"ארימעלייט" סופארט גרופ

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: "ארימעלייט" סאפארט גרופ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אחד הרבנים האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:11 pm
תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:08 pm
אין אלע קאנטרי'ס איבער די גרעיטער קעטסקילס קומען יעצט פאר אזוינע 'סופארט גרופעס'... ארימעלייט וואס זעקלען זיך אויס צו שוויצן אין א באנגעלאו אינטער די מאכאנישע גערויש פון די וואסער-טראפענדע עיר קאנדישען...

אה... און אויב ס'איז צו הייס קען מען זיך גיין אפקילן אינעם דזשענסיס אויף וואס מ'האט 6 חדשים לעיט פעימענט'ס...
כבוד הרב,
ארונטעררייסען א נושא וואס איינער האט געעפענט פאר סופפארט איז נישט אין פלאץ. אז די ווילסט קענסטו עפענען א צווייטען אשכול איבער די נושא פון ארימעלייט וואס גייען אין קאנטרי.
כל הכבוד
@תולה ארץ דו ביסט אזוי ווי דער אינגל וואס האקט איבער די מלמד אינמיטן פארלערנען, און נאכדערצו מיט א גוטס...
ביידען בימי זקנתו
|
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: "ארימעלייט" סאפארט גרופ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ווישוואש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:41 pm
Rabbi Chaim האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 7:47 pm
lorem ipsum האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:28 pm
Rabbi Chaim האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:14 pm
טייערע ברידער,
לעבטס בהרחבה. זארגט נישט פאר מארגן. און פאר היינט הערט א פלאן:
Chase ink האט יעצט א געוואלדיקן אפפער. 0% apr.
You forgot to put a referral link...
Iam not affiliated. .im posting the link to help my fellow brothers
https://www.cardratings.com/bestcards/r ... 491&&exp=y
דו העלפסט קיינעם נישט, נישט יעדער מעג עפענען קרעדיט קארטלעך אפי' מיט 12 חדשים 0אפר, דאס איז א רעסיפי פאר דיזעסטער ווען ס'עקספייערט.

'לעבטס בהרחבה. זארגט נישט פאר מארגן' איז נישט פאר פאראנטווארטליכע עדאלטס.

----
חוץ מזה, ביסט 'נישט עפליעיטעד', אבער האסט אהערגעשטעלט א לינק פון איינע פון די פרישע עפיליעט ניקס, און ניטאמאל איז דא דארט א 0אפר אינק..

----
פליז לאז דעם אשכול פאר די וואס דארפן עס.
איך בין נישט זיכער אז דער דעיוו רעמזי מהלך ארבעט פאר אונזער עולם, אין אונזער קולטור און מציאות. איך שטעל זיך פאר אז זיין ערשטע עצה וואלט געווען צו האבן נאר 2 קינדער אנשטאט 10... אבער אפילו אן דעם, מען קען נישט למעשה לעבן אין אונזער סביבה מיט זיין מהלך כמעט.

עס איז לאו דוקא זיכער אז קרעדיט קארדס - ווען מען נוצט עס צו דעקן דעם לויפנדן בודזשעט באין ברירה אבער, מיט א דיסציפלין , נישט פאר קיין מותרות - איז אזא שלעכטע פינאנציעלע פלאן. פאר א משפחה וואס איז אין הקומץ משביע, וויפיל מען ארבעט קומט מען נישט נאך די בעיסיק נעסעסיטיס און מען בלייבט מיט א לאך סוף חודש, בלייבט איבער 2 עצות. אדער צו בלייבן שולדיג געלט אין גראסערי, שכר לימוד אדער רענט, אדער זיין שולדיג געלט פאר טשעיס צו קעפיטאל 1. עס איז גאנץ זיכער אז די צווייטע איז א בעסערע אפציע. העכסטנס, אין ערגסטן פאל, ריזיקירט מען בלויז א אנגעזעצטן קרעדיט רעפארט, עפעס וואס איז גאנץ ווייניג נוגע למעשה פאר מענטשן וואס וואלטן ממילא געקויפט הייזער - און אפט מאל אפילו געליסט קארס - אויף א צווייטנס נאמען.

מען קען זיך דינגען צי עס איז א ריכטיגע וועג פון לעבן, צי עס איז נישט קיין שאלה פון גזילה, אבער למעשה די באנק ווייסט אויך פון די מעגליכקייט אז מענטשן וועלן נישט קענען נאכקומען די צאלונגען און פארט אפערן זיי קרעדיט קארדס מיטן חשבון אז אין די לאנג ראן וועט זיך זיי עס לוינען. עס איז זיכער, הונדערט פראצענט בעסער ווי בארגן געלט פון גמ"ח'ן, חברים און שכנים און זיי אנזעצן שפעטער.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: "ארימעלייט" סאפארט גרופ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 10:03 pm
Greeneryid האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:48 pm
ב"ה אז אינטערעסט רעיטס זענען ארויף געגאנגען צו א נארמאלע רעיט. אין די נעקסטע פאר יאר גייען רוב עולם זיין better off ווייל מען לערנט זיך אויס די ווערט פון א דאלאר. עס דויערט צייט זיך צוגעוואוינען אבער מענטשן גייען סעיוון אסאך מער געלט ווי לאנג די אינטערעסט רעיטס בלייבן נארמאל.
1. רוב כלל ישראל האט נישט הנאה פון די הויכע רעיטס.

2. די קאסט אויף ליווינג איז אזוי אויך גאר הויעך, עס סעיווט זיך נישט אזוי געלט ביי "מענטשן"

2. מענטשן האבן גאר קורצע זכרון ווען סקומט צו די נושא, 08' האוזינג קראך האט קיינעם גארנישט געלערנט. 10 יאר שפעטער און דער עולם האט זיך אווער-לעווערעדזשט פון פריש, ביז סאיז אנגעקומען די הויכע רעיטס.
איך האב געמאכט א פרעדיקשן, און אויב אינטערעסט רעיטס וועלן בלייבן ווי יעצט האלט איך אז מען "גייט זיין" better off. ונזכה ונחיה ונראה אם כנים דברי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”