די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

די לודמירע מויד

ירושלים שנת כת’’ר.

מערקענדיג אז דער מאן איז אריינגעקומען אין שטוב האט די רעבעצין צוגעמאכט דעם גמרא, געכאפט א שנעלע בליק אויף דעם זייגער און איילענדיג צוזאם געלייגט אירע טלית און תפילין און עס אריינגעלייגט אין בייטעל.

אין איר איילעניש האט זי נאך עספיעט אריינצוכאפן א הייסע זידיגע מנחה מיט כוונת האריז’’ל, דערנאך האט זי מקבל שבת געווען מיט התלהבות, בואי כלה, בואי כלה.

אויף צומארגענס ביי סעודה שלישית האט זי תורה געזאגט, אוי איז דאס געווען א פייער שטיק תורה, באימה וביראה, ברתת ובזיע.

די אויסהערער, חסידים הראשונים מיט לאנגע בערד און אפגעהיטענע אויגן האבן געשלינגען די מאנענדיגע ווערטער מיט דארשט און זיך געוואונדערט וויאזוי א ילוד אשה קען זוכה זיין צו אזאלכע דרגות, זייער וואונדער איז געווען א דאפלטער; וויאזוי קען זיין אז א ילוד אשה וואס איז זעלבסט אן אשה פארשטיין און אטעמען אזאלכע הויכע געדאנקען און אטמאספערן?

די דיבורים אירע שניידען דעם חומר, פארטיליגען מחשבות, צוזייען געדאנקען ביז בייז טרערן און צונישען דמיונות און אילוזיעס אז מען האט שוין געגרייכט עפעס א מדריגה אין עבודתו יתברך.

אויב די רעבעצין תליט’’א זאגט למשל אזא דערהער ווי: ’’איינער וואס זעט נישט דעם בורא אומעטום, מיינט עס אז ער זעט אים נישט קיין ערגעץ’’ אדער אזא ווארט ווי ’’עמיצער וואס הייליגע מחשבות באגלייטען אים אין זיין לעבנס-וועג איז ער נישט עלענד און נישט אומגליקלעך וויבאלד די דערהויבענע מחשבות באשיצען אים פון זיין איינזאמקייט’’ איז עס א סימן מובהק אז זי זעלבסט האלט ביי די דרגא און זי פאדערט אט אזוי און נישט ווייניגער פון אירע חסידים די מענער.

אבער נאך די שניידענע תורה וועלן די חסידים נעמען חיזוק פון אן אנדערע געדאנק וואס די רבנית תליט’’א האט זיי אויסגעלערנט: ’’יעדע רגע איז א נייע ’יש’ פאר זיך, עס איז נאכנישט געווען אזא רגע בעבר און אויב יא איז עס מיט א חידוש!" (דאס הייסט אז עס איז יעצט כרגע פארהאן א נייע מציאות, און א נייע מציאות איז א נייע געלעגענהייט ומה שהיה היה -ש.א.)

* * *

לאדמיר, אוקריינע. שנת תקפ’’ו (?)

ביי דעם סוחר ר’ מאניש ווערבערמאכער איז געבוירן א מיידעלע חנה רחל, אין א יונגע עלטער האט זי שוין געלערנט חומש און צו שרייבן לשון הקודש, אביסעל שפעטער האט זי זיך אנגעהויבען לערנען מדרשים און א רייע ספרי מוסר זי האט געדאווענט דריי מאל א טאג מיט גרויס כוונה און התלהבות, און די עולם איז ארויס פון התפעלות פון איר. מען האט אנגעהויבן צו רעדן שיינע שידוכים, און בשעטו’’מ איז זי שנעל א כלה געווארן מיט א בחור פון שטאט. למעשה האט דאס איבערגעדרייט איר לעבן, איר פייערדיגע שטרומישע זעל האט גאר שטארק געבענקט צוציאגן די חתונה און פון גרויס בענקעניש איז זי געפאלן אין בעט א קראנקע, ערגעצווען יענע צייט איז איר מאמע אוועק לעולם שכולו טוב און חנה רחל האט זיך אפגעזונדערט פון מענטשען.
פון צייט צו צייט איז חנה רחל ארויף צו די מאמע’ס קבר זיך אויסוויינען.

פארציילען פארציילט מען אז איינמאל זי איז געווען אין בית החיים ביי די מאמע’ס קבר און אנטשלאפען געווארן דארט, ווען זי האט זיך אויפגעוואכט איז שוין געווען פינסטער און א דערשראקענע האט זי זיך גענומען לויפן אין דעם אלטע בית החיים וואס דארט זענען באגראבען צדיקים פון פריערדיגע דורות, אויפ’ן וועג האט זי געשטרויכעלט אויף א צדיק’ס קבר און זיך גענומען שרייען פון גרויס שרעק, דערנאך האט זי פארלוירען דאס באוואוסטזיין, דער שומר האט געהערט די קולות און זיך צוגעיאגט צו איר און דערמונטערט, ער האט איר אהיים געפירט און זי איז געליגן אפאר וואכן אין בעט קראנק, די דאקטוירען האבן גענצליך אויפגעגעבן.

איין טאג האט זי גערופן איר פאטער צו איר בעט און אים געזאגט: ’’איך בין יעצט געווען אין הימעל, ביי בית דין של מעלה, און מען האט מיר געגעבן א נייע דערהויבענע נשמה’’

אפאר טעג שפעטער איז זי געזונט געווארן און פון יענע טאג און ווייטער האט זי געטראגן א טלית קטן, אנגעהויבען לייגען תפילין (רש’’י און רבינו תם), זי האט צוריקגעגעבן די תנאים צום חתן און באשלאסן קיינמאל נישט חתונה צו האבן.

עס האט נישט געברויכט קיין אמונה צו גלייבן אין דעם וואונדער, קינד און קייט האבן עס בייגעוואוינט מיט די עיני בשר, די מיידעל האט געקריגען א נייע גייסט און געגרייכט גרויסע דרגות, זי האט זיך געזעצט על התורה ועל העבודה, געקליידעט מיט טלית און תפילין האט זי אסאך מפלפל געווען אין נגלה, מעיין געווען אין נסתר,
אין צווישען איז איר טאטע דער סוחר ר’ מאניש אוועק און חנה רחל וועבערמאכער איז געבליבען אן עלענדע יתומה, די ווייטאג איז פילפאכיג גרעסער היות זי איז א בת יחידה אין יונגע עלטער.

טאקע א רחמנות, אזוי איינע אליין, אהן קיין טאטע- מאמע, אבער דאך איז פארהאן א נחמה פורתא; די ירושה איז מיט א שיינע ברכת הטוב והמטיב. און מיט די ירושה געלט האט זי זיך אויפגעבויעט א בית המדרש מיט דעם נאמען ’גורן שטיבעל’ מיט אן עקסטערע צימער פאר זיך וואו זי האט געדאווענט און געלערנט און זיך גענומען פראווענען (הויפטזעכליך פאר די המון עם), זי האט געזאגט אפענע רוח הקודש און אנטפלעקט וואונדערליכע זאכן וואס גייען פאר אויבן אין הימעל.

איינמאל האט זי זיך אנגערופן אז דער הייליגער בעל סמיכת חכמים, ר’ נפתלי כ’’ץ זי’’ע איז מכיר טובה פון עולם האמת דעם הייליגער ריזשינער זי’’ע, ווען מען האט עס איבערדערציילט פאר דעם ריזשענער זי’’ע האט ער עס באשטעטיגט, און מסביר געווען אז די סיבה איז וויבאלד דער סמיכת חכמים זי’’ע האט זיך געפירט בהרחבה גדולה און מיט מלבושי כבוד ווי עס פאסט פאר א מלך, ער פלעגט טראגן א קליין קישעלע וואס ער האט געהאלטן ביי זיין הארץ וואס איז געווען ווערט הונדערט און צוואנציג רענדליך, און מען האט אים דן געווען דערויף אז כאטש ער האט אלצדינג געמיינט ריין לשם שמים אינגאנצען, בלתי להשם לבדו, אבער נאכאלץ איז געווען א טענה פארוואס האט ער זיך אריינגעלייגט אין אזא געפארפולע וועג? ’’אבער היינטיגע צייטן’’ האט דער רוזשינער אויסגעפירט ’’וואס איך גיי אויף דעם וועג, און נאך ביתר שאת ווי אים, איז עס א טובה פאר אים, און אויף דאס איז ער מיר מכיר טובה!’’ (ספר מאמר מרדכי להרמ’’ח מסלאנים זצ’’ל)

חסידים וחסידות האבן געשלינגען מיט דארשט אירע רייד.

וואס האט מען נישט אלץ צאמגעזאגט אויף איר? אירע מתנגדים האבן געשריגען אז דאס איז מעשה שדים, סטרא אחרא, והא ראיה אז עס האט פאסירט אין א בית-עלמין.

עס זענען געווען געוויסע צדיקים וועלכע האבן געהאט תערומות פארוואס מען פארט צו איר, אבער מיט דעם אלעם האבן די מאסן געשטרוימט און די נאמען ’די לודמיר’ע מויד’ איז געווארן ברייט באקאנט אינעם גאנצע אומגעגענט.

פון די צווייטע זייט זענען געווען צדיקים מפורסמים וואס האבן קלאר געזאגט אז זי איז פון די צד הקדושה און אז זי איז א גילגול פון מיכל בת שאול.

צדיקים זענען געקומען צו לודמיר צו זען די וואונדער, און איר פראבירט צו משכנע זיין צו טוישען איר לעבנסשטייגער, למדנים זענען געקומען הערן אירע דרשות, זי איז געזיצען אינעם צימער מיט א טיר אפן צום שול און געהאלטן דרשות, עס האט זיך פארמירט א גרופע חסידים וועמען מען האט אנגערופן ’די לודמירע מויד’ס חסידים’

’’יעדע מחשבה וואס שטאמט פון הארץ באגער קען די שכל בכלל נישט באגרייפן’’ האט די צדיקת זיך אמאל אויסגעדריקט.

און א הארץ - באגער האט זי געהאט, א באגער צו ברענגען די גאולה, און געזען האט זי אז דאס וועט פאסירען נאר אויב זי גייט ארויספארן פון אוקריינע צו ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל וועט זי זוכה זיין צו א ניצוץ נשמה פון דבורה הנביאה און תיכף דערנאך וועט משיח קומען.

איז זי טאקע געפארן צום ארץ חמדה טובה.

פארהאן פארשידענע אומקלארע גירסאות, לויט אן אנדערע גירסא האט ר’ מאטעלע טשערנאבלער זי’’ע איר גוט אויסגע’מוסר’ט אז אזוי איז נישט קיין תכלית, און זי מוז בעל כרחה חתונה האבן, זי האט חתונה געהאט מיט א רב, אבער די זיווג האט נישט עולה יפה געווען, די גאנצע חסידות צופאלט, און אין עלטער פון בערך פופציג יאר איז זי געפארן קיין ארץ ישראל.

אויף דעם שיף קיין ארץ ישראל האט זיך געפונען א צדיק וועלכער איז אויך געפארן קיין ארץ ישראל ער האט איר געפרעגט וואס מען זאגט אויבן אין הימעל אויף זיין טאטע, און זי האט גענטפערט אז דארט במרומים רעדט מען נישט פון אזאלכע קליינע מענטשעלעך... (- כתבי רבי יאשע שו’’ב אבל ידוע מאת הר’’י מונדשיין ז’’ל שבספר הנ’’ל ’’אי אפשר לברר התבן מהבר והבר מהתבן היות ששונאים משונאים שונים הכניסו ככל העולה ברוחם כדי לחסל חשבונות’’ כך בערך לשונו...)

אין ארץ ישראל האט זי ממשיך געווען מיט די רעביסטעווע, רבי מאטעלע טשערנאבעלער האט געזען אז כאטש דאס וואס די צדקנית האט געזען וועגן די גאולה, איז נאכנישט געקומען די עת פקידה פונעם גלות, האט ער בחכמה אנגעזאגט איינער פון זיינע אומפארהיירעטע חסידים וואס ער האט געהאלטן אז ער וועט נושא חן זיין ביי איר, און אים באפוילן אז ער זאל זיך דרייען ביי איר אלץ חסיד, קורץ דערנאך האט זי חתונה געהאט מיט אים.

ווי שוין געשילדערט אויבן האט זי נאך די חתונה ממשיך געווען מיט די רעביסטעווע, זי האט אנגעווינטשען ברכות, אויסגעלערנט תורה, געזאגט מאמרי חסידות און געדאווענט מיט אנדערע פרויען ביי די כותל און קבר רחל.

אין ירושלים האט מען געזאגט אויף איר גרויסע זאכן, אז זי לערנט מיט גרויס התמדה, ווען די זעהקראפט אירע האט איר מער נישט געדינט האט זי געלערנט גמרא און זוהר הקדוש אויסענווייניג, אויף אזוי ווייט האט מען געהאלטן פון איר אז מען האט אפילו געזאגט אז זי איז עוסק אין קבלה מעשית.
די צדיקת האט געהאט אריכות ימים און אוועק אין טיפע עלטער.

לכאורה איז איר יארצייט כ’’ב תמוז תרמ’’ח (הרה’’ק ר’ שלמה בן יוטא מקארלין זצוק’’ל הי’’ד הקבור בלודמיר איז אויך אוועק אין די זעלבע טאג, נישט אין די זעלבע יאר, אבער דאס מאכט טראכטן אז איינער האט אויסגעמישט לודמיר- לודמיר לגזירה שווה און באשלאסן אז זי איז אוועק כ’’ב תמוז)

אויף איר (איבערגעמאכטע) מציבה אין הר הזיתים שטייט אז זי איז אוועק בשנת תרמ’’ח.
די דאטומען פון געבורט און פטירה שטימען זיכער נישט ורב הבלבול. ותשבי יתרץ.

נישט קלאר (פאר דעם כותב השורות) אויב זי האט איבערגעלאזט זש’’ק.

נ.ב. כל מה שכתוב כאן איז נאר שפעקולאציעס און השערות פון פארשידענע גירסאות און פאלקסביכער, גארנישט פארלעסליך און קראנט אויף א הונדערט פראצענט. בכלל שטימען נישט די דאטומען, אויב זי איז טאקע געקומען קיין א’’י בשנת תרי’’ט אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין געוויסע מקורות, דאן איז עס שוין געווען לאנג נאך ר’’מ טשערנאבלערס פטירה אין שנת תקצ’’ז

לסיכום: לויט אלע מקורות איז זי געווען א יתומה, חתונה געהאט, ערגעצוואו אפגעלאזט א שידוך אדער זיך גע’גט, און ר’ מאטעלע טשערנאבלער זי’’ע האט איר באיינפלוסט צו חתונה האבן, אזוי אויך איז ברור אז סוף ימיה האט זי געוואוינט אין א’’י.
פידבעק יתקבל בברכה
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

אין ’מפקד מנטופיור’ פון שנת תרל’’ה ווערט זי דערמאנט, עס שטייט נישט וועגן קינדער, און זי איז איינגעשריבן אלס אלמנה.
אטעטשמענטס
1692223036350 (2).png
1692223036350 (2).png (33.25 KiB) געזען 4319 מאל
1692223199649 (2).png
1692223199649 (2).png (316.54 KiB) געזען 4319 מאל
צילום מסך 2023-08-17 021307 (2).png
צילום מסך 2023-08-17 021307 (2).png (262.28 KiB) געזען 4319 מאל
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

זייער שיין געשריבן...

די "אינטערעסאנט" אויסגאבע האט איר באשריבן עטליכע חדשים צוריק, קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך צו כאפן דארט א בליק...

זיי האבן דארט זייער אסאך אינפארמאציע.
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:39 pm
זייער שיין געשריבן...

די "אינטערעסאנט" אויסגאבע האט איר באשריבן עטליכע חדשים צוריק, קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך צו כאפן דארט א בליק...

זיי האבן דארט זייער אסאך אינפארמאציע.
אוי, בושות, באמת נישט געוואוסט...
מעקן?
נע, כ’קלער אז כמוני איז דא נאך אסאך דא וואס האבן עס נישט געליינט דארט.
-
וועלכע באנד?

ליאו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:43 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:39 pm
זייער שיין געשריבן...

די "אינטערעסאנט" אויסגאבע האט איר באשריבן עטליכע חדשים צוריק, קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך צו כאפן דארט א בליק...

זיי האבן דארט זייער אסאך אינפארמאציע.
אוי, בושות, באמת נישט געוואוסט...
מעקן?
נע, כ’קלער אז כמוני איז דא נאך אסאך דא וואס האבן עס נישט געליינט דארט.
-
וועלכע באנד?
viewtopic.php?p=3583434#p3583434
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

Wow יעצט אנדעקט דעם אוצר.
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

דעת גדול האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:42 am
Wow יעצט אנדעקט דעם אוצר.
גא"מ. העכסט אינטערסאנט.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

פאני...
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שטופן מיט געוואלד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 8:57 pm
פאני...
שכח פארן ארויפברענגען. זייער אינטערעסאנט.
ויאמרהנני
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:00 am

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויאמרהנני »

אין ספר שמע אפרים פון הגאון רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל אב"ד האליין פר' יתרו
אטעטשמענטס
20240722_110724.jpg
20240722_110724.jpg (220.89 KiB) געזען 1698 מאל
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער א אינטערעסאנטע געשיכטע
גיט געשריבן!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
גרינע לייבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 7:05 am

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע לייבן »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:39 pm
זייער שיין געשריבן...

די "אינטערעסאנט" אויסגאבע האט איר באשריבן עטליכע חדשים צוריק, קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך צו כאפן דארט א בליק...

זיי האבן דארט זייער אסאך אינפארמאציע.
איינער קען ביטע ארויפלייגן דא די באשרייבונג?
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

קען עמיצער ביטע מאכן א pdf
און לייגן מיין @ניק ביים קעפל?
א דאנק פון פאראויס!
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

ליאו האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 8:49 pm
קען עמיצער ביטע מאכן א pdf
און לייגן מיין @ניק ביים קעפל?
א דאנק פון פאראויס!
אטעטשמענטס
די לודמירע מויד ._compressed.pdf
(234.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 11 מאל
שקר נוטל כסף דובר
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

שדכן גדול האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 2:56 pm
ליאו האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 8:49 pm
קען עמיצער ביטע מאכן א pdf
און לייגן מיין @ניק ביים קעפל?
א דאנק פון פאראויס!
דאנקע שיין ותזכה למצוות!
א שיין עבודה געמאכט!
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

ליאו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:12 pm
די לודמירע מויד

אפאר קליינע הוספות:
זי האט געהאט א גבאי מיטן נאמען ר' דוד בעל שם פון יאס
עס איז דא א ספר אויף איר מיט נאמען 'הבתולה מולדמיר'
איר טאטע איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל
זי פלעגט זאגן קדיש אויף איר טאטע
דער וואס האט איר געזאגט חתונה האבן איז געעוען רבי אהרן מטשערנאביל
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:26 pm
ליאו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:12 pm
די לודמירע מויד

אפאר קליינע הוספות:
זי האט געהאט א גבאי מיטן נאמען ר' דוד בעל שם פון יאס
עס איז דא א ספר אויף איר מיט נאמען 'הבתולה מולדמיר'
איר טאטע איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל
זי פלעגט זאגן קדיש אויף איר טאטע
דער וואס האט איר געזאגט חתונה האבן איז געעוען רבי אהרן מטשערנאביל
א דאנק פאר די הוספות.
מקור/ות?
און וואו קען מען קריגען דעם ספר
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

ליאו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:30 pm
מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:26 pm
ליאו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:12 pm
די לודמירע מויד

אפאר קליינע הוספות:
זי האט געהאט א גבאי מיטן נאמען ר' דוד בעל שם פון יאס
עס איז דא א ספר אויף איר מיט נאמען 'הבתולה מולדמיר'
איר טאטע איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל
זי פלעגט זאגן קדיש אויף איר טאטע
דער וואס האט איר געזאגט חתונה האבן איז געעוען רבי אהרן מטשערנאביל
א דאנק פאר די הוספות.
מקור/ות?
און וואו קען מען קריגען דעם ספר
אוצר אגדות החסידים
אנציקלופדיה לחסידות (דארט שטייט אז זי האט אויך געוואונט אין צפת, און פלעגט פארן מיט יעדע ראש חודש מיט אסאך פרויען צו קבר רחל)
וועגן די ספר ווייס איך נישט, די מחבר הייסט יוחנן טברסקי, ירושלים תש"ט
אין באר החסידות איז דא נאך פרטים אז זו האט אלטס מיידל גלערענט און חדר צוזאמען מיט אינגלעך, זו איז געווען א בת יחידה, ועוד כמה וכמה פרטים
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
עדינו העצני
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדינו העצני »

מען איז געווען ביי רבי מאטעלע טשערנאבלער זיך אפרעדן אויף איר אז זי פירט ראביסטעווע, און געבעטן ער זאל איר הייסן אויפהערן, אבער ער האט נישט געוואלט.
aaw5952
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:40 pm
ליאו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:30 pm
מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 5:26 pm
ליאו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:12 pm
די לודמירע מויד

אפאר קליינע הוספות:
זי האט געהאט א גבאי מיטן נאמען ר' דוד בעל שם פון יאס
עס איז דא א ספר אויף איר מיט נאמען 'הבתולה מולדמיר'
איר טאטע איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל
זי פלעגט זאגן קדיש אויף איר טאטע
דער וואס האט איר געזאגט חתונה האבן איז געעוען רבי אהרן מטשערנאביל
א דאנק פאר די הוספות.
מקור/ות?
און וואו קען מען קריגען דעם ספר
אוצר אגדות החסידים
אנציקלופדיה לחסידות (דארט שטייט אז זי האט אויך געוואונט אין צפת, און פלעגט פארן מיט יעדע ראש חודש מיט אסאך פרויען צו קבר רחל)
וועגן די ספר ווייס איך נישט, די מחבר הייסט יוחנן טברסקי, ירושלים תש"ט
אין באר החסידות איז דא נאך פרטים אז זו האט אלטס מיידל גלערענט און חדר צוזאמען מיט אינגלעך, זו איז געווען א בת יחידה, ועוד כמה וכמה פרטים
דא האסטו אביסל איבער דעם יוחנן סופר (טווערסקי)
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”