בלעם...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

בלעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

בלעם, בלק וויל-אים! גאט, א אנדערע פלאן האט!
פרשת בלק

(ניגון מה טובו - יונגערלעך)


1)בלעם
בלק וויל - אים
ער זאל זיין אויף די אידן א שעלטער

גיי זיך - אים
ער שוקט שליחים
ער קומט, כאטש א נבואה זאגט אים גיי - נישט

1)אויף די דרכים
א מלאך קומט נאך - אים
ביים גדר זיין חמור אפשטעלט ער

פארן אייזל
בלעם געט א ווייזל
וואס איז געשעהן יעצט? איך פארשטיי - נישט

2)די חמור געגעבן א צוקוועטש
בלעם'ס פוס געגאנגען אויף כפרות
ער שמירט אים אראפ צוויי דריי פעטש
אנגעקומען איז צו בלק קוים מיט צרות

3)אויפגעשטעלט מזבחות זיבן
אבער רעדט וואס דער גאט זאגט אים
ער זעהט קיין עצה פארבליבן
ער בענטש, כאטש בלק שלאגט אים

ער זינגט מה טובו אוהליך
א הערליך שיין פאלק זעה איך דא
אויף יעדע איד
די שכונה רוהט
כי ברוך הוא

3)בלק הייבט אים אן בייסן
דו ביסט דא פאר א סיבה א פארקערטער
אבער וויפיל ער טוט אים נאר שמייסן
בלעם זיינע ברכות פארמערט ער

מ'פארשוקט אים מיט בזיונות
בלק זאט פון ברכות שוין - איז
ס'איז א דורכפאל
אלעס ווייל
ס'איז קעגן דעם רצון ברוך הוא


1)מה מה היה לאמער צוריק גיין אויפן וועג מיטן מלאך
ער אנטפלעקט זיך
בלעם דערשרעקט זיך
פון פחד ער ווערט ווייס ווי קאלעך

ער אנהאלט אים
ער באפאלט אים
דעם הרוצה בלע''ם שמו

1)פארוואס שלאגסטו
פארוואס פלאגסטו
דיין אייזל דריי מאל אזוי

2)איי איי איך פארשטיי נישט
בלעם האט דאך נישט געוויסט דאס
אז די מלאך מאכט דא א דרייעניש
איז פארוואס זאל ער נישט שלאגן, פארוואס

3)איז מסביר דער בארדוטשבער
דאס געדאנק מ'טאר נישט פארלירן
ווען א מענטש זעהט אז ס'גייט אים גוט - שווער
ער קען נישט זיין ווילן אויספירן

אלעס גייט פארדריסלעך
עס קומט אים אינטער פיסלעך
טראכט אריין
אפשר קען דאס זיין
דער באשעפער וויל נישט ס'זאל געשעהן

3)בלעם זעהט אז זיין בהמה
מאכט אים אן גרויסע מהפכות
עס כאפט אים אן א חימה
אנשלאגן מיין אייזל אזוי גיי-איך-עס

ער טראכט נישט דאס איז א סימן
דער באשעפער וויל נישט דו זאלסט קומען
נאר שלאגט מיט שלעק
אן קיין שרעק
ס'נעמט קיין עק

!א גוט שבת
אוועטאר
ראש ישיבה
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: בלעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

זייער שיין!
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4678
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: בלעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

אָהאַ!
גוט שבת.
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7651
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: בלעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך שיין!!
ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: בלעם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

פלאי פלאים !!
איר זענט א געוואלדיגע מוכשר
שטארק הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”