-
ציטיר
- 1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך סענס אף יומער
»
א אינטערעסאנטע זאך האב איך היינט באמערקט אויף עמעזאן, אז ס'איז דא געוויסע אייטעמס, לכאורה אזעלכע סארט וואס ס'איז געמאכט צו קויפן כסדר נייע, קען מען באקומען א דיסקאונט אויב מ'סובסקרייבט צו באקומען די אייטעם בקביעות, 2 וואכן וכו', און מ'באקומט א דיסקאונט סיי אויף די אייטעם און אויך אויף די דעליווערי (אזוי מיין איך), איז ווי א חסידישע איד סובסקרייבט מען קודם צו באקומען די דיסקאונט און נאכדעם קענסלט מען די סובסקריבשאן.
די זעלבע מעשה האב איך אויך געהאט מיט א געוויסע קאליפארניע באזירטע וויטאמין פירמע.
וכן הוא מיט פריים מעמבערשיפ, מ'סיינט אויף אויף א פרי טרייעל און מ'קויפט זיך איין פון אלעם גוטן און מ'געניסט פון די פריים בענעפיטן און נאכדעם קענסלט מען די מעמבערשיפ...(ספעציעל יעצט מיט די קרעיזי פריים סעיל לוינט עס גאר שטארק)