שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סמבטיון
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:48 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמבטיון »

אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 3:03 pm
זשעי די ווענס הייבט אן אדאפטירן א נייע צוגאנג פון ריפאבליקאנער,

״די דעמאקראטן וואס האלטן אז ביידען איז נישט פיט צו לויפן פאר ריעלעקשאן, וואס מאכט ענק טראכטן ער איז פיט צו פירן אמעריקע ביז די עלעקשאן?״

איך האף אויב ביידען פארלאזט די קאמפיין, אז די רעפאבליקאנער וועלן נישט אויפהערן צו האמערן אז ער דארף רעזיגנירן פון אמט היות ער איז נישט פיט. דאס וואלט אביסל שווערער געמאכט פאר דעמאקראטן צו פויקעסן אויף זיך פאראייניגן ארום זייער נייע קאנדידאט. אבער לפי וואס אונז קענען די רעפאבליקאנער, איז בכלל נישט ערווארטעט פון זיי עס צו טון.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

סמבטיון האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 3:19 pm
אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 3:03 pm
זשעי די ווענס הייבט אן אדאפטירן א נייע צוגאנג פון ריפאבליקאנער,

״די דעמאקראטן וואס האלטן אז ביידען איז נישט פיט צו לויפן פאר ריעלעקשאן, וואס מאכט ענק טראכטן ער איז פיט צו פירן אמעריקע ביז די עלעקשאן?״

איך האף אויב ביידען פארלאזט די קאמפיין, אז די רעפאבליקאנער וועלן נישט אויפהערן צו האמערן אז ער דארף רעזיגנירן פון אמט היות ער איז נישט פיט. דאס וואלט אביסל שווערער געמאכט פאר דעמאקראטן צו פויקעסן אויף זיך פאראייניגן ארום זייער נייע קאנדידאט. אבער לפי וואס אונז קענען די רעפאבליקאנער, איז בכלל נישט ערווארטעט פון זיי עס צו טון.
די רעפס האבן עס שוין אנגעהויבן, אויך האט מען נישט געקענט גרויס ווייל מען האט נישט געוואלט שטערן די קאנווענשאן.

יעצט גייט דאס פליען מיט קאנאנען.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6018
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

American Dream האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:46 pm
איז דא איינער וואס האלט עכט אז ביידען גייט נישט זיך ארויסציען ביז עטלעכע טעג

וואס איז פשט פון די חושעריי מיטן ציבור
יא..
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:56 pm
בכלל נישט אויסגעשלאסן אז למעשה גייט ביידען זיך נישט דארפן ארויסציען פון די פארמעסט
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

קוואל וואסער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 4:19 pm
אבזערוואציע האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 3:03 pm
זשעי די ווענס הייבט אן אדאפטירן א נייע צוגאנג פון ריפאבליקאנער,

״די דעמאקראטן וואס האלטן אז ביידען איז נישט פיט צו לויפן פאר ריעלעקשאן, וואס מאכט ענק טראכטן ער איז פיט צו פירן אמעריקע ביז די עלעקשאן?״
שוין געווען אויף אייוועלט א גוטע פאר טעג, זעהט אויס אין צוגאב צו זיינע אנדערע טאלאנטן קען ער אויך א היימישע אידיש...
מאטאך געשמועסט ווי גוט ער איז מיט מאיר מרדכי...
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4929
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פון אמעריקע האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:58 am
נקודה למחשה:

די גאנצע נידון ביי דעמעקראטן צו ביידען זאל בלייבן דער נאמעני צו נישט דרייט זיך נאר ארום דעם צו ער קען געווינען אין נאוועמבער אדער נישט, צו ער קען טאקע זיין פרעזידענט בכלל און וויאזוי אזא פרעזידענט אפעקטירט דאס לאנד איז ניטאמאל א מדובר ביי זיי, כמעט יעדע איינציגסטע דעמעקראט איז אקעי מיט ביידען זיין פרעזידענט ביז 2029 אויב קענען זיי סאום האו באווייזן צו שפילן די געים גענוג גוט ארויסצוקומען דער געווינער אין נאוועמבער.

דאס ברענגט נאכאמאל ארויס אז ביי זיי איז עלעקשאנס פלעין א געים וואס זיי דארפן געווינען כדאי צו קענען ארויפצווינגען זייער אגענדע אויף גאנץ אמעריקע, דאס אז עלעקשאנס דארף צו רעפרעזענטירן די ווילן פון די אמעריקאנע פאלק איז ביי זיי שוין לאנג אין די שרעדער, עס אינטרעסירט זיי נישט קיין כי הוא זה וואס דאס פאלק וויל אדער ווער עס זיצט אונטער די רעזעלוט דעסק, בלייבן אין פאוער דורך סיי וועלכע מיטלן איז די נעים אוו די געים, אפי' אויב דאס מיינט א אויסגעוועפטע פרעזידעט, אפענע גרעניצן, און אראפברענגען די קאורט סיסטעם.

וויט אאל דעט סעיד, איך האלט נאך אלס אז ריגארדלעס פון פאולס אדער ווער די דעמעקראטישע נאמעני גייט זיין (איך גלייב נישט עס גייט נישט זיין ביידען) גייט טראמפ סאום האו נישט ווערן פרעזידענט אין 2025, כ'ווייס נישט וויאזוי זיי גייען עס באווייזן, אבער איך ווייס יא אז ביי זיי איז נאוטינג אוף די טעיבל, זיי קענען מיר מער נישט סופרייזן מיט שגץ שטיק, און איך וואלט געהאלטן די זעלבע ווען די ריפאבליקאנער נאמעני זאל ווען זיין דיסענטעס העילי אדער פענס, אפי' קריספי, מאכט נישט אויס בכלל, זיי שפילן שמיציג.

די איינציגסטע האפענונג פאר ריפאבליקאנער עט דיס פוינט איז צו ארויסברענגען אזוי פיל וויילער עס זאל אווערוועלמען די סיסטעם, עס זאל זיין טו ביג טו ריג, אז דאס מיינט עבסענטי בעלאטס - שטיפ עס, אז דאס מיינט ערלי וואוטינג - שטיפ עס, אז דאס מיינט שטעלן געלערנטע כיטרע פאול וואטשערס - טוה עס, ענד סאו אן, אנדערש זעה איך נישט קיין מציאות אז אמעריקע זאל נאך אמאל האבן א ריפאבליקאנער פרעזידענט.
נו'יא, האלטמיר ס"ה 9 טעג שפעטער, און מאור לעס איז שוין יעדער מודה ברבים וואס יעדער האט געוויסט, אפי' די וואס האבן געוואלט איינרעדן די וועלט אז זיי ווייסען עס נישט זענען שוין אויך מודה, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס איז דא גאר גאר ערנסטע שאנסן אז ביידען גייט נישט זיין די דעמעקראטישע נאמעני אין נאוועמבער, איז שטעלט זיך די פראגע אזוי:

אויב ביידען ציט זיך ארויס פון די פארמעסט, בלייבט ער פרעזידענט ביז יאנואר?

על פי פשטות יא, איא?

אבער איימעניט, דער האט זיך ערשט יעצט ארויסגעצויגן ווייל ער טויג נישט אויף צו זיין פרעזידענט, נו אויב אזוי פארוואס בלייבט ער אין אפיס נאך א האלבע יאר?

אלא מאי, די כאדרייקע איז א ראי' צו מיין פוינט אז די איינציגסטע פראבלעם וואס דעמס האבן מיט זיידען איז אז ער קען נישט שפילן גענוג גוט די געים אז ער זאל בלייבן דארט ביז 2029, אויב וואלטן זיי געהאלטן אז ער איז גענוג א גוטע שפילער און ער האט א טשענס צו דערקלערן זיג נאוועמבער דער פיפטן, האבן זיי נישט קיין אישו מיט דעם אז זייער פרעזידענט איז נישט דא הוא רוב צייט, עס גייט זיי נישט אהן קיין טראפ, די עיקר איז אז די פארטיי זאל בלייבן אין פאוער, א געשעפט ווער טראגט דעם טיטל פרעזידענט.

מצד שני, אויב גייט מען אים ארויס ריקן אינגאנצען ווייזט עס אז וואס ריפאבליקאנער האבן געשריגן אין 2020 אז דאס איז געווען די מחשבה תחלה צו מאכן העריס פרעזידענט איז געווען ריכטיג...

אידער וועי, אויב זיי גייען דורך מיט'ן ארויסרוקן ביידען פונעם פארמעסט און דעמעקראטישע וויילער גייען מיט דערמיט, קומצעך זיי וואס זיי באקומען.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סמבטיון האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 5:18 pm
א צווייטע מיך האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 4:58 pm
ברעיקינג: געווין ניוסאם און וויטאמאר האבן געלאזט וויסן פאר פארטיי פירער'ס אז זיי האבן נישט קיין שום אינטערעסע אין דינען אלס א מיטלויפער פאר העריס אויפן טיקעט.
מקור?
סאיז א דבר פשוט וואס דארף נישט קיין גרוסע מקור
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:13 pm
ברענג מיר טשארטס אז עכט איז די עקאנעמי געוואקסן... הו קעירס טשארטס??!! טשעיס נעמט עס נישט אן...
סמבטיון
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:48 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמבטיון »

קען זיין, אבער דאס מאכט עס נישט ברעיקינג.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

nobody האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:07 pm
די ניו יארק טיימס ווייסט צו פארציילן אז ביידן זאגט פאר זיינע נאנטע "פאר נתניהו'ס ספיטש די וואך אין קאנגערס גיי איך זיכער נישט אפטרעטן" לויט ווי זיי זאגן פארגינט ער איהם פשוט נישט די הנאה....
מאנטאג נאך קעפיטאל אוירלויב גייט זיך ביידן מוזן אפזאגן..

נאך נאטא..

דעם זיבעטן נאך די מיטינג מיט די קאנגרעס פירער..

מיטוואך גייט ער זיך אפזאגן..

פאקס ניוז: מארגן גייט ער זיך אפזאגן..

די קומענדיגע וויקענד...

נאך ביבי'ס דרשה..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 11:56 am
ישראל_הלוי האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 11:45 am
דעמאקראטישער פירער דזשעפריס יעצט:

פרעזידענט ביידען איז אונזער נאמינירטער, ער איז איינער פון די מערסטע אויפטוענדע פרעזידענטן אין די היסטאריע, ער האט די וויזיע און די טרעק רעקארד צו מאכן די קעיס פאר דעם אמעריקאנעם פאלק וואס וועט אונז פירן צו א זיג אין נאוועמבער
מעגסט ווען צולייגן א ברעקינג.

וואס זאגט יעצט מר דזשעיק שערמאן..

ס'מיינט אז די אלע ברעקינג נייעס דא איז אבי געהאקט אין קאפ. וויעס איך שוין נישט צו די אבאמא מיט שומער נייעס איז יא אמת..
נארישקייטן, קיינער האלט נישט אז דזשעפריס האט נישט אינטערן טיש געשטופט ביידען אראפצוטרעטן, ניטאמאל דזשעפריס אליינס לייקנט עס, און ווען אסאך פון דזשעפריס און פעלאוסיס נאנטסטע זענען ארויסגעקומען רופן אויף ביידען אראפצוטרעטן האלט נישט קיינער א סעקונדע אז די צוויי שטייען נישט אינטער דעם.

נאר וואס דען דערווייל וויל דזשעפריס נאכנישט ארויסקומען אין פאבליק דאס זאגן מוז ער ענטפערן אז ער שטיצט ביידען.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מיין תגובה איז געווען אין ריכטונג פון שערמאן'ס ווערטער אז דזשעפריס גייט ארויסקומען אין די עפענטליכקייט קעגן ביידן נאך די וויקענד אויב טרעט ער נישט אפ, וואס דאס קען נישט זיין אמת נאך אזא דזשעפעריס רעדע.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

תרמב האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:40 pm
חלק קטן האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:22 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:21 pm
וואס אין די גיהנום האבן זיי קאנעקטעד לעצטענס מיט די גיהנום..?
בלויז נייעס אלערט....
מחוצף...
..
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

חלק קטן האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:22 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:21 pm
וואס אין די גיהנום האבן זיי קאנעקטעד לעצטענס מיט די גיהנום..?
בלויז נייעס אלערט....
אה שלום עליכם מאכט אייך היימיש
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

דעיס אז די מישעגן ראלי איז געווען אין א אינדאר סטעידיום, האט עפעס מיטן אטענטאט פארזוך פאריגע וואך??
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

TAG האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:49 pm
די ניו יארק טיימס באריכטעד אז איינס פון די סיבות וואס ביידען האלט צוריק זיך אפצוזאגן איז ווייל ער וויל נישט געבן די נצחון פאר נתניהו פאר ער קומט צו וואשינגטאן די וואך מיטוואך.
נתניהו ביטע שטיפ אפ דיין באזוך מיט אפאר וואכן...
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
שטריקלעוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:47 pm
לאקאציע:ברוקלין בריק

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטריקלעוויטש »

תרמב האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:09 pm
ר' מטות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:08 pm
פרעזידענט טראמפ איז ערשינען צו די ראלי אין מישיגען מיט א קלענערע בענדעידזש...
די האר איז מער געהל ווי געווענטלעך
לייטונג
מער ווי איינס מיינט נישט דייקא צוויי.
פורים שפיל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 10:18 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים שפיל »

ברעקינג נויז מארק לעוין האט אונדרעסיט ביידען פאר פרעזידענט
Like news
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 26, 2020 12:11 am

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Like news »

TAG האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:49 pm
די ניו יארק טיימס באריכטעד אז איינס פון די סיבות וואס ביידען האלט צוריק זיך אפצוזאגן איז ווייל ער וויל נישט געבן די נצחון פאר נתניהו פאר ער קומט צו וואשינגטאן די וואך מיטוואך.
און בכלל צוט ער זיך נישט ארויס ווייל ער וויל נישט געבן ניצחון פאר ריפאבליקאנער
אנאליזירט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 15, 2024 8:44 am

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאליזירט »

פורים שפיל האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:23 pm
ברעקינג נויז מארק לעוין האט אונדרעסיט ביידען פאר פרעזידענט
אויכעט ראש לימבא
פורים שפיל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 10:18 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים שפיל »

אנאליזירט האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:29 pm
פורים שפיל האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:23 pm
ברעקינג נויז מארק לעוין האט אונדרעסיט ביידען פאר פרעזידענט
אויכעט ראש לימבא
אויכעט dan bangiono
corn pops
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך corn pops »

פורים שפיל האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:23 pm
ברעקינג נויז מארק לעוין האט אונדרעסיט ביידען פאר פרעזידענט
וואס אין די גיהנם איז דעי פורים שפיל אינמיטן חודש תמוז...
אכטונג דעזיינערס:אויב דארפט איר שאטערסטאק בילדער פאר א גוטע פרייז, שיקט מיר אן אישי
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

קעפל: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***
האלצשטיין האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:14 pm
ביי די היינטיגע ראלי אין מישיגען האט טראמפ באצייכנט ביידען אלס קרודעד דזשאו, מיט א נידריגע איי קיו, און אלטער מענטש און נאריש.

העריס האט באקומען די טיטלען אלס 'לאכעדיגע קאמאלע', צודרייטע און ניסלעך.

די היסטארישע 'יוניטי' וואס האט ארומגענומען די אמעריקאנער פאליטישע גאס א וואך צוריק האט היסטארישע שנעל אויסגעוועפט...
אינטערעסאנט צו זען ווי די דעמאקראטן זעען נאר פון טראמפ'ס רעדעס אז די יוניטי איז אווער. אין די צייט וואס ביידענ'ס רעדעס נאך בעפאר טראמפ זענען געווען די זעלבע דיוויידינג ווי טראמפ'ס.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

ביידן ווען ער האט ווען טראמפס מארקעטינגס סקילס וואלט ער גרינג געסטאפט די משיגעת אין אפאר שעה שוין דריי וואכן צוריק.

מען מעלדט אז היינט נאכט 7:30 קומט א דרשה איבער די ענדגילטיגע צוקומפט פון די קאמפיין

אויב איז ער געניג א גרויסע מחוצף ליידענט מען איין אפאר הויכע שישקעס ווי שומער וכי' צו זיין אנוועזנד

די לאנד דרייט זיך איבער יעדער טונד אין

ער מעלדט מיט פאטאס אז צוליב די אימשטענדן אין די לאנד איז נישטא קיין ברירה נאר צו געווינען דאס לאנד און מען לוים אויף אלע באקן

א גוטע וואך.
סמבטיון
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:48 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמבטיון »

שארן בארן האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:53 pm

דו רעדסט פון חוטרע מארקעטינג סקילס, איך רעד פון פשוטע ענדיגן-א-גאנצע-זאץ סקילס.

סמבטיון האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:58 pm

יע יע
סמבטיון
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:48 pm

Re: שמועסערייען איבער די 2024 פרעזידענט וואלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמבטיון »

שארן בארן האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:59 pm
סמבטיון האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:58 pm
שארן בארן האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 11:53 pm
ביידן ווען ער האט ווען טראמפס מארקעטינגס סקילס וואלט ער גרינג געסטאפט די משיגעת אין אפאר שעה שוין דריי וואכן צוריק.

מען מעלדט אז היינט נאכט 7:30 קומט א דרשה איבער די ענדגילטיגע צוקומפט פון די קאמפיין

אויב איז ער געניג א גרויסע מחוצף ליידענט מען איין אפאר הויכע שישקעס ווי שומער וכי' צו זיין אנוועזנד

די לאנד דרייט זיך איבער יעדער טונד אין

ער מעלדט מיט פאטאס אז צוליב די אימשטענדן אין די לאנד איז נישטא קיין ברירה נאר צו געווינען דאס לאנד און מען לוים אויף אלע באקן

א גוטע וואך.
דו רעדסט פון חוטרע מארקעטינג סקילס, איך רעד פון פשוטע ענדיגן-א-גאנצע-זאץ סקילס.
יע יע
גראדע האלט איך נישט אז אזא זאך וואלט געארבעט. די גרויסע דעמאקראטישע שישקעס זענען נישט קיין נערנים וואס מען קען מיט זיי שפילן אזוי. אבער זיי וואלטן זיכער געקענט פרובירן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”