenshot 2024-07-15 145838.png (246.6 KiB) געזען 31 מאל
שווארטץ און ווייס
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”