Re: מקרא כפשוטו - קרח, פרשה זו יפה מפורשת
הערליך שיין!! נישטא קיין ווערטער! (נאכנישט געענדיגט ליינען, דערווייל האביכעס געפידיעפט)
די חשבון פון די בכורים איז א חידוש נפלא ועמוק!! און די גאנצע זאך איז הערליך שיין צאמנגעונמען און געפלאכטן מיט אלע מפרשים תרתי משמע.
(אינטרעסאנט די ערשטע מאל לדאבוני וואס כ'שפאציר אריין דא... נישט געכאפט אנהייב וואס טוטצעך..)
אויב מ'מעג צולייגן עפעס א קרישקעלע:
דער חידושי הרי"ם שרייבט אז ביי די מטות שטייט אין פסוק: "ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים". זאגט ער אז אנהייב האט געהייסן אז די לויים זענען געווארן אנשטאט די בכורים נאר ביז מ'גייט אריין אין א"י (אדער עכ"פ אזוי האבן זיי געטראכט, כ'געדענק שוין נישט דעם לשון...).
אבער שטייענדיג נאך די מעשה פון מרגלים זענען זיי געוואר געווארן אז זיי גייען בכלל נישט אריין אין א"י, קומט אויס אז די גאנצע קדושת הבכורים איז געווען כעפרא בעלמא אן קיין שום תכלית, און ס'האט זיי אויסגעזעהן מאדנע און דערפאר האבן זיי געמאכט וואס זיי האבן געטוהן.
האט זיי משה רבינו געוואלט ווייזן, אז אזוי ווי ווען ס'וואקסן פירות/שקדים איז דא א פרח און א ציץ און נאר נאכדעם קומט די שקדים, און מ'קעניש פרעגן פ"וו דארף מען האבן די פרח מיטן ציץ, ווייל אלעס האט א תכלית און אלץ איז א הכנה צום קומענדיגן מדריגה און מצב. אזוי אויך די בכורים איז געווען אזא בחינה, און כלל ישראל בויעטצעך און בליהט אזוי ווי בלימען, ס'ווערט מער און מער געצייטיגט און משולם, און גארנישט איז נישט בעלמא.
אפשר ברענגט איינער דעם לשון (כ'ווייסניש אויב ס'גייט אריין מקרא כפשוטו, עכ"פ א גוט ווארט מעג מען הערן לכאורה).

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!