מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' מטות
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

אין איינע פון מיינע ערשטע תגובות דא פאר באלד צוויי יאר צוריק ( חדשים איידער טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט בכלל ) האב איך ארויסגעברענגט מיין מיינונג פארוואס איך האלט אז טראמפ גייט געווינען די קומענדיגע וואלן, האב איך געשריבן אזוי:
ר' מטות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:08 am
ווער ס'קען אביסל טראמפ'ס היסטאריע ווייסט אז ער איז א גרויסע בר מזל, דהיינו ער פארפלאנטערט זיך טאקע כסדר מיט פרישע פראבלעמען אבער ער קומט אייביג ארויס צום סוף א געווינער, און נאך שטערקער פון פריער. אזוי איז געווען דורכאויס די גאנצע 2016 קאמפיין ווי ער האט געהאט כסדר קאנטערווערסיעס און כל מיני פראבלעמען און ירידות אבער אויף עפעס א וועג האט ער עס דאך באוויזן צו דורכצומאכן און פייטן ביזן סוף, און געווינען קעגן אלע ערווארטונגען.

אז מ'קוקט אויף די געשעהנישן פון די לעצטע פאר יאר זעהט מען אז טראמפ האט טאקע געליטן אסאך שטארקע דורכפעלער אבער למעשה האט מען עם קיינמאל נישט אינטערגעברענגט. לאמיר גיין על הסדר פון די 2020 עלעקשען וואס לויט די פאלס וואלט ער געדארפט פארלירן מיט א לענדסלייד, וואס אויב זאל דאס ווען געשעהן וואלט ער געווען אווער אינגאנצען, למעשה האט ער טאקע פארלוירן אבער גענוג שמאל אז ער זאל נאך קענען בלייבן שרייען "פראוד" און אז די רעפובליקאנער זאלן זיין גרייט עם צו געבן נאך א שאנס.

נאך די יאנואר 6 קעפיטאל ראיאטן האט ממש יעדער געהאלטן אז דאס איז עס ער איז גענדיגט אויף אייביג, למעשה ווען ס'איז געקומען עם צו קאנוויקטן אין די סענאט און עם צו פסל'ן פון לויפן נאכאמאל פאר פרעזידענט איז עס דורכגעפאלן, כאטש וואס א שיינע צאל רעפובליקאנער זענען מיטגעגאנגען מיט די דעמאקראטן און ס'האט געפעהלט ממש א האר אז מעקאנאל וואס איז דעמאלטס געווען גאר שארף קעגן טראמפ זאל מיטשטיין מיט די דעמאקראטן וואס דאס וואלט געמיינט אז טראמפ'ס קאריערע איז פארטיג אויף אייביג, האט זיך אבער למעשה מעקאנעל יא קעגנגעשטעלט, רעכענענדיג מסתמא אז טראמפ איז ממילא פיניש..

ביידן איז אריינגעקומען אין אפיס מיט גאר הויכע עפראוועל נומבערס, ער גייט צוריק ברענגן נארמאלקייט צום ווייסן הויז, מען האט אויסגעטיילט די וואקסינען און מען האט כלאמפערשט גענדיגט די פענדעמיק, און אזוי אויך האט ער באוויזן אדורכצופירן א גרויס חלק פון זיין אגענדע, צומאל אפילו מיט בייפארטיזען שטיצע, ווער געדענקט נאך ווי @כאפצעם פלעגט האמערן יעדן טאג מיט פרישע ביידן אקאמפלישמענטס, און טראמפ האט מען געכאפט מיט פארקערטע הויזן.. ניטאמאל טוויטן האט ער געקענט.. בקיצור ס'האט אויסגעזעהן ווי דאס איז עס טראמפ איז היסטערי..

אבער די גוטע צייטן פאר ביידן האט נישט לאנג גענומען, און נאך יענע זומער פון 2021 האט ער געהאט זיין ערשטע מעדזשער דורכפאל אין אפגאניסטאן, און פון דא אין ווייטער איז אלעס געגאנגען בארג אראפ קאוויד איז צוריקגעקומען מיט פרישע סטרעינ'ס, נאכדעם די סופליי טשעין קרייסעס, און דאן שרעקליכע אינפלעישן מיט סקיי ראקינג געז פרייזן, די עקענאמיע האט געכאפט א געזונטן ריק, יא ריסעשען נישט ריסעשען, און דאן האט רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע אויפשאקלענדיג די גאנצע וועלט, און ווייטער די גרעניץ קריזעס נאך וואס די ביידן אדמעניסטראציע האט אראפגענומען טייל פון די טראמפ ריסטריקשענס און מאסן אימעגראנטן האבן זיך גענומען פארפלייצן דאס לאנד, בקיצור דא שטייט מען אין 2022 קוים א יאר אריין אין ביידנ'ס פרעזידענטשאפט און אלעס איז א חורבן...

און ס'האט נישט גענומען לאנג און טראמפ'ס מזל האט ווידער אנגעהויבן אויפשיינען, ער האט געעפנט זיין טרוט סאושל פלאטפארמע, און מיט יעדע ביידן דורכפאל איז טראמפ'ס פאפולערקייט ארויף, און ער האט אנגעפאנגן לאזן פאלן וואס אמאל שטעקערע רמזים אז ער גרייט זיך אינטערצונעמען א פרישע קאמפיין פאר פרעזידענט, און ווידער ביידן האט זיך מיט די צייט שטארק פארעלטערט און קוים ארויס צו די פובליק, און ווען יא האט ער געמאכט זיכער צו מאכן גרויסע בושות, בקיצור ס'האט אנגעהויבן אויסצוזעהן אז די מצב טויג נישט פאר ביידן.

זעהענדיג אז ס'טויג נישט האבן די דעמאקראטן זיך גענומען צו די לעגאלע סיסטעם, איבערגעפאלן טראמפ'ס הויז און זיך גענומען עפענען אויספארשונגן קעגן עם איינס נאכן אנדערע. איין זאך וואס זיי האבן זיכער אויפגעטוהן איז דאס וואס טראמפ האט געזעהן אז ער האט נישט קיין ברירה און ער מוז ווי שנעלער דערקלערן אז ער לויפט, אזוי אז מען זאל עם נישט קענען אנקלאגן נאך פאר ער דערקלערט זיין קאנדידאטור, ער זאל כאטש קענען שרייען אז ס'איז א פאליטישע רדיפה..

נאכדעם איז געקומען די מיד-טערם וואלן ווי די דעמאקראטן האבן סופרייזענגלי אנגעצויגן גאנץ שטארק, נאך וואס די דעמאקראטישע בעיס איז געווען אויפגעהייטערט נאך די סופרים קארט'ס דאבס דעסישען, וואס דאס האט אויפגעטוהן אז די דעמאקראטן זענען צוריק געווארן קאנפידענט אין ביידן און עם געלאזט דערקלערן זיין קאנדידאטור פאר ווידערוויילונג (א זאך וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גרויסע טעות מצדם), און פון די אנדערע זייט איז נאך טראמפ דאן געשטאנען פאר א שווערע פריימערי זייענדיג כמעט טייד מיט דיסענטיס פאר ווער ס'געדענקט נאך..

דאן זענען אנגעקומען די אינדייטמענטס איינע נאך די אנדערע וואס דאס האט גאר שטארק אויפגעבויט טראמפ אין די רעפובליקאנער לאגער, און עם פארזיכערט די נאמענאציע. די דעמאקראטן האבן גערעכנט אז די טרייעלס וועלן עם קאמפליטלי אוועקלייגן אין די אלגעמיינע פארמעסט, און באמת אויב וואלט טראמפ געהאט אויסצושטיין טרייעל אין סיי וועלעכע פון די אנדערע דריי קעיסעס וואלט עס לכאורה געווען געים אווער, ווייל יענע קעיסעס זענען באמת שטארקע קעיסעס מיט ערענסטע פארברעכנס ווי ער וואלט זיכער געפינען געווארן שילדיג, און קיינער וואלט נישט געקויפט אז ס'איז פאליטיש מאטעווירט.

למעשה איז געלונגען פאר טראמפ אפצושטיפן אלע דריי אנדערע קעיסעס יעדע איינס אויף אן אנדערע וועג, און ס'איז נאר געבליבן די ניו יארק קעיס וואס איז ממש א חוזק פון א קעיס וואס איז באמת א פאליטישע רדיפה ווי שוין געשמועסט באריכות, און יא ס'איז געלונגען פאר די דעמאקראטן צו באקומען דעם אזוי געגארטע גילטי ווערדיקט, מען קען שוין ענדליך רופן טראמפ "א קאנוויקטעד פעלאן"..

יעצט ס'איז אודאי א שטארקע קלאפ פאר טראמפ, אבער דא ענדיגט זיך נישט די מעשה.. איין זאך איז קלאר די ווערדיקט אין די ניו יארק קעיס וועט עם נישט אוועקלייגן, די פיינעל שלאכט וועט זיין אין נאוועמבער, און לויט ווי אזוי זאכן פארן ביז יעצט האב איך שטארקע פילינג וואס די אוטקאם וועט זיין... ונזכה ונחיה ונראה...
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

צו א שיינע ארטיקל צו לאזן עס פארשטויבט ווערן.

ארויף!
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

זייער קלאר
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
בערקע באטשי
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:03 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקע באטשי »

שטארק.
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

איין זאך איז קלאר די ווערדיקט אין די ניו יארק קעיס וועט עם נישט אוועקלייגן, די פיינעל שלאכט וועט זיין אין נאוועמבער,

איך בין נישט זיכער מיט דעם.... די דעמס זענען ווייט פין פארטיג... עס קימט נאך אסאך שלאכטן אין קלעפ, ביז די פיינעל נאוועמבער שלאכט...
אוועטאר
דאני
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

גראסערי מענטש האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 2:42 am
איין זאך איז קלאר די ווערדיקט אין די ניו יארק קעיס וועט עם נישט אוועקלייגן, די פיינעל שלאכט וועט זיין אין נאוועמבער,

איך בין נישט זיכער מיט דעם.... די דעמס זענען ווייט פין פארטיג... עס קימט נאך אסאך שלאכטן אין קלעפ, ביז די פיינעל נאוועמבער שלאכט...
100 פראצענט פאר א צוויי יאר צוריק האט קיינער נישט דעיס געחלומט. נאך יעדע משיגענע זאך וואס די דעמיקרעטס טוהן מיינען מענטשען אז עד כאן. גייט דורך אביסל צייט אין א פרישע זאך ווערט דעמיקראטיע
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פון דיין מויל צו גאט אויערן, הלוואי ביסטו גערעכט..

איך האב א שלעכטע געפיל פאר נאוועמבער 5

איך קלער צו ווערן א דעמאקראט כאטש צו זיין אויף די ווינינג סייד...
בן זכריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:08 pm
פון דיין מויל צו גאט אויערן, הלוואי ביסטו גערעכט..

איך האב א שלעכטע געפיל פאר נאוועמבער 5

איך קלער צו ווערן א דעמאקראט כאטש צו זיין אויף די ווינינג סייד...
איך הער מיר נישט אויף טרעפן אויף תרמב'ס זייט.

___

שיינע אנאליז.
אויב איז טראמפ א סכנה פאר דעמאקראטיע פארוואס איז ראנג אז איינער האט אים פרובירט צו הרג'נען?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

בן זכריה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:11 pm

איך קען דיך נישט צו וויסן אויב דאס איז א קאמפלימענט אדער פארקערט...

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:13 pm
בן זכריה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:11 pm
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:08 pm
פון דיין מויל צו גאט אויערן, הלוואי ביסטו גערעכט..

איך האב א שלעכטע געפיל פאר נאוועמבער 5

איך קלער צו ווערן א דעמאקראט כאטש צו זיין אויף די ווינינג סייד...
איך הער מיר נישט אויף טרעפן אויף תרמב'ס זייט.

___

שיינע אנאליז.
איך קען דיך נישט צו וויסן אויב דאס איז א קאמפלימענט אדער פארקערט...
ס'איז.

אל תהי קאמפלימענט של הדיוט קלה בעיניך.
אויב איז טראמפ א סכנה פאר דעמאקראטיע פארוואס איז ראנג אז איינער האט אים פרובירט צו הרג'נען?
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

די שאלה איז צו טראמפ וועט נאך לעבן......

דעי חברה ווילן דאך אים אוועקלייגן....
שקר דובר כסף נוטל
אוועטאר
American Dream
שר ששת אלפים
תגובות: 6731
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:20 pm
די שאלה איז צו טראמפ וועט נאך לעבן......

דעי חברה ווילן דאך אים אוועקלייגן....
יא מען קען נישט וויסן

איך האלט אז זיי גייען אים נישט לאזן אנקומען צו די אוועל אפיס
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:08 pm
פון דיין מויל צו גאט אויערן, הלוואי ביסטו גערעכט..

איך האב א שלעכטע געפיל פאר נאוועמבער 5

איך קלער צו ווערן א דעמאקראט כאטש צו זיין אויף די ווינינג סייד...
סתם פאר נייגעריקייט,
די האסט נאך אלץ די שלעכטע געפיל ?
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אליעזר ווייס האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:09 am

ליסען קיין נביא בין איך נישט, איך האב נישט געדארפט וויסן אז ס'גייט זיין אזא איבערקערעניש ביי די דעמאקראטן.

איך קלער יעצט, אפילו אויב די דעמאקראטן האלטן אז ביידען איז פריש, אפילו זיי זאלן אזוי האלטן באמת, וואלטן זיי זיך געדארפט זארגן אז ער גייט ווערן שוואך אין די נעקסטע פיר יאר, ווען מ'וואוט פאר פרעזידענט וואוט מען נישט פאר די מינוט, מ'וועלט אריין איינעם פאר די נעקסטע פיר יאר.

נאר וואס, זיי גייט נישט אן אז די פרעזידענט פירט נישט, ווילאנג טראמפ איז נישט דארט, גייט זיי נישט אן ווער סאיז עכט פרעזידענט.

למעשה האט ביידען נישט געקענט אנציען די לעצטע עטליכע חדשים.

אבער מ'קען נאך אלס נישט זיין זיכער אז טראמפ האט עס.

ס'קען נאך מיט אים אויך געשעהן זאכן.
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:39 am
אליעזר ווייס האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:09 am
תרמב האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:08 pm
פון דיין מויל צו גאט אויערן, הלוואי ביסטו גערעכט..

איך האב א שלעכטע געפיל פאר נאוועמבער 5

איך קלער צו ווערן א דעמאקראט כאטש צו זיין אויף די ווינינג סייד...
סתם פאר נייגעריקייט,
די האסט נאך אלץ די שלעכטע געפיל ?
ליסען קיין נביא בין איך נישט, איך האב נישט געדארפט וויסן אז ס'גייט זיין אזא איבערקערעניש ביי די דעמאקראטן.

איך קלער יעצט, אפילו אויב די דעמאקראטן האלטן אז ביידען איז פריש, אפילו זיי זאלן אזוי האלטן באמת, וואלטן זיי זיך געדארפט זארגן אז ער גייט ווערן שוואך אין די נעקסטע פיר יאר, ווען מ'וואוט פאר פרעזידענט וואוט מען נישט פאר די מינוט, מ'וועלט אריין איינעם פאר די נעקסטע פיר יאר.

נאר וואס, זיי גייט נישט אן אז די פרעזידענט פירט נישט, ווילאנג טראמפ איז נישט דארט, גייט זיי נישט אן ווער סאיז עכט פרעזידענט.

למעשה האט ביידען נישט געקענט אנציען די לעצטע עטליכע חדשים.

אבער מ'קען נאך אלס נישט זיין זיכער אז טראמפ האט עס.

ס'קען נאך מיט אים אויך געשעהן זאכן.

מ'דארף גדענקען אז טראמפ האט נאך אסאך פיטער אויפען קאפ פאר די עלעקשנס
PROJECT 2025 אידן פאר הער עטיש
וועריד
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך קלער שוין נישט צו זיין א דעמאקראט צו זיין אויף די וויניג סייד, איך קלער צו טוישן בירגערשאפט פאר יענע פאר וואכן אזוי וועל איך נישט זיין אויף די זייט פון די פארלירערס...

איך ווייס נאך נישט וועלכע לאנד וויל מיך נעמען...
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:46 am
איך קלער שוין נישט צו זיין א דעמאקראט צו זיין אויף די וויניג סייד, איך קלער צו טוישן בירגערשאפט פאר יענע פאר וואכן אזוי וועל איך נישט זיין אויף די זייט פון די פארלירערס...

איך ווייס נאך נישט וועלכע לאנד וויל מיך נעמען...
מאנסי איז נישט קיין אפשען ?
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אגב

איך הייב אן צו טראכטן אז ביידען וועט נאך די מערסטע ארויסקעשן פון די שיסעריי

ער דארף זיך נישט ארויסציען פון די עלעקשאנס וועגן די שיסעריי

און וועט נאך ארויסציען א זיג אויך..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”