מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

פאר חלק א' טשעק אויס און לייק דא

נאך דרייסיג מאל פארזיכערן פאר'ן שוויגער אז גוואטעמאלע איז א סעיף קאנטרי,(עכ''פ צום ווייניגסטנס אזוי סעיף ווי ניו יארק). האט מען זיך אריינגעזעצט אינעם קאר מיט פינעף אנגעפילטע רענצלעך, איינס פאר מיר, דריי אנגעפילט מיט ציצית פאר די גרויסע ציצית קניפן פעקטארי אין גואטאמאלע. און נאך איינס מיט תשמישי קדושה, נאדל סאפ, און מעלבע טאוסט. זעהט זיך אויס אז דאס קענען זיי נישט מאכן היימישע.

פאר מיר ארויס פון שטאט ויסעו לדזשעי עף קעי .

דאס מאל ווי (כמעט אלעמאל) האב איך אויסגעקלויבט דזשעט בלו, הגם איך האב זיי פיינט נאך מער ווי זיי האבן מיר פיינט. אבער פארט זענען זיי כמעט די איינציגסטע וואס פארן דירעקט אהין פאר א נארמאלע פרייז. חוץ פון דעם זעהט מיר פון לאנג שוין אויס אז זיי האבן א שנאה צו גרושים. ממילא אפשר האבן זיי ביז היינט געמיינט אז איך בין א סינגל (איי פארוואס קום איך צוריק יעדע מאל איין טאג נאכן פארן?) ממילא אז איך קום מיט איר, אפשר וועלן זיי האבן מער דרך ארץ.

דאס מאל בין איך נישט געווען אזוי אנגעצויגן ווי רוב אנדערע מאל, ווען איךקום געווענליך אן אין עירפארט מיט פינף און דרייסיג רענצלעך פאר פיר מענטשן (יא יא בלי גוזמא אן ארטיקל פאר זיך אי''ה איין טאג).אבער עכ''ז פינף ריזיגע רענצלעך פאר צוויי מענטשן איז בכלל נישט אזוי פשוט.

אבער איך האב מיר שוין מיינע טריקס וויאזוי נישט צו הייבן די ברעמען פון דזשעט בלו ביז די הימל. (הגם ביזן טערמינעל דאך האט זיך עס יא געהויבן אבער ס'פיין געווען), סעקיוריטי דורך בשלום. פארשטייט זיך אז דוטי פרי איז נישט שייך באופן זה, איך בין דאך נישט קיין בחור. זעץ מיר זיך ביים געיט מ'כאפ מיר א שמועס מיט א חבד'סקער צוויי (למעשה איז געבליבן אז ער לעבט, פשוט נישט יעדער קען אים זעהן)געגעסן א סאפיר באשטעלט פון פרוינדס (פאר איר, איך צאל נישט קיין פערציג דאלער פאר ''מיין'' סאפיר) און מ'גייט ארויף אויפן פליגער.

געזיצן זעמיר אין די בעק סיט ממש. נישט געפערליך אזוי איז געווען געהאט א ליידיגע זיץ אינצווישן. און מ'האט זיך געהויבן. זעהט אויס אז זיי האבן מורא פון מיין אידענע, ווייל דאס איז געווען די ערשטע מאל פון מיין עקספיריענס וואס זיי האבן זיך געהויבן אין צייט. קיין מאלצייט סערווירט מען נישט אויף אזא קורצע פלייט אבער כ'האב מיר יא איינגעהאנדעלט א ביר פאר אכט דאלער, און אזוי אויך פיר קענס פון סעלצער בחינם (איך קען עס פארקויפן, און צוריקמאכן דאס געלט, פאראינטערעסירטע ביטע מעלדן אין אישי)

נאך בערך פינף שעה פארן האט מען געלאנדעט לברכה, די צייט איז דאן געווען בערך צען דרייסיג דאנערשטאג אויפדערנאכט גואטאמאלע צייט, און צוועלף דרייסיג ניו יארק צייט. האב מיר פארדינט, צוויי שעה אויפן זייגער חוץ פון די סעלצער. יעצט הייבט זיך אן די מעמד אריינקומען אין גואטאמאלע.

מען וואקט און מ'וואקט און מ'וואקט, ווען מ'קען ווען כאפ איך א פליגער אהין. שוין נאך צען מינוט וואקן קומט מען אן צו אימעגרעישאן, ב''ה איך האב געדענקט פארן ארויספארן אויסצופילן די נויטיגע פארמ'ס, ווייל אויב נישט פארלענגערט עס היפש דעם מעמד האריינקומען. שוין אויסגעפרעגט אפאר שאלות ווי איך גיי, און פאר ווי לאנג, און באפרייט... די קענסט גיין...

יעצט בין איך געווארן היפש נערוועז, ווייל אין עירפארט איז דא א הונט וואס זיין ארבעט איז אויסצושמעקן יעדן רענצל צו מאכן זיכער אז ס'איז נישט דא קיין רויע עסן. איז דא יעצט צוויי אישוס,איינס איך דארף פראטעקטען מיין אידענע פון די פיר פיסיגע הונט. צוויי דארף איך פראטעקטען מיינע פלאנקען און בונדלעך פון די צוויי פיסיגע. סאו וועלכע קומט ערשט (איך מיין אז ס'איז תלוי אין די שאלה אין סי' רס''ג אויב איינער האט געלט נאר פאר שבת לעכט, אדער קידוש וויין, וועלכע ס'איז קודם צו שלום בית אדער מאכלי שבת).

האב איך צום ערשט געדינגען א וואגן פאר צוויי אמעריקאנע טאלער ארויפגעלייגט אלע פינף רענצלעך. אביסל רינענדיגע טשיקן זופ האט מיר גלייך באגריסט פון די קליינע לעכעלע פונעם רענצל. מיר געבנדיג א שמעק פון דערהיים אינעם ווייטן גואטאמאלע.

די אידענע האט זיך דערווייטערט ווי ישמעל פון הגר, און די הונט האט זיך דערנעטערט צו מיר ווי א חסיד צום רבי'ן. ר' ישעי' ב''ר משה לא פסק מפומי, און וואונדער איבער וואונדער געלאזט גיין...זעהט אויס אז די פחד פון ר' ישעי'לע איז גרעסער ווי די תאוה צו מיינע פלאנקען.

די אמת איז אז איך האב יעצט א שטיקל פראבלעם ווייל חוץ פון די הונט דארף מען עקסטער אדורך פירן די רענצלעך דורך א סקענער וואס סקענט אדורך דעם גאנצן אינהאלט.

מיין ארגינעלע פלאן איז געווען אזוי, איך האב אריינגעלייגט די פלייש אין א בעג אריין אין די רענצל, און העכער דעם געלייגט א עפל,
די פלאן איז געווען אז די הונט וועט דאך זיכער הייסן עפענען מיין רענצל וועלן די הונט חברה תיכף פארשטיין אז די הונט האט געבילט וועגן די עפל וועלן זיי תיכף אוועקנעמען די עפל. די סעקונדע וואס זיי נעמען די עפל כאפ איך ארויס די בעג מיט די פלייש, אריין אין מיין בוזעם טאש. אזוי ווען מיין רענצל גייט אדורך די סקענער איז גארנישט דא דארטן. און מיין בוזעם טאש גייט דאך נישט אדורך דעם סקענער.

אבער אז די הונט האט מורא פון ר' ישעי'לע קומט דאך אויס אז די גאנצע רענצל מיט די עפל און די פלייש אלעס גייט אדורך דעם סקענער. נו איז דאך מיין גאנצע טשולענט אויפן וואגשאל דא ביי גוטאמאלא קאסטומ'ס
רבש''ע איך דארף דאך אבער טשולענט.

לייג מיר ווי א טאטעלע אריין אלע רענצלעך אינעם סקענער, תיכף ומיד ווייזן זיי מיר אן אויף צוויי רענצלעך דאס זאל איך עפענען. צו מיין מזל דער ארבעטער דארטן האט נישט געקענט קיין ווארט ענגליש, סאו האב איך געקענט רעדן אין אידיש.

די באאמטער פרעגט מיר וואס האסטו דא? איך ענטפער אין מאמע לשון: "ר' ישעי'לעס טשולענט"

בקיצור האמיר געמאכט א דור הפלגה כדבעי. אבער זי לאזט זיך נישט, זי הייבט אן עפענען מיינע רענצלעך ס'ווערט מיר גוט. זי טוט זיך אן א פאר פלעסטיק הענטשוך, און הייבט אן זוכן. איך האב זיך געפילט ווי בנימין אינדרויסן פון מצרים, די ערשטע נעמט זי זיך צו מיין טשיקען סופ, פרעגט מיר מאי האי? און איך ענטפער "יויך"... אדורך בשלום.

נעקסט מיין טונא מיט מעיאנעיז א געזונטע שמעק געטאן, מיט די נאז טיף אריין. נאך מער ווי ס'האט געבאדערט פאר מיר, איר נאז אין מיין טונא, האט פאר די אידענע געשטערט, די אויפרייסן די דאבל רעפעד בעגס פון יעדן חפץ. בקיצור די נעקסטע זאך האט זי זיך דערנענטערט צו אכט בעקעלעך פון געבאקענע פלייש געמויזעכטס. אנגעגרייט פאר א מעמד ביי די גירי הצדק, געמאכט געווארן דורך א חשוב'ע אידענע פון וויליאמסבורג.

ס'געווען ארומגענומען מיט זילבער פאפיר איין שיכט אויף די צווייטע, און די צווייטע איז געווען ארומגענומען מיט א... דריטע שיכט.
עכ''פ זי הייסט מיר עפענען די ערשטע און... גע'כשרט... ס'דאך שוין געבאקן.

איך האב געמיינט אז יעצט זענען שוין אלע אנדערע בעקעלעך בחזקת כשרות, אבער הייבט זיך נישט אן, אפי' אויף רוב האט זי זיך נישט סומך געווען. אלע אכט האט זי מיט רשעות געהייסן עפענען, און ווען איך האב פרובירט טענה'ן, האט זי גענומען מיין פאספארט פון מיר, ווי צו זאגן "דו גייסט נישט אין ערגעץ".

שטיי איך דארטן מיט אכט אויפגעריסענע בעקעלעך, און יעצט דערנענטערט זי זיך צו מיין פאטעיטא קוגל, אונטער די פאטעטא קוגל האב איך באהאפטן מיינע הייליגע פלאנקען דורך א זילבער פאפיר, האפענדיג אז אפי' זי וועט עפענען די פאטעיטא קוגל, וועלן זיי נישט טרעפן די פלייש באהאלטן אונטער די בעקעלע. אבער את אשר יגורתי בא, אן קיין פוילקייט האט זי געבאבערט אונטער די בעקעלע, און... אנדעקט דעם שונא...
מיין הארץ שעפשעט א תפילה צום בוכ''ע אז אלעס זאל אדורך גיין בשלום.

אקעי וועל מיר דא לאזן פאר היינט המשך יבוא אי''ה אויב דער עולם וועט בעטן
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מאסיוו!!
קענט וועיט פאר די נעקסט פאקט.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

וואף!!!!
איך שפאן מיט ווארטונג!!!
נאדיר פאר די ערשטע צוויי...
why drink and drive when you can smoke and fly
מענדלאוויטש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

ווי וואנט מאר
אוועטאר
געגאנגען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שיין!

שכויעך @ווייטאג !!!
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:33 pm
ווי וואנט מאר
גא''מ @ווייטאג
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:12 pm
מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:33 pm
ווי וואנט מאר
גא''מ @ווייטאג
אז דער עולם וועט לייקן און בעטן קען מען רעדן פון חלק ג'
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:55 pm
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:12 pm
מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:33 pm
ווי וואנט מאר
גא''מ @ווייטאג
אז דער עולם וועט לייקן און בעטן קען מען רעדן פון חלק ג'
וויפעל לייקס ברויך זיין?

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 3:33 pm

50 minumum
געפינטעלטע טשערי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 30, 2024 8:15 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפינטעלטע טשערי »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:01 pm
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 3:33 pm
ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:55 pm
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:12 pm
מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:33 pm
ווי וואנט מאר
גא''מ @ווייטאג
אז דער עולם וועט לייקן און בעטן קען מען רעדן פון חלק ג'
וויפעל לייקס ברויך זיין?
50 minumum
ישועת השם כהרף עין
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

העי דו קענסט אונז נישט לאזן מיט די צונג אינדרויסן!
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

ערד_עפל האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:33 pm
העי דו קענסט אונז נישט לאזן מיט די צונג אינדרויסן!
איך שרייב נישט פאר אזא שוואכע רעספאנס סארי

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:39 pm
ערד_עפל האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:33 pm
העי דו קענסט אונז נישט לאזן מיט די צונג אינדרויסן!
איך שרייב נישט פאר אזא שוואכע רעספאנס סארי
זייער שיינע רעספאנס פאר 4 שעה. נישט יעדער זיצט אויף אייוועלט 24/6. געב עס א טאג.
חיים שתקן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2022 2:30 pm
שרייטס אלע: ערד פערד, עפל קרעפל, ערד פערד, עפל קרעפל...
אוועטאר
גריק יאגורט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

פליז חלק ג' פליז פליז
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

גריק יאגורט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 5:40 pm
פליז חלק ג' פליז פליז
אז דער עולם וועט לייקן וועט זיין א חלק ג'

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 7:47 pm
גריק יאגורט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 5:40 pm
פליז חלק ג' פליז פליז
אז דער עולם וועט לייקן וועט זיין א חלק ג'
איך האב שוין געלייקט ווארט מיר אויפן ציבור
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:01 pm

50 minumum
שוין דא 50 !
פליז זיי ממשיך

(און קיינמאל קיינמאל, סטאפ נישט ביי אזא שרעקעדיגע פארט)
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:41 pm
ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:01 pm

50 minumum
שוין דא 50 !
פליז זיי ממשיך

(און קיינמאל קיינמאל, סטאפ נישט ביי אזא שרעקעדיגע פארט)
אזוי איז מנהג שלומי זיאנץ נישט אזוי? אבער דאונט ווארי איך האב געסטאפט ווייל איך האב שוין נישט געהאט קיין נערווען צו שרייבן וועל מיר אפשר מארגן ארויסלייגן א קליינעם חלק ג' (אדער א גרויסע)און דאונט ווארי איך האב געהאט טשולענט יעצט העסטו קענען שלאפן רואיג
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 4:01 pm
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 3:33 pm
ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:55 pm
געלאסענע איילבירט האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:12 pm
מענדלאוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:33 pm
ווי וואנט מאר
גא''מ @ווייטאג
אז דער עולם וועט לייקן און בעטן קען מען רעדן פון חלק ג'
וויפעל לייקס ברויך זיין?
50 minumum
מיר האבן 50!!!
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פאר אביסעל פלאנקען האסטו מטריח געווען ר' ישעי' ב''ר משה פאסט נישט.....
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

גדל האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:51 pm
פאר אביסעל פלאנקען האסטו מטריח געווען ר' ישעי' ב''ר משה פאסט נישט.....
קודם סנישט די פלאנקען סאיז די הייליגע טשולענט און די רשעותדיגע הינט וואס האבן כמעט גורם געווען א הארץ אטאקע פאר די אידענע
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:52 pm
גדל האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 8:51 pm
פאר אביסעל פלאנקען האסטו מטריח געווען ר' ישעי' ב''ר משה פאסט נישט.....
קודם סנישט די פלאנקען סאיז די הייליגע טשולענט און די רשעותדיגע הינט וואס האבן כמעט גורם געווען א הארץ אטאקע פאר די אידענע
קומט אויס לפי זה אז מען פאסקנט אז מאכלי שבת איז פאר שלום בית....
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

@ווייטאג פארוואס קען מען נישט אריין לייגן די פלאנקן און א געפרוירענע קאנטעינער געקאכטע זיפ אדער פארפרוירענע וואסער?
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

טעוועליך האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:22 pm
@ווייטאג פארוואס קען מען נישט אריין לייגן די פלאנקן און א געפרוירענע קאנטעינער געקאכטע זיפ אדער פארפרוירענע וואסער?
געניאלער איינפאל אבער די סקענער זעהט אלעס אדורך און וואסער ווערט בדרך כלל אויפגעלאזט אין זיבן אכט שעה וואס סאיז נישט אין פריזער אזוי ווי סגעשען מיט די טשיקען זופ
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין לעצטיגע באזוך קיין גואטאמאלא חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:27 pm
טעוועליך האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:22 pm
@ווייטאג פארוואס קען מען נישט אריין לייגן די פלאנקן און א געפרוירענע קאנטעינער געקאכטע זיפ אדער פארפרוירענע וואסער?
געניאלער איינפאל אבער די סקענער זעהט אלעס אדורך און וואסער ווערט בדרך כלל אויפגעלאזט אין זיבן אכט שעה וואס סאיז נישט אין פריזער אזוי ווי סגעשען מיט די טשיקען זופ
אפילו אייז?
איך פארשטיי אז דא איז עס נישט נוגע אבער ערגעץ אנדערש
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”