בלק - מאך אויף דיינע אויגן...

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

בלק - מאך אויף דיינע אויגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אין פרשת בלק געפונען מיר באריכות די גאנצע השתלשלות פון בלעם הרשע ווי ער קומט שעלטן די אידן. בלק דער קעניג פון מואב האט מורא געהאט פון כלל ישראל אז זיי וועלן איהם באזיגן, האט ער געשיקט שלוחים צו בלעם וואס האט געהאט א כוח צו שעלטן, אז ער זאל קומען שעלטן די אידן. די ערשטע שלוחים זענען געווען די זקני מואב און זקני מדין וואס זענען געקומען אינאיינעם קלאפן אויף בלעם'ס טיר אז ער זאל מסכים זיין צו קומען און ענטפערן דעם רוף פון בלק. בלעם איילט זיך אבער נישט אנצונעמען די איינלאדענונג, ער הייסט זיי לִינוּ פֹה הַלַיְלָה וַהֲשִׁבֹתִי אֶתְכֶם דָּבָר כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר ה' אֵלָי, בלייבט דא נעכטיגן און איך מוז קודם הערן אויב דער אייבישטער איז מסכים, אָן דעם קען איך נישט גיין.

דער אייבישטער באווייזט זיך צו בלעם און זאגט איהם לֹא תֵלֵךְ עִמָּהֶם לֹא תָאֹר אֶת הָעָם כִּי בָרוּךְ הוּא, דו זאלסט נישט גיין, איך לאז דיך נישט שעלטן די אידן, ווייל זיי זענען א געבענטשטע פאלק. בלית ברירה שיקט בלעם אוועק זיינע געסט מיט ליידיגע הענט. בלק לאזט אבער נישט נאך, ער שיקט מער חשוב'ע און מכובד'יגע שלוחים זיך איינצובעטן ביי בלעם אז ער זאל וועלן קומען, בלעם מעלדט זיי אבער איין אז ער קען גארנישט טוהן אליינס, אִם יִתֶּן לִי בָלָק מְלֹא בֵיתוֹ כֶּסֶף וְזָהָב לֹא אוּכַל לַעֲבֹר אֶת פִּי ה' אֱלֹקָי, אפילו אויב בלק וועט מיר געבן א הויז פיל מיט גאלד און זילבער קען איך נישט עוֹבֵר זיין אויף די רייד פונעם אייבישטער, און בלעם וואַרט נאכאמאל צו הערן וואס השי"ת וועט איהם יעצט באפעלן. וַיָבֹא אֱלֹקִים אֶל בִּלְעָם לַיְלָה וַיֹאמֶר לוֹ... קוּם לֵךְ אִתָּם וְאַךְ אֶת הַדָבָר אֲשֶׁר אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ אֹתוֹ תַעֲשֶׂה, דער אייבישטער זאגט איהם אז ער קען גיין מיט זיי, אבער ער זאל גארנישט טוהן אנדערש ווי וואס דער אייבישטער וועט זאגן.

די המשך המעשה איז באקאנט, בלעם שפאנט איין זיין אייזל און ער גייט מיט די שרים פון מואב מיט די כוונה יא צו שעלטן כלל ישראל. דער אייבישטער איז ברוגז פארוואס ער וויל גיין שעלטן די אידן, און עס קומט צו גיין א מלאך פון הימל וואס שטעלט זיך פאר די אייזל מיט א אויסגעשטרעקטע שווערד, בלעם האט נישט געזעהן דעם מלאך, די אייזל האט אבער יא געזעהן און דעריבער האט זי זיך אוועקגעדרייט פונעם וועג. בלעם שלאגט דעם אייזל אז זי זאל צוריקגיין אויפן וועג, אבער דער מלאך לאזט נישט, דער מלאך האט זיך געשטעלט אינמיטן א שמאלע וועג און שטערט די אייזל פון גיין ווייטער. די אייזל האט נישט קיין ברירה נאר זי דרוקט זיך צו צום וואנט און צוקוועטשט בלעם'ס פוס, בלעם שלאגט ווייטער דעם אייזל, ביז זי זעצט זיך אראפ הויערן אויפן פלאץ און רירט זיך נישט ווייטער, בלעם ווערט נאך מער אין כעס, ער נעמט א שטעקן און שלאגט דעם אייזל.

וַיִּפְתַּח ה' אֶת פִּי הָאָתוֹן, דער אייבישטער האט געמאכט א נס אין די אייזל האט אנגעהויבן צו רעדן, און זי פרעגט פון בלעם וואס האסטו געטוהן אז דו האסט מיר אזוי געשלאגן דריי מאל? און בלעם ענטפערט צוריק "כִּי הִתְעַלַּלְתְּ בִּי, לוּ יֶשׁ חֶרֶב בְּיָדִי כִּי עַתָּה הֲרַגְתִּיךְ" ווייל דו מאכסט חוזק פון מיר און ווען כ'וואלט געהאט דא א שווערד וואלט איך דיר גע'הרג'עט. די אייזל זאגט אבער צוריק צו בלעם, איך בין דיין געטרייע אייזל, האב איך דען אמאל געטוהן צו דיר אזא זאך? און בלעם זאגט, ניין. דעמאלטס האט השי"ת אויפגעמאכט די אויגן פון בלעם, און פלוצלינג דערזעהט ער דעם מלאך שטייין דארט מיט זיין שווערד אין די הענט, און דער מלאך זאגט איהם, וואס ווילסטו פונעם אייזל? איך בין דער וואס האט זיך געשטעלט אין וועג איר צו שטערן!

וַיֹּאמֶר בִּלְעָם אֶל מַלְאַךְ ה' חָטָאתִי כִּי לֹא יָדַעְתִּי כִּי אַתָּה נִצָּב לִקְרָאתִי בַּדָּרֶךְ, איך האב געזינדיגט ווייל כ'האב נישט געוואוסט אז דו שטייסט דא אויפן וועג, וְעַתָּה אִם רַע בְּעֵינֶיךָ אָשׁוּבָה לִּי, אויב עס איז שלעכט אין דיינע אויגן דאס וואס איך גיי צו בלק דאן וועל איך זיך צוריק דרייען. דער מלאך זאגט איהם, דו קענסט גיין, אבער געדענק אז נאר דאס וואס איך וועל דיר הייסן דאס וועסטו קענען זאגן! און אזוי איז בלעם געגאנגען צו בלק. ווען זיי באגעגענען זיך, זאגט בלעם קלאר פאר בלק אז זיינע מעגליכקייטן זענען געבונדן, און נאר
אויב דער אייבישטער וועט איהם לאזן רעדן וועט ער קענען זאגן.

בלעם פראבירט אויף פארשידענע אופנים און מקומות צו שעלטן די אידן אבער עס גייט נישט, אנשטאט דעם קומען ארויס פון זיין מויל ברכות און שבחים אויף כלל ישראל. און צום סוף שטייט (כ"ד י') וַיִּחַר אַף בָּלָק אֶל בִּלְעָם וגו' וַיֹּאמֶר בָּלָק אֶל בִּלְעָם לָקֹב אֹיְבַי קְרָאתִיךָ וְהִנֵּה בֵּרַכְתָּ בָרֵךְ וגו' בלק איז געווארן זייער אויפגערעגט אויף בלעם זאגענדיג, איך האב דיך באשטעלט צו קומען שעלטן די אידן, און דערווייל האסטו זיי שוין געבענטשט דריי מאל, און ער האט איהם אהיימגעשיקט.

די דיוקים אויף די מעשה
אצינד דארף מען פארשטיין, די גאנצע מעשה איז דאָך ממש א פליאה עצומה, פארוואס איז די תורה אזוי מאריך מיט די תולדות פון בלעם הרשע וויאזוי ער וויל גיין און השי"ת האלט איהם צוריק און שיקט א מלאך איהם צו שטערן, וואס קומט אונז דאס לערנען און מיט וואס איז עס אונז נוגע? און בכלל, וואס באדייט טאקע די גרויסע נס וואס האט דא פאסירט אז א אייזל האט זיך גענומען רעדן ווי א מענטש, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט?

דריטענס, דארף מען פארשטיין פארוואס איז בלק געווארן אזוי אויפגערעגט אויף בלעם פארן נישט שעלטן די אידן, בלעם האט דאָך איהם קלאר געמאלדן פון פאָראויס (כ"ב ל"ח) "הֲיָכוֹל אוּכַל דַּבֵּר מְאוּמָה, הַדָּבָר אֲשֶׁר יָשִׂים אֱלֹקִים בְּפִי אֹתוֹ אֲדַבֵּר" צו דען קען איך עפעס רעדן אליינס? איך קען גארנישט זאגן פון מיר, נאר דאס וואס דער אייבישטער וועט אריינלייגן אין מיין מויל דאס וועל איך זאגן. אויב אזוי וואס איז די טענה קעגן בלעם אז ער קען נישט שעלטן די אידן און ער בענטשט זיי אנשטאט.

די היסטאריע און השתלשלות פון בלעם מיט די אידן
כדי צו פארשטיין דעם ענין בסייעתא דשמיא, לאמיר צוריק מישן דעם בלעטל צו פרשת חוקת, וואו מיר האבן שוין טאקע אנגערירט אביסל די נקודה אינעם פריערדיגן שיעור, וואס די תורה דערציילט אונז די היסטאריע פונעם שטאט 'חֶשְׁבּוֹן' וואס איז געווען גאר א ספעציעלע און שטארקע שטאט און האט קודם באלאנגט פארן פאלק מוֹאָב, ביז סיחון מלך האמורי האט מלחמה געהאלטן מיט'ן דעמאלטסדיגן קעניג פון מואב, און ער האט איינגענומען די שטאט פון איהם און עס פארוואנדלט אין 'חֶשְׁבּוֹן עִיר סִיחֹן'.

ווי מיר האבן דערמאנט איז יענע מלחמה נישט געווען אזוי גרינג, סיחון מלך האמורי האט געמוזט אריינלייגן גרויסע כוחות כדי צו קענען אייננעמען דעם שטאט חשבון, ער האט געשיקט ברענגן בִּלְעָם און זיין פאטער בְּעוֹר אז זיי זאלן שעלטן און ארבעטן מיט זייערע כוחות הטומאה אז סיחון זאל קענען אייננעמען דעם שטאט, און זיי זענען טאקע געקומען און איהם געהאלפן גיין פאָראויס מיט זיין קריג צו קענען אייננעמען די שטאט חשבון. [וואס אויף דעם שטייט דארט אין פסוק "עַל כֵּן יֹאמְרוּ הַמֹּשְׁלִים בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן", אויף יענע מלחמה האבן בלעם מיט זיין טאטע געזאגט "בֹּאוּ חֶשְׁבּוֹן" קומטס קיין חשבון, איר אמוריים וועט מצליח זיין און אייננעמען דעם שטאט]. טאקע פון דארט האט בלק בן ציפור - דער יעצטיגער קעניג פון מואב גענומען די עצה צו לאזן רופן בלעם צו שעלטן די אידן ווען ער האט זיי געזעהן קומען, ווייל ס'איז איהם נאך געלעגן אין די ביינער די מפלה וואס זיין אייגענע לאנד מואב האט געהאט ביי יענע מלחמה ווען זיי האבן פארלוירן די שטאט חשבון צו די אמוריים דורך די קללה פון בלעם. און ווי ער זאגט קלאר פאר בלעם, "כִּי יָדַעְתִּי אֵת אֲשֶׁר תְּבָרֵךְ מְבֹרָךְ וַאֲשֶׁר תָּאֹר יוּאָר" איך ווייס אז דער וועמען דו בענטשסט ווערט געבענטשט און דער וועם די שעלטסט ווערט פארשאלטן.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענע מלחמה צווישן סיחון מיט די מואביים איז געווען א גרויסע טובה פאר כלל ישראל ווי חז"ל זאגן אונז, ווייל כלל ישראל איז דאָך באפוילן געווארן א ספעציעלע ציווי נישט מלחמה צו האלטן מיט מואב וועלכע זענען אייניקלעך פון לוֹט, ווי די תורה זאגט (דברים ב' ט') אַל תָּצַר אֶת מוֹאָב וְאַל תִּתְגָּר בָּם מִלְחָמָה, מיר טארן נישט מלחמה האלטן מיט זיי און אייננעמען זייער לאנד. אבער איינמאל די שטאט חשבון איז געווארן אוועקגענומען פון מואב און איז אריבערגעגאנגען אונטער די הערשאפט פון
סיחון מלך האמורי, מיט איהם איז שוין נישט פארהאן קיין איסור צו גיין מלחמה האלטן, און דורכדעם האט טאקע כלל ישראל געקענט מלחמה האלטן מיט סיחון און אייננעמען זיין לאנד אינאיינעם מיט די שטאט חשבון וואס איז געווארן א חלק פון די נחלה פון כלל ישראל.

נישט נאר האבן די אידן מלחמה געהאלטן מיט סיחון ווי מיר האבן געזעהן פאריגע וואך, נאר עס איז זיי נאך אנגעקומען גרינג! דער אייבישטער האט נישט געוואלט 'מטריח' זיין כלל ישראל צו דארפן ארומגיין פון שטאט צו שטאט זיך צו שלאגן מיט די אמוריים, דעריבער האט השי"ת געמאכט אז סיחון זאל צוזאמנעמען זיין גאנצע פאלק און זיי זאלן אלע ארויסגיין פון זייערע שטעט און קומען קעגן די אידן, און אזוי זענען זיי אלע גע'הרג'עט געווארן אויף איין פלאץ, און פון דארט און ווייטער האבן די אידן געקענט פאָרזעצן און
אייננעמען זייערע שטעט אָן קיין שום שוועריגקייטן!

פארוואס נעמט נישט בלעם א מוסר השכל?
נו, אז מען קוקט זיך אום אויף אזא היסטאריע, וואלט דאָך בלעם הרשע געדארפט זיין דער ערשטער מודה צו זיין אינעם יַד ה' און אין די השגחה וואס השי"ת האט אויף כלל ישראל. בלעם איז דער וועמען מ'האט געלאזט ברענגן אז ער זאל מיט זיינע אומנאטירליכע כוחות אריבערפירן די שטאט חשבון פאר סיחון, די שטאט וואס סיחון דער גרויסער
גיבור אליינס האט נישט געקענט אייננעמען אָן די כח און הילף פון בלעם הרשע, און פון דארט האט עס דער רבוש"ע געפירט ווייטער אויף א גאלדענע טאץ אז די אידישע קינדער זאלן דאס קענען איינעמען גרינגערהייט שלא כדרך הטבע. זיי האבן באוויזן וואס קיינער פאר זיי האט נאכנישט באוויזן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מלחמה פריער איז בלויז געווען א 'הכנה' אז די אידן זאלן עס קענען באקומען...

בלעם וואלט זיך געדארפט תיכף ומיד מכניע זיין און אונטערגעבן צו די גרויסקייט פון השי"ת, און ווען בלק דער קעניג פון מואב רופט איהם צו שעלטן די אידן, וואלט ער געדארפט אנטלויפן פון אזא געשעפט ווי פון פייער! ער דארף קלערן צו זיך און מאכן דעם פשוט'ן חשבון, איך זאל טשעפענען מיט כלל ישראל? איך קען דען עפעס טוהן קעגן זיי? דער אייבישטער פירט זיי דאָך און גיבט אכטונג אויף זיי, און זיינע געטליכע פלענער וועלן צושטאנד קומען אפילו חוץ לדרך הטבע, ווער ביך איך בכלל אריינצורעדן דא?... עס איז נישט

מער ווי פשוט אז בלעם וואלט געדארפט האבן די גרעסטע מאָס התפעלות פונעם כח ה' וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן און געווארן איבערצייגט פון די נאנט.

ולא זו בלבד, אפילו ווען ער הייבט שוין יא אָן צו גיין שעלטן די אידן, הייבן אָן ארויסצוּוואקסן שטרויכלונגען איינס נאכן אנדערן אין זיין וועג, די אייזל וויל נישט גיין, זי טוט מאדנע זאכן וואס זי האט נאך קיינמאל נישט געטוהן. אבער בלעם טראכט אפילו נישט אריין פאר איין סעקונדע אז אפשר איז דאס א צייכן פון הימל איהם צו זאגן "שטעל דיך אפ און הער אויף צו טוהן וואס דו טוסט!", בלעם איז ווייטער ממשיך מיט דאס זייניגע און ער לאזט נישט נאך.

אפילו ווען דאס אייזל האט אויפגעמאכט א מויל און אנגעהויבן צו רעדן צו איהם, וואס דאס וואלט איהם געדארפט מעורר זיין און דערשרעקן ביז גאר, געוואלד אן אייזל רעדט! ער וואלט געדארפט אנהייבן צו ציטערן און זעהן אין דעם די וואונדערליכע השגחת השי"ת. אבער ווי די בעלי מוסר זאגן, מ'זעהט אין די פסוקים אז בלעם כאפט ניטאמאל קיין התפעלות דערפון און ער ווערט גארנישט ערשטוינט, אדרבה, ער רעדט נאך צוריק און טענה'ט זיך ארום מיט'ן אייזל ווי צוויי גוטע פריינט שמועסן צווישן זיך.

וואס גייט טאקע פאָר מיט בלעם אז ער לערנט זיך נישט און ער כאפט נישט קיין קלארע סימנים?! פארוואס נעמט ער נישט ארויס א מוסר השכל פון אלעס וואס פאסירט ארום איהם און אלעס וואס ער האט געזעהן?

איין געפיל וואס שטופט אוועק אלעס אנדערש
לאמיר קודם צולייגן אן אויער און הערן וואס עס דערציילט א חשוב'ער בעל תשובה וואס האט זוכה געווען נתקרב צו ווערן צו אבינו שבשמים און ווערן אן אמת'ע ערליכער איד און א בן תורה. אין זיינע יונגע יארן איידער ער איז געווארן פרום איז ער געווען א סאלדאט און געדינט במשך עטליכע יאר אין מיליטער. זייענדיג דארט אינעם מיליטער האט מען אויסגעריסן יעדע סארט מענטשליכע געפיל פון די סאלדאטן, עס האבן נישט עקזיסטירט ביי זיי קיין בענקעניש, ליבשאפט, רחמנות, וכדומה. מען האט איבערגעלאזט די גאנצע משפחה מיט די גאנצע סביבה און זיך טרענירט צו לעבן מיט א שטייפקייט ממש ווי א ראבאט אָן קיין ברעקל הארץ און געפיל. און במשך די גאנצע תקופה האבן איהם טאקע קיינמאל נישט גענאָגט ביים הארצן קיין שום שאלות אין אמונה אדער אנדערע זאכן, וויבאלד ער איז געווען געוואוינט צו טוהן וואס מ'באפעלט איהם און גארנישט מער.

ס'איז געקומען א צייט ווען ער האט באקומען פרייהייט פונעם מיליטער פאר א קורצע תקופה, און איז געגאנגען זיך אויסלופטערן, דעמאלטס האט ער פלוצלינג אנגעהויבן צו פארשן און זוכן וואס איז זיין תכלית אין לעבן, און אזוי ארום האט ער זוכה געווען אנצוקומען צום אוֹר פון אידישקייט.

צווישן די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט דער רב וואס האט זיך אפגעגעבן מיט זיינע שאלות און ספקות אין די ערשטע תקופה, האט ער זיך אויסגעדרוקט צום רב בתוך הדברים אויף זיך אליינס "איך בין א זעלטן שטארקע און האַרטע מענטש, איך האב פשוט נישט קיין הארץ! מען האט אויסגעריסן אלע מיינע מענטשליכע געפילן, איך בין ממש ווי א שטיק אייזן"...

דער רב האט איהם אבער אנגעקוקט מיט א רחמנות'דיגע בליק און געזאגט מיט ליבליכע רייד: מיין קינד, דו ביסט פון די שוואכסטע מענטשן וואס כ'האב נאר אמאל באגעגנט, דו מיינסט אז דו האסט נישט קיין געפילן, ווען די אמת איז פונקט פארקערט! דו ביסט איין שטיק געפיל און דו ווערסט נאר געטריבן דורך דיינע געפילן! אין מיליטער האט מען פשוט אריינגעלייגט אין דיר דעם ברען פון 'כוחי ועוצם ידי' אז דו ביסט דער וואס דארף טוהן און מאכן, מלחמה האלטן, באשיצן דעם לאנד, וכדומה. מען האט אריינגעבאקן אין דיר צו לעבן מיט'ן געפיל פון גאוה און כבוד, און דיך געשטעלט אין א פלאץ וואו דו האסט געשפירט ביי זיך אז צוליב דיין חשיבות און מעכטיגקייט טארסטו קיינמאל נישט אדורכפאלן, און דו מוזט פאר יעדן פרייז מצליח זיין און אויספירן די אויפגאבעס וואס מ'לייגט ארויף אויף דיר נישט קיין חילוק ווי שווער ס'זאל נאר זיין. און ווען דער מענטש ווערט איינגעזינקן אין דעם פלאץ, ווערט ער טאקע נאר פארנומען מיט זיך, עס עקזיסטירט גארנישט און קיינער אויסער איהם און זיין אייגענע הצלחה, און דערפאר רעדסטו זיך איין אז דו האסט נישט קיין געפילן, ווייל דיין גאוה האט באמת אלעס אויסגעריסן פון דיר.

אבער אז דו וועסט זיך זעצן לערנען ספרי מוסר וחסידות און זעהן וויאזוי אונזערע חכמים און גדולים רעדן קעגן די געפערליכע מידה פון גאוה, און דו וועסט פראבירן אויסצורייסן פון זיך די שלעכטע מידה און אנערקענען אז דו ביסט בלויז א בשר ודם, א קליינע מענטשעלע אינעם אייבישטער'ס וועלט, וועסטו פלוצלינג באמערקן ווי אלעס עקזיסטירט אין דיר! פלוצלינג וועסטו האבן געפילן, דו וועסט קענען טראכטן וועגן א צווייטן און שפירן מענטשליכע הרגשים, דו וועסט זיך באגעגענען מיט זאכן וואס דו האסט נישט געוואוסט אז דו פארמאגסט. ווייל ווילאנג דו ביסט געווען פארזונקען אין דיין גאוה און פאלשע כבוד און גדולה ביסטו געווען ווי פארבלענדעט און נישט געקענט זעהן אדער טראכטן פון עפעס אנדערש.

די שייכות און חילוק פון אברהם אבינו צו בלעם הרשע
חכמינו ז"ל זאגן אונז אין פרקי אבות (פרק ה' משנה י"ט) כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ שְׁלשָׁה דְבָרִים הַלָּלוּ מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ, וּשְׁלשָׁה דְבָרִים אֲחֵרִים מִתַּלְמִידָיו שֶׁל בִּלְעָם הָרָשָׁע... עַיִן רָעָה וְרוּחַ גְּבוֹהָה וְנֶפֶשׁ רְחָבָה מִתַּלְמִידָיו שֶׁל בִּלְעָם הָרָשָׁע. בלעם הרשע האט אין זיך פארדארבענע מידות, און ועל כולם האט ער די מידה פון 'רוח גבוהה' ער לעבט אין גאוה און גסות הרוח, ער איז בבחינת "אני ואפסי ואין עוד" נאר ער עקזיסטירט און ער איז אלעס, און דעריבער שפירט ער אז ער איז אין קאנטראל פון אלעם און אלעס מוז גיין זיין וועג, און ממילא קען ער זיך פשוט נישט מבטל זיין צום אייבישטער. די וואלקן פון גאוה און התנשאות וואס נעמט איהם ארום פארשטאפן זיינע אויגן און זיין הארץ ווי פריער דערמאנט. דעריבער קען ער זעהן קלארע צייכענעס און אותות ומופתים פון היינט ביז מארגן, אבער אין זיין גאוה'דיגע קאפ דאכט זיך איהם אז אלעס דרייט זיך ארום איהם און ער איז ביכולת צו טוהן וואס ער וויל... יא, ער פארשטייט אז דער אייבישטער טוט טאקע געוויסע זאכן, אבער סוף כל סוף וועל איך אויספירן ח"ו, איך וועל זיך ארויסגליטשן שטילערהייט איך וועל טוהן אזא פעולה אדער אזא מעשה און צום סוף וועל איך אנקומען צו טוהן מיין באגער!

דאס איז טאקע דער ענין פארוואס חז"ל שטעלן צו בלעם הרשע קעגן אברהם אבינו (לכאורה וואלט מען איהם געדארפט מעסטן קעגן משה רבינו, ווי מיר ווייסן אז אז דער אייבישטער האט געגעבן פאר די גויים א נביא ווי בלעם כדי ער זאל זיין קעגן משה רבינו להבדיל). נאר וויבאלד בלעם איז ממש די פארקערטע פון אברהם אבינו, אברהם אבינו איז דער ראש למאמינים, ער איז דער ערשטער וואס לעבט מיט התבוננות און חשבון הנפש, ער איז מקיים דעם "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה" ער קוקט זיך אום אויף די


בריאה און ער אנערקענט פון יעדע זאך אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און ער לויפט ארום פארשפרייטן אמונה אין יעדן ווינקל. אברהם אבינו איז דער וואס לערנט יא אפ, ער נעמט א מוסר השכל, און ער איז זיך גענצליך מבטל און מכניע צו הנהגת הבורא! ער גייט אדורך עשרה נסיונות און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען, טאקע צוליב זיין פעלזן פעסטע אמונה און גענצליכע התבטלות, אברהם אבינו איז דער רוח נמוכה, ואנכי עפר ואפר, איין שטיק ענוה און שפלות, ער ווייסט און לעבט אז אלעס פירט דער רבונו של עולם, און וואס ער הייסט און וויל דארף מען פאלגן, ווייל מיר האבן נישט קיין מיינונג און מיר פארנעמען נישט קיין שום אָרט קעגן דעם אייבישטער'ס ווילן.
די מידת הגאוה פון בלעם הרשע

דער אור החיים הקדוש ברענגט צווישן זיינע ווערטער, אז בלעם איז געווען א שרעקליכע בעל גאוה וואס האט זיך געהאלטן גרויס פארן אייבישטער, און אפילו ווען השי"ת האט איהם שוין געגעבן רשות מיטצוגיין מיט די שלוחים פון בלק, האט ער זיי נישט קלאר געזאגט אז ער האט רשות פונעם אייבישטער, נאר ער האט דאס פראבירט צו באהאלטן און זיך מאכן כאילו ער איז דער בעל הבית און ער טוט וואס זיין אייגענע הארץ באגערט.

דערמיט פארשטייען מיר אויך דעם ענין פארוואס איז בלק געווארן אזוי אויפגערעגט צום סוף אויף בלעם. ווי הגאון רבי שמשון פינקוס זצ"ל ערקלערט בטוב טעם ודעת, בלעם האט טאקע איינגעמאלדן פון פאָראויס אז ער קען נישט שעלטן די אידן, אבער ער האט דאס געזאגט מיט אזא גאוה'דיגע נוסח וואס הערט זיך מער ווי 'איך האלט נישט דערביי', דאס הייסט כאילו בעצם קען ער עכט יא, און אויב ער וועט דוקא וועלן וועט ער דאס קענען באווייזן. לדוגמא, אזויווי א מענטש דרוקט זיך אויס "איך קען נישט גיין מיט מיינע שלאף-קליידער אויפן גאס", מיינט עס דען אז ער קען טאקע נישט? ער קען בעצם יא נאר ער 'וויל' נישט און עס פּאַסט איהם נישט, אבער אויב איינער וועט איהם אנבאטן א מיליאן דאללער אויב ער גייט ארויס מיט זיינע שלאף קליידער, דאן וועט ער דאס יא נעמען אין באטראכט. דאס איז געווען די נוסח פון בלעם דורכאויס די גאנצע צייט, אפילו ווען ער האט געזאגט אז ער קען נישט, האט ער געמאכט דעם רושם כאילו ער קען באמת יא נאר ער האלט פשוט נישט דערביי. ביז בלק האט אנדעקט צום סוף אז ער קען טאקע נישט און דער אייבישטער קאנטראלירט זיין מויל, און אנשטאט קללות קומען ארויס אזעלכע שיינע שבחים אויף כלל ישראל, מַה טֹּבוּ אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב, וכדומה. און דעריבער איז ער געווארן אזוי אויפגעברויזט ווען ער האט אנדעקט דעם אמת און די פוסטע גאוה פון בלעם וואס האט דאס אלעס פראבירט צו באהאלטן פון איהם די גאנצע צייט.

נאך ערגער ווי א חמור בלי דעת
צוריק צו די ווערטער פונעם אור החיים הקדוש וואס איז מסביר אז טאקע דערפאר האט דער אייבישטער דא צוגעפירט אזא וואונדערליכע נס מיט'ן אייזל וואס האט גערעדט צו בלעם: ונראה כי כל כוונת ה' בענין זה לא היתה אלא להשפיל גאותו של בָּזוּי זה, לפי שקדם ונהג גַבְהוּת לפני ה'... שלא אמר לשרים כי הוא הולך ברשות ה' אלא כאדם העומד ברשות עצמו, לזה בקש לו ה' השפלה שאין למטה ממנה, ושחק בו בקלון מכוער ומשונה. דא האט זיך אויסגעפעלט א אויסערגעווענליכע זאך פשוט כדי צוצוברעכן די שרעקליכע גאוה פון בלעם ווי פריער דערמאנט. און דעריבער איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר איהם משפיל זיין מיט געפערליכע בזיונות, אז זיין אייזל זאל רעדן צו איהם און איהם איבערצייגן אז זי זעהט שוין מער פון איהם, ווען ער האט נישט געקענט זעהן דעם מלאך וואס איז געשטאנען ממש פאר זיין פנים, וואס דאס איז געווען א "קלון מכוער ומשונה" גאר א ערנסטע און משונה'דיגע בזיון, כדי צוצוקלאפן זיין גאוה און גסות הרוח.

בדרך רמז קענען מיר צולייגן צו די ווערטער פונעם אור החיים הק' אז דעריבער איז בלעם טאקע געשטראפט געווארן דורך זיין אייזל, וויבאלד מיר ווייסן אז א אייזל האט גאר ווייניג שכל, ווי ס'איז באקאנט די אויסדרוק 'כחמור בלי דעת' וואס מ'נוצט אויף איינער וואס האט נישט קיין פארשטאנד. און דאס איז דא געווען די רמז צו בלעם הרשע, אנשטאט צו נוצן זיין שכל און אפלערנען די סימנים און די באווייזן וואס מ'שיקט איהם פון הימל, האט ער זיך פארשטאפט די קאפ און פארמאכט די אויגן און נישט דעהערט וואס מ'ווייזט איהם. דעריבער האט מען איהם געוויזן אז אפילו די אָתוֹן פארשטייט שוין בעסער פון איהם, אפילו די נארישע אייזל האט זוכה געווען און משיג געווען צו זעהן דעם מלאך, אבער זיין גאוה און גסות הרוח האט איהם פארבלענדעט די אויגן און די שכל און ער איז געוועך נאך ערגער ווי דאס אייזל.

אין ספר חסידים און אין של"ה הקדוש שטייט אז דאס האט טאקע באדייט די ווערטער פון בלעם צום מלאך "חָטָאתִי כִּי לֹא יָדַעְתִּי כִּי אַתָּה נִצָב לִקְרָאתִי בַּדָרֶךְ" אז דאס אליין איז געווען זיין עבירה אז 'לֹא יָדַעְתִּי' איך האב נישט געוואוסט און נישט פארשטאנען. ווייל נאכן באקומען די אלע סימנים און אָפהאַלטונגען פון הימל, וואלט ער אליין געדארפט פארשטיין דערפון אז דער אייבישטער וויל נישט ער זאל גיין, און וויבאלד ער האט נישט דערהערט דעם רצון השי"ת, איז דאס אן עבירה.

לאמיר זיין מתלמידיו של אברהם אבינו ע"ה
די תורה הקדושה איז מאריך אין דעם אלעם און דערציילט דאס אונז, כדי אונז צו לערנען ווי שטארק מיר מוזן זיך דערווייטערן און נישט זיין פון די תלמידיו של בלעם הרשע ח"ו.
ווען א מענטש פאלט חלילה אריין אין גֵאות און כבוד, איז איהם זייער שווער צו אנערקענען אז דער אייבישטער פירט די וועלט. ער פאנגט אָן צו לעבן מיט די מחשבה פון כוחי ועוצם ידי, און ער שפירט אז דער רבוש"ע דארף זיך בייגן צו איהם ח"ו. ער איז זיך נישט מבטל און מכניע צום הנהגת השי"ת, און ער רעדט זיך נעבעך באמת איין אז ער קען עפעס טוהן אליינס.

מ'רעדט נישט חלילה פון איינער וואס איז כופר בעיקר און נישט קיין מאמין בה' ח"ו. אודאי רעדט דער איד דיבורים פון אמונה, און ער מורמלט כסדר אז אלעס איז באשערט און אז דער רבוש"ע פירט די וועלט, אבער בתוך כדי דיבור ווענדט ער אָן פארשידענע מיטלען פון השתדלות און רעדט זיך איין אז ער טוט און מאכט, און אויב ער וועט נאר טוהן אזוי און אזוי דאן וועט זיכער געשען אזוי און אזוי, און ער פארלאזט זיך אויף זיינע אייגענע מעשים, און אויב זאכן גייען נישט זיין וועג דאן ווערט ער ברוגז און אין כעס ה"י. [און צומאל זענען זיינע השתדלות'ן אזעלכע זאכן וואס זענען קלאר קעגן די תורה, קעגן די רצון ה', אדער קעגן אמונה]. דער מענטש האלט זיך פאר א 'יֵשׁ' און ער פארגעסט אז דער אייבישטער פירט 'באמת' די וועלט, און אז דאס וואס דער אייבישטער וויל אזוי וועט זיין.

די השתלשלות פון בלעם דארף אונז דערמאנען אז ווען מ'איז זיך נישט מבטל און מכניע צום אייבישטער, ווי ווייט און נידריג מ'קען פאלן, און מ'הערט אויף צו דערהערן וואס דער אייבישטער וויל פון אונז. מיר דארפן ארויסנעמען א מוסר השכל דערפון צו זיין פון תלמידיו של אברהם אבינו, לעבן מיט התבטלות און הכנעה צום אייבישטער, זיך מתבונן זיין שטענדיג אין יעדן מצב וואס וויל דער אייבישטער פון מיר יעצט? טוה איך ריכטיג על פי תורה אדער נישט? און וויסן בשלימות אז נאר ער פירט די וועלט און אז ער טוט אלעס, הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָֹה וְעוֹשֶֹה וְיַעֲשֶֹה לְכָל הַמַעֲשִֹים, און אליינס קענען מיר גארנישט.

לסיכום געדענק:
• גאוה און התנשאות פארבלענדט די אויגן פונעם מענטש אז ער זאל נישט קענען טראכטן גראד און זעהן פשוט'ע און אפענע זאכן.
• מיר מוזן ארבעטן אויף זיך צו לעבן מיט שפלות און הכנעה צו השי"ת, און וויסן אז נאר דער אייבישטער טוט אלעס און נאר זיין רצון וועט ווערן אויסגעפירט.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: בלק - מאך אויף דיינע אויגן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בלק - מאך אויף דיינע אויגן... LIVE
https://torahanytime.com/lectures/311022

פרינט ארויס לכבוד שבת PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 20&gil=172
א לעכטיגע שבת קודש!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”